"פרשת אגודת החרדים" (דער וועקער - #1)

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען
[NAMELESS]

"פרשת אגודת החרדים" (דער וועקער - #1)

שליחה דורך [NAMELESS] »

[center]
דעקל 1.jpg
[/center]
[justify]יא! איר ליינט גוט. עס איז געווען א תקופה ווען די סאמע שפיץ רבי'ס ורבנים האבן זיך צוזאם גענומען, און אפילו ארויס געגעבן א קול קורא אויפצופאדערן מען זאל גרינדן ישיבות וואס זאל פיטערן די בחורים, סיי תורה און סיי לימודי חול, ובנוסף זאל זיין א חלק טאג געווידמעט אויף צו ארבעטן!

עס איז כדאי זיך באקענען מיט אן היסטארישער - אבער אומבאוואוסטער - פרשה וואס האט געשאקלט די פרומע וועלט. אנגעהויבן האט זיך אלעס, ווען דער טשארטקאווער רבי הגה"ק רבי ישראל פרידמאן זצ"ל, [רעכטער אייניקל פונעם רוזשינער] - געווען איז ער (פון) די שפיץ גרעסטע רבי('ס) אין גאליציע - האט זיך ארום געזען ווי דער יוגענט איז נישט מיט אים. זיי פארן אויף גאנץ אן אנדערן ריכטונג. דער אידישער חינוך אין מזרח גאליציע און בוקעווינע הינקעט אינטער ווי אויפן גסיסה בעטל, דער גאנצער יוגענד ווייסט נישט, און וויל נישט וויסן, גארנישט מיט אידישקייט. דער עקאנאמישער מצב איז אין די אדמה, און אידישקייט איז אויפן וועג צו באנקראט.

די נארמע איז דאן געווען אז אנע פאך צום האנט, איז א שאד געווען דאס לעבן. יונגע בחורים'לעך האבן זיך געמוזט ארויף שארן די ארבל און שוויצן אויף אהיים צו ברענגען עפעס קליינגעלט, און כדי זיך צו ערווארבן א גוטע דזשאב איז מען געגאנגן שטודירן פאר א פאך. די תוצאות איז געווען אז א חלק טאג האבן זיי געלערענט די סעקולארע לימודים אין די גימנאזיעס און אין די שטאטישע שולעס, און אין די אנדערע חלק טאג האבן זיי געארבעט אדער זיך געלערנט א פאך.

[center]
טשארקוב.jpg

הרב הק' מטשורטקוב[/center]

דער טשארטקאווער רבי זעענדיג דעם חורבן, האט באשלאסן אז ער מוז טון עפעס דרינגענד, צו ראטעווען די 'יהדות' פון באנקראט. דער טשארטקאווער רבי האט געלאזט צוזאם רופן א גרויסע אסיפה אויף צו באהאנדלען די נושא, די אסיפה איז פארגעקומען אין ווינטער שנת תרע"ב, און איז פארגעקומען אינעם שטאט טשערנאוויץ, ווי עס איז טאקע באצייכנט געווארן אלס "אסיפת טשערנאוויץ".

שמועות האבן געלויטעט אז דער טשארטקאווער האט באקומען פון א געוויסן עושר - אונטערצושטיצן די רעיון - אזויפיל ווי א מיליאן דאלער! (ווי האט דער רבי זכרונו לברכה אויסגעפירט: "אזא סכום בימים ההם..."). צווישן די געלאדענטע - חוץ דער טשארטקאווער בראש - האט זיך אנגעזען דער מנהיג ישראל בעל אהבת ישראל פון וויזשניץ, דער פחד יצחק פון באיאן, דער אלטער קאפיטשניצער הגרי"מ, דער אנטאניער רבי רבי חיים, דער סאדוגערער רבי הבעל אביר יעקב, דער הוסיאטענער, און אפי' דער שטיקל קיצוניות'דיגער רבי - הלקט עני מקאסוב (רבו של רבי חיים בלאך בעל ה'דובב שפתי ישנים'), און אזוי אויך דער טשערנאוויצער רב, הרב מבראדי, און נאך אסאך.

צוזאמען האבן זיי באשלאסן צו גרינדן א חרד'ישער קערפערשאפט מיטן נאמען "אגודת החרדים", וואס זאל כולל זיין יעדער חסידי'שן איד אנע אויסנאם, מיטן ציל צו ראטעווען דאס אידישקייט - ובפרט פון די יוגענד אין די מקומות. זיי האבן געזען אז די איינציגסטע אופן וואס עלטערן וועלן זיין גרייט צו שיקן זייערע קינדער אין אן ערליכן אנשטאלט, איז אויב זיי קומען ארויס מיט די פאלגענדע שינוים, וואס איז טאקע געווען די החלטה.


די ענדגילטיגע החלטה איז געווען, אז מען דארף זיך נעמען אויף שטעלן פארשידענע סארט מוסדות:


א. תלמוד תורה'ס אין אלע אידישע שטעט אינעם גאנצן ראיאן. און אין די תלמוד תורה'ס זאל מען לערנען תורה ויראת שמים, און דערנאך זאל מען לערנען די לאנד'ס שפראך און מעטאמאטיק.

ב. ישיבה גדולה'ס איבער פארשידענע שטעט אין גאליציע און אין באקאווינע, וואס דאס וועט זיין פאר בחורים מצויינים [-עס איז וויכטיג אנצומערקן, אז אין יענע צייטן איז (כמעט) נישט געווען קיין ישיבות אין גאליציע].

ג.
בתי מלאכה. מען וועט אויפשטעלן פון אינצווישן די שטעט, 'בתי מלאכה', אז די בחורים וואס זענען נישט צוגעפאסט צו זיצן איבערן גמרא, נאר קוועטשן סתם די בענק, זאלן זיך לערנען א פאך און אזוי ברענגן פרנסה אין שטוב, און זיי זאלן אויך קובע זיין לתורה יעדן טאג, און אויך שבת און יום טוב, אזוי זיי צו האלטן אין א ערליכע היימישע אטמאספערע.

נאך די אסיפה האבן זיי ארויס געגעבן א שטארקע 'קול קורא' מיט די אינהאלט פון די אסיפה. און די אלע באטייליגטע צדיקי הדור האבן אונטער גע'חתמ'ט אויפן 'קול קורא'.

[center]א פעסטע התנגדות[/center]

ווען דער פלאן האט באקומען פליגלען און זיך צושפרייט איבער גאליציע, האט עס אויס גערופן א ריזיגע שטורעם. פארשטייט זיך אז רוב עלטערן האבן מסכים געווען צום געדאנק, פארשטייענדיג אז דאס איז די פאסיגסטע עצה צו ראטעווען זייערע קינדער. די אידישע צייטונגען האבן באזונדער גאר שטארק געלויבט דעם רעיון, זעענדיג דאס אלץ די אלטערנאטיוו פאר 'יהדות' אין די צוקונפטיגע דורות. אבער דער בעלזער רב דער מהרי"ד, האט (ווי פאראויס געשאצט) אנדערש געהאלטן.

דער בעלזער רב איז ארויס אנטקעגן דעם געדאנק מיט ציין און נעגל, פארפירענדיג אז אזא פירצה טאר און גייט נישט פאסירן. ווי באקאנט איז בעלזא געווען אן ארט ווי פשרות האבן נישט עקזיסטירט אויפן ערד-קוגל. דער בעלזער רב'ס התנגדות איז באשטאנען אויף צוויי פראבלעמען, איינס, אז מען לערענט פרעמדע שפראכן. און צווייטנס, אז די חדר וועט זיין אויסגעשטעלט מיט קלאסן ("ועפ"י סדרים קלאסין") רח"ל! דאס אליינס איז שוין געווען א פירצה דורך בעלזע אויגן.

[center]
מהריד.jpg

הרה"ק מהרי"ד מבעלזא[/center]

דער בעלזער רב האט גלייך איינגעשפאנט נאך אדמורי"ם צו אים, און ער האט ארויס געגעבן א שארפע בריוו וויילענדיג אין קור-ארט 'מארינבאד', וואו ער רייסט ארונטער די גאנצע רעיון, און אז מען זאל חלילה נישט נאכגעשלעפט ווערן. די מודעות האט מען אנגעהאנגען אין לעמבערג און אין די ארומיגע שטעט אויף אלע געסער און ווענט. דער קול קורא איז געשריבן מיט פייער, און לאנג אויס געצויגן.

דער בעלזער רב האט געשיקט א מעסעדזש צום טשארטקאווער רבי'ן, אז 'השמר והיזהר' ער זאל זיך נישט דערוואגן צו איינפירן דעם רעיון, ווייל ער גרייט זיך דערקעגן מיט זיינע שארפסטע מיטלען, צו באקעמפן אזא פירצה.

דער חידוש איז, אז דער בעלזער גייט ארויס להשמיד אנטקעגן די גאנצע רעיון פון תלמוד תורה'ס אפילו אן לימודי חול! ער שרייבט אז דאס וועט גורם זיין אז די מלמדים וועלן נישט קענען אכטונג געבן אויף די ביכלעך פון די קינדער, און די השפעה זרה פון חברים. און צווייטנס, אז דאס וועט זיין אויסגעשטעלט מיט קלאסן, חלילה, וואס דאס איז אן אומדערהערטע זאך.
גם שיהיה הלימוד תוה"ק ע"פ מדריגות וסדרים אין זה דרך הישראלי.


באמת, האט דער טשארטקאווער געהאט געשיקט גלייך נאכן טשערנאוויצער אסיפה, צוויי שליחים צום בעלזער רב, צו אדורך רעדן און מסביר זיין די תועלת הענין, ווייל ער האט געוואוסט אז בעלזא גייט שטעלן א ווידערשטאנד. למעשה ביז וואס-וואו-ווען, איז מען אין בעלזא שוין באקאנט געווארן מיט די אסיפה, און די בעלזער הויף האט געקאכט ווי א קעסל, אז עס איז שוין נישט געווען שייך אריין צו גיין מיטן שליחות, ווי דער מערכה האט זיך געשטארקט מיט אייפער. ווען דער טשארטקאווער האט צוריק געהערט די רעזולטאטן, האט ער געזאגט: "קוקט אויס אז פון הימל לאזט מען אונז נישט אויספירן די זאך לפועל.”

דער אלטער הרב פאדווע פון לאנדאן פארציילט אן הוספה:

אז די טשארטקאווע שליחים זענען למעשה יא אריין צום בעלזער רב, אבער ער האט זיך געהאלטן ביי דאס זייניגע. דער רב האט זיי מיטגעשיקט זיין ענדגילטיגער אנטווארט איבער צו געבן פארן טשארטקאווער: "ווען איר וואלט געגאנגן מיט אונזערע ווייסע פלידן (הויזן), וואלט אייער געגענט שענער אויסגעזען"!



[center]אינטערוויו מיטן מהרי"ד מבעלזא איבערן טשארטקאוון פלאן[/center]

לשלימת הענין איז כדאי צו ציטירן עטליכע אויסצוגן פון א באשרייבונג, וואס דער רוסישער שרייבער "שמואל הורוביץ" האט געשריבן איבער זיין באזוך אין גאליציע, ווי ער האט אינטערוויו'ט די רביים פון טשארטקאוו און בעלזא, אויך איבער די נושא:


אין בעלז בין איך געפארן מיט א ציטערדיג הארץ. מ'האט מיך אין טשורטקוב, אין לעמבערג – אומעטום אין גאליציען, שטארק אנגעשראקן.

“דעם בעלזער רבי'ן זען?

- איך זאל זיך דאס ניט חלומ'ען!

- איר קענט זיך שוין שעצן גליקליך, ווען איר וועט ארויס פון בעלז מיט גאנצע ביינער!

- מ'וועט אייך בעסער נאר נישט אריין לאזן אין בעלז!”

[center][i]
מארינבאד.jpg

דער בעלזער רב זצ"ל אין מאריענבאד
[/center]

אט אזוינע ענטפערס האב איך באקומען, ווען איך האב דערציילט גאליציאנער יונגעלייט וועגן מיין פלאן צו פארן קיין בעלז. נאר.... א ווערטל זאגט: "או לודזעי פיטאי, א סוואי ראזום מאי". ס'הייסט: "ביי לייטן פרעג, און גיי דיין אייגן וועג." איך האב זיך געלאזט אויף 'קידוש השם', געזעצט זיך אין לעמבערג אין וואגאן, ווי איך שטיי און גיי, ניט צוגרייטנדיג זיך אויף די נסיעה.

…אז איך בין אריין אין רבי'ס חדר האב איך גלייך, אן א שום הקדמות, געמעלדעט ווער און וואס איך בין און צוליב וואס איך בין געקומען, אזוי ווי ביים טשורטקובער און ביי די פריערדיגע רביים האב איך ערקלערט, אז מיין קומען צו זיי איז נאטורליך, ווייל איך בין געשיקט קיין גאליציען צו באקענען זיך מיטן לעבן פון די גאליציאנער אידן. מיר זענען באזונדער אינטערעסירט אין די רביים, ווייל זיי האבן א גרויסע ווירקונג אין פאלק און ס'איז פאר מיר זייער וויכטיג צו וויסן: ווי פארהאלטן זיי זיך צו געוויסע פראגן פון אידישן לעבן אין גאליציען. איך האב געזאגט דעם בעלזער, אז איך בין געווען שוין פריער ביים טשורטקובער, האב אויך באזוכט דעם אטאניער, די סאדוגערער רביים.

מיין ערשיינונג, און מיין דעקלעראציע, איז געווען אן איבערראשונג פאר דעם רבי'ן, ווי אויך פאר די גבאים און חסידים, וואס זענען געווען בשעת מעשה אין דעם רבי'נס חדר מיוחד. דער גבאי האט געווארפן בייזע בליקן אויף דער טיר, ווי ער וואלט זיך וואונדערן, וויאזוי האט די טיר געקענט האבן די העזה אריינצולאזן אזא איינעם צום הייליגן רבי'ן. ס'איז אבער געווען פארפאלן.

מיר זענען אינטערעסירט צו הערן פון אים, פונעם בעלזער אליין, זיין מיינונג וועגן דעם טשורטקובער רבי'נס פראיעקט פון האנד-ווערק שולן פאר אידישע קינדער אין גאליציען.
[center]
טשארטקוב.jpg

דער טשורטקובער רבי זצ"ל אויף א שפאציר[/center]

אויף דער פראגע: וואס איך האב געזען אין גאליציען? האב איך געענטפערט, אז איך האב געזען גרויס ארימקייט. איך האב צוגעגעבן, אז אריינטראכטענדיג זיך אין די סיבות פון דער שלעכטער אידישער לאגע אין גאליציען און ווארפענדיג א קוק אויף דער צוקונפט, איז ליידער נישט צו זען קיין האפענונג, אז אידן זאלן ווערן בעסער אין גאליציען. גאליציאנער אידן שטייען בעפאר א חורבן. אויב מ'קען עפעס היילן, איז – ענדערן די ערציאונג פון אידישע קינדער.

די עקזיסטענץ פון דריי-פערטל גאליציאנער אידן איז אנגעוויזן נאר אויפן האנדל. איבערהויפט אויף קליינהאנדל. א פאלק וואס איז אנגעוויזן נאר אויף איין פרנסה, קען נישט זיין גליקליך. באדעקן גאליציען מיט א גאנצע נעץ פון האנד-ווערק שולען, וואלט געווען איינע פון די וויכטיגסטע זאכן, וואס קען ראטעווען די גאליציאנער אידן. איך האב געהערט–האב איך צוגעגעבן–אז באוואוסטע רבנים און רביים קלערן שטארק וועגן אזעלכע שולן. אבער איר, רבי, זייט קעגן דעם. וואלט איך וועלן וויסן דעם טעם, פאר וואס זייט איר קעגן דעם.

דער בעלזער האט מיר אויסגעהערט, דערנאך האט ער געזאגט: ערשטענס איז נישט ריכטיג, אז די אידישע בעלי מלאכות ארבעטן ערגער פון די גוי'אישע, איך וואלט אייך קענען אנווייזן, אפילו דא אין בעלז גופא גוטע אידישע בעלי מלאכות... איך ווייס אסאך אידן, וואס האבן שיין פרנסה.

און וואס ס'איז שייך די שולען, וואס איר זאגט, איז טאקע אמת, אז איך וויל ניט דערלאזן קיין שולען! וואס האט געפעלט אידן אמאל, אז ס'איז נישט געווען קיין שולען? אידען זענען געווען פרום, האט זיי טאקע גארנישט געפעלט.

ער האט גערעדט מיט הארץ, מיט התלהבות, זיינע אויגן האבן בשעת מעשה געפלאמט, דער גאנצער קערפער האט זיך שטארק באוועגט. גערעדט האט ער אן כעס, נאר גוטמוטיג, סטארענדיג מיר צו געבן צו פארשטיין אז איך האב א טעות. איך האב געזען, אז ער, דער בעלזער, איז אויפריכטיג, אז זיין גאנצער קערפער האט אויסגעדריקט איינס – מ'דארף פארטרויען, מ'דארף גלויבן אין גאט און פאלגן זיינע געבאטן; איך האב געשוויגן. ער האט ווייטער גערעדט, נישט הויך, נישט צוקאכט, אבער מיט טיפער התלהבות פון א שטארק גלויביגער מענטש.

דער גבאי און די חסיד ארום האבן אויף מיר געווארפן בייזע בליקן, למאי איך עס אים אפ דאס הארץ. יעדער פון זיי – דאס האב איך דייטליך געפילט – איז געווען גרייט אנכאפן מיך און 'מכבד' זיין, ווי עס פארדינט אזא איינער וואס וואגט צו פירן מיטן רבי'ן א וויכוח.

איך האב זיך געאיילט צו מאכן א סוף צום וויכוח. האב אויסגעשטרעקט דעם רבי'ן די האנד, צו נעמען פון אים אפשייד און זיך געזעגענען, ער האט אבער גענומען מיין האנד און מיך נישט געלאזט גיין. ער האט ווייטער גערעדט, מיך איבערצייגן.

בשעת ער האט געהאלטן מיין האנד, האב איך מיך דעמאלט געפילט אין זיין מאסט. איך בין געווען טיף גערירט פון זיין ווארימען פשוט'ן גלויבן. איך האב דעמאלט געוואלט קענען זיין אזוי ווי ער. איך בין ממש געווען ווי אין א היפנאטישער צושטאנד.[/i]

עד כאן פון דעם שרייבער שמואל הורוביץ.

(הכתב מש"ה- צייטשריפט)

[center]עפילאג[/center]

ס'שווער זיך פארצושטעלן ווי אזוי ס'וואלט אויסגעקוקט די חינוך היינט צוטאגס, ווען דער טשארטקאווער רבי וואלט געזיגט.

הגם, ס'איז דא א צד צו קלערן- וואס דער גאנג איז גאנץ פאפולער דא אין שטיבל- אז ס'וואלט זיכער בעסער געווען מיט דער טשארקאווער'ס פלאן. דער גאנצער באנעמונג אונזערע, די סענסיוויטיט, די לייף סטייל פון לעבן אויף פעטער שמואל, וכו', וכו', וואס ציט ווייטער צו אן ענדלאזע קייט, וואלט געווען אסאך מילדער און א גלייכער.

נעמענדיג אבער אין באטראכט די פאקט, אז "ווי עס גוי'שט זיך אידיש'ט זיך", ווי היסטורי' האט אונז געצייגט... בין איך נישט איבערצייגט, אז דער טשארטקאווער'ס מהלך וואלט אונז בלויז בענעפיטירט. דעתי נוטה, דאס אז דער בעלזער רב האט געזיגט איז 'מעגליך' גאר א רעטונג פאר אונז כהיום.

אזויפיל קלער איך יא, אויף דעם חלק אז די שוואכע בחורים זאלן גיין ארבייטן- עס איז א שאד אז דאס איז נישט דורך געבראכן געווארן. איך האלט, אז אן א שיעור קרבנות וואס פאלן ליידער ארויס טאג טעגליך פון די ישיבות, וואלטן געבליבן ביי אונז ערליכע בעלי בתים נאמנים לה' ולתורתו. אונזער "אפגעפליקטע נושרים באזע" וואלט נישט געוואקסן ווי אויף הייוון, און אוודאי נישט געשאפן א פעיס בוק גרופע פון אכצן הינדערט נשמות, וואס איז בלויז פון אונזערע ברודער וואס האבן אונז פארלאזט.

דער אמת איז, אז ס'איז היינט שוין דא א שטארקע אויפוואכונג אויף דעם פראבלעם. אסאך מנהיגים זעהן צוביסלעך איין, אז נישט יעדער בחור וואס טראגט א היט, מיינט דאס אז די ישיבה ווענט דארפן אים צוימען פון זון אויפגאנג ביז ביינאכט, און מען שטעלט טאקע צו לייכטערע מסגרת'ן און פארשידענס, צו האלטן פארנומען די שוואכערע בחורים. הגם, מען דארף זיי צושטעלן געהעריגע דזשאבס און קורסען, זיך צו קענען ערווארבען נארמאלע שטעלעס, און נישט בלויז לויזע מסגרת'ן מיט לייכטע שעות, שיינע דרשה'לעך, אבער מיט די צייט, וועט דאס אויך ווערן.

אגב, דער בעלזער רב זצ"ל אליינס, האט שפעטער צוריק געצויגן פון זיין התנגדות, ואכמ"ל. אבער ס'שוין געווען ליידער צו שפעט. חבל.


אינטערעסאנט צוצולייגן, אז דער בעלזער רב שליט"א, האט אמאל גענומען די דרייסטקייט פרעגנדיג דעם אלטן קאפיטשניצער רבי זצ"ל: "מיט היינטיגע ברילן אז מען קוקט אויף צוריק, ווער איז גערעכט געווען אין דער מחלוקת צו ראטעווען דער דור?". אנטשלאסן איז געווען דער תשובה פונעם קאפיטשניצער: "אוודאי דער מהלך פונעם טשארטקאווער וואלט געראטעוועט אונזער דור!"


מקורות:

פרטים איבער די אסיפה- עיתון 'המצפה' יארע 1912, צווישן די חדשים אדר- סיון.

דער התנגדות בריוו פון בעלזער רב- אדמו"רי בעלזא מר' ישראל קלפהולץ.

דער קול קורא מאדמו"רי ריזשין- 'מארגן דזשורנאל' אפריל 22, 1912.[/justify]
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך וועל צולייגן אפאר הערות וואס איך האב אמאל געהערט.

א. נאך בשעת די אסיפה האבן איינע פון די רבי'ס זיך געטענה'ט אז וואס האמיר פון דעם, זאגנדיג 'דער בעלזער רב וועט נאר געבן א דריי מיט'ן קאלפיק אין דאס גאנצע פלאן עט צובלאזן ווערן' (בערך אזוי).

ב. די בעלזער רב האט דעמאלטס געזאגט אז ער גייט אויפהייבן דעם 'צאנזער באטש' אויב דער טשארטקאווער לאזט נישט נאך..

ג. די רעיון איז געווען בעיקר מיוסד אויף עפעס א תקנה פון די ב"ח בשעתו. למעשה ווען די טשארטקאווער רבי האט געהערט דאס שטארקע התנגדות פונ'ם בעלזער האט ער געעזאגט אז ער געט אויף, זאגנדיג אז די תוצאה פון דעם 'תורה ועבודה' רעיון וועט מען הערשט זען אין אפאר יאר ארום 'אבער די מחלוקת וועט שוין זיין יעצט און דאס לוינט זיך שוין נישט'.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

יא. שמעתי דערפון. דער טשארטקובער האט געזאגט: "די גוטע חלקים פון די תקנות וועט נעמען 'צייט' ביז מען וועט עס זעהן, אבער די חלק פון מחלוקת איז שוין 'יעצט' אויף די מינוט".
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

בייגעלייגט איז די גירסא פון 'מושיען של ישראל' וואס דער קאפיטשיניצער זאל האבן פארציילט פארן סאטמאר רב איבער זיין באזוך אין בעלזא.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

יי"ש בן אדם. איך האב געהאט געשריבן איבער אט די סאטמארער געבעקס, אבער איך האב עס פארמעקט לאיזה סיבה.

אי"ה וועל איך שרייבן מה ששמעתי בעצמו מאחד החברים הפרטיים של הקאפיטשניצער זצ"ל. אודות ביקורו האינטרסנטי בבעלז. (און אפי' באקומען דארט א גאפל! צו עסן).

ווען כ'על האבן צייט.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ס'איז אבער דא אידן וואס האבן געהערט די מעשה פונ'ם קאפיטשיניצער ממש פארקערט פון דער מש"י גירסא, אז ער קאפיטשיניצער איז געפארן מיט א כוונה תחילה קיין בעלזא נישט וועגן די אגודה, נאר דורך צושמועסן די ענין פון די תורה ועבודה פראגראם. אין למעשה האט עם דער בעלזער זייער מכבד געווען אל אף ס'איז געווען א שבת שבע ברכות און חוץ פון דעם וואס ער איז נאך נישט געווען רבי וויל זיין טאטע - דער אלטער קאפיטשיניצער האט נאך געלעבט. נאך שבת האט ער געהאט גאר א לאנגען שמועס מיט'ן רב שפאצירנדיג אין ביהמ"ד ארויף אין אראפ ציווישן די יושבים.

ס'קומענדיגע בין איך נישט קלאר אבער ס'הייסט אז פון דעם שמועס האט די בעלזער רב שוין אביסל צירוקגעצויגן. (דער גירסא האב איך קודם געהערט אין בעלזא!)

-----------
אה. געהאקט. שוין קודם שרייב איך וואס איך ווייס.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום [NAMELESS], רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
[NAMELESS]

די 'בעלזע' צוגאנג צו פראבלעמען במצב הדור

שליחה דורך [NAMELESS] »

די אשכול איז גאר גאר א וויכטיגע [הגם דו האסט זיך זעלבסט-צענזורירט דא אין ק"ש...].

וועמענ'ס מהלך איז ריכטיג איז אפן פאר דיסקוסיע, און דאס וועל איך אפשר באשרייבן א צווייטע מאל פון מיין פרעספעקטיוו [ועי' כאן, מש"כ היום]. אבער איין זאך איז נישט אפן פאר דיסוקסיע, און דאס איז די בעלזע צוגאנג דערצו - וואס פון דעם וויל איך יעצט רעדן. אין בעלזא ווי אין בעלזא, האט מען קיינמאל נישט פארשטאנען אז דור הולך ודור בא. ביי זיי האט זיך אידישקייט אנגעהויבן ביים ביהמ"ד געבויט לויט אליהו הנביא'ס הדרכות, און געענדיגט ביים זוכן א שטיקל מצה די דריטע טאג פסח - מרוב דחקות.

יעדע נארמאלקייט וואס אלע אנדערע חסידות'ן האבן פארשטאנען, איז ביי זיי געווען גענצליך אפגעפרעגט. אזא נארישע סטעיטמענט [מיט וואס זיי גרויסן זיך נאך עד ימינו אלה] ווי ווען א איד אין בעלזא לייגט קנעפלעך אויפן העמד שמד'ט זיך א איד אין וויען, נעמט אריין אין זיך די גרעסטע מאס איגנאראנץ [פלוס חוצפה ועזות. דער סימבאל פון אמאליגער בעלזער צוגאנג צו אלס. עי' ערך 'יושבים'] שייך.

אין אזא סביבה איז פשוט, אז אזא טריפה'נע געדאנק ווי מאכן 'באזונדערע קלאסן' פאר קינדער, איז געווען א לכתחילה'דיגע טענה אין בעלזא. זיך לערנען עפעס וויסנשאפט, איז שוין געווען דער סמ"ך מ"ם בכבודו ובעצמו.

דאס איז טאקע די זעלבע בעלזא, וואס איז געווען א וועלטס-חסידות אבער ארעם ווי די נאכט - ווייל קיינער האט זיך נישט געלערנט, און כמעט קיינער האט נישט געמאכט קיין געלט. דאס איז טאקע די זעלבע חסידות, וואס האט געהאט א באנדע צדיקים ששימשו גם כ... ווען אסאך יושבים האבן זיך געפירט ווי געמיינע טעראריסטן קעגן יעדן וואס ס'האט זיי נישט געשמעקט יענעמ'ס נאז. דאס איז געווען פון די איינציגסטע וועלטס חסידות'ן פארן קריג, וואס האבן עקשנות'דיגערהייט נישט געעפנט קיין ישיבה [און זייער יונגט איז טאקע אונטערגעגאנגען אויף א שרעקליכן גאלאפ. ערגער פון כמעט סיי וועלכן אנדערן חסידות]. דאס איז געווען דער איינציגסטער חסידות וואס האט געהאקט אנטקעגן שרה שענירער'ס געדאנק פון מיידל שולע'ס - נישט מכח עפעס זאכליכע פראבלעמען, נאר ווייל ס'איז א מאדערנע געדאנק. פאר די זעלבע סיבה איז דאס געווען די איינציגסטע חסידות וואס האט זיך מתנגד געווען צו אגודת ישראל פאר די זעלבע סיבה, 'ס'איז א מאדערנע זאך'. אוודאי שטימט שוין דער בל יראה ובל ימצא פון אזא טריפה'נע כלי ווי די סמארטפאן, אה - איימסארי, 'א גאפל', אין בעלזא. ס'הייסט? ס'איז א מאדערנע זאך! קיין סיבות ישרות האבן נישט אויסגעפעלט, די עצם פאקט אז ס'איז געווען 'ניי' האט עס פאר'טרפה'ט לעד ולנצח נצחים.

דער אני ואפסי עוד, וואס בעלזא האט געפרעדיגט מיום היווסדה, האט נישט זיינס גלייכן אין חסיד'ישער היסטאריע [עכ"פ ווען דער אני ואפסי איז געבויט אויף - גארנישט, נישט מח (חב"ד), נישט פייער (צאנז), נישט נשמה (ברסלב), נישט ענוה (סלאנים), וכו']. כאטש וואס דאס גייט נאך אן עד ימינו אלה [כ'ליין דעם 'מחנה החרדי' וועכנטליך], איז עס היינט באזירט אויף גוטס און אויפטון ביי זיך, ווי איידער אויף פייניגן און איינטיילן כלל ישראל וואס צו טון.

ויזכר לטוב דער היינטיגער בעלזער רבי, וואס חוץ פון זיין 'עשה טוב' ביי זיין אייגענעם עולם, איז ער אויך דער פיאניר פון אסאך 'מאדערנע מושגים' ביים חרד'ישן ציבור [וכ"ש אין בעלזא גופא]. אנגעהויבן פון איינפירן צו זינגען ביי זיינע טישן [וואס איז געווען לא יראה וימצא אין אלט-בעלזא], א נוסח התפילה באופן מדוקדק [יתגדל ויתקדש...], אריינברענגען פסיכאלאגיע אין אלע חרד'ישע מוסדות, בחורים לערנען מיט יונגעלייט, ועוד ועוד. זעט אויס, אז דאס איז א תשובת המשקל אויף אמאליגע בעלזער צוגאנג פון זיך ספראווען מיט נייע פראבלעמען, דורך אנהאלטן אור-אלטע מיטלן.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איך האב שוין געשריבען אויף דער טעמע, ועוד חזון למועד. אבער אדנירם האט אויסגעלאזט איין נקודה. למעשה האבען פיהל רבי'ס זיך געווייקט אין בעלזא און בעלזא האט געהאט א השפעה אויף אנדערע. ס'איז מיר שווער צו גלויבען אז ווען אנדערע וואלטען געווען אזוי גרויס וואלטען זיי אזוינס נישט געטוהן. און היינט וואלטען אסאך געוואלט נאכמאכען דער מהלך. טשערנאבעל איז געווען צוטיילט צווישען צופיהל אייניקלאך צו קענען אזוי טוהן. ווען יא, וואלט בעלזא געווען איידעל כלפי זיי. און גער און חב"ד זענען טאקע גרויס געווען, און וויפיהל האבען זיי זיך גערעכענט מיט אנדערע? יא, חב"ד האט געמאכט תומכי תמימים'ס (טאמער דאס הייסט א ישיבה, איז וואלאזין נישט קיין ישיבה, ווייל דיר אויס וועלכע דו ווילסט), אבער דאס האט געהאלטען דער עולם אין חב"ד, נישט לשם אידישקייט. ראדאמסק האט געמאכט ישיבות לשם לערנען, כידוע, אבער קיין סאך חסידים זענען דארט נישט געווען, עכ"פ נישט גענוג צו זיין א מעכטיגע באוועגונג.

דער מעשה מיט די אסיפה לערנט אונז אפשר עפעס אנדעריש אויס. ווען זיי וואלטען געמאכט א קליינע מוסד אין איין שטעטל פאר די בחורים, וואלט קיין בייז בלוט נישט געווען, און דער קליינע אויפטוה, מיט מעגליך נאכפאלגער'ס, געווען אויך עפעס. ובפרט אז אזוי וואלטען זיך געקענט לערנען וועלכע וועג ארבעט, וויאזוי עס צו טוהן צו פארמיידען די פראבלעמען וואס בעלזא האט מעורר געווען. נאר א נקודה למחשבה.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ליטוואק, דו ווייסט וועלכע חסידות פלעגט זיין ווי גרויס?
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ליטוואק, נעקסטיים טראכט בעפאר דו רעדסט.

פיך הכשילך. ס'געווען גענוג ריזן חסידות'ן בעפאר'ן קריג, סטאלין [פונעם ינוקא], גור, אלכסנדר, ראדאמסק, באבוב, וויזניץ, אא"וו. קיינער האט נישט אנגעפירט א פערטל אזא טעראר אפאראט ווי בעלזא האט, און זיי זענען נישט געווען א צענטל אזוי צוריקגעשטאנען [און נאך 'בשיטה'] ווי בעלזא.

מ'רעדט נישט פון טעראר ווען ס'קומט צו אייגענע אינטערעסן [גערע און אלכסנדר'ע חסידים אין שטאט, ווער זאל זיין רב], נאר טעראר לשם טעראר. נעם טאקע אונזער אגודת החרדים, ווילסט נישט - האב קיין שייכות דערמיט. אבער איינטיילן יענעם? יא, דאס איז געווען די יסוד פון בעלזער התנהגות לעומת אנדערע חסידות'ן.

ווייטער, די וואס האבן אויפגעטון פאר אידישקייט, רעד איך דען צו זיי האבן אויפגעטון פאר זיך צו פארן כלל? וואו קומט עס אריין? וואס מישטו אריין דיין גרף של רעי איבעראל? חב"ד האט גע'דאגה'ט פאר חב"ד - און פאר אנדערע אויך, אבער דאס איז נישט די טעמע. זיי האבן 'אויפגעטון', כמוהם בגור, ראדאמסק, באבוב, וויזניץ, ועוד. ווידער בעלזא איז געווען דער היפוך, לא די זיי האבן נישט אויפגעטון פאר זיך, האבן זיי גאר 'איינגעטיילט פאר יענעם'.

דיין טרויעריגע אפטייטש אויף ישיבת תומכי תמימים, איז ענדערש אן אפטייטש אויף ליטוואק פון בודאפעסט. נישט אויף תו"ת.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

אדנירם האט געשריבן:
דיין טרויעריגע אפטייטש אויף ישיבת תומכי תמימים, איז ענדערש אן אפטייטש אויף ליטוואק פון בודאפעסט. נישט אויף תו"ת.


אדער אויף וואלאזין ;)

באמת ביסטו גערעכט, איך האב געשריבען זייער שנעל, און ביים דרוקען 'שיק' האב איך מיר געטראכט א האלבע סעקונדע 'אפשר זאך איך טוהן פאמעלעך', אבער למעשה האב איך זיך נישט געפאלגט. איך וואלט געמעגט אפשר איבערשרייבען, אבער מיין תגובה אויף דער אשכול ווייסטו דאך, דאס איז נאר קרישקעלעך.

איך האב בעיקר געמיינט כלפי דאס וואס א חסידות האט א השפעה אויף א צווייטען. סטאלין האט געהאט זיינס, נישט יענעמ'ס. בעלזא האט געהאט רבנים און אנדערע רבי'ס אונטער זיך, דעריבער איז געווען א טעראר אפאראט. קענסט אפשר טענה'ן אז דאס גופא איז געווען דער טעראר, אריינכאפען רבנים אונטער זיך. די זעלבע איז ביי די אלע אנדערע חסידות'ער וואס דו האסט דערמאנט. גער האט געהאט רבנים און א גאנצע פארטיי אונטער זיך, און טאקע פאר דעם האבען זיי אנגעפיפען דער וועלט (עי' ערך 'מתיתאווצע'ס) און איהר פראבלעמען.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
מפוזרי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 1566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל

Re: "פרשת אגודת החרדים" (דער וועקער - #1)

שליחה דורך מפוזרי »

גאר א וויכטיגע אַרטיקל!

ויש להוסיף, שהאדמו״ר הק' מעולם לא זנח את תוכניותיו, וקיווה ליישמם באמצעות אגודת ישראל, וזה היה, לדעתו, אחת מהמטרות העיקריות של האגודה.

גם בנו האדמו״ר רנ״מ עורר על כך בנאום הפתיחה לכנסיה הגדולה השלישית, והנני מצטט מתוך לשונו:
שלש משאלות יש לי כלפי הכנסיה הגדולה הנוכחית: להתמסר למען החינוך. ארץ ישראל. והקמת בתי מלאכה במסגרת החינוך, לנוער הזקוק לכך.
זה היה רצונו של כ״ק אבי ז״ל...

אין ספר דורש טוב איז געדרוקט די דרשה, און דערנאך אן אינטערוויו וואס ער דעמאלטס געגעבן בנוגע לזה.

אזוי אויך איז דא דארט סוף ספר, א נספח, וואו מ'איז מאריך ע״ד שיטתו של האדמו״ר בשאלות החינוך לילדי ישראל.

איך ברענג אראפ איין ראזשינקע פון דארט: האדמו״ר הק׳ אמר על אחד מהגדולים שהתנגד בחזקה לתכניתו: גדול זה הוא ירא שמים עד כדי כך, שהוא עוצם את עיניו מלהסתכל מחוץ לד׳ אמותיו, ולכן אין הוא מבין במתרחש...
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
סמבטיון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1358
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 915 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1562 מאל

שליחה דורך סמבטיון »

"אזא נארישע סטעיטמענט [מיט וואס זיי גרויסן זיך נאך עד ימינו אלה] ווי ווען א איד אין בעלזא לייגט קנעפלעך אויפן העמד שמד'ט זיך א איד אין וויען, נעמט אריין אין זיך די גרעסטע מאס איגנאראנץ [פלוס חוצפה ועזות. דער סימבאל פון אמאליגער בעלזער צוגאנג צו אלס. עי' ערך 'יושבים'] שייך."

די סטעיטמענט קומט פון די פריעדיגע בעלזא רב ר' ישכר דוב זצ"ל, ומעשה שהיה כך היה, אז די סדר פלעגט זיין אז ווען די רב ז"ל פלעגט פארן אויף א נסיעה פלעגן די חסידים פון די שטעט ווי די רב ז"ל איז אריבער ארויסקומען מקבל פנים זיין דעם רב, איינמאל האבן זיך צוויי פויערן צושטאכן איינער דעם צווייטן אין שטאט היבנוב און ווען די פריעדיגע רב ר' ישכר דוב אריבער געפארן די שטאט היבנוב האט ער זיך נישט געוואלט אפשטעלן, און ער האט געזאגט אז חסידים שטעכן זיך מיט ווערטער שטעכען זיך גוים מיט מעסערס, (זעט אויס סעגעווען עפעס לעבעדיג דארט אין שטאט צווישן די חסידים) עלכ"פ די סטעיטמענט וואס די האסט פריער אראפ געברענגט קומט דאכט זיך פון די יושבים, וואס ווער די יושבים זענען געווען פאדערט זיך טאקע א באזינדערע אשכול, ווייל חוץ פון די אלע שטיקלעך אין טעראר וואס זיי האבן אנגעזייט איז געוועהן צווישן זיי לייבן און וואלטן געקענט זיין גרויסע רבי'ס, אבער איך ברענג דא די מעשה פשוט ארויס צו ברענגען אז די פריעדיגע רב האט געזאגט דעם זעלבן נקידה אויף אן אנדערע וועג, סא פאר די עפענסט דיין גרויס מויל און דו באטיטלסט עס אלטס "נארישע סטעיטמענט/פלוס חוצפה ועזות" טראכט א רגע אריין פון ווי די סטעיטמענט קומט.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך האב געהערט מפ"ק פון כ"ק אדמו"ר מסטאניסלאב-לונדון ה"ה הרה"צ ר' אורי אשכנזי שליט"א - אליין א בעלזער אייניקל וואס האט נאכגעזאגט דעם נוסח פונ'ם פריערדיגן רב ז"ל בזה"ל: אז ווען א איד אין בעלז געט זיך א קנייטש מיט'ן היטל (לשם מאדערנקייט) שמד'ט זיך א איד אין דייטשלאנד.
גראדע האלט איך אז דער ווארט האט אין זיך א שטארקע נקודה. אבער וואס ער האט געמיינט איז שוין אן עקסטערע שמועס.
יהושע חיים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 917
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 26, 2012 8:56 pm
האט שוין געלייקט: 45 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 423 מאל

שליחה דורך יהושע חיים »

געהערט האב איך אז האדמו"ר אי"ה מקאפישניץ איז געווען ביים מהרי"ד מבעלז און וויען און ער האט מורא געהעט אז מהרי"ד וועט עהם אפיר האלטן דערויף למעשה האט עס מהרי"ד גארנישט געפרעגט ביז ער איז זיך געגאנגען געזעגענן ביי א סעודת ברית האט מהרי"ד עהם געהייסן ווארטן אויף נאך ברכת המזון האט ער געזאגט אז ער דארף כאפן די באן אבער מהרי"ד האט נישט נאכגעלאזט און פארלאנגט צו בלייבן. נאכן ברית איז מהרי"ד ארויס מיט עם אין גארטן און געשמיעסט מיט עהם דער גאנצע נושא און ער האט מסביר געווען וואס מען האט געוואלט טיהן און אויפטיהן און צום סוף האט עם מהרי"ד געזאגט גיי זאג פאר דער טשארטקווער אז איך בין שוין מסכים וואס ער האט דערויף געזאגט אז דעמאלס בין איך געווען יונג און איך האב געהאט די כוחות פאר דעם היינט קען איך שוין נישט (וחבל!!!)
כך שמעתי איך געדענק נישט קיין מקור
נאך ליגט מיר און קאפ אז מהרב"ץ מבאבוב איז אויך עפעס געווען פארמישט מיט דער פרשה
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

Re: "פרשת אגודת החרדים" (דער וועקער - #1)

שליחה דורך דעת תורה »

זיי קלארער מסביר די לעצטע זאך, אז מהרי"ד האט אים געזאגט ער זאל זאגן דעם טשארטקאווער אז וואס?
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
יהושע חיים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 917
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 26, 2012 8:56 pm
האט שוין געלייקט: 45 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 423 מאל

שליחה דורך יהושע חיים »

דעת תורה האט געשריבן:זיי קלארער מסביר די לעצטע זאך, אז מהרי"ד האט אים געזאגט ער זאל זאגן דעם טשארטקאווער אז וואס?

נאכן אויסהערן די פלענער און די ציל וכו' וכו' האט מהרי"ד מסכים געווען אז עס איז א גוטע זאך און אז ער קען גיין מודיע זיין אז ער גייט נישט שטערן
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

Re: "פרשת אגודת החרדים" (דער וועקער - #1)

שליחה דורך דעת תורה »

אה, כ'האב נישט געכאפט. אויף דעם האט דער טשארטקאווער געענטפערט אז ער האט שוין נישט היינט קיין כח, שטימט?
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
יהושע חיים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 917
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 26, 2012 8:56 pm
האט שוין געלייקט: 45 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 423 מאל

Re: "פרשת אגודת החרדים" (דער וועקער - #1)

שליחה דורך יהושע חיים »

נכון
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: "פרשת אגודת החרדים" (דער וועקער - #1)

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

די מימרא וועגען שמד'ן וכדו' זאגט מען ביי ליטווישע בשם ר' ישראל סאלאנטער. ער האט געוואלט ארויסברענגען דער כח פון א איד וואס זיצט אין זיין ווינקעל דינען דער אויבישטער, האט ער געזאגט 'ווען א פרוש אין איישישאק פארמאכט זיין גמרא פינף מינוט פרי, שמד זיך די באנקיער אין פאריז'. ער האט עס מסביר געווען ווי א קייט, דער פרוש לערנט טאג און נאכט, א נארמאלע בן תורה לערנט רוב טאג, דער בעלעבאס האט א סדר א פאר שעה א טאג, א בעלמלאכה זאגט כאטש תהלים, עין יעקב און חק, און דער משכיל אין ווילנא היט כאטש שבת און דער דאקטאר אין ברלין איז כאטש א מיטגעלידער אין אן ארטאדאקסישער קהלה און דער באנקיער האט כאטש נאך נישט געשמד'ט. ווען דער פרוש לאזט נאך זיין סטאנדארד, גייט אלס אראפ.

מ'זאגט א הוספה צו דעם בשם ר' ברוך מרדכי אזרחי שליט"א - ווען א בחור אין עטרת (זיין ישיבה) כאפט א שמועס אין מיט'ן לערנען, ווארפט מען שטענדער'ס אין פאנאוויעז!

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אין בעלז האט אויך מסביר געווען אזוי די כוונה פון פריערדיגן רב
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: "פרשת אגודת החרדים" (דער וועקער - #1)

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

דער חילוק איז אבער, אז ר' ישראל סאלאנטער האט נישט געוואוינט אין איישישאק און נישט געהאט קיין סבה אויסצורימען דער איישישאקער פרוש אלס דער אויבישטער עק פונ'ם קייט, משא"כ.....

און דאס איז כוונת קדשו פון הגרבמ"א

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

כידוע אויך, אז הגרמ"ד ווייסמאנדל האט געוואלט עפענען אין נייטרא ישיבה אין מאונט קיסקא אויך א בית מלאכה, א דפוס ארויסצוגעבן ספרים, א פארם פאר בהמות, שניידעריי וכו' [כ'בין נאר מסופק צו ס'האט געדארפט זיין פאר די בחורים, אדער נאר פאר די חתונה געהאטע].

---
אן אינטרעסאנטע אנעקדאט האב איך אקארשט געליינט אין די צייטונג [פון פרשת במדבר], ווי א מלחמה איבערלעבער ר' הלל הימעל דערציילט בזה"ל, איבער זיין אנקומען אין אמעריקע נאכן קריג:

"איך האב געזוכט א היימישע אידישע סביבה. זייענדיג אמאל ביים באבוב'ער רב זצ"ל אין די וועסט סייד פון מאנהעטן, האט עס מיר זייער געפאלן, און איך האב זיך דארט באזעצט. איך בין געגאנגען צום דאווענען און צו די טישן, דער רב איז געווען זייער א פריינטליכער מענטש, אוהב את הבריות ומקרבן לתורה".

"דער רב האט געעפנט א ישיבה 'תורה ומלאכה', וואו מען האט א האלבע טאג געלערנט געווענליכע לימודים, און א האלבע טאג האט מען זיך געלערנט א פאך, אלס זייגער מאכערס".

ער פירט דארטן אויס אז ער האט אויך דארטן געלערנט, און דאס איז טאקע געווען די פאך וואס האט אים צוגעשטעלט פרנסה אלע יארן!
פארשפארט