איך אויך איז relived. ס'טייטש אפילו דער טאטע האט נישט געהאט א סמארטפאון איז נאך פארט פאראן א מקום צו בלעימען פארוואס אזא פראדוקט איז ארויס לאור עולם. ס'איז נישט פשט אז מ'איז געטריי גאט, מ'טוט וואס אן ערליכער איד ברויך צו טון, און ווי פון גארנישט, פון א "טיפה סרוחה," קריכט ארויס א שגץ.
אן ע סיריעס נאויט ווייס איך נישט פארוואס מיין אומשולדיגער פאטער איז געווארן די רעדע דא. די נקודה איז אז ער האט נישט געטראכט אז מ'ברויך זיין גרייט פאר נאך א קינד. די פראצעדור איז געלאפן העכסט-נאטירלעך.
מיין כוונה איז אוודאי נישט געווען צו נוצן א זלזול'דיגן טערמין אויף די לעכטיגע קינדער, און כאטש כ'האב געמיינט די נקודה וואס כ'האב נארוואס עלעבארירט, האב איך יעצט פארט געטוישט דעם לשון. נישט לכבודך, נישט לכבודי, נאר לכבודם.
יעצט צו דיין נקודה דא אז די וועלט וואלט בעסער געווען ווען מיינע עלטערן וואלטן גענוצט א קאנדאם, קען זיין אז יא, קען זיין אז נישט. פאר מיר פערזענליך וואלט זיכער בעסער געווען. ועל כגון דא שטייט שוין אין דער גמרא, "חבל על דשתכחין ולא אבדין."
חברה, בארואיגט אייך. קאלעדזש עדיוקעישאן וועט גארנישט העלפן, איך קום פון דארט און איך האב שטאדירט פינאנץ און איקאנאמיקס (אגב, מיין פעיוואריט סובזשעקט). איך קען נישט אנצייגן אויף עפעס וואס כ'האב געלערנט אז דאס קאנווינסט איינעם צו סעיוון.
נאר וואס דען? איך בין ב"ה אויפגעוואקסן אין א שטוב ווי מ'האט געלעבט באלעבאטיש אבער שפארזאם. מ'האט נישט געהאט די שענסטע קאר און די נייעסטע טאיס, אבער מ'האט געלעבט באקוועם און געווען א שמח בחלקו, נישט קוקענדיג וואס די שכן האט.
[tag]שמעקעדיג[/tag] שרייבט אז די עלטערן דארפן זיך אראפזעצן מיט די קינדער פאר'ן חתונה און מסביר זיין די חשיבות פון געלט. דאס איז נישט ריכטיג. עלטערן דארפן זיין א ראול מאדל פאר די קינדער און זיך אויפפירן אזוי אז ווען די קינדער האבן חתונה ווייסן זיין אליינס וואס צו טון.
ארומנאשנדיג אביסל פון דא און דארט איבער פינאנציעלע ראט, האב איך צוזאמענגעקליבן די פאלגענדע עצות וואס קען יעדן צוניצקומען.
א. באצאל דיינע חובות
דאס איז געוויס דער ערשטע יסוד, אבער עס איז וויכטיג צו האלטן חשבון וועלכע הוצאה קאסט דיר די מערסטע. אלזא ווער קודם פטור פון די קרעדיט קארטלעך אדער אנדערע לאונ'ס מיט הויכע אינטרעסט ראטעס. עס איז איבריג צו באטאנען אז מען זאל זיך היטן פון נייע הלוואות ווי פון פייער.
תורה ומדע האט געשריבן:פיין און וואיול, אבער דער דורכשניטליכער אידישער פאמיליע פארברענט יעדעס יאהר ציווישען 150 און 175 טויזענט דאללער א יאהר! רוב אמעריקאנער האוסהאולדס מאכען אין דער געגנד פון 50.60 טויזענד. שטעלט זיך די פראגע, מהיכן ירק זה חי? אהנע חובות? אפשר 102 פונעם עולם וואס אין זייאיז נכלל גבירישע קינדערץ אויף דעם האט איהר אויך אן עצה?
גראדע מוטשע איך זיך אביסעל מיט די נאמבערס ווייל דערווייל האב איך נאכנישט קיין גרויסע געזונדעל איז די שאלה וויפיל דעגרייכט די יערליכע בודזשעט פון א משפחה וואס פילט אן א מיני וועין? די זאגסט ''ציווישען 150 און 175 טויזענט דאללער א יאהר!'' איך זעה נישט די נומבערס זאלן זיין אזוי הויעך אפשר מאכסטו אן ערכ'דיגען חשבון אז דיינע נומערן זאלען האבען עפעס אן האפט?