דער פאלטאווער רב איז מעביר דעם שוחט. פארוואס?!

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך האב צאמגענומען די לענגערע מעשה והנספח, און עס שיין מסדר געווען אין פי. די. עף.

להנאת הציבור:
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

מפוזרי האט געשריבן:ר' שש; דו דערציילסט דעם ליובאוויטשער גירסא, אבער אין טשערנאביל ווייסט מען אנדערש. דער שוחט איז יא געווען ריין און דער ר' מוניא איז גאר געווען דער קטלא קניא, נאר אז ער האט געזען אז דער עולם קומט בטרוניא. און מ'גייט אים צונעמען די נדוניא, האט ער געמאכט א קנוניא, און געשפילט ווי ער אנטלויפט, און אזוי דעם עולם אונטערגעקויפט, אבער אין טשערנאביל ווייסט מען דעם אמת!...

מפוזרי: אינטרעסאנט. דאמאלס האט מען אין טשערנאביל יא געוואוסט. און היינט וועיסט מען נישט. די רעבי טענה'ט אייביג אז ..."ער וועיסט נישט"... ווען אימער מ'מאכט איהם אויפמערקזאם איבער עפעס א שייגעץ שטיק אדער אקט פון טעראריזם פארשטעיציך בשם און לשם החסידות. זאגט ער אז ער וועיסט נישט...!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ארויפגעברענגט פון פריש, לרגל דעם וואכעדיגן סדרה, אויף וואס דער מאמר באציט זיך.

ליינט [און פרינט ארויס דעם פריער-געברענגטן פי. די. עף.] מיט הנאה!
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

Re: דער פאלטאווער רב איז מעביר דעם שוחט. פארוואס?!

שליחה דורך פליקער »

איך האב פארזעין די מעשה האב איך איצט אפגעגעבן מיינע לייקס,
מיין הערה איז, די מעשה איז פיין, משל הערליך, אבער אז דו באקסט שוין יא, זיי מוחל ניץ שיינע נעמען, נישט מאניע וואס די נאמען איז פארן בעל עגלה וואס דער רב ר' מנשה ציגעלהיים האט געדינגען ווען ער האט געזיכט צי אנטלויפן פין שטאט ציליב דעם שוחט בערל וואס רוב שטאט האט געריפן בערקע ציליב זיין גרויס געוויקט און אייזערנע פויסט, אגב די מעשה איז געווען אין שטאט פראג.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ירא שמים האט געשריבן:אבער נעקס טיים שרייב אין אנפאנג סאיז נאר א משל …

ירא שמים: דו דערמאנסט מיך א מעשה. איך האב אמאל געכאפט א שמועס מיט אן עלטערן איד. דערציילט ער מיר אזא מעשה. ביי זיי אין דארף אינדערהיים אין גאליציע איז געווען אמאל אין א זומערדיגן טאג ווען ר'האט זיך אפגעשטעלט אונטער'ן בארג צו באוואונדערן די הערליכע בריאה. אויבן אויפ'ן בארג איז געפאהרן א וואגן געשלעפט פון 4 פערד. אויפ'ן וואגן זענען געווען א סאך קלעצער צוגעבינדן מיט אן אייזערנע קייט. ווען פלוצלינג האט זיך די קייט איבערגעריסן און די קלעצער האבן אנגעהויבן זיך צו קוילערן אראפ פונ'ם בארג מיט גרויס אימפעט. (און איך שטיי דארט אונטער'ן בארג און גלאץ אוועק.)...א מזל האביך געהאט אז די מעשה איז נישט אמת. ווייל אנישט וואלט איך נישט ארויס א לעבעדיגער... :lol: :roll:
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

אדנירם: כ'מיין אז כ'האב מתקן געווען אויף וואס דו האסט דיך אפגערעדט אויף מיר אין אישי. כ'האב שוין געלייקט א יעדן פרק אדער משנה באזונדער. נאר איך בין געגאנגען אין די שיטה (הקדושה) אז מ'געט איין גרויסן לייק סוף מסכת. נישט א יעדן איינציגסטן פרק באזונדער. ס'דא אויף דעם א טייערער משל פון א איד וואס האטציך שטארק איינגעהאלטן, זייענדיג אין ביהמ"ד. אבער צום סוף ווען ר'איז ארויס אויף די גאס האט עס אויסגעפלאצט, און ר'האט משלים געווען אלעס וואס ער האט פארפעלט. דער הייליגער ר' ר' מעכלי זלאטשוב'ער פון נתניה זי"ע וואלט עס געקענט גוט מסביר זיין. ער האט ליעב געהאט צו זאגן און הערן אזעלכע ווערטלעך. דרך אגב. זיין זון, וועלכער האט אויכעט שטארק משמח געווען אידן איז נעבעך אוועק דעם פארגאנגענעם ערש"ק. זי"ע...!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אדנירם האט געשריבן:[center]לרגל ערב יום כיפור, ווען דער עולם גייט צום שוחט שחט'ן דעם כפרה,
בין איך מודיע פארן עולם אז מ'קען יעצט גיין שחט'ן די כפרה ביים פאלטאווער שוחט,
תחת השגחתו המהודרת של רב העיר הגה"צ רבי מוניע.


מספר מצומצם, פלעצער באגרעניצט, וכל הקודם זכה..[/center]

חזקה אז דאס יאר אויך, ווייל פיט"א האט נאכנישט באוויזן צו פארמאכן דעם געשעפט...
פארשפארט