אכט-הונדערט-צוויי-און-פופציג יארן, צו האבן אין זיכרון

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
פארשפארט
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

אכט-הונדערט-צוויי-און-פופציג יארן, צו האבן אין זיכרון

שליחה דורך געוואלדיג »

שיבנה ביהמ"ק במהרה
איך בעהט טאטע טייערע
במהרה בימינו אמן
איך זיץ און וויין

וואס מהרה מיינט
האב איך היינט געליינט
נישט געליינט נאר געלערנט
רבש"ע האסט אויף אונז געצערנט
פון הייליג לאנד פארטריבן
ווי פון פאראויס באשריבן
אין די תורה געשריבן א דין
אבוד תאבדון

אבער האסט אונז געלאזט הערן
וועסט אונז במהרה צוריק קערן
במהרה מיינט שנעל
דיר צוריק קערן איך וועל

אבער מהרה האט א פשט
דאס מיינט גאנץ ווייט
אכט-הונדערט-צוויי-און-פופציג יארן
צו האבן אין זיכרון,
אבער עס איז שוין אריבער לאנג צוריק
צו דען ווארטן אונז לריק

ווען איך זאג היינט במהרה
בין איך נישט מעלה גרה
נישט נאך אכט-הונדערט-צוויי-און-פופציג
אין גלות ווערן שמוציג
נאר בימינו אין אונזערע טעג
א חשבון לויט אונזער וועג

במהרה טאקע שנעל
לייז אויס אונזער זעהל.




ונאמר אמן.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: אכט-הונדערט-צוויי-און-פופציג יארן, צו האבן אין זיכרון

שליחה דורך קל וחומר »

מעסטער פיעס,
אסאך ארבעט געוויס,
ליינט זיך מיט א פלוס,
רגש מיט געגועים עס גיסט.

אוי מיין תישעבאוו
מיין איינציג האף
אז פון פיין צו לאוו
וועט דיר איבערקערן דע וואן עבאוו.
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

מיין קינד, ס'טוט מיר באנג
אז בחינם דו ווארטסט אזוי לאנג

גאולה מונחת בזוית קרן
אהיים טו דיך קערן

דאס איז די מיטל
יבוא ויטול
Under influence
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

שליחה דורך קל וחומר »

אוי איך שוין אים
פארכאפט געווארן פון ציונים
דער גאולה אליין ער נעמט
מיט די אייגענע הענט.
פון קיין ג' שבועות ווייסט ער
ווי הארב און חמור
אונז באפוילן דורך אגדתא
למה לא למדת.
ב"י האט פארשטאנען מיט פשטות
אז אזא זאך איז
אזוי מובן מאליו
אז אין שו"ע האט ער נישט געשריבן דערויף.
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

[tag]קאווע טרינקער[/tag]

האסט מיר צוריסן
פארמערט מיין געוויסן ביסן

צו דען בין איך נישט וויליג
איז די גאולה ביי מיר ביליג

איך בין מיין היים געווען באזוכן
ווי האסטו עס פארגליכן?
נישט וואס איך טוה זוכן
איז געווען דארט מן המוכן

וואס איז צו מיין היים געשען
עס איז נישט וואס עס איז אמאל געווען

וואו איז מיין טאטנס האנט
ווען איך האב מיט איהם געשפאנט

וואו איז מיין מאמעס שמייכל
ווען איך זאג עפעס מיט שכל

איך האב זיך געדרייט אהער און אהין
אבער פון אמאל גארנישט איך געפון

עצים ואבנים גענוג און נאך
אבער פונעם אינהאלט איז געבליבן א בראך

איך לעכצע נישט נאך א אייגן לאנד
דאס קען איך האבן אין סאמארקאנד

איך זוך נישט קייין אייגן מלוכה
עס איז נישט דווקא ניחא

איך זוך נישט קיין ציוּנים הקדושים
איך זוך דער איבערגעבליבענעם רושם

די הבטחה זאל שוין ווערן מקוים
דער גלות זאל האבן א סיום

מיטן טאטן וועל איך נאכאמאל שפאנען
בעסער איז נישט פארהענען

די מאמעס שמייכל וועל איך נאכאמאל זעהן
אוי, ווען וועט דאס שוין געשעהן.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: אכט-הונדערט-צוויי-און-פופציג יארן, צו האבן אין זיכרון

שליחה דורך קל וחומר »

די מערהייט פונעם עולם - זעה איך - פארשטייען נאר צו דשאוקס און הומור.
דא איז א הערליכן שטיקל פאעזיע פון אונזער מייסטער ארטיסט וכתבא רבא געוואלדיג יר"ה, און קוים האט מען צאמגעקראצט דריי לייקס.
על כאלה אני בוכיה.
פארוואס זאל אזא הערליך ארבעט נישט ווערן עפרישיעטעט כראוי לו??
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

אין גלות אלא בדעת
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
מפוזרי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 1566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל

Re: אכט-הונדערט-צוויי-און-פופציג יארן, צו האבן אין זיכרון

שליחה דורך מפוזרי »

@געוואלדיג, עיין במהרש״א סנהדרין לח: אז מהרה מיינט; נישט ווייניגער, אבער מעגליך מער, פון תתנב. און דאס וויל אונז טאקע ר׳ אחא בר יעקב לאזן הערן, שלא נתייאש מאריכות הגלות, שאין אנו יודעים מהרה דמארי עלמא.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מפוזרי, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
מפוזרי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 1566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל

Re: אכט-הונדערט-צוויי-און-פופציג יארן, צו האבן אין זיכרון

שליחה דורך מפוזרי »

געוואלדיג האט געשריבן:[tag]קאווע טרינקער[/tag]

האסט מיר צוריסן
פארמערט מיין געוויסן ביסן

צו דען בין איך נישט וויליג
איז די גאולה ביי מיר ביליג

איך בין מיין היים געווען באזוכן
ווי האסטו עס פארגליכן?
נישט וואס איך טוה זוכן
איז געווען דארט מן המוכן

וואס איז צו מיין היים געשען
עס איז נישט וואס עס איז אמאל געווען

וואו איז מיין טאטנס האנט
ווען איך האב מיט איהם געשפאנט

וואו איז מיין מאמעס שמייכל
ווען איך זאג עפעס מיט שכל

איך האב זיך געדרייט אהער און אהין
אבער פון אמאל גארנישט איך געפון

עצים ואבנים גענוג און נאך
אבער פונעם אינהאלט איז געבליבן א בראך

איך לעכצע נישט נאך א אייגן לאנד
דאס קען איך האבן אין סאמארקאנד

איך זוך נישט קייין אייגן מלוכה
עס איז נישט דווקא ניחא

איך זוך נישט קיין ציוּנים הקדושים
איך זוך דער איבערגעבליבענעם רושם

די הבטחה זאל שוין ווערן מקוים
דער גלות זאל האבן א סיום

מיטן טאטן וועל איך נאכאמאל שפאנען
בעסער איז נישט פארהענען

די מאמעס שמייכל וועל איך נאכאמאל זעהן
אוי, ווען וועט דאס שוין געשעהן.


אמאל צוליב א לאנגע צושיידונג, ווערן די אלטע זכרונות אביסל מטושטש. דאן מאלט די פאנטאזיע א בילד וואס ניצט צו דערהאלטן דאס הארץ, אבער ס'איז לאו דװקא דער פונקטליכער ווירקליכקייט.
אז מ'קערט זיך אום, און מען ערווארט צו טרעפן די געגארטע צורה, גענוי ווי מ'האט זיך פארגעשטעלט, קען עס זיין זייער אנטוישנד.

דרוק נישט אריין די לעכטיגע צורה אין איין פארעם, זוך נישט די פילפארביגע ליכט דווקא דורך איין פריזם.

אז דו וועסט עפענען די אויגן וועסטו זען דעם טאַטנס אויסגעשטרעקטער האנט, און די מאמע'ס שמייכל.

המשילוך ברוב חזיונות, הנך אחד בכל דמיונות.
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

אם היה החזיון חזיוני
צדקת שהוספתי פסיוני

אבל החזיון הוא זכרון נכון
מעת ביתי היה עוד מכון

גם היום ידו פשוטה
גם היום האם מביטה

אבל וכי תדמנו למה שהיה
בעת אשר בהתגלות חיה?
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
מפוזרי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 1566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל

Re: אכט-הונדערט-צוויי-און-פופציג יארן, צו האבן אין זיכרון

שליחה דורך מפוזרי »

דער ארימאן וואלט זיך נישט פארזוימט
און דער וואס דער גלות טוט אים פלאגן
נישט אויף דעם האט מען געטרוימט
אזוי רעדט מען פון א זאטן מאגן

טויב איז מען צו די טויזנט יעריגע געשריי
אהיים וויל מען זיך נישט אומקערן
אויף די ניצנים גיבט די האנט א דריי
און די אויגן גיסן ביליגע טרערן
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

קענסט אפנארן
ווער עס טוהט זיך צום שיסל שארן
אבער ווער עס האט דאס אמאל פארזוכט
אויפן אמת קיינמאל פארציכט
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
פארשפארט