הקטן האט געשריבן:טאמבל סאס האט געשריבן:דאס האט נישט געקענט זיין דער פשט אינעם רמב"ם, קודם ווייל פון אים איז נישט משמע אז ער האט געהאלטן דאס כפשוטו עין תחץ עין איז יותר ראוי כפי הדין.
פין וואו נעמסטו דאס?
נאכדעם איז ער קלאר מדגיש אז דער פסוק טוישט זיך נישט, ד.ה. אוודאי אז ס'מוז מאכן עפעס א חילוק. אנדערש וואס איז דער חילוק רילי וויאזוי מען טייטשט די פסוק? פאר איין רגע האט מען אזוי געטייטשט?
ווער פארשטייט?
און פון זיין זוהן ר' אברהם איז זעכער משמע אז דא איז דא אן ערנסטע פראבלעם, פארוואס זאגט דער פסוק איין זאך און דער תלמוד וויל איינזעצן ס'זאל האבן געווען א צווייטער זאך?
פראבלעם?
עין תחת עין – פשטיה דקרא מבואר וביארה הקבלה שכונת המקרא "דמי שן תחת שן" וכן בכולם.
ער שרייבט אז דער פשט איז מבואר און די כונת המקרא איז "דמי שן"
און נישט נאר איז דאס א נישט קיין ציגעלייגטע זאך, נאר ער ברענגט פין ר' סעדיה ז"ל בפירושו ועדות המקרא
אז אין פסוק אליין מיז מען אויך אזוי לערנען
אים האט נישט אזוי ווייט געבאדערט אז אמאל האט מען געהאקט קעפ און היינט נישט.
אים באדערט
1) ווי אזוי ס'הייסט א המשך אויב מ'טוישט לפי הזמן, ד.ה. וויאזוי איז עס געגעבן געווארן מפי הגבורה?
און צוויי 2) וואס זוכסטו צו באהאלטן?
קענסט אפשר ווייזען פין וואו דו נעמסט אז דאס האט אים געבאדערט
ס'קוקט אויס וואו דו האסט עפעס אינסייד אינפערמעשען וועגן די רמב"ם'ס סודות
איז פארוואס זאלסטו אינז נישט ארויס העלפן מיט נאך א סוד פין דעם רמב"ם
שאאאאוזה עיקר יש לך לעמוד על סודו. והוא, שהפירושים המקובלים מפי משה, אין מחלוקת בהם בשום פנים, שהרי מאז ועד עתה לא מצאנו מחלוקת נפלה בזמן מן הזמנים, מימות משה ועד רב אשי בין החכמים, כדי שיאמר אחד, המוציא עין חברו יוציאו את עינו, שנאמר עין בעין, ויאמר השני, אינו אלא כופר בלבד שחייב לתת...
וכיוצא בזה בכלל המצות אין מחלוקת בהן. שכולן פירושים מקובלים מפי משה. ועליהם ועל דומיהם אמרו, כל התורה נאמרו כללותיה ופרטותיה ודקדוקיה מסיני.
אז דו וועסט זיין וואויל וועל איך דיר יא אוסזאגן א מהלך און דעם סוד
פארוואס די רמב"ם אין מורה האט נאר געוואלט שרייבן דעם טעם פין פשטות הפסוק אין נישט דעם טעם פין תורה שבעל פה.
אן וואס איז דאס דער ולאבא מרי ז"ל במורה רמז בזה שנמסר ממנו פירושו על פה בו הכרעה נפלאה beautiful synthesis בין הקבלה ופשט המקרא ולא אפשר לכותבו מפני שהוא ז"ל הסתירו.
ואולי י"ל דרך חדש במו"נ כאן (ועפי"ז יתבאר באופן שונה מה שהרמב"ם לא רצה לכתוב זה). כי הנה בי"ד של ישראל צריכים לדון לא רק את בנ"י כ"א גם את הנכרים התושבים עם ישראל, וכדאיתא ברמב"ם הל' מלכים ספ"י חייבין בי"ד של ישראל לעשות שופטים כו' לדון להם על פי המשפטים האלו כו', ע"ש. וכמה דינין שבפ' משפטים הם גם בנוגע לעכו"ם, ועי' במכילתא עה"פ (כא, לה) וכי יגוף שור איש להביא שור של אחרים, ופי' במפרשים (עי' זית רענן ועוד) שזהו לרבות נכרים דהם ג"כ בכלל איש (ובתו"ש חי"ז ע' קצא מביא גירסא: לרבות של נכרי). ועי' ב"ק דל"ח שממעט שור ישראל שנגח שור של נכרי רק מדכתיב בפסוק רעהו (הלא לולי הלימוד דרעהו הי' דין השור שבפ' משפטים גם בנכרי) או מלימוד ראה ויתר גויים שהתיר ממונן כו'. ועד"ז בדיני השומרים שממעטים נכרי מפסוק וכי יתן איש אל רעהו כמפורש ברמב"ם הל' שכירות רפ"ב.
...
ולפי"ז מובן בדרך מרווח מאד מה שנקטה תורה לשון עין תחת עין, שזהו משתמע לשתי פנים גם כפשוטו עבור העכו"ם, וגם ממון ע"פ ההיקש עבור ישראל. ומתורץ ההכרעה בין פשט המקרא עין תחת עין ממש (ובזה קאי הרמב"ם במו"נ) לדרשת חז"ל שהוא ממון.
ורק זאת מצאתי בתו"ש חי"ז ע' ער שמביא מס' חמדת ישראל קונטרס נר מצוה שכ': דכמו בישראל אמרה תורה עין תחת עין ומ"מ משלם ממון משום דילפינן מקרא דלא תקחו כופר לנפש רוצח אבל אתה לוקח כופר לראשי אברים, א"כ י"ל דה"ה בני נח אע"ג דחייב מיתה על חבלה מ"מ יכולין ב"ד לתקן עבור זה כופר ממון. ע"כ. אבל זהו חידושו של החמדת ישראל ואין מוכרח שכ"ה לדעת הרמב"ם.
וגם עי' במגלה עמוקות פ' אמור וז"ל: וכן מי שנותן מום לעמיתו, בן נח הורג אותו ונותן עין תחת עין ממש, אבל גבי ישראל אינו נותן רק ממון ז"ש איש כי יעשה מום בעמיתו וכאשר עשה כן יעשה בו כן הוא דין גוים אבל אני אינו פוסק כן כו'. ע"כ. הרי שבמג"ע כותב ענין זה ע"ד השלילה. ועי' המובא בתו"ש חי"ז ע' רס. אבל אנו בדברינו כאן דנין לשיטת הרמב"ם שכותב מפורש במו"נ שעין תחת עין ממש הוא ע"ד החיוב וע"פ השכל והגיון
אבער איך בעט נאך אמאל טאמבל-סאס ווער נישט ווילט, דאס דארף בלייבן א סוד, פארשטייסט פארוואס? ס'האמער געהאט געניג
נאך וואס איך האב געזען אינטערעסט וואס ער ברענגט:מצאתי בתו"ש חי"ז ע' ער שמביא מס' חמדת ישראל קונטרס נר מצוה שכ': דכמו בישראל אמרה תורה עין תחת עין ומ"מ משלם ממון משום דילפינן מקרא דלא תקחו כופר לנפש רוצח אבל אתה לוקח כופר לראשי אברים, א"כ י"ל דה"ה בני נח אע"ג דחייב מיתה על חבלה מ"מ יכולין ב"ד לתקן עבור זה כופר ממון. ע"כ. אבל זהו חידושו של החמדת ישראל ואין מוכרח שכ"ה לדעת הרמב"ם.
לקוטי שיחות
דאס שטימט זייער פיין מיט קדמונית היהידים וואס איז געשריבן געווארן פאר די גוים
איך נעם דאס פון דעם וואס אין די ספרים וואס ער האט געשריבן פאר די רוב - און נישט בלויז פאר די יחידים וואס טראכטן טיפער - האט ער אפאר מאל געברויכט פארענטפערן פארוואס ס'איז יא יושר מן הדין ווייל היינט למעשה נעמט מען נאר ממון. בקיצור, די זעלבע מאטיוו וואס שטופט די גמרא צום דרש.
איך זעה אז אפשר כאפסטו נאכנישט אז דער פארבלעם איז א צוויי פאכיגע. 1 א אויג פאר א אויג איז נישט מדה כנגד מדה ווייל יעדעמס אויג איז אנדערש און ווער קען שאצן. 2 אפי' מ'זאל יא קענען, וויאזוי גייט א אויג צוריקברענגען א אויג און פארוואס באגייען מיר די זעלבע עוולה ווי דער מזיק. חוץ מזה אז די נזקין וועלן ווייטער איבערגעחזרט ווערן דורך די זעלבע מזיקים און במילא איז אפשר נאר דא אן עלעמענט פון פארגיטיגן און נישט פון למען ישמעו ויראו. בקיצער, כ'וועל נישט אריינגיין.
"קענסט אפשר ווייזען פין וואו דו נעמסט אז דאס האט אים געבאדערט"
די ווערטער ואל תדריד רעיונך איז נישט גענוג? דאס איז פאר 1. און 2 איז ווי כהאב שוין פריער געזאגט.
"נאכדעם איז ער קלאר מדגיש אז דער פסוק טוישט זיך נישט, ד.ה. אוודאי אז ס'מוז מאכן עפעס א חילוק. אנדערש וואס איז דער חילוק רילי וויאזוי מען טייטשט די פסוק? פאר איין רגע האט מען אזוי געטייטשט?"
הקטן: ווער פארשטייט?
אומר אני: דער וואס פארשטייט פארשטייט מיך און דער וואס נישט פארשטייט דיינע חסידישע תורות אויך נישט:
1. עין תחת עין – פשטיה דקרא מבואר.
2. וביארה הקבלה שכונת המקרא "דמי שן תחת שן" וכן בכולם.
איך פארשטיי נישט וואס דו ווילסט דא מחדש זיין. (וכן מיטן איבערחזרן שפעטער די רמבםס לשון אין הקדמה. באלד מאכן loosely פארשטאנדיגע ווערטער וועט נישט ארןיסקוועטשן אן אנדער טייטש. און וועט נישט פארענטפערן סתירות אין רמבם פון איין ספר אויף דער אנדערער בלא די גאנצע שמועס.) וואס ווילסטו מיט ר' סעדיה? דריי עס ווי א כפרה עריו"כ און א שמאטע נאך הבדלה און די ווערטער און די ווערטער -
"וכבר יש סעד בקבלה זו בעדות המקרא ובראיות ההיקש כתבם רבנו סעדיה ז"ל בפירושו ועדות המקרא מאמר 'פצע תחת פצע'. וכבר קדם בכגון זה או דומה לו שאינו חייב אלא עונש ממון והוא מאמרו יתעלה וכי יריבון וגו' רק שבתו יתן וגו'"
- און אזוי אויך די ווערטער פון פסוק זעלבסט וועלן גארנישט מער זיך אויסקוועטשן. אזוי ווי כהאב פריער געזאגט אלס משל . ליטוואק זאגט עפעס און איך קום זאגן אז מ'וועט "מוזן" אריינלערנען אין ליטוואק'ס ווערטער אנדערש אדער עפעס מער. קאמאן, קאט די קרעפ.
מדגיש זיין אז דער פסוק טוישט זיך נישט, מיינט אוודאי אז ס'מוז מאכן עפעס א חילוק. I.e. הייפעטעטיקלי אויב איז דא א סנהדרין וואס פסקנט פון די תורה אהן טוישן פשוט טייטש, ברויכן זיי האקן הענט. אדער פארקערט, א סנהדרין וואס האקט הענט וועט דרעפטן א לעגיסלאציע עס צו פארמאליזירן (פון וואס וואלט, כ'בין זעכער אין אונזער קעיס, פריער געווען ארעל, קאסטאמערי אדער אפילו קאממען law) וואס זאגט אז מען זאל האקן הענט. צו מען האט טאקע געהאקט איז שוין נישט נוגע. עס איז די אטיטוד, די מאראלן וואס האבן פרעוועילד. (אמת, רבן דקרו האבן געשריבן מענטשן וואס זענען געגאנגען צו ערכאות און וואס האבן געשטאכן רעדער) אנדערש וואס איז דער חילוק רילי וויאזוי מען טייטשט די פסוק? לויטן רמבם האט מען פאר איין רגע אזוי געטייטשט? און דער קורצער רגע האט באשטימט וויאזוי די תורה זאל געשריבן ווערן?
ברענג פון מגלה עמוקות וויפיהל דו ווילסט און זאל עס אפי' זיין א ארגומענט וואס איז עוקר הרים און שטייט אויף פעסטע יסודות וועט עס אונז נאכאלץ נישט איבערצייגן אז דאס האט דער רמבם געמיינט אויב האט ער עס נישט געשריבן אפי' ברמז. "מעגליך געשריבן" רעכנט זיך אריינצוגענימען ווערן אין באטראכט לויט ווי רעלעוואנט עס איז צו די נושא און לויט ווי דרינגענד עס איז געווען פארן רמבם פונקט צו רעדן און דיך דערמאנען פון דעם - דא.
אה, וואלט נישט געווען שענער ווער קדמוניות היהודים מאכט די זעלבע דרש ווי דער תלמוד און שליסט אויס טאליאנוס אינגאנצן? איז מפני שלום העכום אדער איבה נאר ערלויבט געווארן צו זאגן האלבע ליגנטס? זאגט נישט דער קדמוניות אז ס'איז אויפ'ן ניזק צו באשלוסן? (ענדליך צו די לענדער אין מיטל מזרח וואס פראקטאצירן נפש תחת נפש נאך היינט) און נאכדעם דאס איז נישט מעיקר הדין.
Sent from my SM-G903F using Tapatalk