שבת אחים האט געשריבן:
ער מעג האלטן אנדערש פון דיר מיט דיין טאטען צוזאמען!
ער קען. אבער ער מעג נישט.
שלום שטיסל האט געשריבן:דאכט זיך מיר אז כ׳האב נאר געשריבן מיינע געפילן אן עס ארויף צווינגען אויף אנדערע.
לעסטיים איי טשעקד בין איך בארעכטיגט צו פרידאם אף ספיטש כאטש איך בין א פרומער און נישט קיין או טי די
שלום שטיסל האט געשריבן:אסאך מלחמה געליטענע האבן געזעהן אין אלי וויזל א העלד וואס פירט א קאמפ פאר גערעכטיגקייט, אבער אסאך אנדערע האבן אים אנגעקוקט כאילו ער האלט אז ער איז די איינציגסטער לאגער געליטענער, און אלעס וואס ער טוט איז צו לייזן א גרינגע דוללער.
וויאזוי סזאל נאר זיין איז ער קיין שומר שבת נישט געוועהן און אויך געהאלטן אז גאט איז פארברענט געווארן אין אושוויץ (עפ״ל) און אנשטאט מאכן א קידוש ה׳ אז טראץ די אלע צרות איז ער געבליבן א מאמין האט ער פארכאפט א אויבן אן זיץ אין אלע פלאטפורמעס און געלאזט הערן דברי כפירה.
כאטש אונז קען מיר נישט דן זיין אויף א יחיד וואס האט געהאט טענות אויפן אייבערשטן נאכן קריג וואס אויף דעם זאגן חז״ל אל תדין אבער דער נפטר איז געוועהן א פובליק פיגור און געשריבן אין זיינע ביכער פארשידענע טענות אויף גאט וואס ברענגט נישט קיין עקסטערע קידוש ה׳ און כבוד פאר כלל ישראל.
זאל די צרות וואס ער איז דורך זיין א א כפרה פאר אים.
https://www.thejc.com/news/world/elie-wiesel-molested-me-new-york-geneticist-says-1.446445ציבעלע-קיגל האט געשריבן:יהא זכרו ברוך
גראדע ברענגט פרייוויליג פריער אז ער איז געווען ברוגז אויף ג-ט ב"הטאמבל סאס האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 04, 2016 8:10 pm אלס בחורל, צוליב וואס א משפחה מיטגליד איז כסדר געווען in and out פון שפיטעלער און האומס, האב איך געהאט א געלעגנהייט צו כאפן א שמועס מיט אלטע לייט, פרייע אידן, וואס זענען אויפגעוואקסן על ברכי תורה ויראה, האבן אדורכגעלעבט די קריג און האבן כופר געווען באלקי ישראל נאכ'ן דורכמאכן די שרעקליכע צרות און אראפגעווארפן דעם עול התורה והמצות ארויסקומענדיג פון צווייטן זייט. כמובן, האב איך געברויכט אכטונג געבן אז די אנדערע בני משפחתי זאלן מיר נישט כאפן ביי די מעשה. און נישט איינמאל האב איך אריינגעכאפט א געזונטן פסוק. הכלל, וואס עס איז מיר דעמאלס קלאר געווארן איז אז נישט ווי מ'האט מיך פארקויפט אין חדר ביז דאן, די אידן האבן ווייטער מאמין געווען אבער זענען ברוגז געווען אויף גאט און געשפיהלט א מין טראציגקייט. דו האסט אוועקגעקוקט ווען מ'האט מיך געפייניגט, כ'גיימיר אצינד נוקם זיין און אינצינדן א לעקטער שבת! ניין, זיי האבן באמת אויפגעהערט גלייבן אז א גאט עקזעסטירט בכלל. דאס זאגן, "ווי האט גאט געקענט צולאזן מען זאל אונז שחטן און פארברענען" איז נאר אזא וועג ווי איינער זאגט, א גאט מאכט נאר סענס עמיצער וואס קען און טוט אינטערווינען אין אזעלכע אטראסיטיס. צו ס'איז טאקע אזוי קען מען שוין דן זיין, דארף מען שוין טיפער אריינקלערן. איז ווייסמער דאך, סתם א מענטש, גלייבט אין א גאט וואס האט נטיות ווי דער גאט וואס א מענטש ערצייגט. אבער סתם זאגן, "טראץ די אלע צרות האב איך נישט פארלוירן די אמונה ווייל נסתרים דרכי השם" אהן צו וויסען ווי אזוי צו בעקן אפ אזא סטעיטמענט, איז אבי גערעדט אין די וועלט אריין. די אלטע אידן זענען נישט אויפגערעגט געווען אויפ'ן באשעפער. זיי האבן מיט נאסטאלגיע פארציילט וועגן זייערע קינדעריארן. זיי האבן מיך נישט דערנידערט פאר'ן גלייבן אין זייער באצווינגער ווי כאילו. זיי האבן סימפלי, פון עקספיריענס, אויפגעהערט גלייבן אין א העכערע כח. אין א כח וואס האט סיי וואספארא שליטה אין גורל צו אין בחירה; אין א עם סגולה צו אין א ציהל.
berlbalaguleh האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 22, 2024 12:00 am נאר אלי (עזר) וויזעל האט געזאגט א סאך אן ערגערע זאך פון דעים. ער האט געזאגט אז..."זיין גאט איז פארברענט געווארן אין אוישוויץ"...מיט דעם האט ער זיך דערקלערט אלס כופר בעיקר און מחרף ומגדף. אויף דעים איז נישט דא קיין שום תירוץ. אדער כפרה.