אינגערמאן, היט אפ דיין געלט

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

איך אויך האט געשריבן:אה דאס מאכט שוין סענס.

איך אויך איז relived. ס'טייטש אפילו דער טאטע האט נישט געהאט א סמארטפאון איז נאך פארט פאראן א מקום צו בלעימען פארוואס אזא פראדוקט איז ארויס לאור עולם. ס'איז נישט פשט אז מ'איז געטריי גאט, מ'טוט וואס אן ערליכער איד ברויך צו טון, און ווי פון גארנישט, פון א "טיפה סרוחה," קריכט ארויס א שגץ.

אן ע סיריעס נאויט ווייס איך נישט פארוואס מיין אומשולדיגער פאטער איז געווארן די רעדע דא. די נקודה איז אז ער האט נישט געטראכט אז מ'ברויך זיין גרייט פאר נאך א קינד. די פראצעדור איז געלאפן העכסט-נאטירלעך.
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

ווייל דו האסט געשריבן א עקלהאפטיגע און העכסט אומסענסיטיווע סענטענסט, ובכגון דא נהוג לומר: ווען דיינע עלטערן וואלטן אנגעהאט א קאנדאם יענע נאכט וואלט די וועלט בעסער געווען.

א רחמנות אויף דיינע קינדער אויב זיי זענען ביי דיר נעבעך נישט מער ווי א זעקל לחלוחית.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

איך אויך האט געשריבן:ווייל דו האסט געשריבן א עקלהאפטיגע און העכסט אומסענסיטיווע סענטענסט, ובכגון דא נהוג לומר: ווען דיינע עלטערן וואלטן אנגעהאט א קאנדאם יענע נאכט וואלט די וועלט בעסער געווען.

א רחמנות אויף דיינע קינדער אויב זיי זענען ביי דיר נעבעך נישט מער ווי א זעקל לחלוחית.

כ'קלער יעצט אז ביסט אביסל גערעכט אין דעם זין פון דער שפראך וואס כ'האב גענוצט. און נישט ווייל צו "איך אויך" ברויך מען נוצן אן איידעלע שפראך ווייל ער פארנעמט פשוט נישט פראסטע און וואולגארישע טערמינען, נאר באמת, ואלה הצאן מה חטאו. טאקע נישט זייער פראבלעם אז מ'איז זיך צו זיי אומגעגאנגען מיט א קנאפן יישוב הדעת אין יענער צייט ווען די גאנצע עקזיסטענץ זייערע איז נאך געווען אין דער פאזיציע וואס אפילו דער מערסט-צעדרייטער קאנסערוואטיווער וועט איר נאך נישט אנרופן "לייף."

מיין נקודה איז געווען צו אילוסטרירן דאס דוקא אומלאגישע מציאות אין וואס דער אינגערמאן האט זיך אריינגעלאזט איידער ער טאר שוין נישט נוצן זיין אפגעהארוועטע געלטער פאר וואקאציע, איידער ער ווערט באשולדיגט אין שפענדן געלט פאר א גרעסערער דירה, איידער ער איז גאר דער וואס מיטאמאל צייגט מען אים דעם גוי, ער זאל זיך פונעם גוי אפלערנען וויאזוי נארמאלע ציוויליזירטע מענטשן ברויך לעבן.

מיין כוונה איז אוודאי נישט געווען צו נוצן א זלזול'דיגן טערמין אויף די לעכטיגע קינדער, און כאטש כ'האב געמיינט די נקודה וואס כ'האב נארוואס עלעבארירט, האב איך יעצט פארט געטוישט דעם לשון. נישט לכבודך, נישט לכבודי, נאר לכבודם.

יעצט צו דיין נקודה דא אז די וועלט וואלט בעסער געווען ווען מיינע עלטערן וואלטן גענוצט א קאנדאם, קען זיין אז יא, קען זיין אז נישט. פאר מיר פערזענליך וואלט זיכער בעסער געווען. ועל כגון דא שטייט שוין אין דער גמרא, "חבל על דשתכחין ולא אבדין."
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

חברה, בארואיגט אייך. קאלעדזש עדיוקעישאן וועט גארנישט העלפן, איך קום פון דארט און איך האב שטאדירט פינאנץ און איקאנאמיקס (אגב, מיין פעיוואריט סובזשעקט). איך קען נישט אנצייגן אויף עפעס וואס כ'האב געלערנט אז דאס קאנווינסט איינעם צו סעיוון.

נאר וואס דען?
איך בין ב"ה אויפגעוואקסן אין א שטוב ווי מ'האט געלעבט באלעבאטיש אבער שפארזאם. מ'האט נישט געהאט די שענסטע קאר און די נייעסטע טאיס, אבער מ'האט געלעבט באקוועם און געווען א שמח בחלקו, נישט קוקענדיג וואס די שכן האט.

[tag]שמעקעדיג[/tag] שרייבט אז די עלטערן דארפן זיך אראפזעצן מיט די קינדער פאר'ן חתונה און מסביר זיין די חשיבות פון געלט. דאס איז נישט ריכטיג. עלטערן דארפן זיין א ראול מאדל פאר די קינדער און זיך אויפפירן אזוי אז ווען די קינדער האבן חתונה ווייסן זיין אליינס וואס צו טון.
תורה ומדע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 923
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
געפינט זיך: מידוועסט
האט שוין געלייקט: 483 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 667 מאל

שליחה דורך תורה ומדע »

מיין דעגרי איז א יסוד פון מיין פינאנציעלער הצלחה, ב"ה.
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
דער דאס
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 305
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 15, 2016 12:41 am
האט שוין געלייקט: 475 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 595 מאל

שליחה דורך דער דאס »

אלס א יונגערמאן עטליכע יאר נאך די חתונה, אין א קליינע דירה, נישט געפערליכע רענט, א נארמאל באצאלטע דזשאב, כ'פאר נישט אויף קיין טייערע וועקעישן, כ'דרייוו נישט קיין אויפרייסערישע קאר, כ'עס כמעט נישט אין רעסטראנט, כ'קויף נישט יעדע זאך וואס מיין שכן-חבר-קרוב האט וכו'
נישט אז בין קארג, איך טריי צו לעבן מיט א חשבון.
קומט אבער סוף חודש, ב"ה חובות האב איך נישט דאזה"וו, בלייבט גארנישט איבער, ממש וויפיל כ'האב פארדינט אזוי פיל האט מיך עס געקאסט.
איך האב שוין פרובירט אוועק צו לייגן יעדע וואך אפאר דאלער ס'גייט נישט.
וויל איך בעטן, אפשר קען איינער זיין אזוי גוט און מיך מגלה זיין דעם סוד, וואס ברויך איך צו טוהן אז איך זאל מיך נישט טרעפן אין עטליכע יאר פארזינקען אין חובות?
איך וויל נישט בארגען ח"ו און בלייבען שולדיג, איך וויל נישט דארפן צוקומען צו אנדערע.
ווי הייב איך אן?
ווי אזוי היט איך אפ מיין געלט?
גרויסע מענטשעלע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 883
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2015 10:16 am
האט שוין געלייקט: 798 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 299 מאל

Re: אינגערמאן, היט אפ דיין געלט

שליחה דורך גרויסע מענטשעלע »

איז אזוי קודם זייער חשוב פין דיר אז די האסט א ברייטער בליק אין זארגסט אויף שפעטער.

כהעל פרובירן צו צוטיילן לויט מיין דעת ( פארשטייט זיך מקען מחילוק זיין).

אויב דיינע עקספענסיס זענען מער ווי דיין אינקאם אדער די ברעקסט איווען מיינט עס דיינע אויסגאבעס זענען מער אין עפעס דארף געטאן ווערן אדער נאך א דזאב אדער אנדערע דזאב מיט א העכערע געהאלט אדער קאטן פין דיינע עקספענסיס וואס די זאלסט קאטן גיי איך נישט אין קיינער קען נישט זאגן ווייל פאר יעדעם איינער איז וויכטיג א צווייטער זאך איינער דארף א קאר אפי נישט א טייערע איינער דארף א רעסטעראנט.

פארוואס דארפסט עפעס טועהן איז ווייל עני נישט גערישטע הוצאה קען דיך אריינלייגען אין חובות א שמחה אדער אנדערפעלער.
דאס מענטשעלע שפילט........
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

גם אני מצטרף, עס איז א גרויסע זאך אז דו זארגסט אויף שפעטער, איזהו חכם הרואה את הנולד.
קודם, אז דו האסט נישט קיין חובות איז שוין א געבענטשטע זאך, וויפיל יונגעלייט קענען דאס זאגן אויף זיך.
ליידער זענען מיר אין א מצב וואס עס איז שווער צו פארדינען עקסטערע געלט פון א פשוט'ע דזשאב, ווייל די סטאנדארד פון לעבן איז גאר הויך, און מען באצאלט ווייניג אין די דזשאבס (פארהאלטניסמעסיג).
בלויז די עסן וואס מיר קויפן איין (איין היינטיגע שבת ארדער וואלט געקלעקט פאר אונזערע זיידעס אויף עטליכע חדשים), און נאר די קליידער אליין, און די פרייזן פון רענט קאסט אפ א געוואלד. נאך בעפאר שמחות.

אז ס'איז שייך פאר דיר צו מופן אויף א ביליגערע פלאץ וואלט געווען א גוטע אנהייב (כ'ווייס נישט וואו דו וואוינסט, אבער אין אלע היימישע באזעצטע געגנטער איז זייער טייער, מען דארף קוקן אויף די נייערע געגענטער).
דיין דזשאב זאל לכה"פ האבן א צווקונפט (א פיוטשער), ווי דו זאלסט קענען וואקסן מיט די צייט און שטייגן מעלה מעלה. אויב איז עס נישט שייך, זוך שוין יעצט עפעס אנדערש.
אודאי אויב דו קענסט אריינטאנצן אין עפעס גרעסערס, אייגענס, איז גאר חשוב; אבער למעשה רוב מענטשן זענען נישט געאייגענט פאר דעם, מען דארף זיין דער טייפ צו טאנצן און נעמען א ריסק.
אוועקלייגן איז וויכטיג. אז דו קענסט אפילו בלויז 20 דאלער א וואך, האסטו שוין אנגעהויבן אין די ריכטיגע דירעקציע.

תפלה און סייעתא דשמייא איז די וויכטיגסטע אינגרידיענט, מען זעהט מענטשן וואס פארדינען שיין און עס פאלט ארויף אויף זיי אומגעווענליכע עקספענסעס און מען בלייבט נישט מיט די גרויסע רווחים.
אלענפאלס א מענטש דארף טון די ריכטיגע השתדלות - וואס לויט דיינע ווערטער פרובירסטו עס צו טון, אשרי חלקך - און לאזן השי"ת טון דאס איבריגע, לקיים וברכתיך בכל אשר תעשה.

הצלחה וברכה בכל אשר תפנה.
וירח ה' את ריח הניחוח
דער דאס
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 305
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 15, 2016 12:41 am
האט שוין געלייקט: 475 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 595 מאל

שליחה דורך דער דאס »

ש'כח @גרויסע מענטשעלע @שמעקעדיג
גרויסע מענטשעלע, האסט זייער קלאר ארויס געברענגט, פארוואס איך בין באזארגט, די צייט בלייבט נישט שטיין, הצאות וואקסן ב"ה נאר געזונטערהייט.
לגבי חובות, האב איך געהערט פון א קלוגע יוד (קען זיין כ'האב עס דא געליינט...) ענדערש זיין שולדיג פאר זיך ווי פאר א צווייטען, ד.מ. למשל איך וויל קויפן א קאוטש, יעצט האב איך נישט איבריג געלט דערפאר, אנשטאט בארגען און בלייבען שולדיג $500 פאר מיין חבר, בין איך שולדיג פאר מיך א קאוטש. פארשטייט זיך אז מ'דארף וויסן ווי איין און ווי אויס, אבער די כלל האלט איך פאר די אויגן.
וועגן מופן ס'גייט לכאורה נישט געשען אזוי שנעל.
מיין דזשאב האט אפשר פיוטשער, ווי מער צייט גייט דורך, לערן איך מער וועגן די ביזנעס, די סודות און טריקס, מעגליך נאך אפאר יאר קען איך אליינס עפענען, (נאר צו טראכטן פון דעם דרייען זיך די קישקעס אבער ווער ווייסט?)
אוועק לייגן האב איך שוין געטרייט א שטיק צייט $50 יעדע וואך, ס'האט פשוט נישט אריינגעפיט, כ'גיי אנפאנגען נאכאמאל מיט $20 אפשר וועט עס ארבייטען.
און פארשטייט זיך תפילה אן דעם איז גארנישט דא.
למעשה האב איך געזען זייער אן אינטרעסאנטע זאך כמעט יעדע מאל ס'קומט אונטער גרעסערע הצאות קומט פון ערגעץ שפע, למשל פאר יו"ט קומט א באונעס פון די בעה"ב (יעדע מאל אן אנדערע סכום) ממש אייביג איז עס פונקט וויפיל די עקסטערע הצאות קומט אויס, ווען מיין יונגעלע איז געבוירן איז געקומען צו מיך איינער אז ער וויל אויסצאלן די ברית אלס א סגולה פאר... כ'געדענק שוין נישט, און אזוי נאך אסאך אסאך מאל.
איז מיין שאלה דארף איך בכלל עפעס טוהן, אדער לאזן אלעס ווייטער לויפן אזוי ווי ס'איז, און זיין רואיג אז ווען ס'וועט קומען ריזיגע הצאות, ווי למשל חתונה מאכן וכד', וועט שוין דעמאלט עפעס קומען?
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

ארומנאשנדיג אביסל פון דא און דארט איבער פינאנציעלע ראט, האב איך צוזאמענגעקליבן די פאלגענדע עצות וואס קען יעדן צוניצקומען.


א. באצאל דיינע חובות

דאס איז געוויס דער ערשטע יסוד, אבער עס איז וויכטיג צו האלטן חשבון וועלכע הוצאה קאסט דיר די מערסטע. אלזא ווער קודם פטור פון די קרעדיט קארטלעך אדער אנדערע לאונ'ס מיט הויכע אינטרעסט ראטעס. עס איז איבריג צו באטאנען אז מען זאל זיך היטן פון נייע הלוואות ווי פון פייער.

אויב האסטו אסאך קרעדיט קארד חובות, קען מען סעטלען, קאנסאלידעיטן, אדער ארויסנעמען איין גרויסע הלואה אויף א ביליגע ראטע און באצאלן אלע אנדערע חובות.

אויב מעגליך, עפן א סעיווינגס אקאונט, און מאך וועכנטליך אן אויטאמאטישע דעביט פון דיין טשעקינג אקאונט וואס זאל גלייך אהינגיין, אפילו נאר 20 אדער 30 דאלער א וואך, און פארגעס פון יענע געלט.


ב. שפיל מיט די עקספענסעס, נישט מיט די סעיווינגס

רוב מענטשן וואס מאכן א בודזשעט מאכן דעם חשבון פון זייער אינקאם, דערנאך רעכענען אראפ זייערע הוצאות, און די איבריגע (אויב בלייבט איבער) ווערט פאררעכנט פאר סעווינגס. דאס איז נישט ריכטיג. טו פארקערט. קודם מאך אפ וויפיל דו ווילסט אוועקלייגן, און דאס זאלסטו אוועקלייגן מיט מסירות נפש, אן קיין תירוצים! און דאס איבריגע מיט וואס דו בלייבסט איבער, דאס קענסטו נוצן פאר דיינע הוצאות. עס איז נישט גענוג? פרוביר עס צו מאכן ארבעטן, ווי געשריבן שפעטער. אלזא, ווען דו ערהאלסט דיין פעי טשעק, די ערשטע זאך נעם אראפ (מעשר אויב מעגליך און נאכדעם) די סעיווינגס, און די איבריגע געלט זאל בלייבן צום טאג טעגליכן באנוץ.


ג. עס נעמט צייט ארויסצוקריכן פון א לאך

דאס איז אלץ וויכטיג צו געדענקען, בפרט ווען עס האט זיך געמאכט א גרעסערע לאך. הייב אן אוועקלייגן אין די זייט צו דעקן דעם לאך צעביסלעך, און פארגעס דערפון. ליג נישט אונטער פרעשור טאג און נאכט.


ד. האלט חשבון אויף יעדע הוצאה

עס לאזט זיך נישט זאגן ווי הילפבאר דאס קען זיין. מענטשן מיינען אז זיי ווייסן בערך זייערע הוצאות, אבער עס איז ווייט פון ריכטיג. רוב מענטשן וואס טרעקן זייערע עקספענסעס און שרייבן אפ יעדן דאלער, ווערן איבערראשט נאך אפאר חדשים! אלזא, נעם דיר מיט א בוכעלע וואו אימער דו גייסט און שרייב אפ יעדן איינציגן דאלער, אזוי אויך דיין ווייב, און נאך 2-3 חדשים טו עס קאטעגאריזירן און דו וועסט שאקירט ווערן צו זעהן וויפיל די "קלייניגקייטן" מאכן אויס, און וויפיל דו קענסט זיך שפארן.


ה. פרוביר צו שניידן הוצאות

נאכן האלטן חשבון, קען מען אנהייבן שניידן. ערשטנס שנייד אראפ די אלע אומוויכטיגע זאכן פון דיין ליסטע. דערנאך גיי צו די וויכטיגערע הוצאות, און פון דארט פרוביר אויך צו שניידן וויפיל עס איז מעגליך. מען קען נוצן ווייניגער עלעקטריציטעט, קויפן א ביליגערע קאר (אויב בכלל), ביליגע געז, ביליגערע פראדוקטן אין גראסערי, נישט קויפן אלע נאשערייען און לייען מאטעריאל, קויפן ביליגע קליידער און שיך, קויפן אויף סעיל, נוצן קיופאנ'ס ווען מעגליך, א.א.וו. (און עס איז א מילתא דפשיטא אז אויב קענסטו אוועקמופן פון ברוקלין, טו עס במוקדם האפשרי....)

טרעף דיר אן א חבר אדער משפחה מיטגליד וואס זוכט אלץ די בעסטע דיעלס, און קען די בעסטע טריקס. ער וועט דיר קענען ארויסהעלפן אין דעם הינזיכט ביי פארשידענע הוצאות. צי זאל עס זיין אינשורענס, סעלפאון פלאן, טעלעפאן אינדערהיים, יוטיליטיס, אינטערנעט סערוויס, א.א.וו. מען קען זיך אזוי ארום שפארן הונדערטער דאלער צי מער יעדע יאר.

נאך א טריק וואס איז זייער ראטזאם: גיי אין גראסערי /סופערמארקעט בלויז ווען דו ביסט פולשטענדיג זאט! עס איז נישט קיין וויץ. מענטשן קויפן פיל מער ווען מען איז הונגעריג.


ו. עס אינדערהיים!

עס איז אומגלויבליך וויפיל א מענטש קען זיך שפארן ווען ער עסט אינדערהיים אנשטאט קויפן פארטיג אין געשעפט. לאמיר שוין נישט רעדן וויפיל געזונטער עס איז, די רעסטוראנען נוצן דאך נישט די געזונטסטע אינגרידיענט'ס, מילד גערעדט. אבער חוץ פון געזונטהייט, זענען די קאסטן אסטראנאמיש. בלויז איין סענדוויטש יעדן טאג אנשטאט פרישטאג אינדערהיים מאכט א ריזיגער דיפערענץ. אפגערעדט פון טייערע סאפער'ס ווי מען גייט אין רעסטוראנען זיך לאזן וואווילגיין כיד המלך.


ז. פרוביר צו העכערן דיין אינקאם

נאכן זיין 'סור מרע', גייען מיר צום 'עשה טוב'. ארבעט אריין מער שעות, פארלאנג א רעיז, זוך א סייד דזשאב, גיס מער וואסער ביי נטילת ידים, בענטש אין א סידור, זאג פרשת המן, אפשר קען דיין ווייב בעביסיטן, די ליסטע איז ענדלעסס.

אויב האסטו באקומען א רעיז, נוץ נישט גלייך אויס די איבריגע געלט צו האבן א טייערערע לייף סטייל. פרוביר ווייטער צו לעבן די זעלבע שפארזאם, און לייג ענדערש אוועק די איבריגע געלט.


ח. פרוביר צו לעבן אן קרעדיט קארדס

נאכן פאררעכטן די אלטע לעכער, איז מכאן ואילך חושבנא. ווארף אוועק די קרעדיט קארדס, און נוץ נאר דיין דעביט קארטל. פאר געוויסע טרענזעקשאנ'ס וואו דו מוזט נוצן א קארטל לעת הצורך (צב"ש רענטן א קאר), לאז איבער נאר איינס אדער צוויי מיט ביליגע אינטרעסט ראטעס, און נוץ עס נאר ווען מען מוז, און באצאל עס תיכף דעם זעלבן חודש בעפאר עס קאסט דיר רבית. (עס איז אויך כדאי צו נוצן א קליין ביסל יעדע חודש כדי צו האבן א גוטע קרעדיט סקאור).


ט. איש את רעהו יעזורו ולאחיו יאמר חזק

עס איז גוט אז 2 חברים – אדער אפילו מאן און ווייב – זאלן פרובירן סעיוון אינאיינעם און זיך ארויסהעלפן. ווען דו האסט פלוצלינג א שטארקע תאוה צו ספענדן פאר עפעס, רעד זיך אדורך מיטן שותף. נאך בעסער איז אויב יענער האט די שליסל צו דיין קאסע...

בכלל, אויב וויל מען איינפירן אזא שפארזאמע לייף סטייל, איז זייער וויכטיג עס צו אדורכשמועסן מיטן ווייב. געווענליך זענען די פרויען די ספענדערס (נישט אלץ), אבער אז מען נעמט זיי אריין אינעם בילד, מען ווייזט זיי קלאר וויפיל מען קען אויסגעבן א וואך/חודש, און אז דער מאן אליין וועט אויך מוותר זיין אויף לוקסוס כדי צו שפארן, אין אלגעמיין וועלן זיי זיך פרובירן צוצושטעלן, אדרבה צומאל קענען זיי אריינגיין אינעם שוואונג פון שפארן נאך מער ווי די מענער, און געווענליך זענען די פרויען מער דיסציפלינירט ווי מענער, און פאלן נישט אדורך אזוי שנעל, און אזוי ארום קען מקויים ווערן 'אשתו משמרתו ומצילו מן החטא'...

מיט תפלה, הצלחה און סייעתא דשמיא וועסטו אי"ה זעהן הרחבת הדעת!
וירח ה' את ריח הניחוח
תורה ומדע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 923
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
געפינט זיך: מידוועסט
האט שוין געלייקט: 483 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 667 מאל

שליחה דורך תורה ומדע »

פיין און וואיול, אבער דער דורכשניטליכער אידישער פאמיליע פארברענט יעדעס יאהר ציווישען 150 און 175 טויזענט דאללער א יאהר! רוב אמעריקאנער האוסהאולדס מאכען אין דער געגנד פון 50.60 טויזענד. שטעלט זיך די פראגע, מהיכן ירק זה חי? אהנע חובות? אפשר 102 פונעם עולם וואס אין זייאיז נכלל גבירישע קינדערץ אויף דעם האט איהר אויך אן עצה?
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
תורה ומדע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 923
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
געפינט זיך: מידוועסט
האט שוין געלייקט: 483 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 667 מאל

שליחה דורך תורה ומדע »

10%
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
באניצער אוואטאר
קאמענטירער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 768
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 5:06 am
געפינט זיך: אין די ווירטואלע וועלט
האט שוין געלייקט: 306 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 672 מאל

שליחה דורך קאמענטירער »

תורה ומדע האט געשריבן:פיין און וואיול, אבער דער דורכשניטליכער אידישער פאמיליע פארברענט יעדעס יאהר ציווישען 150 און 175 טויזענט דאללער א יאהר! רוב אמעריקאנער האוסהאולדס מאכען אין דער געגנד פון 50.60 טויזענד. שטעלט זיך די פראגע, מהיכן ירק זה חי? אהנע חובות? אפשר 102 פונעם עולם וואס אין זייאיז נכלל גבירישע קינדערץ אויף דעם האט איהר אויך אן עצה?

גראדע מוטשע איך זיך אביסעל מיט די נאמבערס ווייל דערווייל האב איך נאכנישט קיין גרויסע געזונדעל איז די שאלה וויפיל דעגרייכט די יערליכע בודזשעט פון א משפחה וואס פילט אן א מיני וועין? די זאגסט ''ציווישען 150 און 175 טויזענט דאללער א יאהר!'' איך זעה נישט די נומבערס זאלן זיין אזוי הויעך אפשר מאכסטו אן ערכ'דיגען חשבון אז דיינע נומערן זאלען האבען עפעס אן האפט?
...
פארשפארט