[justify]יא! איר ליינט גוט. עס איז געווען א תקופה ווען די סאמע שפיץ רבי'ס ורבנים האבן זיך צוזאם גענומען, און אפילו ארויס געגעבן א קול קורא אויפצופאדערן מען זאל גרינדן ישיבות וואס זאל פיטערן די בחורים, סיי תורה און סיי לימודי חול, ובנוסף זאל זיין א חלק טאג געווידמעט אויף צו ארבעטן!
עס איז כדאי זיך באקענען מיט אן היסטארישער - אבער אומבאוואוסטער - פרשה וואס האט געשאקלט די פרומע וועלט. אנגעהויבן האט זיך אלעס, ווען דער טשארטקאווער רבי הגה"ק רבי ישראל פרידמאן זצ"ל, [רעכטער אייניקל פונעם רוזשינער] - געווען איז ער (פון) די שפיץ גרעסטע רבי('ס) אין גאליציע - האט זיך ארום געזען ווי דער יוגענט איז נישט מיט אים. זיי פארן אויף גאנץ אן אנדערן ריכטונג. דער אידישער חינוך אין מזרח גאליציע און בוקעווינע הינקעט אינטער ווי אויפן גסיסה בעטל, דער גאנצער יוגענד ווייסט נישט, און וויל נישט וויסן, גארנישט מיט אידישקייט. דער עקאנאמישער מצב איז אין די אדמה, און אידישקייט איז אויפן וועג צו באנקראט.
די נארמע איז דאן געווען אז אנע פאך צום האנט, איז א שאד געווען דאס לעבן. יונגע בחורים'לעך האבן זיך געמוזט ארויף שארן די ארבל און שוויצן אויף אהיים צו ברענגען עפעס קליינגעלט, און כדי זיך צו ערווארבן א גוטע דזשאב איז מען געגאנגן שטודירן פאר א פאך. די תוצאות איז געווען אז א חלק טאג האבן זיי געלערענט די סעקולארע לימודים אין די גימנאזיעס און אין די שטאטישע שולעס, און אין די אנדערע חלק טאג האבן זיי געארבעט אדער זיך געלערנט א פאך.
[center]
הרב הק' מטשורטקוב[/center]
דער טשארטקאווער רבי זעענדיג דעם חורבן, האט באשלאסן אז ער מוז טון עפעס דרינגענד, צו ראטעווען די 'יהדות' פון באנקראט. דער טשארטקאווער רבי האט געלאזט צוזאם רופן א גרויסע אסיפה אויף צו באהאנדלען די נושא, די אסיפה איז פארגעקומען אין ווינטער שנת תרע"ב, און איז פארגעקומען אינעם שטאט טשערנאוויץ, ווי עס איז טאקע באצייכנט געווארן אלס "אסיפת טשערנאוויץ".
שמועות האבן געלויטעט אז דער טשארטקאווער האט באקומען פון א געוויסן עושר - אונטערצושטיצן די רעיון - אזויפיל ווי א מיליאן דאלער! (ווי האט דער רבי זכרונו לברכה אויסגעפירט: "אזא סכום בימים ההם..."). צווישן די געלאדענטע - חוץ דער טשארטקאווער בראש - האט זיך אנגעזען דער מנהיג ישראל בעל אהבת ישראל פון וויזשניץ, דער פחד יצחק פון באיאן, דער אלטער קאפיטשניצער הגרי"מ, דער אנטאניער רבי רבי חיים, דער סאדוגערער רבי הבעל אביר יעקב, דער הוסיאטענער, און אפי' דער שטיקל קיצוניות'דיגער רבי - הלקט עני מקאסוב (רבו של רבי חיים בלאך בעל ה'דובב שפתי ישנים'), און אזוי אויך דער טשערנאוויצער רב, הרב מבראדי, און נאך אסאך.
צוזאמען האבן זיי באשלאסן צו גרינדן א חרד'ישער קערפערשאפט מיטן נאמען "אגודת החרדים", וואס זאל כולל זיין יעדער חסידי'שן איד אנע אויסנאם, מיטן ציל צו ראטעווען דאס אידישקייט - ובפרט פון די יוגענד אין די מקומות. זיי האבן געזען אז די איינציגסטע אופן וואס עלטערן וועלן זיין גרייט צו שיקן זייערע קינדער אין אן ערליכן אנשטאלט, איז אויב זיי קומען ארויס מיט די פאלגענדע שינוים, וואס איז טאקע געווען די החלטה.
די ענדגילטיגע החלטה איז געווען, אז מען דארף זיך נעמען אויף שטעלן פארשידענע סארט מוסדות:
א. תלמוד תורה'ס אין אלע אידישע שטעט אינעם גאנצן ראיאן. און אין די תלמוד תורה'ס זאל מען לערנען תורה ויראת שמים, און דערנאך זאל מען לערנען די לאנד'ס שפראך און מעטאמאטיק.
ב. ישיבה גדולה'ס איבער פארשידענע שטעט אין גאליציע און אין באקאווינע, וואס דאס וועט זיין פאר בחורים מצויינים [-עס איז וויכטיג אנצומערקן, אז אין יענע צייטן איז (כמעט) נישט געווען קיין ישיבות אין גאליציע].
ג. בתי מלאכה. מען וועט אויפשטעלן פון אינצווישן די שטעט, 'בתי מלאכה', אז די בחורים וואס זענען נישט צוגעפאסט צו זיצן איבערן גמרא, נאר קוועטשן סתם די בענק, זאלן זיך לערנען א פאך און אזוי ברענגן פרנסה אין שטוב, און זיי זאלן אויך קובע זיין לתורה יעדן טאג, און אויך שבת און יום טוב, אזוי זיי צו האלטן אין א ערליכע היימישע אטמאספערע.
נאך די אסיפה האבן זיי ארויס געגעבן א שטארקע 'קול קורא' מיט די אינהאלט פון די אסיפה. און די אלע באטייליגטע צדיקי הדור האבן אונטער גע'חתמ'ט אויפן 'קול קורא'.
[center]א פעסטע התנגדות[/center]
ווען דער פלאן האט באקומען פליגלען און זיך צושפרייט איבער גאליציע, האט עס אויס גערופן א ריזיגע שטורעם. פארשטייט זיך אז רוב עלטערן האבן מסכים געווען צום געדאנק, פארשטייענדיג אז דאס איז די פאסיגסטע עצה צו ראטעווען זייערע קינדער. די אידישע צייטונגען האבן באזונדער גאר שטארק געלויבט דעם רעיון, זעענדיג דאס אלץ די אלטערנאטיוו פאר 'יהדות' אין די צוקונפטיגע דורות. אבער דער בעלזער רב דער מהרי"ד, האט (ווי פאראויס געשאצט) אנדערש געהאלטן.
דער בעלזער רב איז ארויס אנטקעגן דעם געדאנק מיט ציין און נעגל, פארפירענדיג אז אזא פירצה טאר און גייט נישט פאסירן. ווי באקאנט איז בעלזא געווען אן ארט ווי פשרות האבן נישט עקזיסטירט אויפן ערד-קוגל. דער בעלזער רב'ס התנגדות איז באשטאנען אויף צוויי פראבלעמען, איינס, אז מען לערענט פרעמדע שפראכן. און צווייטנס, אז די חדר וועט זיין אויסגעשטעלט מיט קלאסן ("ועפ"י סדרים קלאסין") רח"ל! דאס אליינס איז שוין געווען א פירצה דורך בעלזע אויגן.
[center]
הרה"ק מהרי"ד מבעלזא[/center]
דער בעלזער רב האט גלייך איינגעשפאנט נאך אדמורי"ם צו אים, און ער האט ארויס געגעבן א שארפע בריוו וויילענדיג אין קור-ארט 'מארינבאד', וואו ער רייסט ארונטער די גאנצע רעיון, און אז מען זאל חלילה נישט נאכגעשלעפט ווערן. די מודעות האט מען אנגעהאנגען אין לעמבערג און אין די ארומיגע שטעט אויף אלע געסער און ווענט. דער קול קורא איז געשריבן מיט פייער, און לאנג אויס געצויגן.
דער בעלזער רב האט געשיקט א מעסעדזש צום טשארטקאווער רבי'ן, אז 'השמר והיזהר' ער זאל זיך נישט דערוואגן צו איינפירן דעם רעיון, ווייל ער גרייט זיך דערקעגן מיט זיינע שארפסטע מיטלען, צו באקעמפן אזא פירצה.
דער חידוש איז, אז דער בעלזער גייט ארויס להשמיד אנטקעגן די גאנצע רעיון פון תלמוד תורה'ס אפילו אן לימודי חול! ער שרייבט אז דאס וועט גורם זיין אז די מלמדים וועלן נישט קענען אכטונג געבן אויף די ביכלעך פון די קינדער, און די השפעה זרה פון חברים. און צווייטנס, אז דאס וועט זיין אויסגעשטעלט מיט קלאסן, חלילה, וואס דאס איז אן אומדערהערטע זאך.
גם שיהיה הלימוד תוה"ק ע"פ מדריגות וסדרים אין זה דרך הישראלי.
באמת, האט דער טשארטקאווער געהאט געשיקט גלייך נאכן טשערנאוויצער אסיפה, צוויי שליחים צום בעלזער רב, צו אדורך רעדן און מסביר זיין די תועלת הענין, ווייל ער האט געוואוסט אז בעלזא גייט שטעלן א ווידערשטאנד. למעשה ביז וואס-וואו-ווען, איז מען אין בעלזא שוין באקאנט געווארן מיט די אסיפה, און די בעלזער הויף האט געקאכט ווי א קעסל, אז עס איז שוין נישט געווען שייך אריין צו גיין מיטן שליחות, ווי דער מערכה האט זיך געשטארקט מיט אייפער. ווען דער טשארטקאווער האט צוריק געהערט די רעזולטאטן, האט ער געזאגט: "קוקט אויס אז פון הימל לאזט מען אונז נישט אויספירן די זאך לפועל.”
דער אלטער הרב פאדווע פון לאנדאן פארציילט אן הוספה:
אז די טשארטקאווע שליחים זענען למעשה יא אריין צום בעלזער רב, אבער ער האט זיך געהאלטן ביי דאס זייניגע. דער רב האט זיי מיטגעשיקט זיין ענדגילטיגער אנטווארט איבער צו געבן פארן טשארטקאווער: "ווען איר וואלט געגאנגן מיט אונזערע ווייסע פלידן (הויזן), וואלט אייער געגענט שענער אויסגעזען"!
[center]אינטערוויו מיטן מהרי"ד מבעלזא איבערן טשארטקאוון פלאן[/center]
לשלימת הענין איז כדאי צו ציטירן עטליכע אויסצוגן פון א באשרייבונג, וואס דער רוסישער שרייבער "שמואל הורוביץ" האט געשריבן איבער זיין באזוך אין גאליציע, ווי ער האט אינטערוויו'ט די רביים פון טשארטקאוו און בעלזא, אויך איבער די נושא:
אין בעלז בין איך געפארן מיט א ציטערדיג הארץ. מ'האט מיך אין טשורטקוב, אין לעמבערג – אומעטום אין גאליציען, שטארק אנגעשראקן.
“דעם בעלזער רבי'ן זען?
- איך זאל זיך דאס ניט חלומ'ען!
- איר קענט זיך שוין שעצן גליקליך, ווען איר וועט ארויס פון בעלז מיט גאנצע ביינער!
- מ'וועט אייך בעסער נאר נישט אריין לאזן אין בעלז!”
[center][i]
דער בעלזער רב זצ"ל אין מאריענבאד[/center]
אט אזוינע ענטפערס האב איך באקומען, ווען איך האב דערציילט גאליציאנער יונגעלייט וועגן מיין פלאן צו פארן קיין בעלז. נאר.... א ווערטל זאגט: "או לודזעי פיטאי, א סוואי ראזום מאי". ס'הייסט: "ביי לייטן פרעג, און גיי דיין אייגן וועג." איך האב זיך געלאזט אויף 'קידוש השם', געזעצט זיך אין לעמבערג אין וואגאן, ווי איך שטיי און גיי, ניט צוגרייטנדיג זיך אויף די נסיעה.
…אז איך בין אריין אין רבי'ס חדר האב איך גלייך, אן א שום הקדמות, געמעלדעט ווער און וואס איך בין און צוליב וואס איך בין געקומען, אזוי ווי ביים טשורטקובער און ביי די פריערדיגע רביים האב איך ערקלערט, אז מיין קומען צו זיי איז נאטורליך, ווייל איך בין געשיקט קיין גאליציען צו באקענען זיך מיטן לעבן פון די גאליציאנער אידן. מיר זענען באזונדער אינטערעסירט אין די רביים, ווייל זיי האבן א גרויסע ווירקונג אין פאלק און ס'איז פאר מיר זייער וויכטיג צו וויסן: ווי פארהאלטן זיי זיך צו געוויסע פראגן פון אידישן לעבן אין גאליציען. איך האב געזאגט דעם בעלזער, אז איך בין געווען שוין פריער ביים טשורטקובער, האב אויך באזוכט דעם אטאניער, די סאדוגערער רביים.
מיין ערשיינונג, און מיין דעקלעראציע, איז געווען אן איבערראשונג פאר דעם רבי'ן, ווי אויך פאר די גבאים און חסידים, וואס זענען געווען בשעת מעשה אין דעם רבי'נס חדר מיוחד. דער גבאי האט געווארפן בייזע בליקן אויף דער טיר, ווי ער וואלט זיך וואונדערן, וויאזוי האט די טיר געקענט האבן די העזה אריינצולאזן אזא איינעם צום הייליגן רבי'ן. ס'איז אבער געווען פארפאלן.
מיר זענען אינטערעסירט צו הערן פון אים, פונעם בעלזער אליין, זיין מיינונג וועגן דעם טשורטקובער רבי'נס פראיעקט פון האנד-ווערק שולן פאר אידישע קינדער אין גאליציען.
[center]
דער טשורטקובער רבי זצ"ל אויף א שפאציר[/center]
אויף דער פראגע: וואס איך האב געזען אין גאליציען? האב איך געענטפערט, אז איך האב געזען גרויס ארימקייט. איך האב צוגעגעבן, אז אריינטראכטענדיג זיך אין די סיבות פון דער שלעכטער אידישער לאגע אין גאליציען און ווארפענדיג א קוק אויף דער צוקונפט, איז ליידער נישט צו זען קיין האפענונג, אז אידן זאלן ווערן בעסער אין גאליציען. גאליציאנער אידן שטייען בעפאר א חורבן. אויב מ'קען עפעס היילן, איז – ענדערן די ערציאונג פון אידישע קינדער.
די עקזיסטענץ פון דריי-פערטל גאליציאנער אידן איז אנגעוויזן נאר אויפן האנדל. איבערהויפט אויף קליינהאנדל. א פאלק וואס איז אנגעוויזן נאר אויף איין פרנסה, קען נישט זיין גליקליך. באדעקן גאליציען מיט א גאנצע נעץ פון האנד-ווערק שולען, וואלט געווען איינע פון די וויכטיגסטע זאכן, וואס קען ראטעווען די גאליציאנער אידן. איך האב געהערט–האב איך צוגעגעבן–אז באוואוסטע רבנים און רביים קלערן שטארק וועגן אזעלכע שולן. אבער איר, רבי, זייט קעגן דעם. וואלט איך וועלן וויסן דעם טעם, פאר וואס זייט איר קעגן דעם.
דער בעלזער האט מיר אויסגעהערט, דערנאך האט ער געזאגט: ערשטענס איז נישט ריכטיג, אז די אידישע בעלי מלאכות ארבעטן ערגער פון די גוי'אישע, איך וואלט אייך קענען אנווייזן, אפילו דא אין בעלז גופא גוטע אידישע בעלי מלאכות... איך ווייס אסאך אידן, וואס האבן שיין פרנסה.
און וואס ס'איז שייך די שולען, וואס איר זאגט, איז טאקע אמת, אז איך וויל ניט דערלאזן קיין שולען! וואס האט געפעלט אידן אמאל, אז ס'איז נישט געווען קיין שולען? אידען זענען געווען פרום, האט זיי טאקע גארנישט געפעלט.
ער האט גערעדט מיט הארץ, מיט התלהבות, זיינע אויגן האבן בשעת מעשה געפלאמט, דער גאנצער קערפער האט זיך שטארק באוועגט. גערעדט האט ער אן כעס, נאר גוטמוטיג, סטארענדיג מיר צו געבן צו פארשטיין אז איך האב א טעות. איך האב געזען, אז ער, דער בעלזער, איז אויפריכטיג, אז זיין גאנצער קערפער האט אויסגעדריקט איינס – מ'דארף פארטרויען, מ'דארף גלויבן אין גאט און פאלגן זיינע געבאטן; איך האב געשוויגן. ער האט ווייטער גערעדט, נישט הויך, נישט צוקאכט, אבער מיט טיפער התלהבות פון א שטארק גלויביגער מענטש.
דער גבאי און די חסיד ארום האבן אויף מיר געווארפן בייזע בליקן, למאי איך עס אים אפ דאס הארץ. יעדער פון זיי – דאס האב איך דייטליך געפילט – איז געווען גרייט אנכאפן מיך און 'מכבד' זיין, ווי עס פארדינט אזא איינער וואס וואגט צו פירן מיטן רבי'ן א וויכוח.
איך האב זיך געאיילט צו מאכן א סוף צום וויכוח. האב אויסגעשטרעקט דעם רבי'ן די האנד, צו נעמען פון אים אפשייד און זיך געזעגענען, ער האט אבער גענומען מיין האנד און מיך נישט געלאזט גיין. ער האט ווייטער גערעדט, מיך איבערצייגן.
בשעת ער האט געהאלטן מיין האנד, האב איך מיך דעמאלט געפילט אין זיין מאסט. איך בין געווען טיף גערירט פון זיין ווארימען פשוט'ן גלויבן. איך האב דעמאלט געוואלט קענען זיין אזוי ווי ער. איך בין ממש געווען ווי אין א היפנאטישער צושטאנד.[/i]
עד כאן פון דעם שרייבער שמואל הורוביץ.
(הכתב מש"ה- צייטשריפט)
[center]עפילאג[/center]
ס'שווער זיך פארצושטעלן ווי אזוי ס'וואלט אויסגעקוקט די חינוך היינט צוטאגס, ווען דער טשארטקאווער רבי וואלט געזיגט.
הגם, ס'איז דא א צד צו קלערן- וואס דער גאנג איז גאנץ פאפולער דא אין שטיבל- אז ס'וואלט זיכער בעסער געווען מיט דער טשארקאווער'ס פלאן. דער גאנצער באנעמונג אונזערע, די סענסיוויטיט, די לייף סטייל פון לעבן אויף פעטער שמואל, וכו', וכו', וואס ציט ווייטער צו אן ענדלאזע קייט, וואלט געווען אסאך מילדער און א גלייכער.
נעמענדיג אבער אין באטראכט די פאקט, אז "ווי עס גוי'שט זיך אידיש'ט זיך", ווי היסטורי' האט אונז געצייגט... בין איך נישט איבערצייגט, אז דער טשארטקאווער'ס מהלך וואלט אונז בלויז בענעפיטירט. דעתי נוטה, דאס אז דער בעלזער רב האט געזיגט איז 'מעגליך' גאר א רעטונג פאר אונז כהיום.
אזויפיל קלער איך יא, אויף דעם חלק אז די שוואכע בחורים זאלן גיין ארבייטן- עס איז א שאד אז דאס איז נישט דורך געבראכן געווארן. איך האלט, אז אן א שיעור קרבנות וואס פאלן ליידער ארויס טאג טעגליך פון די ישיבות, וואלטן געבליבן ביי אונז ערליכע בעלי בתים נאמנים לה' ולתורתו. אונזער "אפגעפליקטע נושרים באזע" וואלט נישט געוואקסן ווי אויף הייוון, און אוודאי נישט געשאפן א פעיס בוק גרופע פון אכצן הינדערט נשמות, וואס איז בלויז פון אונזערע ברודער וואס האבן אונז פארלאזט.
דער אמת איז, אז ס'איז היינט שוין דא א שטארקע אויפוואכונג אויף דעם פראבלעם. אסאך מנהיגים זעהן צוביסלעך איין, אז נישט יעדער בחור וואס טראגט א היט, מיינט דאס אז די ישיבה ווענט דארפן אים צוימען פון זון אויפגאנג ביז ביינאכט, און מען שטעלט טאקע צו לייכטערע מסגרת'ן און פארשידענס, צו האלטן פארנומען די שוואכערע בחורים. הגם, מען דארף זיי צושטעלן געהעריגע דזשאבס און קורסען, זיך צו קענען ערווארבען נארמאלע שטעלעס, און נישט בלויז לויזע מסגרת'ן מיט לייכטע שעות, שיינע דרשה'לעך, אבער מיט די צייט, וועט דאס אויך ווערן.
אגב, דער בעלזער רב זצ"ל אליינס, האט שפעטער צוריק געצויגן פון זיין התנגדות, ואכמ"ל. אבער ס'שוין געווען ליידער צו שפעט. חבל.
אינטערעסאנט צוצולייגן, אז דער בעלזער רב שליט"א, האט אמאל גענומען די דרייסטקייט פרעגנדיג דעם אלטן קאפיטשניצער רבי זצ"ל: "מיט היינטיגע ברילן אז מען קוקט אויף צוריק, ווער איז גערעכט געווען אין דער מחלוקת צו ראטעווען דער דור?". אנטשלאסן איז געווען דער תשובה פונעם קאפיטשניצער: "אוודאי דער מהלך פונעם טשארטקאווער וואלט געראטעוועט אונזער דור!"
מקורות:
פרטים איבער די אסיפה- עיתון 'המצפה' יארע 1912, צווישן די חדשים אדר- סיון.
דער התנגדות בריוו פון בעלזער רב- אדמו"רי בעלזא מר' ישראל קלפהולץ.
דער קול קורא מאדמו"רי ריזשין- 'מארגן דזשורנאל' אפריל 22, 1912.[/justify]