ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ווער האט ממנה געווען די חברה צו שטראפען? פ"וו איז שטראף בכלל דער נוסח? זיי זאגען ניטאמאל אז דאס מיינען זיי. א מענטש וואס פיהרט זיך אויף ערליך אבער פאלגט נישט די תקנות פון א בו"ד, ער מאכט אייגענע סייגים נישט יענעמ'ס, קומט נישט קיין עונש. אז דו האסט א צווייטע מיינונג, ווייז אויף. פאדער נישט מ'זאל דיר גלויבען אויפ'ן ווארט.
שטראפען טאר מען טאקע נישט, אבער ענפארסען די ראאלס מוז מען. אז נישט וועט אייער זוהן גיין אין חדר מיט קינדער וואס האבען טעלעוויזיען אין שטוב. איך שטעלל מיך פאר אז דאס ווילט איהר נישט.
תורה ומדע: אנטשולדיגט. אבער איהר רעדט פארצייטיש און אלט מאדיש. ווער רעדט היינט פון טעלעוויזיע...?! היינטיגע צייטן רעדט מען פון אינטערנעט (אפילו דאס איז שוין פאססעיייי) אדער פון די טעכנאלאגישע כלים און וואס מ'טוט מיט זיי.שטעלט אייך פאהר, א רב, א רבי און א גרויסער מנהיג פון א קהילה פון אלפים ורבבות וועט זאגן ביי שעלעשידעס טוירע אדער ביי באגלייטן מוצאי יו"ט אז לויט ווי ער הערט איז ארויסגעקומען א נייע טעכנאלאגישע כלי וועלכע רופט זיך טעלעפאן. און א יעדער ערליכער איד אין זיין קהילה זאלל דאס ארויסווארפן ווי אמשנעלסטן ווייל דאס האט אין זיך די אלע 3 גרעסטע עבירות. און מ'וועט אהיימשיקן די קינדער פון סיי וועמען אויב מ'געפונט אויס אז ביי זיי אינדערהיים געפונט זיך די טמא'נע כלי, טעלעפאן...! ס'ארא פנים וועט אזא מנהיג הדור האבן...?! נ.ב.: אפשר באלאנגט די תגובה אין ..."שמייכל"...?
טעללעויזשאנס איז נאך נישטא און די חסידישער אדער ליטווישער ליווינג רומס אפילו ביי די וואס האבען אינטערנעט און סמארטפאונס.
תורה ומדע: אין ליווינג רום טאקע נישט. אבער אין פסח קלאזעט...יא. כמאמר אותו השחור, וועלכער האט געארבעט פאר א מאוווינג קאמפעני. און ר'האט משיח לפי תומו געפרעגט ביי א חסיד'ישן יונגערמאן, אוואו זיין טעלעוויזיע געפונט זיך. ווייל אין א יעדע דירה וואס ר'האט ביז היינט אויסגעליידיגט האט ער געפונען די טעלעוויזיע אין פסח קלאזעט צווישן די דישעס...!
שמעקעדיג האט געשריבן:בכלל איז לעצטנס געווארן א נייע פענאמען, כאילו די מוסדות זענען עפעס א אייגענע כח, אונזער שונא, מען שלאגט זיך ארום ווער איז גערעכט, די מוסדות צי די עלטערן, וואס בעצם דער מושג וואלט געדארפט זיין מופרך מעיקרא. די מוסדות זענען דאך אייגענטליך בלויז א שליח פון די עלטערן צו העלפן מחנך זיין 'אונזערע' קינדער. די מוסדות דארפן אונזערע קינדער, אונזער געלט, אונזערע שטימען, אונזער סופפארט, אין מלך בלא עם, עס איז נאריש זיך צו שלאגן מיט די עלטערן, זיי מאכן נאר זיך זעלבסט שאדן, עס האט נישט קיין שום הגיון און הסבר מיטן שכל! עס איז א צוזאמענארבעט פון ביידע שותפים אינאיינעם, נישט איינער אקעגן צווייטן.