נאך אמאהל אין נאך אמאהל

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
65th
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 82
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 29, 2016 4:51 pm
האט שוין באקומען לייקס: 69 מאל

נאך אמאהל אין נאך אמאהל

שליחה דורך 65th »

מע קען אהןפילען א ים מיט טרערן
מע קען אהןפילען א מקוה מיט בלוט
מע לערנט זיך גארנישט
א יעדער גט קריגט מען זיך אויף צוויי זאכען
״אנוכי ולא יהיה לך״
יעדעס מאהל וואס איינר גייט אראפ פין דרך וויל ער/זי מיטשלעפען די קינדער
אין טאמער סיז ביידע ציזאם - א גט ווען איינר איז אראפ פין דרך דעמאלס ווערט א וועלטס קריג
די קרבנות זענען אימער די קינדער
אלעמאהל שאט עס זיי
אבער ווער פרעגט זיי?
איך פארשטיי בעססער וואס איז גיט פאר זיי
די עסקנים האבען עקספיריענס אבער יעדער קייס איז אנדערשט
אויך נישט אלעמאהל ווייסט מען אלע פרטים
מע שעהמט זיך פשוט צי פארציילען
מע פילט זיך שולדיג
יענע איז דיך זיכער האלב גירעכט
די גיטע פריינט ראטען די ערגסטע עצות
זיי מישען זיך אריין אהן וויסן וואס טיט זיך
קאליע מאכען קען א קאץ
אבער די ענד איז אלע מאהל די זעלבע
טייכען בלוט מיט ימים טרערן אין א סאך קרבנות
טייערע אידען גידענקס גיט וואס איך זאג (שריי)
עטס ווילטס העלפן? ערשטנס מישט ענק נישט אריין! צווייטענס זאגטס אלעמאהל א גיטע פאזיטיווע ווארט! דריטנס נאך די פאקטן בלייבט גיטע פריינט
יא יא ! איך האב אליין גיזעהן אין מיין לעבען זאכען וואס איך וואלט קיין מאהל נישט גיגלייבט[emoji174]


Sent from my iPhone using Tapatalk
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

אוי ווי גערעכט! סאיז די גרעסטע טעות וואס מ׳קען נאר מאכן, מ׳שלאגט זיך ארום און קיינער האט גארנישט פון דעם, די קינדער ווערן נאר צוטרייסעלט און צובראכן. כ׳מיין אז געווענטליך האט עס צוטוהן מיט נקמה און דעס איז די מאטיוו פארן זיך ארומקריגן. מי יתן ווען אלע וואלטן געהאט שכל און פארשטאנען אז די בעסטע וועג ארויס איז אז יעדער גייט זיין וועג און מ׳לעבט זיך נארמאל אן קיין מחלוקות, יעדער וואלט געוועהן גליקליכער און צופרידן, איך בין שוין אריבער די אלע פראבלעמען ליידער, און ביי מיר האבן די קינדער גאנץ שנעל געכאפט אז מיין עקס איז דער אנדרייער פון אלע פראבלעמען און נישט איך, ביז זיי (די קינדער אליינס) האבן איר צוגרעדט אז זי זאל אויפהערן מיט די נערישע מחלוקות, זי האט נישט אויסגעהערט ביז זי האט נישט געזעהן אז אלע קינדער זענען אויף מיין זייט, דעמאלסט האט זי זיך געכאפט וואס פארא לוזער זי איז, האט זי בלית ברירה אויפגעהערט, סה״כ האט זי נאר פארלוירן פון דעם, פארלוירן געלט, פארלוירן כבוד און רעספעקט פון אירע אייגענע קינדער, פארלוירן מיין רעספעקט, און גארנישט געווינען. זייטס נישט קיין נערנים, דו קלוגסטע נארמאלסטע וועג איז זיך צושיידן בשלום.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
פארשפארט