מיין רבי!!!

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

מיין רבי!!!

שליחה דורך שבת אחים »

יעדער מאכט שפאט
פונעם יענעמס גאט
אלע שרייען אז זיי זענען די עכטער
יענעמס חסידות איז ממש א געלעכטער
מיין תורה איז הייליג
יענעמס תורות איז לאנגווייליג

מיין רבי איז דאך דער גרעסטער צדיק
דיין רבי איז ממש א מזיק
ביינאונז איז אלעס די בעסט
דיין רבי פרעסט
מיין רבי איז א מלאך
דיין רבי איז א גלח

מיין רבי בלי גוזמא
האט א שטארקע כאריזמא
טויזענטער חסידים פון איבעראל
רופן דעם רבין פון שפיטאל
אזויווי חסידים האבן געטוהן אמאל
זיך מזכיר געוועהן ביי א ערליכע איד
אויף וועם די שכינה רוהט

מיין חסידות איז די בעסט
די אלע אנדערע זענען סתם דיפרעסט
אונז האבן די גרויסע בית הקברות
און ענק זענען אויף געהאקטע צרות
אונז האבן די גרויסע בנינים
יעדע פאר מינוט פרישע מנינים

והי׳ מחניך קדוש
אונזער רבי איז ממש א פרוש
ביי אונז איז נישט פארהאנען די טמנע כלים
כדאי זיך חלילה נישט מישן מיט די ערלים
אלע סמארטפאונס גע׳אסרט
ווער נישט ווערט זאפארט ג׳מסרט
ווער ס׳פאלגט נישט אויס
ווארפט מען פון די מוסדות ארויס

דיין רבי איז א מאדנע בריאה
מיין רבי איז פון די בני עלי׳
גאר א געהויבנע איד
וואס ווערט קיינמאל נישט פון תורה מיד
זיצט און לערנט יומם ולילה
און טוט ח״ו קיינמאל קיין עבירה

מיין רבי פליט אין הימל
דיין רבי מאכט נאר א טומל
ס׳פעלט אים חן
ער פירט זיך נישט אויף ווי עס דארף צוזיין
ממש א קל שבקלים
מיין רבי איז העכער אלעם
מיין רבי איז צדיק יסוד עולם
דיין רבי איז א גולם

מיין רבי איז געשמאק
דיין רבי איז א ליידיגע שטרויזאק
אין יעדע הינזיכט איז ער א מומחה
אלעמאל איז ער שטארק בשמחה
מיין רבי פאדינט דעם טיטל
ביי אים לוינט זיך צוגיין מיט א קוויטל

מיין רבי פארט מיט א שיינע קאר
דיין רבי איז דאך א פשוטע נער
מיין רבי פארט מיט א קעדילעיק
דיין רבי איז א [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]
מיין רבי האט א שענערע טיליפ
אפילו פון ר׳ ז״ל פילאפף

מיין חסידות איז זייער טייער
פאר מיין רבי׳ן וועל איך גיין אין פייער
אז מ׳רעדט אויף מיין רבי באדערט מיך עס זייער
די אלע נערישע פאליטיק
מאכט אין הימל א גרויסע קטרוג
ליידער ליידער אזויפיל צרות ישראל
אין אלע אידישע שטיבער איבעראל
איז אפשר פארמאכן צימעס
עס איז דאך במילא נמאס...
שוין גענוג געוועהן מיט די נערישע חזריי
הלוואי הלוואי

יעדער האט אנדערע רעיונות
יעדע חסידות האט מעלות און חסרונות
שוין צייט אויפצוהערן מיט די קינדערישע זאכן
און אויפהערן פון יענעם צולאכן
לאמיר איינזעהן נאר יענעמס גיטס
נישט מאכן פון אנדערע קיין וויץ
און נישט זיין אזויפיל פארנומען מיט יענעמס שמוץ
כ׳מיין איך רעדט שוין פון היץ
סתם געשריבן אין די וועלט אריין
ונאמר אמן
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
mevakesh
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1000
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
האט שוין געלייקט: 687 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

Re: מיין רבי!!!

שליחה דורך mevakesh »

שבת עס שמעקט נישט ווי אייגענס אבער עס איז גוט
טמיר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1145
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 5304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל

Re: מיין רבי!!!

שליחה דורך טמיר »

אוי וויי, בערני האט שוין טאקע נישט קיין שום אויסזיכטן?
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

בערני אותיות רבי'ניו
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

mevakesh האט געשריבן:שבת עס שמעקט נישט ווי אייגענס אבער עס איז גוט


אייגענס.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

לאמיר טאקע אנהויבן מיט באגריסן קאסובער רבי, טאקע נישט מיין רבי, אבער א מנהיג, דיין, מדריך און מורה דרך פאר פילע אידן. אן ערליכער איד, תלמיד חכם און עובד ה'. א כלל עסקן און עוסק בצרכי ציבור, און איבער אלעם, א רב וואס פארשטייט עטוואס צום דור און קען האבן א געמיינזאמע שפראך מיט א היינטצייטיגן צענערלינג.
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

כוכב האט געשריבן:לאמיר טאקע אנהויבן מיט באגריסן קאסובער רבי, טאקע נישט מיין רבי, אבער א מנהיג, דיין, מדריך און מורה דרך פאר פילע אידן. אן ערליכער איד, תלמיד חכם און עובד ה'. א כלל עסקן און עוסק בצרכי ציבור, און איבער אלעם, א רב וואס פארשטייט עטוואס צום דור און קען האבן א געמיינזאמע שפראך מיט א היינטצייטיגן צענערלינג.


ער איז טאקע א תלמיד חכם און א עובד השם, פארדעם בין איך געוועהן זיין חסיד. אבער ווען מ׳האט געטיילט פון די סחורה איז ער דאכצעך געוועהן פארנומען מיט עפעס אנדערש. און ער איז זייער צומישט ער טוישט יעדע מינוט זיינע מיינונגען, אזא מין דיסארדער וואס מ׳רופט עס אין אמעריקא בייפאולער.

עני וועי פאר מיר (און נאך 200 מענטשען וואס האבן אים איבערגעלאזט) איז ער נישט געוועהן גוט אויב איז ער גוט פאר צווייטן כל הכבוד.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

דיין טיליפ איז שענער ווי ר' ז"ל פיליפ, צו ר' ז"ל פיליפ'ס טיליפ?
ס'איז מיר געפערליך וויכטיג צו וויסען
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
געשווינד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 33
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:27 pm
האט שוין געלייקט: 29 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל

שליחה דורך געשווינד »

ווען מען רעדט פון קאסובער רבי איז אינטרעסאנט צו זען, אין וויזניץ איז ער א דיין און זייער א חשובע און ארויפגעקיקטע מענטש, ווען עס קומט צו תקנות איז ער זייער געטריי און ער געבט זיך ממש איבער, און ער טוט טאקע, נישט ווי אנדערע הערן אויס נאר יענמס צרות.
איך אליין האב מיטגעהאלטן עפעס א פרשה ווי ער האט מורא'דיג ארויסגעהאלפען, ער איז א גרויסע תלמוד חכם און זיצט און לערנט א גאנצען טאג.

בדרך אגב האב איך לעצטע יאר געהערט א שיינע מעשה, לעצטע יאר איז א שומרים מעמבער געפארן 3:00am אויף 12 און 53 און געזען א קליינע יונגל וואקען אויף די גאס, ער קומט ארויס פון קאר און ער גייט פון טיר צו טיר זען וועלכע טיר עס איז אפן, פון ווי די יונגל קומט, ווען ער קומט אן צו קאסובער רביס טיר איז עס געווען אפען, ער וואקט אריין ער זעט ער זיצט און לערנט.

אבער ווען מען גייט אריין אין זיין בית המדרש דאווענען אדער טישן איז עס ממש אויסגעשפיעלט ליידיג, ממש א לצנות, איינער ווייסט פארוואס ??
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

געשווינד, מאך אים נישט פאר אזא גרויסע צדיק. קודם כל ער איז נישט ממש דיין אין וויזניץ מעהר ווייל מ'קען אים קיינמאל נישט טרעפן, ער איז נאר דארט פאר די טיטל, די ווויזניצער יונגעלייט נוצן ע"פ רוב הרב בנימין זאב פליישער פאר א דיין, ער טוט גארנישט פאר קיינעם און טאמער יא האט עס גאנצע חשבונות פארוואס ער טוט עס, ער האט מעהר שונאים ווי חסידים פאר א גוטע סיבה, ניינציג פראצענט פון זיינע נאנטע מענטשן האבן אים אפגעלאזט! ער האט בא'עוול'ט א געוואלד מיט מענטשן ואני בתוכם. ער צוזאמען מיט ר' אברהם ברוך פון מאנסי האבן געמאכט אז איך זאל שאדן האבן מעהר ווי צוויי מיליאן דאללער, ער איז געגאנגען אקעגן די תורה! איך האב עס אויף א טעיפ ווי ער אליינס דער גרויסער אדמו"ר איז מודה אז ער האט מיך בא'עוולה'ט! איך קען עס נישט ארויפלייגן דא אין שטיבל און איך קען נישט פארציילן די דיטעילס ווייל די מעשה האט זיך נאכנישט גענעדיגט, מיין געוועזנע שותף קומט מיר נאכאלץ אסאך געלט, אבער איין טאג וועט נאך זיין אסאך פאן! איך האב טעיפס פון אים פאר שעות ארוכות, איך האב דאקומענטס פון קאורט און עדות אז ער האט מיך בא'עוול'ט.

וועט איר אוודאי מיינען אז דער קאסובער האט זיך נאר אזוי אויפגעפירט צו מיר ווייל בלא בלא בלא אט"ד צו ווייס איך וואס, וויל אייך פארציילן אז ס'איז דא א היימישע וויזניצער איד וואס וואוינט צוויי טירן אוועק פונעם צאדיק, א טאטע פון קינדער און אייניקלעך (ה.א.), ער איז געגאנגען זיצן זעקס חדשים אין איינע פון די ארגעסטע תפיסות אין אמעריקע A maximum security prison (אפילו א קאפל מיט תפילין האט מען אים נישט געלאזט, נאר מיט גאנצע פראטעקציע און השתדלות האט מען אים געלאזט לייגן תפילין, אבער נישט קיין קאפל/חנוכה מנורה/ סדר פסח וכו' וכו' האט מען נישט געלאזט) דער איד איז געוועהן טויזענט פראצענט אומשולדיג לכל הדעות, נאר דער קאסובער האט אזוי באשלאסן וועגן פריוואטע חשבונות! יעדער ווייסט פונקטליך די מעשה און יעדער ווייסט אז דער אדמור ווען ער וואלט ווען געוועהן א דאקטער וואלט מען אים שוין לאנג צוגענומען זיינע לייסענס, דער איד איז א היימישע וואוילע איד און ער האט מיר פערזענליך געזאגט אז איך מעג פארציילן יעדעם די מעשה. זינט דאן זענען זיי טויט צוקריגט און די רביצין רעדט נישט מיט זיין ווייב, אפילו זיי וואוינען טיר ביי טיר.

איין זאך אויב ווילט איר מיך פאלגן, אויב האט איר א שלום בית/פרנסה/דין תורה/סכסוך, שטייטס ווייט פון אים! ער איז א אומפראפעשענאל נערווען קראנקע מענטש, א געוואלדיגע בעק-סטעיבער און די גרעסטע כפוי טובה וואס איך האב נאר אין מיין לעבן געזעהן, איך קען אנפילן גאנצע בלעטער מיט מעשיות ווי ער האט פארהארגע'ט אידישע שטיבער און ווי צודרייט די מענטש איז! איך האב אים געדרייווט פאר א יאר צייט (נאך פאר ער איז געווארן א גרויסע רבי) פלעג איך זיין זיין חברותא (לאכטס נישט), דער מענטש ליידט טויזנט פראצענט אויף א ערנסטע דיסארדער! ער כאפט כסדר'דיגע נערווען אטאקעס און ווערט פלוצים צעווילדעוועט, איך האב עס אסאך מאהל בייגעוואוינט, קוק וויאזוי ער דאווענט, זיין טאטע און זיין זיידע און קיינער נישט פון די קאסובע/וויזניצע גזע האבן געדאוונט מיט אזעלכע מאדנע געשרייען און קולות וואס קוקט אויס ווי קעצלעך מאכן די מעשה. שוין, איין שיינעם טאג!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 4 אום שבת אחים, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
גר ותושב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1650
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 02, 2015 1:23 pm
האט שוין געלייקט: 1407 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1048 מאל

Re: מיין רבי!!!

שליחה דורך גר ותושב »

הדא הוא דכתיב מתוך שבחו בא לידי גנותו...
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

א עקסטערע מעשה אויף אים איז דא ווי ער האט געשטיצט א איד וואס וואוינט אויף די זעלבע בלאק פונעם אדמו"ר וואס האט מאלעסטירט פאר יארן לאנג קינדער, ער איז געוועהן א מנהל פון בחורים און פ.ט. א חשובע וויזניצע אינגעמאן פון ב"פ האט ארויסגעגעבן א קליפ ווי ער פארציילט די גאנצע מעשה מיט נאמען פונעם חזיר, דער יעניגער האט געטוהן אין שלום בית און ער האט גערעיפט א חתונה געהאטע פרוי פון וויליאמסבורג, און דער קאסובער האט זיך פאר אים זייער אנגענומען, אויך וועגן עפעס א חשבון וואס איך קען נישט אריינגיין אין דעם יעצט. סאו ווען נחום שרייט קאסובער חזיר האט ער א שטארקע פוינט.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: מיין רבי!!!

שליחה דורך קל וחומר »

כ'וויל נישט אריינגיין אין די שמוץ וועש דא, אן ערענסטער מענטש איז ער למעשה, א איד פארציילט מיר אז ער פלעג אים זעהן אלס פרישער אינגערמאן ביים סקולענער רבי ז"ל'ס טישן, און ס'האט זיך פון אים געגאסן טייכן טרערן אן אויפהער.

וועגן זיין אתקנות (עסקנות?) גיי איך נישט אריינרעדן.

אזויפיל געפעלט מיר יא, ווי שבת בלוטיגט פאר דעם אינגערמאן וואס האט קוים באקומען קאפל און תפילין....
געשווינד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 33
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:27 pm
האט שוין געלייקט: 29 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל

שליחה דורך געשווינד »

איז דא איין עסקן וואס טוט אין שלום בית אדער דיין ביי דין תורה וואס ביידע זענען צום סוף צופרידען?

איך גיי נישט זאגען אז דו ביסט משוגע פארן זיין אנגעווייטאגט, אבער דו לייגסט דא אראפ אז ער לעבט מיט חשבונות מיט דעם און יענעם, איך מיין אז נישט, פון וויפיל איך ווייס איז ער א ערליכע יוד וואס זוכט בכלל נישט קיין כבוד אזוי ווי אנדערע רבנים

ולא זמן להאריך בענין כבוד ברבנים
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

קל וחומר האט געשריבן:כ'וויל נישט אריינגיין אין די שמוץ וועש דא, אן ערענסטער מענטש איז ער למעשה, א איד פארציילט מיר אז ער פלעג אים זעהן אלס פרישער אינגערמאן ביים סקולענער רבי ז"ל'ס טישן, און ס'האט זיך פון אים געגאסן טייכן טרערן אן אויפהער.

וועגן זיין אתקנות (עסקנות?) גיי איך נישט אריינרעדן.

אזויפיל געפעלט מיר יא, ווי שבת בלוטיגט פאר דעם אינגערמאן וואס האט קוים באקומען קאפל און תפילין....


איך האב אים קיינמאל נישט געזעהן וויינען מיט עכטע טרערן, און איך פלעג גיין צו זיינע טישן פאר יאהרן לאנג, נאך אויף 52'סטער גאס. ער וויינט פונקט ווי די מונקאטשער רב וויינט, ער מאכט מאדנע קולות און זיפצט אזוי, אלעס איז א געים.

וועגן יענעמס קאפל און תפלין איז פשוט, דער איד איז א פרומער איד און פאר אים איז עס מורא'דיג וויכטיג און איז א מורא'דיגע נידערלאגע, ער האט פאר די ערשטע פאר טעג נישט געלייגט קיין תפילין! פאר אים איז דעס געוועהן גיהנום. חוץ מזה ער איז נישט קיין אינגערמאן, און ער איז געוועהן די איינציגסטע פרומע איד אין א מאקסימום תפיסה, איך האב אים באזוכט דארט אפאר מאל, ער האט נאר געמעגט האבן איין מאל א וואך 2 וויזיטערס פאר 20 מינוט, רעדן דורך א גלאז, ס'איז נישט גרינג מיין פריינד! דער איד איז געווארן א אנדערע מענטש זייט דעמאלס, און ער האט געדארפט אדורך גיין שווערע טעראפיע ווען ער איז ארויסגעקומען, דער קאסובער מיט זיין רביצין אינאיינעם האבן פאר גאנצע זעקס חדשים נישט זיך וואוסענדיג געמאכט פון זיין משפחה, על אף זיי האבן געוויסט אז ער איז שולדיג אין דעם! און ער וואוינט צוויי טירן אוועק! ער מעג זיך שעמען אין זיין פרצוף אריין, און טאמער וויינט ער יא קומט זיך עס אים, ער האט אסאך זאכן אויף וואס צו וויינען און תשובה טוהן, און ער דארף איבערבעטן הונדערטער מענטשן פאר ער דאווענט פארן עמוד, ער קען נישט זיין קיין שליח ציבור ווייל בין אדם לחבירו האט ער אסאך ארבעט צו טוהן, בין אדם למקום קען זיין איז ער יא מסודר, למעשה האט ער זייער שטארק ליב צו לערנען.

שוין, מ'האט שוין פארצימעסט דעם אשכול אויך. נעקסט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום שבת אחים, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

געשווינד האט געשריבן:איז דא איין עסקן וואס טוט אין שלום בית אדער דיין ביי דין תורה וואס ביידע זענען צום סוף צופרידען?

איך גיי נישט זאגען אז דו ביסט משוגע פארן זיין אנגעווייטאגט, אבער דו לייגסט דא אראפ אז ער לעבט מיט חשבונות מיט דעם און יענעם, איך מיין אז נישט, פון וויפיל איך ווייס איז ער א ערליכע יוד וואס זוכט בכלל נישט קיין כבוד אזוי ווי אנדערע רבנים

ולא זמן להאריך בענין כבוד ברבנים


ביסט נאריש? נאכאמאל, ניינציג פראצענט פון זיינע נאנטע מענטשען האבן אים איבערגעלאזט, אלע זיינע אייגענע גבאים זענען אוועקגעלויפן פון אים, נישטא נאך איין אדמור וואס איך ווייס וואס אזויפיל מענטשען האבן טענות אויף אים, מאך דיין אייגענע ריסערטש.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

איך קען פארציילן נאך צענדליגער מעשיות בלי גוזמא ווי ער האט שטארק בא'עוול'ט מענטשען. איינע פון זיינע געוועזענע געטרייסטע חסידים און שטיצערס (נ.ר.) א וויזניצע איד פון זיבעציג יאר אלט האט ער בא'עוולה'ט מיאוס, אבער לאמיר זאגן איין זאך פאזיטיוו - נישט אויפן קאסובער נאר אויף די עכטע צדיקים פונעם דור, ווייסט ווער זיי זענען? הרב הצדיק העסקן ר׳ יוסף אטלאס נ"י, בעל אכסניא פון וויזניצער רבין אין לעיקוואד, אייניקל פון הרה"ח לייבל איינהארן ז"ל וויזניצער ראה"ק ומנהל המוסדות פארן יאהרן לאנג, וואס האט געמאכט ספעציעלע ראביי לייסענס אין יענע קאונטי אין ניו דזשערזי, און מיט דעם האט ער געקענט אריינגיין אין די תפיסה די לעצטע דריי חדשים וואס ער איז געזעצן אין תפיסה יעדן טאג פאר צוויי שעה! און ער האט נישט פארפעלט צו גיין צו דעם איד קיין איין איינציגע טאג פאר גאנצע דריי חדשים (ער האט אים פאר דעם בכלל נישט געקענט, נאר אויפן פנים). הרב אטלס פירט א אייגענע ביזנעס און האט א שטוב מיט קינדער, כל הכבוד!

אזעלכע אידן ווי אים, און ווי הרה"צ ר' יודל ליכטענשטיין שליט"א און נאך, זיי זענען די אמת'ע צדיקי הדור.

ר' מאטעלע האט כאטש גערופן דעם איד אויפן טעלעפאן אין תפיסה און זיך נאכגעפרעגט אויף אים און זיין משפחה, און ער האט געבעטן זיינע קינדער בעיקר הרה"צ ר' אליעזר זאב שליט"א (ראביי פון מאונט-סיני האספיטאל - אויך א איד א אמת'ע צדיק) זאל שתדל'ן פאר אים און אים העלפן, אבער דער קאסובער איז געוועהן ביזי מיט סטראבערי׳ס און האט קאפס, אבער ר' מאטעלע, א איד אין די ניינציגערס וואס איז נישט געזונט, האט זיך כאטש געזארגט פאר אים און ארויסגעהאלפן.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
מישו מאוד מעניין
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 143
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 19, 2016 8:54 am
האט שוין געלייקט: 115 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 119 מאל

שליחה דורך מישו מאוד מעניין »

איך קען נישט פערזענדליך דעם קאסובער, ער זעהט אויס צו זיין א גאהר חשובע איד, לויפט נישט נאך כבוד,

איך האב איינמאל געדאוונט ביים כותל שבת ביינאכט, עס איז דארטן געוועהן א ריזיגע עולם פון אלע סארטן אידן, ער איז גשטאנען און די זייט און נישט געווארט מען זאל איהם מכבד זיין, ער האט אליין גענומען א סידור און געדאווענט מיט טרערן א גאנצע צייט

איך האב א גוטע חבר א אמעריקאנער (אונז וואוינען און ארץ הקודש) וואס ער רעדט א גאנצע צייט פון די קאסובער רבי, ער זאגט מיר, אז נישט איהם האב איך יעצט נישט קיין בארד און פאות, ער קלינגט איהם נאך ביז היינט כאטשיק איין מאהל א וואך
ער זאגט מיך ער האט שוין געזעהן ביי איהם אפענע מופתים

דאס איז זיכער ווי ער לאזט זיך אראפ צו יעדער אידיש קינד איז ממש מורא'דיג
ליפא מאכט לאכט פון א יעדער
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

איך הייב הענט, ער האט אליינס גענומען א סידור ביים כותל? ס'מוז זיין אז ער איז גאר א חשוב'ער איד.

אפענע מופתים אדער באהאלטענע מופתים?
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

ס׳געפעלט מיר ווי מענשטען זאגן אז ער לאזט זיך אראפ צו יעדען אידיש קינד, אבער פון זיינע 150 חסידים האט ער קיינמאל נישט געקענט קעיר נעמען, ער איז ביזי מיט די גאנצע וועלט א גאנצע רשכבה״ג מיט א מר בר רב אשי איז ער מיר פלוצלינג געווארן, אבער זיינע שטיצערס און נאנטע מענשטען האט ער אין דער ערד, הרב אייזענבערג איז פונקט פארקערט ער נעמט קודם קעיר פון זיינע אייגענע חברה און דערנאך איז ער ביזי מיט כל הקהל הקודש, דער קאסובער לויפט ארום איבעראל געבן דרשות און פארהערן בחורים אין ישיבות, אלעס אין דער וועלט נאר נישט וואס מ׳דארף,
זיינע חסידים קענען ניטאמאל אנקומען צו אים ווייל ער טאנצט יעדע נאכט אויף א צווייטע חתונה.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: מיין רבי!!!

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

ווי האט דער ראפשיצער רב געזאגט? "ס'וועט נאך קומען א צייט אז א רבי וועט מאכען א שהכל, וועט מען זאגען 'אה! דאס איז א צדיק, ער זאגט א שהכל!'"
וש"י

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
אברך משי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 349
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 16, 2016 2:29 pm
געפינט זיך: נישט ווייט
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 443 מאל

שליחה דורך אברך משי »

כבין אנגעקומען אביסל שפעט צו דעם אשכול. אבער קודם כל האב איך שטארק הנאה געהאט צו זען אז די שטארקע שנאה וואס הרב שבת אחים שליט"א האט צו קאסוב איז צוליב געלט, א צוויי מיליאן דאלערדיגע שאדן. סהאט מיר אלס געדריקט מי יודע וואספארא חטא ופשע דער קאסובער רבי איז באגאגנגען אז א איד קען זיך אזוי בייזערן אויף עם. אבער אז סהאט צוטון מיט געלט איז מיר שוין אלעס פארענטפערט. איך פארשטיי שוין שבת אחים אויף זיין ווייטאג. און מצד שני מן הסתם איז דא עפעס א ברעקל וואס מאנכע וואלטן געקענט מלמד זכות זיין אויף דער רבי פון קאסוב.
נאכער בלייבט מיר איבער ארויסצוברענגן מיינע געפילן ווי שטארק איך פריי זיך צו קענען האבן קאנטאקט און 'קאנעקשענס' דא אינערהאלב די ראמען פון קאווע שטיבל, מיט אזעלכע רייכע און וויכטיגע פיגורן. אידן וואס האבן צוויי מיליאן דאלערדיגע שאדענס דאס איז דאך לאו בכל יומא מתרחיש, און וואויל איז מיר אז איך קען נאנט קומען צו אזעלכע רייכע פערזענליכקייטן.
און לגבי די אנדערע עבירות וחטאים וואס דער קאסובער רבי שליט"א האט געטון. איך גלייב אז סנישט זיין איינציגסטע אקיופאציע אז ער גייט ארום פון טיר צו טיר אויף זיין גאס און זוכט וועם מקען אלס איינשפארן אין א מאקסימום סעקיוריטי טורמע. ער איז נישט א באוואפנטע גאסן רויבער וואס גייט ארום מסרן אנקלאגן און ארעסטירן אידן און בפרט זיינע שכנים. אלא מאי מוז מען זאגן אז סדא נאך צדדים צו די מטבע, שוין, מהאמיר שוין גיהערט אזאנס...
בכל אדם יש דבר יקר שאינו נמצא בשום אדם אחר! (רבי פנחס מקוריץ זי"ע)
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

ביי מיין פרשה איז דער קאסובער געגאנגען קעגן די תורה און קעגן א בפירושע הלכה און ער איז עס אליינס מודה אויף א טעיפ וואס איך באזיץ!, און דורך דעם האב איך געהאט אזעליכע גרויסע געלט שאדן. אדרבה לאמיר הערן די צווייטע זייט פון די מעשה פון זיין שכן וואס איז געגעאנגען אין א מעקסימום סעקיורטי תפיסה וועגן אים, איך ווארט פאר דיין ענטפער.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שבת אחים, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
פארשפארט