האדמו"ר מהר"י הורוביץ זי"ע מדז'יקוב

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
טמיר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1145
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 5304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל

Re: האדמו"ר מהר"י הורוביץ זי"ע מדז'יקוב

שליחה דורך טמיר »

ס'הייסט אז ער האט זיך גע'גט ווייל זי האט נישט געהאט קיין קינדער.
סתם אזוי רעגט מיך ווי מ'רעדט אזוי פון א קדוש וטהור און א גאון ווי מ'זאל ווען רעדן פון הרב ברלנד צי ווייס איך ווער
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

דעס ווייסט דאך יעדער אז ער האט זיך ג׳גט ווייל ער האט נישט געהאט קיין קינדער אבער פארוואס איז ער געלויפן קיין לאנדאן?
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

אינעם ענגלישן וויקיפידיע, האב איך געזעהן אז די סיבה ער איז געפארן קיין לונדון איז ווייל ער האט זיך געוואלט באהאנדלן ביי דר. אדלער פון לונדון, און אז ער טאקע געווען דארט אונטער זיין אויפזיכט.
רבי יודעלע איז נישט דער טיפישער מענטש אויף וועם ס'איז שווער הלמאי ער האט איבערגעלאזט זיין גאנצע האב און גוטס, די גאנצע פארצווייגטע פאמיליע, זיין גאנצע רבישע הויף, ער האט דאס אלעס נישט פארמאגט, ער נאך געווען קנאיש געשטומט, הפנים פון דא ביז אויפדרינגן אז ער איז גאר געווען א נואף איז ווי א שפרונג צו די לבנה
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
אינטערסאנטער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 533
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 10, 2012 11:51 am
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 366 מאל

שליחה דורך אינטערסאנטער »

אזוי גייט עס, דולה ומשקה האט געגעבן א שיס א ווארט, איינער טראכט שוין אז עפעס ווייסט ער, איינער לייגט שוין צו א האר מיט א שנארץ ביז עס ווערט א גאנצע בארד, און באלד וועט מען שוין טאקע זאגן "עפעס איז געווען, איך ווייס אבער נישט פונקטליך" און דולה ומשקה וועט זיך רייבן די בויך אז עס איז געלונגען די שטיקל.

און אלעס פון דעם אלעמען היסטארישען באגלייבטע אינגערמאן דולה ומשקה וואס האט נאך אין זיין לעבן נישט געהאט קיין אגענדע פון באשמיצן ערליכע אידן. און האט נאך אין זיין לעבן נישט געזאגט קיין ליגענט

איך מיין אז אזא אמת'ע מענטש ווי דולה ומשקה איז נישט געווען צו געפינען אפילו אין משה רבינו'ס דור.
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

איך האב געפרעגט מיין טאטע, ער איז געוועהן איינער פון ר׳ יודלע׳ס נאנטע מענטשען און אים גאר גיט געקענט, און ס׳האט זיך אריינגעצויגן אין א לאנגע שמועס
און דעס איז די תוכן בערך.

ר׳ יודלע האט שטארק געליטן אויף דער עלטער אויף צוקער און ער האט געהאט שטארקע קאפ וויי, זיין גאנצע קאפ פלעגט זיין שטארק ארומגעבינדן (אזויווי מ׳קען זעהן אויף די בילדער) ער פלעגט ממש נישט קענען געהעריג זעהן, און אמאל איז געקומען אסאך מענשטען צו אים און נאכן דאווענן זענען זיי געגעאנגען נעמען שלום און איינער סנה פון ירושלים איז פונקט דעמאלס אריינגעקומען מיט זיין ווייב און ווען ער האט געגעבן שלום עליכם האט ר׳ יודלע אויך אויסגעשטרעקט די הענט צו זיין ווייב בטעות מיינענדיג אז דעס איז א מאן, און געוויסע קנאים אין ירושלים האבן געוואלט מאכן א מעשה דערפון, אבער נישט פארדעם האט ער זיך געדארפט ציען קיין לאנדאן נאר וועגן זיין געזונט, ער איז געוועהן זייער קראנק אויף די עלטער און ער האט געוואלט זיין נעבן ד״ר אדלער.

מ׳האט פארציילט פאר ר׳ מאטעלע די מעשה מיט סנה און ער האט עס אוועקגעמאכט און זיך אויסעלאכט דערפון.

אויב וואלט ר׳ יודלע געוואלט וואלט ער געקענט זיין פון די גרעסטע רבי׳ס אין דער וועלט, ער האט אבער נישט געוואלט קיין שום רביס׳טיווע, ער איז געוועהן א גאנץ לעבן פארנומען מיט טוהן חסד פאר אידן, ער איז געוועהן א שארפער וואס האט נישט געקענט פארליידן קיין פאלשקייט און זיך געקאכט אינעם אמת, ער איז געוועהן א קדוש- יעדער האט געהאלטן פון אים פון אלע קרייזען, די קנאים און די נישט קנאים צוגלייך, ער איז געוועהן א געוואלדיגע עובד השם א מתמיד עצום און א ריזיגע תלמוד חכם א גרויסע גאון, ער האט זיך געקאכט אין חת״ס, ער איז קיינמאל נישט געוועהן אריינגעטוהן אין קיין שום גשמיות און בכלל נישט נהנה געוועהן פון דער וועלט. ער איז געוועהן א פייערדיגע חסיד פון זיין זיידן דער אהבת ישראל זצ״ל און פון זיין שווער/פעטער דער אמרי חיים זצ״ל וואס ער האט מקבל מרות געוועהן פון אים בשעת זיי זענען אנטלויפן פון די נאציס ביי די קריג כיודיע, זיין נענטסטע ידיד איז געוועהן ר׳ מנחם מונדר זצ״ל מקאסוב-ירושלים.

ווען ער איז אוועק האט ר׳ מוישלע וויזניצער געהייסן רופן קיין לאנדאן אז מ׳זאל אים ארויפברענגען קיין ארץ ישראל און לייגן אין בני ברק אין די וויזניצער אוהל לעבן זיין זיידן און שווער, אבער היות ער האט נישט געהאט קיין קינדער און סאיז נישט געוועהן קיין צוואה האט זיין גבאי ר׳ שלמה טוסיג נ״י גערופן ר׳ מאטעלע פרעגן ווי מ׳זאל אים לייגן, ר׳ מאטעלע האט אבער נישט געוואוסט אז זיין ברודער האט שוין פארדעם געהייסן אז מ׳זאל אים ברענגן קיין בני ברק האט ער גענטפערט אז מ׳זאל אים לייגן אין לאנדאן, נאך אפאר שעה האט מען גערופן פון בני ברק פרעגן וואס גייט פאר האט מען אים גענטפערט אז ר׳ מאטעלע האט געהייסן מ׳זאל אים לייגן אין לאנדאן, האבן זיי געפרעגט פארוואס האבן ענק געפרעגט בכלל ר׳ מאטעלע און פארוואס פאלגן ר׳ מאטעלע אויב ער האט א פלאץ לעבן זיין זיידען? האבן זיי גענטפערט, זייער פשוט, אגאנץ לעבן האט זיך ר׳ מאטעלע געזארגט פאר ר׳ יודלע און אים כסדר געשיקט גרויסע סכומים פון געלט, און ווען ער איז געוועהן קראנק אויף דער עלטער האט ר׳ מאטעלע גערופן יעדן איינציגן טאג זיך נאכפרעגן וואס ער מאכט, ר׳ מוישלע ווידער האט קיינמאל נישט גערופן און האט כמעט נישט געהאט קיין שיכות מיט אים, וועגן דעם האבן מיר אים געפאלגט.

עד כאן די שמועס בערך, איך זאג נאר איבער וואס ער זאגט, האטס נישט אויף מיר קיין טענות, ער האט זיך זייער געפרייט אז איך פרעג אים וועגן ר׳ יודלע, אסאך מאל ווען איך רעדט מיט אים האב איך נישט קיין גיטע טאפיק וועגן וואס צו שמועסן פרעג איך אים זאכן אין א סובדזשעקט וואס איך ווייס אז ער וועט הנאה האבן, וזה נהנה וזה לא נהנה, עפעס אזוי.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: האדמו"ר מהר"י הורוביץ זי"ע מדז'יקוב

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

אינטרעסאנט, ד"ר אדלער האט דאך געוואוינט אין גאלדערס גרין, פארוואס איז ער געגאנגען קיין סטמפורד היל?
וועגען דער קבורה זאגט מען אז יד משפחת בערגער, אשר מקורם מדזיקוב, איז געווען באמצע איהם נישט ארויפצוברענגען קיין א"י

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

יא, אין לאנדאן האט יעדער געוואוסט אז די סאטמערער האבן צוגענומען די ארון למורת רוחם פון די וויז'ניצער חסידים וואס האבן עם געפלאנט צו נעמען קיין בני ברק.

בשעת די קבורה האט רב פעלדמאן (אבד"ק עץ חיים לונדון) אריינגעשריגען אין די בור מיט בכיות אז מ'לייגט עם דא נאר מיט א תנאי עם ארויפצונעמען ווי אמדנעלסטן קיין ארה"ק.
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

וועגן איין מעשה מיט סנה, האט זיך אנגעקלעבט אזא סארט באשולדיגונג ?
אויב האט עס נאר פאסירט איינמאל, דאן איז דאס די גרעסטע ראיה אז דאס איז נישט זיין כוונה, ובפרט מיט זיין אויסגעריפנקייט אין אפגעהיטנקייט.
וואספארא אגענדע האבן די קנאים געהאט ? וועלכע סארט קנאים ? ער אליין איז דען נישט געווען קנאיש ? האט דאס נאר פאסירט איינמאל ? האט דאס זיך טאקע געענדיגט נאר ביים געבן די הענט, ווייל הערן האט ער דאך לכאורה יא געקענט ? האט עס בטעות פאסירט מערערע מאל, איז ער אליין נישט געווען אויפגעשוידערט פון אזעלכע טעותים ? האט ער נישט פאר זיך אליין געקענט טרעפן א לעזונג אז אזעלכע זאכן זאלן מער נישט פאסירן בטעות ?
עס פעלט עפעס דא.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

שבת, זייער אינטערסאנט, זע אלעמאל צו רעדן מיט דיין טאטן וועגן גדולי ישראל פון לעצטן דור וועמען ער האט ערשטהאנטיג געקענט, אדער סתם היימישע פאליטיק פון אמאל, שרייב עס דא אפ און העסט אונז מהנה זיין און צוביסלעך אפשר וועסטו עס אויך ענזשויען...
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

נהורא נפישא האט געשריבן:וועגן איין מעשה מיט סנה, האט זיך אנגעקלעבט אזא סארט באשולדיגונג ?
אויב האט עס נאר פאסירט איינמאל, דאן איז דאס די גרעסטע ראיה אז דאס איז נישט זיין כוונה, ובפרט מיט זיין אויסגעריפנקייט אין אפגעהיטנקייט.
וואספארא אגענדע האבן די קנאים געהאט ? וועלכע סארט קנאים ? ער אליין איז דען נישט געווען קנאיש ? האט דאס נאר פאסירט איינמאל ? האט דאס זיך טאקע געענדיגט נאר ביים געבן די הענט, ווייל הערן האט ער דאך לכאורה יא געקענט ? האט עס בטעות פאסירט מערערע מאל, איז ער אליין נישט געווען אויפגעשוידערט פון אזעלכע טעותים ? האט ער נישט פאר זיך אליין געקענט טרעפן א לעזונג אז אזעלכע זאכן זאלן מער נישט פאסירן בטעות ?
עס פעלט עפעס דא.


כהאב אויך געפרעגט די זעלבע קשיות, די ענטפער איז געוועהן, נעה סתם שטותים דימיונת - ר׳ יודלע איז געוועהן קדוש, און שוין.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

איך האב היינט געשריבן אין א אנדערע אשכול וועגן א אייניקל פון די אהבת ישראל הרב משה הגר-לאו וואס רופט זיך האגער אפילו ער שטאמט פון א טאכטער פון די אהבת ישראל...

די זעלבע איז געוועהן מיט הגה״ק ר׳ יהודלע האראוויץ מדזיקוב זצ״ל ער פלעגט פאר די קריג זיך רופן יהודא האגער. זיין זיגל איז געוועהן ״יהודא האגער דיין בקלויזנבורג״. סאיז דא אסאך בריווען ווי ער שרייבט זיך אינטער יהודא האגער...

ער איז סיי געוועהן א אייניקל פון די אהבת ישראל און סיי א איידעם ביי זיין פעטער די אמרי חיים.

דרך אגב אז מ׳רעדט פון ר׳ יהודלע איז אינטערסאנט צו באמערקן אז יעדע ספר כמעט וואס ער האט פארמאגט האט ער צוגעשריבן הגהות אין די זייט אפילו די ספרים פון סאטמערער רב, און אפילו אין חסידישע ספרים ווי דער נועם אלימלך וכו׳ וכו׳ טויזנטער הגהות. זיינע תלמידים האבן שוין ארויסגעגעבן אפאר חיבורים נאר פון זיינע הגהות. ער איז געוועהן א גאון עולם א גרויסע ידען און א עובד השם, און אוועקגעמאכט רביסטיוויע. ער וואלט געקענט זיין פון די גרעסטע רביס אויף די וועלט אויב וואלט ער באמת געוואלט.

רבי יהודלע איז געוועהן גאר א אינטערסאנטע מענטש, מקען אסאך שרייבן פון אים. די תולדות אברהם יצחק רבי וואס האט זיך אסאך געווייקט ביי אים האט ארויסגעגעבן א ספר פון אלעס וואס ער האט געהערט פון אים. רבי יהודלע האט שטענדיג גערעדט פון די גרויסע חסידים פון די אהבת ישראל וואס ער האט פערזענליך געקענט און אסאך קונה געוועהן פון זיי א שטייגער ווי רבי מרדכי חנא און זיין ברודער רבי חיים, טערנעווער רב, ר׳ מרדכי פעלץ (כהנא) וכו׳ און געהאלטן זיין זיידן פאר זיין רבו מובהק. פאר ער איז אוועק האט ער געזאגט פאר זיינע שטוב מענטשען ״אט אט גייען מיר מקבל פנים זיין דעם זיידען״.

דא קענט איר זעהן א קאפי פון די זיגל פון ר׳ יהודלע ווי ער רופט זיך האגער
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 9#p1753979
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 2#p1754192
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

.
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2732
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
האט שוין געלייקט: 308 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל

שליחה דורך דולה ומשקה »

אינטערסאנטער האט געשריבן:אזוי גייט עס, דולה ומשקה האט געגעבן א שיס א ווארט, איינער טראכט שוין אז עפעס ווייסט ער, איינער לייגט שוין צו א האר מיט א שנארץ ביז עס ווערט א גאנצע בארד, און באלד וועט מען שוין טאקע זאגן "עפעס איז געווען, איך ווייס אבער נישט פונקטליך" און דולה ומשקה וועט זיך רייבן די בויך אז עס איז געלונגען די שטיקל.

און אלעס פון דעם אלעמען היסטארישען באגלייבטע אינגערמאן דולה ומשקה וואס האט נאך אין זיין לעבן נישט געהאט קיין אגענדע פון באשמיצן ערליכע אידן. און האט נאך אין זיין לעבן נישט געזאגט קיין ליגענט

איך מיין אז אזא אמת'ע מענטש ווי דולה ומשקה איז נישט געווען צו געפינען אפילו אין משה רבינו'ס דור.


אינטערעסאנט, דולה ומשקה האט יעצט באמערקט דעם גובה, עס איז גאנץ איטערעסאנט.
אנטשולדיגט אז איך האב דיר בשעתו ארויסגענומען פון די גלייזן.
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
פארשפארט