אלי וויזעל, חורבן איבערלעבער און נאבל געווינער, נפטר געווארן

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
באניצער אוואטאר
ירח בן יומו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 11:15 pm
האט שוין געלייקט: 834 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 700 מאל

שליחה דורך ירח בן יומו »

שבת אחים האט געשריבן:
ער מעג האלטן אנדערש פון דיר מיט דיין טאטען צוזאמען!

ער קען. אבער ער מעג נישט.
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

און דו מעגסט נישט האלטן אנדערש פון מיר...
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

דאכט זיך מיר אז כ׳האב נאר געשריבן מיינע געפילן אן עס ארויף צווינגען אויף אנדערע.

לעסטיים איי טשעקד בין איך בארעכטיגט צו פרידאם אף ספיטש כאטש איך בין א פרומער און נישט קיין או טי די
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

שלום שטיסל האט געשריבן:דאכט זיך מיר אז כ׳האב נאר געשריבן מיינע געפילן אן עס ארויף צווינגען אויף אנדערע.

לעסטיים איי טשעקד בין איך בארעכטיגט צו פרידאם אף ספיטש כאטש איך בין א פרומער און נישט קיין או טי די


דיינע געפילן זענען נישט בארעכטיגט צו דימאנייזן מענטשען און אויפמאכן מעשיות, האסט נאכאלץ נישט געזאגט פון ווי דו נעמסט אז ער האט געהאלטן אז ער איז די איינציגסטע לאגער געליטענע?
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל

שליחה דורך פרייוויליג »

שלום שטיסל האט געשריבן:אסאך מלחמה געליטענע האבן געזעהן אין אלי וויזל א העלד וואס פירט א קאמפ פאר גערעכטיגקייט, אבער אסאך אנדערע האבן אים אנגעקוקט כאילו ער האלט אז ער איז די איינציגסטער לאגער געליטענער, און אלעס וואס ער טוט איז צו לייזן א גרינגע דוללער.

וויאזוי סזאל נאר זיין איז ער קיין שומר שבת נישט געוועהן און אויך געהאלטן אז גאט איז פארברענט געווארן אין אושוויץ (עפ״ל) און אנשטאט מאכן א קידוש ה׳ אז טראץ די אלע צרות איז ער געבליבן א מאמין האט ער פארכאפט א אויבן אן זיץ אין אלע פלאטפורמעס און געלאזט הערן דברי כפירה.

כאטש אונז קען מיר נישט דן זיין אויף א יחיד וואס האט געהאט טענות אויפן אייבערשטן נאכן קריג וואס אויף דעם זאגן חז״ל אל תדין אבער דער נפטר איז געוועהן א פובליק פיגור און געשריבן אין זיינע ביכער פארשידענע טענות אויף גאט וואס ברענגט נישט קיין עקסטערע קידוש ה׳ און כבוד פאר כלל ישראל.

זאל די צרות וואס ער איז דורך זיין א א כפרה פאר אים.

[justify]איך עגרי מיט די פאקט אז עס וואלט אסאך בעסער געווען ווען ער מאכט א קידוש ה', און ער וואלט געזאגט ה' אלקי ישראל חי. און ווי דו אליין זאגסט קען מען נישט דן זיין א יחיד וואס איז דורכגעגאנגען דעם שואה. אויף א אנדערע בלאג האב איך געזען בהמות וואס שרייבן אז ער איז געווען א כופר, און חז"ל זאגן מורידין ולא מעלין, און אל תדין את חבירו גייט נישט אן ביין כופרים.

על זה אשיב: אלי׳ וויזל איז טאקע נישט קיין גרעסערע הירא פון אנדערע טויזענטער אידן וואס האבן געקעמפט, און זענען אפילו געבליבן מיט די אמונה. אבער דאס נעמט נישט אוועק די ליידן וואס וויזל האט געליטן. עס איז אפגעריסן אים אנצורופן מיט די מורידין ולא מעלין. תגיע למקומו מיינט ביי אונזער פאל תגיע למקום אושוויץ. קיינער דא האט נישט קיין השגה וואס האט פאסירט מיט די מענטשן וואס זענען פאריבער די קריג. די אידן וואס זענען געבליבן מיט די אמונה איז טוב חלקם, אבער צו בלעימען אן אוד מוצל מאש און אים אנרופן כופר, איז טפשות'דיג און גרויליג. וויזל אליין האט זיך אסאך אויסגעדריקט וויאזוי ער האט געסטראגעלט מיט זיין אמונה, ער האט דאס באדויערט, און איז געווען פארקלעמט. מיר דראן עפאכע-אידן וואס ווייסן נאר פון fast food האבן גענוג משלים צו זיין אונזערע אמונה אפילן אן קיין אושוויץ. יעדער איד האט נסיונות אין אמונה, זה בכה וזה בכה. וויזל האט געהאט פיל גרעסערע נסיונות אין אמונה ווי דאס אז מען האט פארפאסט א ברוקלין קאר סערוויס. ער האט געשמעקט פארברענטע מענטשן פלייש פון זיינע אייגענע געשוויסטער.[/justify]
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

פרייוויליג, איך וואונדער זיך. ער וואלט געדארפט פאפן און איינרעדן אז ער איז מצדיק דעם דין ווען ער האלט נישט ביי די מדרגה ? פארקערט ער איז געווען אויפריכטיג. און די עיקר נקודה האט ער מיט דעם ארויסגעברענגט די הארראר וואס די האלוקאסט איז געווען.
ער איז געווען אין די ריכטיגע שיך צו מטיח זיין כלפי מעלה, כאטש דאס איז בעצם א מענטשליכע חסרון.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

אלס בחורל, צוליב וואס א משפחה מיטגליד איז כסדר געווען in and out פון שפיטעלער און האומס, האב איך געהאט א געלעגנהייט צו כאפן א שמועס מיט אלטע לייט, פרייע אידן, וואס זענען אויפגעוואקסן על ברכי תורה ויראה, האבן אדורכגעלעבט די קריג און האבן כופר געווען באלקי ישראל נאכ'ן דורכמאכן די שרעקליכע צרות און אראפגעווארפן דעם עול התורה והמצות ארויסקומענדיג פון צווייטן זייט. כמובן, האב איך געברויכט אכטונג געבן אז די אנדערע בני משפחתי זאלן מיר נישט כאפן ביי די מעשה. און נישט איינמאל האב איך אריינגעכאפט א געזונטן פסוק. הכלל, וואס עס איז מיר דעמאלס קלאר געווארן איז אז נישט ווי מ'האט מיך פארקויפט אין חדר ביז דאן, די אידן האבן ווייטער מאמין געווען אבער זענען ברוגז געווען אויף גאט און געשפיהלט א מין טראציגקייט. דו האסט אוועקגעקוקט ווען מ'האט מיך געפייניגט, כ'גיימיר אצינד נוקם זיין און אינצינדן א לעקטער שבת! ניין, זיי האבן באמת אויפגעהערט גלייבן אז א גאט עקזעסטירט בכלל. דאס זאגן, "ווי האט גאט געקענט צולאזן מען זאל אונז שחטן און פארברענען" איז נאר אזא וועג ווי איינער זאגט, א גאט מאכט נאר סענס עמיצער וואס קען און טוט אינטערווינען אין אזעלכע אטראסיטיס. צו ס'איז טאקע אזוי קען מען שוין דן זיין, דארף מען שוין טיפער אריינקלערן. איז ווייסמער דאך, סתם א מענטש, גלייבט אין א גאט וואס האט נטיות ווי דער גאט וואס א מענטש ערצייגט. אבער סתם זאגן, "טראץ די אלע צרות האב איך נישט פארלוירן די אמונה ווייל נסתרים דרכי השם" אהן צו וויסען ווי אזוי צו בעקן אפ אזא סטעיטמענט, איז אבי גערעדט אין די וועלט אריין. די אלטע אידן זענען נישט אויפגערעגט געווען אויפ'ן באשעפער. זיי האבן מיט נאסטאלגיע פארציילט וועגן זייערע קינדעריארן. זיי האבן מיך נישט דערנידערט פאר'ן גלייבן אין זייער באצווינגער ווי כאילו. זיי האבן סימפלי, פון עקספיריענס, אויפגעהערט גלייבן אין א העכערע כח. אין א כח וואס האט סיי וואספארא שליטה אין גורל צו אין בחירה; אין א עם סגולה צו אין א ציהל.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ס'קען זיין אז ס'איז פשוט געווען באשערט אז ער זאל נישט גלייבן אין באשעפער. ווייל אזוי האט ער געקענט אויפטון דאס וואס ער האט אויפגעטון.
[NAMELESS]

Re: אלי וויזעל, חורבן איבערלעבער און נאבל געווינער, נפטר געו

שליחה דורך [NAMELESS] »

די סיבה פארוואס ר' אליעזר ז''ל ווערט באטראכט ווי א היראו אין די אויגן פון מענטשן איז נישט צוליב זיינע פערזענליכע דערגרייכונגען אז מען זאל עס קענען אפפרעגן דורך מעסטן זיין אמונה, זיין גרויסקייט איז געווען אין זיך אויפהייבן פונעם חורבן און לערנען די וועלט די לעקציע ווי מען קומט אן מיט האס, כל ימיו האט ער געארבעט צו פארמערן שלום אין די וועלט, ער האט זיך אנגענימען פאר פארפאלגטע איבערן ברייטע וועלט, דאס איז זיין גדולה, און אז מען טראכט אריין ווי נאטורליך וואלט געווען ערווארטעט אז ווען א געליטענע ווערט באפרייט זאל ער זיין פארנימען מיטן באשילדונגס פינגער און אנשטאט האט ער ארומגעטראגן דעם שלום פאקל איז עס א גרויסע גדולה, און דאס טוישט זיך נישט אין די מאס וואס ער שטימט מיט דיין גלויבן,

Sent from my GT-I9192 using Tapatalk
[NAMELESS]

Re: אלי וויזעל, חורבן איבערלעבער און נאבל געווינער, נפטר געו

שליחה דורך [NAMELESS] »

ועוד, ווי @טאמבל סאס בארירט, איז א ריכטיגע אטעיסט נישט ברוגז אויף גאט זיין שאטן לויפט אים נישט נאך און ער האט קיין טענות צו אים, פשוט ווייל ער גלייבט נישט אין זיין עקזיסטענץ, וויזעל איז געווען אנטוישט ברוגז אויף א גאט וואס ער האט געגלייבט עקזיסטירט ערגעצווי,

Sent from my GT-I9192 using Tapatalk
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

א Standing Ovation אין קאנגרעס פאר אלי וויזל ע״ה אין 2015 וואשינגטאן די סי מיט ביבי נתניהו.

https://m.youtube.com/watch?v=6fmhOdCf2iU
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
ציבעלע-קיגל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1120
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 29, 2012 8:24 am
האט שוין געלייקט: 539 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 899 מאל

שליחה דורך ציבעלע-קיגל »

יהא זכרו ברוך
אויב דו ווילסט אז מען זאהל אלעמאהל זאגען אז דו ביזט א ליגנער...
זאלסטו אלעמאהל זאגען נאר דער אמת...

דער אמת שטעכט!
מארמאראשער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 95
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 4:35 am
האט שוין געלייקט: 274 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 43 מאל

Re: אלי וויזעל, חורבן איבערלעבער און נאבל געווינער, נפטר געו

שליחה דורך מארמאראשער »

ציבעלע-קיגל האט געשריבן:יהא זכרו ברוך
https://www.thejc.com/news/world/elie-wiesel-molested-me-new-york-geneticist-says-1.446445

Sent from my SM-G1650 using Tapatalk
באניצער אוואטאר
כספי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 437
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 29, 2023 2:48 pm
האט שוין געלייקט: 883 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 634 מאל

אלי וויזעל, חורבן איבערלעבער און נאבל געווינער, נפטר געווארן

שליחה דורך כספי »

טאמבל סאס האט געשריבן: מאנטאג יולי 04, 2016 8:10 pm אלס בחורל, צוליב וואס א משפחה מיטגליד איז כסדר געווען in and out פון שפיטעלער און האומס, האב איך געהאט א געלעגנהייט צו כאפן א שמועס מיט אלטע לייט, פרייע אידן, וואס זענען אויפגעוואקסן על ברכי תורה ויראה, האבן אדורכגעלעבט די קריג און האבן כופר געווען באלקי ישראל נאכ'ן דורכמאכן די שרעקליכע צרות און אראפגעווארפן דעם עול התורה והמצות ארויסקומענדיג פון צווייטן זייט. כמובן, האב איך געברויכט אכטונג געבן אז די אנדערע בני משפחתי זאלן מיר נישט כאפן ביי די מעשה. און נישט איינמאל האב איך אריינגעכאפט א געזונטן פסוק. הכלל, וואס עס איז מיר דעמאלס קלאר געווארן איז אז נישט ווי מ'האט מיך פארקויפט אין חדר ביז דאן, די אידן האבן ווייטער מאמין געווען אבער זענען ברוגז געווען אויף גאט און געשפיהלט א מין טראציגקייט. דו האסט אוועקגעקוקט ווען מ'האט מיך געפייניגט, כ'גיימיר אצינד נוקם זיין און אינצינדן א לעקטער שבת! ניין, זיי האבן באמת אויפגעהערט גלייבן אז א גאט עקזעסטירט בכלל. דאס זאגן, "ווי האט גאט געקענט צולאזן מען זאל אונז שחטן און פארברענען" איז נאר אזא וועג ווי איינער זאגט, א גאט מאכט נאר סענס עמיצער וואס קען און טוט אינטערווינען אין אזעלכע אטראסיטיס. צו ס'איז טאקע אזוי קען מען שוין דן זיין, דארף מען שוין טיפער אריינקלערן. איז ווייסמער דאך, סתם א מענטש, גלייבט אין א גאט וואס האט נטיות ווי דער גאט וואס א מענטש ערצייגט. אבער סתם זאגן, "טראץ די אלע צרות האב איך נישט פארלוירן די אמונה ווייל נסתרים דרכי השם" אהן צו וויסען ווי אזוי צו בעקן אפ אזא סטעיטמענט, איז אבי גערעדט אין די וועלט אריין. די אלטע אידן זענען נישט אויפגערעגט געווען אויפ'ן באשעפער. זיי האבן מיט נאסטאלגיע פארציילט וועגן זייערע קינדעריארן. זיי האבן מיך נישט דערנידערט פאר'ן גלייבן אין זייער באצווינגער ווי כאילו. זיי האבן סימפלי, פון עקספיריענס, אויפגעהערט גלייבן אין א העכערע כח. אין א כח וואס האט סיי וואספארא שליטה אין גורל צו אין בחירה; אין א עם סגולה צו אין א ציהל.
גראדע ברענגט פרייוויליג פריער אז ער איז געווען ברוגז אויף ג-ט ב"ה

און די אמת איז (איינער האט עס שוין אמאל געשריבן דא אין שטיבל, כ'געדענק נאר נישט וואו) זיין ברוגז אויף ג-ט איז לכאו' אויך א גאנג צו ג-ט, והבן.
אִם תְּבַקְשֶׁנָּה כַכָּסֶ"ף וְכַמַּטְמוֹנִים תַּחְפְּשֶׂנָּה. אָז תָּבִין יִרְאַת הוי"ה וְדַעַת אֱלֹקִים תִּמְצָא. @קוואדער נאך
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: אלי וויזעל, חורבן איבערלעבער און נאבל געווינער, נפטר געווארן

שליחה דורך berlbalaguleh »

מ'דארף מאכן א חילוק פון ווען איינער איז "ברויגז אויף גאט" ווייל ער האט צוגעלאזט דעם האלאקאוסט. ווייל די גמ' זאגט..."אין אדם נתפס על צערו"...!

נאר אלי (עזר) וויזעל האט געזאגט א סאך אן ערגערע זאך פון דעים. ער האט געזאגט אז..."זיין גאט איז פארברענט געווארן אין אוישוויץ"...מיט דעם האט ער זיך דערקלערט אלס כופר בעיקר און מחרף ומגדף. אויף דעים איז נישט דא קיין שום תירוץ. אדער כפרה.
אברהם שנית מן השמים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 50
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 31, 2024 7:42 pm
האט שוין באקומען לייקס: 32 מאל

Re: אלי וויזעל, חורבן איבערלעבער און נאבל געווינער, נפטר געווארן

שליחה דורך אברהם שנית מן השמים »

פון שטייט הלכות אין אדם נתפס בשעת צערו פון ואו נעמסטו דיין פסק וואס רעדסטו אריין און זאכן וואס די האסט נישט קיין שום השגה איך וועל רעדן מיט דיך נאך די וועסט אריבער די ערשטע עכטע שוועריקייט און לעבן
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: אלי וויזעל, חורבן איבערלעבער און נאבל געווינער, נפטר געווארן

שליחה דורך berlbalaguleh »

גוט: לאז איבער דיין פאון נאמבער: דו קענסט מיך טרעפן דא אין קאווע שטיבל. ביי מילתא דבדיחותא. נעקסט צו פאלאצ'ינטא.
באניצער אוואטאר
חתן בחור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 318
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 9:14 pm
האט שוין געלייקט: 520 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 256 מאל

Re: אלי וויזעל, חורבן איבערלעבער און נאבל געווינער, נפטר געווארן

שליחה דורך חתן בחור »

berlbalaguleh האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 22, 2024 12:00 am נאר אלי (עזר) וויזעל האט געזאגט א סאך אן ערגערע זאך פון דעים. ער האט געזאגט אז..."זיין גאט איז פארברענט געווארן אין אוישוויץ"...מיט דעם האט ער זיך דערקלערט אלס כופר בעיקר און מחרף ומגדף. אויף דעים איז נישט דא קיין שום תירוץ. אדער כפרה.

זעהט אויס די האסט נישט געקענט דעם מענטש און לכאורה נישט געליינט זיין יודישע ביכל.

אלי וויזעל קלאגט אין זיין ביכל ווי ער האט נעבעך צוגעקוקט ווי די דייטשן האבן געברענגט א טרעקל אנגעפולט מיט לעבעדיגע יודישע עופ׳עלעך, און זיי אריינגעשליידערט לעבעדיגערהייט אינעם פייער איינס ביי איינס. דארטן האט ער געזאגט ער האט פארלוירען זיין תמימות׳דיגע אמונה. און פון גרויס צער זיך אויסגעדרוקט אז זיין גאט איז פארברענט געווארן אין אוישוויץ.

יעדער פארשטייט אז ער זאגט דאס נישט ליטעראלי, ס׳איז אן אויסדרוק פון צער, צובראכענקייט און יאוש. ער האט ליידער נישט געקענט מער גלייבן נאכדעם.

ער האט כסדר זיך אויסגעדרוקט די בענקשאפט וואס ער האט צו זיין אלטע תמימות׳דיגע יודישקייט, און ווי שטארק ס׳ענגט אים אז ער האט דאס מער נישט. ס׳איז אים ליידער נישט געוועהן מעגליך דאס צו צוריקבאקומען נאכ׳ן בייוואוינען יענע סצענע. אזויווי מערערע מענטשן פלעגן נעבעך טענה׳ן נאכ׳ן חורבן ״אז היטלער האט זיי אויסגעטוהן דעם קאפל״.

אל תדין את חברך עד שתגיע למקומו.
השמים שמים לה׳ והארץ נתן לבני אדם. בעט נישט פון גאט קיין עצות, ער וויל זעהן וואס די גייסט טוהן.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: אלי וויזעל, חורבן איבערלעבער און נאבל געווינער, נפטר געווארן

שליחה דורך berlbalaguleh »

דו ביסט 100% גערעכט: ואיתך הסליחה. נאר דו דארפסט פארשטיין אז אזא אויסדרוק איז שרעקליך. אונטער נארמאלע אומשטענדן. און טאקע ואל תדין את חבירך עד שתגיע למקומו...זאגן חז"ל.

און אנטקעגן דעם וואס איינער פון די שרייבערס דא אויף קאווע שטיבל האט אוועקגעמאכט דעם מצב כאילו איך ווייס נישט און פיהל נישט דעם שרעקליכן חורבן פון דעם האלאקאוסט. וויל איך זאגן אז איך פיהל עס ממש אין מיין נשמה. כאילו איך וואלט אליינס געווען דערביי ווען די נאציס ימ"ש האבן געטון דעם שרעקליכן חורבן צו דעם אידישן פאלק. און מיר אליין.

איך האב א סאך מאל אריינגעקלערט פארוואס איך שפיר דעם צער פון די יארן אונטער די נאציס מער ווי א סאך אנדערע מענטשן. ביי וועם ס'איז נאר אן עפיזאד אין די אידישע היסטאריע. ממש ווי גלייך איך אליינס וואלט דארט געווען . און געזעהן די זאכן מיט מיינע אויגן.

מעגליך ווייל איך בין געבוירן א קורצע צייט נאך דעם האלאקאוסט. ווען מיינע עלטערן און מיינע רבי'ס און מיין גאנצע סביבה האבן נאך געליטן פון די נאכווייען און טראומא פון די צרות.

א סאך מאל לויפט מיר אדורך א מחשבה אויב איך בין אפשר א גילגול פון א נשמה וואס איז טאקע דארט געווען און אליינס אדורכגעלעבט די אלע צרות. אזוי ווי די אידישע פרוי ברענגט דאס ארויס אין איהר בוך וואס זי האט געשריבן. מיט'ן נאמען..."איך בין שוין אמאל דא געווען"...!

און דערפאר ביניך זייער שטארק פארווייטאגט ווען געוויסע אנדערע אידן פרובירן צו מינימיזירן די שארפקייט פון דעם גרויסן חורבן וואס האט באטראפן אונזער פאלק. זיי לייגן די שולד פון די דייטשע און אנדערע גוי'שע רוצחים אויף א קלענערע מדריגה. און די הויפט שולדיגע זענען אנדערע אידן. וועלכע האבן (אפשר) אנדערע דיעות אין אמונה און קיום תורה ומצוות ווי זיי.

מיין טענה איז אז די דייטשע ימח שמם וזיכרם האבן אריינגעלייגט אין די זעלבע גאז קאמערן דעם גרעסטן צדיק וחסיד צוזאמען מיט דעם גרעסטן פושע ישראל. ווייל ווען ס'קומט צו שנאת ישראל זענען אלע אידן אייניג ביי (כמעט) אלע גויים. דאס איז געווע אמת דאמאלס און ס'איז אויך אמת היינט.

איך וויין ווען א יעדער איד ווערט געשעדיגט דורך גויים. און פארקערט. ס'בארירט מיר בכלל נישט ווען די פאלעסטינער רוצחים ווערן אויסגעהרג'עט אדער די אוקריינער גויים ווערן פארטיליגט און ליידן צרות פון אן אנדער פאלק.
פארשפארט