נעיטענ'ס פעימעס, א סוקסעס סטארי

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

נעיטענ'ס פעימעס, א סוקסעס סטארי

שליחה דורך נהורא נפישא »

אראפשטייגענדיג די לעצטע סטאפ פונעם עיף טרעין וואס פירט צו קאני איילאנד, הערט זיך באלד די גערויש און געפילדער וואס קומען  ארויס פון די עמיוזמענט פארקס, ווי אויך שטארן ארויס די באקאנטע ווינדער וויהל און נאך אנדערע פארשידענע מאסיווע רייד געביידעס.

צעווישן אנדערע זעט זיך אויך באלד אן א פעסט פוד רעסטוראנט מיטן נאמען פעימעס נעיטען. די רעסטוראנט ווערט א צענטער פון אטראקציע יעדן יולי דעם פערטן ווען עס ווערט פארגעשטעלט א ווארשטן פארמעסט וואס ציעט אן עולם פון פופציג טויזענט מענטשן יערליך. דאס איז א טראדיציע וואס גייט נאך צוריק צו די זיבעציגער יארן. די געדאנק איז אויפגעקומען נאך א לעגענדע אז אינעם ערשטן יאר פונעם גרינדונג איז אזא פארמעסט פארגעקומען צעווישן צוויי באזיכער וואס האבן געוואלט דערמיט שליכטן א געפעכט איבער ווער עס איז מער פאטראיאטיש צום לאנד.

אויף די הייעך פון די רעסטוראנט ליגט אויסגעשפרייט א דיזשיטל קאונטדאון זייגער וואס צייגט די טעג, שעות, און מינוטן עס זענען פארהאן ביזן פארמעסט

בילד

אינטער די עקזיסטענץ פונעם רעסטוראנט ליגט א סוקסעס סטארי וויאזוי פון א קליינעם האט דאג סטענד פון א פולישן אימיגראנט איז דאס פארוואנדלט געווארן אלס איינע פון די שטארקסטע אטראקציעס, פון אלע שיכטן פון פאלק פון בארימטע אמעריקאנער פערזענליכקייטן ביז קינד און קייט, קיינער האט נישט פארפעלט בימים ההם אפצושטאטן א באזוך אינעם רעסטוראנט. די נעיטענ'ס פעימעס האט דאגס זענען געווארן א ברענד נעים ווי עס ווערט פארקויפט לענגאויס אמעריקע, ווי אויך זענען געצויגען געווארן א קייט פון אריבער 400 רעסטוראנטן אלס א טייל פון נעיטענ'ס פעימעס.

מר. נתן האנדווערקער ע"ה דער לעגענדארער גרינדער פון די ביזנעס איז אויפגעצויגען געווארן צו א פרומע משפחה אין גאליציע, אלס בחור איז ער מיט די פאמיליע געקומען קיין ניו יארק. נתן האט געטראפן ארבעט אין פעלטמאנס וואס איז אייגענטליך געווען די ערשטע פעסט פוד רעסטוראנט אין קאני איילאנד. דער אייגענטימער א דייטשער אימיגראנט האט מיט זיך געברענגט די טראדיציע פון ווארשטן פון זיין היימלאנד, און איז געווען דער וואס האט פאפוליזירט דעם מאכל פאר די אמעריקאנער מאסן.

אין א געוויסן טאג אינעם יאר 1916 נאכן ווערן איבערגערעדט פון געוויסע מענטשן אז ער זאל אליין פרובירן זיין מזל, האט ער באשלאסן אליין זיך אראפצושטעלן אין קאני איילאנד מיט א האט דאג סטענד. נאך א שטיק צייט האט ער איינגעזען אז פאר זיין הצלחה דארף ער נידערן די פרייז און בעטן ביליגער פון פעלטמאנס, פעלטמאנס האט דאן גערעכנט פאר א האט דאג צען צענט, נעיטען האט באשלאסן צו רעכענען נישט מער ווי א ניקל, פלוצלינג האט ער זיך דערזען מיט אן אומגעהויערע הצלחה און האט זיך באלד אויסגעברייטערט מיט עפענען א גרויסן רעסטוראנט. די רעסט איז היסטארי.

כ'האב געהערט פון הרב אהרן רקפת, אז ער האט געקענט איינעם וואס האט געוואוינט בשכינות מיט מר. נתן,  און ער געדענקט ווי ער פלעגט קומען ימים נוראים אין די לאקאלע שול ווי ער האט ביים עולה זיין לתורה געש'נדר'ט גרויסע געלטער. אויך האט הרב רקפת פארציילט אז מ'האט געשמועסט אז די סיבה פארוואס נעיטענ'ס האט דאגס זענען געווען אזוי געשמאק און געכאפט דעם עולם איז ווייל עס איז געווען געמאכט פון כשר פלייש וואס האט צוזיך געהאט א געזאלצענעם טעם. למעשה זעט נישט אויס אז די לעגענדע זאל זיין ריכטיג, וואס איז יא אמת איז אז פעלטמאנס האט געמאכט זיינע האט דאגס פון פארק, מר. נעיטען אלס א איד וואס האט נישט געגעסן קיין פארק האט באשלאסן דאס צו מאכן פון רינדערען פלייש. הפנים, ביי געוויסע רעכנט זיך שוין דאס אלס כשר'ס כאטש עס איז נישט כשר פון אן הלכהדיגן שטאנדפונקט.

צום באמערקן, אז די רעסטוראנט איז שוין היינט נישט אינטער די האנדווערקער פאמיליע עס איז פארקויפט געווארן אין די אכציגער יארן.

אן אייניקל פון נעיטען מיטן נאמען לויד האט ארויסגעגעבן א פילם מיט די געשיכטע פון די פאמיליע ביזנעס
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ס'איז מיר טאקע א חידוש אז אין פארלויף פון די יארן האט זיך נאכנישט געמאכט קיין כשר למהדרין נעיטענ'ס פעימעס רעסטאראנט...! דאהי אדער אין ארץ ישראל...!
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

http://www.nydailynews.com/new-york/act ... ?cid=bitly

Activists crash Nathan's Famous hot dog eating contest
Under influence
פארשפארט