שלום עליכם טייערע ידידים
זומער איז שוין דא ב"ה און ס'האט זיך אנגעהויבן מיט א פעסטקייט. טויזענטער משפחות האבן זיך בשעטו"מ איבערגעפעקלט צו די זומער הייזער און נאך שווערע טויזענטער קינדער גרייטן זיך אפצופארן און קעמפ.
יעדעס יאר נאך פסח הייב איך אן ארויסצוקוקן ווען קומט שוין די זומער. איך האב אליינס נישט געוויסט פארוואס זומער מאכט מיר אזוי עקסיידעט. האב איך מחליט געווען און פאריגע שבת בין איך ארום געגאנגן אין ביהמ"ד און אויסגעפרעגט דעם עולם וויאזוי זיי פילן וועגן זומער.
געווען טאקע עטליכע וואס האבן גאר געקרעכצט, אוי, ס'איז שוין ווייטער זומער, קעמפ קאסט אפ א הון תועפות, ער האט נישט די א"ח אגאנצע וואך, די דירה סרוחה דמתקריא באנגעלוי א.א.וו. אבער עפ"י רוב האבן מענטשן א פאזיטיווע בליק אויפ'ן זומער.
עמיר טאקע דא אויסשמועסן די גוטע חלקים און זאל יעדער צולייגן זיינע געדאנקן. מ'זאל אבער שרייבן בפרטיות נישט בלויז "כ'האב ליב קאנטרי" וכדומה. פאלגענד זענען עטליכע מיינונגן וואס כ'האב געהערט פון אנדערע:
פרישע לופט - מ'באמערקט עס אפשר נישט אבער די מציאות איז אז די שטיקיגע שטאטישע לופט האט א השפעה אויף א מענטש און ווען מ'איז אויף די בערג טוישט עס די מענטעליטי. מ'קען זעהן די זעלבע מענטש וועם מ'קען אין שטאט אבער ווען מ'טרעפט אים אין קאנטרי איז ער א צווייטער מענטש.
פארקינג - דאס איז נוגע סיי פאר די קאנטרי גייערס און סיי פאר די וואס זענען אין שטאט. אין קאנטרי איז איבעראל דא פארקינג לאטס און מ'דארף נישט טראכטן פאר מ'פארט ארויס אויב כ'על האבן ווי צו שטעלן דעם אויטא. און שטאט ווייטער ווערט אויך סאך גרינגער, אפגערעדט פון די וויקענדס נאר אפילו אינמיטן וואך איז אויך נישט אזוי אנגעלייגט.
איינער זאגט מיר אז ער קוקט ארויס פאר די ברוך הבא ער באקומט פונ'ם א"ח ווען ער קומט ארויס דאנערשטאג נאכט. אים האב איך געבעטן נישט צו זאגן קיין פרטים.
אנטשולדיגט איך דארף מיך איצטער אפשטעלן, אבער מ'וועט אי"ה ממשיך זיין
וואס האט איר די מערסטע ליב פונ'ם זומער
- קאמענטירער
- ידיד ותיק
- הודעות: 768
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 5:06 am
- געפינט זיך: אין די ווירטואלע וועלט
- האט שוין געלייקט: 306 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 672 מאל
פרישע לופט - מ'באמערקט עס אפשר נישט אבער די מציאות איז אז די שטיקיגע שטאטישע לופט האט א השפעה אויף א מענטש און ווען מ'איז אויף די בערג טוישט עס די מענטעליטי. מ'קען זעהן די זעלבע מענטש וועם מ'קען אין שטאט אבער ווען מ'טרעפט אים אין קאנטרי איז ער א צווייטער מענטש.
ניין איך בין מחולק במכע''ת אפילו אין די שטאט איז די לופט אסאך מאל זיך צו מחיה זיין בפרט און די זומער נעכט אה אה א מחיה מזעצט זיך ארויס אונטער א קליינע ביימעלע און מקוקט ארויף און הימעל שפירענדיג מיט אלע פינעף חושים די נפלאות הבורא
...
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
דו רעדסט דייקא פון די קאנטרי? אדער בעצם זומער אין אלגעמיין?
איך גלייך די אייזקריעם. אה, אויכעט אז איך קען צומאל כאפן א שווים.
(כ'מיין נאך אלץ אז ווינטער האט מער מעלות ווי זומער, ווי געשריבן אין דעם אשכול, אבער מען קען נישט אוועקמאכן די געשמאק פון זומער.)
איך גלייך די אייזקריעם. אה, אויכעט אז איך קען צומאל כאפן א שווים.
(כ'מיין נאך אלץ אז ווינטער האט מער מעלות ווי זומער, ווי געשריבן אין דעם אשכול, אבער מען קען נישט אוועקמאכן די געשמאק פון זומער.)
וירח ה' את ריח הניחוח
- דריידל
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1146
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:42 am
- געפינט זיך: נישט אהער און נישט אהין
- האט שוין געלייקט: 1132 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1247 מאל
מאנכע זאגן אז די געשמאקסטע חלק פון זומער/קאנטרי איז זיין א גאנצע וואך אליינס אין שטאט אן ס'ווייב און קינדער. אפגערעדט איינער וואס וויל לעבן ווי א חזיר צעווארפן און ציפלויגן נאר אפילו ווער ס'וויל יא האבן א צאמגענימענע שטוב איז אויך זייער רואיג אהיימצוקומען צו א שטילע הויז און נישט דארפן הערן די ווייב און קינדער קאמפלעינען. (אגב, האב איך געזעהן מוצאי שבת א האלבע שעה נאכ'ן זמן ווי מיין שכן יאגט זיך צום פארקינג לאט שוין אנגעטון וואכענדיג. אויף מיין שאלה וואס ער יאגט זיך אזוי אין שטאט אריין, זאגט ער מיר: קאנטרי קאסט אזויפיל געלט, וויל ער כאטשיג ארויסנעמען די מאקסימום).
זענען דא אנדערע וואס וואינען אגאנץ יאר און א קליין דירה'לע און זומער האבן זיי א פאלאץ. יא, גיי פארשטיי עס, אבער ס'איז א פאקט. פאר די מענטשן איז פשוט אז זיי קענען קוים ווארטן צו אנטלויפן פון שטאט און לעבן ברחבות.
געוויסע ווערן זייער "וויכטיג" אין קאנטרי ווי צב"ש א קאנטרי מענעזשער מיט א וואקי טאקי און גאלף קאר אדער גבאי אין ביהמ"ד. אזעלכע אידן קוקן אויך ארויס מיט שפאנונג ווען די קאנטרי סעזאן קומט שוין ענדליך אן.

פארדריי די דיר דיין קאפ
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 335
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 14, 2013 7:43 pm
- האט שוין געלייקט: 73 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 176 מאל
שלום שטיסל האט געשריבן:ווי איך פארשטיי איז פאר די מענער די עיקר שמחה אז די פרויען זענען דריי שעה אוועק פון דערהיים,
ביי די פרויען איז די עיקר אז מ׳קען יענטע׳נען ביינאכט.
יא און פאר די פרויען פרובירן זיי איינצורעדן ווי כאילו זיי זענען די רחמנות דא ווייל זיי האבן נישט וואס צו עסן וכדומה אבער אז די פרוי וויל גיין און קאנטרי וואס טהו איך נישט פאר מיין ווייב
יענץ געלעכטער