'דער וועקער' - חודש'ליכער זשורנאל פון 'קאווע שטיבל'

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

בעל מדות האט געשריבן:[justify]וועסט אפילו נישט האבן קיין פראבלעם מיט דיין מגיד שיעור, ער גייט דאס אויך ליינען.[/justify]


נאר ביידע אונטערן טיש.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[justify]איך געב א הערצליכן דאנק פאר פיקאסא, פאר זיין דער אינציאטור פון אט דעם געוואלדיג'ן רעיון. ס'קוקט אויס ווי עס גייט האבן א אבנארמאלע ווידערקלאנג. סיי לטב און סיי למוטב - ווי פארשטענדליך.

שש איז אפגערעדט. אז משזר איז דא, איז נישט מעגליך ס'זאל זיין א 'סלאפי' ארבעט! משזר, א דאנק פאר שטיין בראש פונעם זשורנאל. א פערזענליכער דאנק, פארן קעיר'נעמען פון מיינע ארטיקלען.

איך ווינטש ענק גרויס הצלחה.


נ"ב. דער נאמען "דער וועקער" איז גאר א פאוער'פולער נאמען.

נ"ב.ב. איך האב געשריבן צוויי פרישע ארטיקלען. איינס, וואס איך האב געהאט - רויערהייט - אין דרעפט. די צווייטער, אינגאנצן פון סקרעטש! הגם, איך האב נישט געהאט מער ווי די ענגע 24 שעה וואס האט זיך געענדיגט בחצות/כחצות הלילה שארף. כמובן אז פאר מיינע פשוט'ע אייגנשאפטן נעמט א פשוט'ער ארטיקל, שעות ע"ג שעות צו שרייבן, און דא זענען געשטאנען פיקאסא און משזר און גע'סנאוז'ט מיטן וועק"ער העפטיג נאכאנאנד. ע"כ האף איך ס'זאל נישט זיין קיין רויע ארבעט - שהפסידו מרובה מרווחו.[/justify]
באניצער אוואטאר
פיקאסא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 118
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 22, 2016 9:33 am
האט שוין געלייקט: 332 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל

Re: 'דער וועקער' - חודש'ליכער מאגאזין פון 'קאווע שטיבל'

שליחה דורך פיקאסא »

יישר כוח געוואגטער פאר דיין געוואלדיגע ארבעט. די השקעה זעהט זיך אהן!
אויב "דער וועקער" איז סוקסעס איז עס זיכער צוליב דיינע באמבע שטיקלעך. דאס לייגט די יסוד פון די קוואליטי פון אונזער זשורנאל.

כה לחי!
כ'ניאק
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 6
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 8:23 pm
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל

דער וועקער

שליחה דורך כ'ניאק »

אלץ א געטרייע ליינער און פארעהרער פון קאווע שטיבל מימים קדם וויל איך קודם זאגן א גרויסע ישר כוח צי די חשובע ניק'ם פאר די באלערנדע און אינהאלטסרייכע ידיעות.
זייער אפט נאך א שטיקל העמק דבר און היסטאריע קען מען זיך ממש אפלעקן די פינגער

איך וואלט געוואלט מציע זיין אין "דער וועקער" אויב מעגליך צו שרייבן ווייניגער ארטיקלען בכמות אבער לענגערע מיט טיפערע ידיעות און אפהאנדלונגען
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[center]קרישקעלעך:[/center]

1. אלע ארטיקלען זענען שוין צאמגענומען, און גרייט ארויסצוקומען גאר שנעל - האפנטליך נאך אין די קומענדיגע 24 שעה.

2. אויסער די ווארט פונעם רעדאקציע [עדיטאריעל], און ווארט פונעם גראפיקער [שיינע געדאנקען], זענען דא נאך צען ארטיקלען - לענגערע און קורצערע - אינעם זשורנאל.

3. מיר האבן אריינבאקומען דריי פרישע ארטיקלען [איינס דערפון - אין פארזעצונג].

4. דער 'מן הגנזים' איז א הערליכע שטיקל [חלק א'] וואס איז דא באשריבן געווארן גאר לאנג צוריק [חלק ב' וועט אי"ה נאכפאלגן אין קומענדיגן זשורנאל].
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

גראדע איז 'קרישקלעך' נישט קיין שלעכטע נאמען פאר א קעפל פון א מדור אינעם זשורנאל. איינער האט עס אמאל פאראידישט צו 'טידביצלעך'.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

יעצט געהערט סעפענט זוך א מוסד נאר פאר קונדער פון שטיבער וואס ליינען נישט "דער וועקער"
באניצער אוואטאר
זבולון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 277
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 7:57 am
האט שוין געלייקט: 542 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 961 מאל

שליחה דורך זבולון »

המעוררים יצאו נגד המעורר
אין - כי הכל הבל
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

Re: 'דער וועקער' - חודש'ליכער מאגאזין פון 'קאווע שטיבל'

שליחה דורך טאמבל סאס »

ווי גוט וואלט געווען ווען מיר האבן נאך א ריעל וועקער. א פאסיגער דעסטריביוטער פאר די זשורנאל.

Sent from my SM-G903F using Tapatalk
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
קנאקעדיג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 45
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 17, 2016 4:08 am
האט שוין געלייקט: 35 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 82 מאל

שליחה דורך קנאקעדיג »

דו צוויי קאנוויניענט סטארס canteen on 13 און vos is neis וועלן עס גערן אריינעמען
אל תסתכל בניקניק אלא במה שיש בו.
מיר האבן אן אנדערע ניק מיט איבער 1500 תגובות, מילא האט נישט מורא צו רעאגירן אדער לייקן קנאקעדיג, כ'בין נישט ניי דא!
באניצער אוואטאר
Chuchem
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 180
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 27, 2014 11:30 am
האט שוין געלייקט: 178 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 123 מאל

שליחה דורך Chuchem »

די איינציגסטע וועג פון דיסטריבושין , איז צי דינגען אן אינו יהודי וואס וועט עס אפדראפען ביי די לאקאלע גאז סטאנציעס.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[center]ערשטער זשורנאל פון "דער וועקער" - שוין ערשינען![/center]
[NAMELESS]

אפדעיט'ס פארן זשורנאל 'דער וועקער' #2

שליחה דורך [NAMELESS] »

[center]אפדעיט'ס פארן זשורנאל 'דער וועקער' #2:[/center]

ב"ה אז דער ערשטער זשורנאל מבית היוצר של 'קאווע שטיבל' איז ערשינען, איז אפילו געווען צו באקומען אין געוויסע געשעפטן, און איז אריבער אלע ערווארטונגען בעז"ה. ווי שוין געמאלדן, וועלן מיר ממשיך זיין אין דעם אשכול אויסצושמועסן ווייטערדיגע פלענער און רעיונות און אפדעיטס איבער די קומענדיגע זשורנאלן פון 'דער וועקער'.

אשר על כן ווילן מיר דא אויסקלארן פארשידענע פונקטן, וואס וועלן זיין נוגע פארן ערשיינונג פונעם קומענדיגן 'דער וועקער'.



1. כעצת ידידינו החשוב החכם [tag]אבטולמוס[/tag], וועלן מיר פרובירן צו לייגן א גרעסערע דגוש אויף גאר אלטע ארטיקלען [מדור 'מן הגנזים'], וואס זענען שוין ערשינען א לאנגע צייט צוריק אין 'קאווע שטיבל'.


2. מיר האבן שוין ערהאלטן א לאנגע 'בריוו צו די רעדאקציע', וואו איינער צונעמט אן ארטיקל וואס איז ערשינען אינעם זשורנאל 'דער וועקער' #1. אזוי אויך, איז איין לעצטיגער אשכול שוין אויסגעקליבן געווארן אריינצוגיין אינעם קומענדיגן זשורנאל [א טענה'ריי צווישן צוויי חברים/צוויי זייטן פון די מטבע], אונטערן מדור 'חדשים גם ישנים'.


3. לכה"פ דריי חברים האבן מיר שוין געמאלדן, אז זיי האלטן אינמיטן ארבעטן אויף א פרישע ארטיקל אויסשליסליך צו 'דער וועקער' [מדור 'חדשות אני מגיד']. לויט אלע סימנים, וועלן די דריי ארטיקלען זיין גאר גוט, לאנג, און פראפעסיאנאל! און געדענקטס, נאר ארטיקלען וואס זענען געשריבן גאר גאר גוט, טיפע טעמעס אדער אינטרעסאנטע אפהאנדלונגען, וועלן קענען ערשיינען אינעם פרעסטיזשפולן זשורנאל.


4. הגם מיר האבן געזאגט, אז די רעדאקציע וועט האלטן די טויערן אפן ביז ארום א וואך בעפארן דאטום צום ערשיינונג פונעם נעקסטן זשורנאל [דאס מיינט, ארום א וואך בעפאר ר"ח תמוז], מוזן מיר מעלדן אז דאס איז נישט קיין הכרח, ווייל לויט די לעצטיגע אנטוויקלונגען זעט אויס אז די בלעטער פונעם זשורנאל וועלן זיך אנפולן נאך פריער. על כן, מזרזים למזורזים צו זיין פון די 'פארזיכערטע' אז זייערע ארטיקלען וועלן ערשיינען אינעם קומענדיגן 'דער וועקער'.


5. גלייכצייטיג ווילן מיר דא מעלדן פארן עולם, אז מיר האבן אין געדאנק צו אקצעפטירן די שוין דערמאנטע רעיון פון אננעמען 'אדווערטייזמענטס'. אונזער זשורנאל ווערט געזען דורך טויזנטער אויגן, און דאס וואלט געווען א גוטע שטופ מחזק צו זיין אונזער באליבטער [tag]פיקאסא[/tag] אנצוהאלטן זיין ארבעט [וואס איז ווערד סאך מער...]. דאס איז נישט קיין נושא וואס מיר וועלן דיסקוסירן ברבים. פאר מער קענט איר קומען אין אישי, אדער זיך פארבינדן מיטן זשורנאל'ס אימעיל דירעקט: info@derveker.com [דארט קענט איר אויך זאגן ערנסטע פלענער און רעיונות וואס איר האט, איבערן עתיד פון 'דער וועקער'].
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[center]פרישע אפדעיט'ס פארן זשורנאל "דער וועקער" #2:[/center]

מיר מאכן נישט קיין סענזאציעס יעדן טאג, אבי צו רעדן לופט, אבער מפעם לפעם איז גוט צו געבן פארן עולם די אפדעיטס איבער וואו אונזער פראיעקט האלט. אלזא, מיר פרייען זיך צו קענען מעלדן די קומענדיגע קרישקעלעך און אפדעיט'ס איבערן קומענדיגן זשורנאל פון 'דער וועקער'.


1. מיר האבן שוין געשיקט צום גראפיקער החכם [tag]פיקאסא[/tag], צוויי גאר אלטע אשכולות [מדור 'מן הגנזים'], ביידע זענען גאר קנאקעדיג.


2. מיר האבן שוין געשיקט צום גראפיקער איין לעצטיגע אשכול [מדור 'חדשים גם ישנים'], וואו צוויי ניקס טוישן אויס געגנזייטיגע דעות.


3. מיר האבן שוין געשיקט צום גראפיקער אן עקסקלוסיוו נייע הערליכע ארטיקל [מדור 'חדשות אני מגיד'], פון החכם [tag]געוואלדיג[/tag], און אזוי אויך א לענגערע 'בריוו צו די רעדאקציע', פון החכם [tag]ליטוואק פון בודאפעסט[/tag] [וואו ער רעדט איבער איינע פון די ערשינענע ארטיקלן אינעם פריערדיגן זשורנאל].


4. חוץ מזה ערווארטן מיר נאך פרישע דריי נייע עקסקלוסיוו ארטיקלן [מדור 'חדשות אני מגיד'], וואס געוויסע ניקס האלטן שוין אינמיטן ארבעטן דערויף!


5. אלע ארטיקלן וואס זענען שוין געשיקט געווארן צום גראפיקער, זענען ארום %80 פארענדיגט. דאס מיינט, אז זאכן ריקן זיך ב"ה פאראויס מיט גרויסע, שנעלע, טריט.


6. כאמור לעיל, איינמאל מיר האבן אנגעפולט די בלעטער מיט תוכנ'דיגע ארטיקלן, וועט די רעדאקציע בע"כ מוזן שליסן די טויערן פאר דעם נומער. על כן, החכם עיניו בראשו שנעל אפצושרייבן זיין ארטיקלן אז ס'זאל נאך קענען אריינגיין אינעם צווייטן זשורנאל פון 'דער וועקער'.
אזוי אויך, ווער עס וויל אדווערטייזן אינעם זשורנאל, קען זיך פארבינדן דורך: info@derveker.com.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

עס איז יעצט אריינגעקומען א פרישע מעכטיגע עקסקלוסיוו ארטיקל צום צווייטן זשורנאל פון 'דער וועקער', אריבער 20,000 קערעקטער'ס, און איז נאר חלק א'! [די קומענדיגע חלקים וועלן נאכקומען אין קומענדיגע זשורנאלן].

דער שרייבער איז איינער פון גאס [נישט קיין ניק], וואס האט זיך פארבינדן מיטן רעדאקציע אריינצושיקן דעם קנאקעדיגן ארטיקל!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[center]לעצטיגע אפדעיט'ס איבערן זשורנאל 'דער וועקער' #2.[/center]

מיר קענען שוין ב"ה זאגן, אז די פראיעקט האלט שוין לקראת הגמר, ווען רוב ארטיקלען זענען שוין געגאנגען צום גראפיקער. לאמיר דא אפגעבן די אפדעיט'ס איבער וואו מיר האלטן שוין לקראת זשורנאל הבא:


1. מיר האבן געשיקט צום גראפיקער החכם [tag]פיקאסא[/tag], צוויי אלטע אשכולות, תחת המדור 'מן הגנזים'.


2. מיר האבן געשיקט צום גראפיקער צוויי נייע אשכולות, איינס פון זיי 'צוויי זייטן פונעם מטבע' - דורך צוויי ניקס, תחת המדור 'חדשים גם ישנים'. די דריי ארטיקלען, זענען מעשי ידם של החכם [tag]שטילע אינגערמאן[/tag], החכם [tag]קאווע טרינקער[/tag], ואני הקטן.


3. עס איז אנגעקומען א שיינע רשימה פון פינף נייע עקסקלוסיוו ארטיקלען צום 'וועקער', איינס מעכטיגער פונעם צווייטן, תחת המדור 'חדשות אני מגיד'. לאמיר גיין מן הקל אל הכבד:
א' - א לענגערע בריוו צום רעדאקציע, דורך החכם [tag]ליטוואק פון בודאפעסט[/tag], וואס טוט אדורך איינע פון די ארטיקלען ערשינען אינעם ערשטן 'וועקער'.
ב' - שפאנענדע המשך איבערן העכסטס אטעם פארכאפנדן 'ראדימנער פראצעס', מעשי ידיו של החוקר החכם [tag]דער געוואגטער יונגעל[/tag].
ג' - הערליכער ארטיקל אויף א באקאנטע חשוב'ע פערזענליכקייט, 'אנשי שם', מעשי ידיו להתפאר של החכם [tag]געוואלדיג[/tag].
ד' - מעסער שניידענדע חשבון הנפש איבער מצב החינוך בימינו, פרי עטו פון איינער פון גאס וואס האט זיך פארבינדן מיטן רעדאקציע, און עס אריינגעשיקט.
ה' - אחרון אחרון חביב, א מעכטיגע ארטיקל וואס איז געשריבן געווארן דורך החוקר הנפלא החכם [tag]אבטולמוס[/tag]. די נושא דערפון גייען מיר נישט אויסזאגן, מיר לאזן אייך ווארטן מיט שפאנונג פארן קנאקעדיגן 'הויפט ארטיקל' אינעם קומענדיגן וועקער.


4. א נייע עדיטאריעל פון די רעדאקציע ווערט געפלאנט אי"ה. די רעדאקציע שליסט בקרוב די טירן אנצונעמען פרישע ארטיקלען. מיר פרטים וועלן נאכפאלגן בקרוב אי"ה.


סטעי טונד אין...
באניצער אוואטאר
א איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1320
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
האט שוין געלייקט: 606 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל

Re: 'דער וועקער' - חודש'ליכער מאגאזין פון 'קאווע שטיבל'

שליחה דורך א איד »

מיר ווארטן מיט שפאנונג
מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

דער וועקער האלט שוין ביי קרוב צו זעכציג בלעטער!!!

דערמיט וויל די רעדאקציע איינמעלדן, אז מארגן - פרייטאג - שליסט זי די טויערן פון אקצעפטירן פרישע ארטיקלען צום 'וועקער #2'. אלע ארטיקלען וואס וועלן אריינגעשיקט ווערן שפעטער, וועלן אי"ה ערשיינען אינעם 'וועקער #3'.

הצלחה רבה!
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

"דער וועקער" האט מיך אויפגעוועקט היינט, ליטעראלי. עס וועט נאך ערשיינען פאר שבת?
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
פיקאסא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 118
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 22, 2016 9:33 am
האט שוין געלייקט: 332 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל

שליחה דורך פיקאסא »

ניין..

די רעדאקציע האט אריין באקומען אלע ארטיקלען, כ'האף אי"ה צו ענדיגן ארבעטען אויף דעם אין די קומענדיגע פאר טעג און וועט זיין עוועילעבעל סוף נעקסטע וואך, געוואנדען לויט וויפיל צייט ס'דא.

גיי צוריק שלאפן ביזדערווייל...
גר ותושב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1650
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 02, 2015 1:23 pm
האט שוין געלייקט: 1407 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1048 מאל

Re: 'דער וועקער' - חודש'ליכער מאגאזין פון 'קאווע שטיבל'

שליחה דורך גר ותושב »

וועט עס זיין אויף עמעזאן דאס מאל?
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

מ'האפט.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
רימון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 391
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 9:12 pm
האט שוין געלייקט: 1303 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1322 מאל

שליחה דורך רימון »

איך האב אריינגעשיקט אן עדיטאריעל צום קומענדיגן וועקער, ווארט איך יעצט אויף אפראוול פון שש...
פארשפארט