דאס יונגעל וואס האט נישט באקומען א שנעלקע פונעם מלאך

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
מח-החושב
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 26
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 08, 2013 3:58 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10 מאל

שליחה דורך מח-החושב »

זיי מסביר און אנטשולדיגט פאר מיין נאאיווקייט, וואס מיינט פובליק דאמעין?

ביזט אראפגעגאנגען אין א פובליק לייבערי און דארט געמאכט א קאפי?

האסט עס געטראפען אויפן אינטערנעט?

פון וועלכע פובליק דאמעין די האסט עס האסטו למעשה נישט געגעבען דעם פארדינטן קרעדיט.

חוץ אויב האסט א קאפי פון יענע צייטונג ביי דיר אין דיין הויז פון דעמאלט ווען די צייטונג איז ארויסגעקומען.
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

מח החושב, פאבליק דאמעין מיינט אז עס ליגט אויפן אינטערנעט פריי פארן פובליק צו ניצן. יאנקל ווייסט אז יאקאב האט דאס גענומען פון אים און נישט פון וויקימעדיע (די פובליק דאמעין סייט) וויבאלד יאנקל האט געשניטן דעם בילד און יאקאב'ס בילד איז געשניטן אויף גענוי דעם זעלבן פלאץ.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
זוכער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 408
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 11, 2014 3:03 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 164 מאל

שליחה דורך זוכער »

chosen people האט געשריבן: פארוואס האט ער נישט זיך גענומען זאגן אויסנווענדיג וואס די טאטע האט געלערנט, אויכט ווען די מאמע/רבי האט איהם אויס געלערנט די ברכות נהנין, פארוואס האט ער עס נישט געקענט אליינס ענדיגן?


מ'קען עס גראדע פארשטיין שכל'דיג.

דאס קינד האט געהערט אינדערהיים מאכן ברכות פון די 1 יאר. ממילא האט עס נישט ארויסגערופן קיין וואונדער ווען ער האט ביי די 2 יאר געזאגט ברכות און א-ב. כאטש מ'האט אים אפשר נישט פארהערט, ווייל יעדעס יונגעלע הערט דאס זאגן פון די 1 יאר.

אין חדר אין נוירסערי אדער קינדערגארטן אבער חזר'ט קיינער נישט מיט אים קיין חומש אדער משניות, ממילא איז די וואונדער עקספאוזט געווארן אין חדר - נישט אין שטוב.
Please do not LIKE me!
I'm here to say the hard truth / not to accumulate "likes"
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

ווען מ׳האט אנגעהויבען מיט די אוטיסטע׳׳ן autistic children וואס זיי האבען געזאגט מוסר און תוכחה פאר׳ן דור, בין איך געווען א בחור פון בערך פיפצען און איך האב געפרעגט א מגי׳׳ש אן אריגינעלען בעל כשרון און בעל דעת וויאזוי מ׳דארף רע׳אגירען צו אט אזא ערשיינונג. האט ער גע׳ענטפערט ׳ווען אונז שטייען מיר ליידיג, זוכענדיג א גוט ווארט א שטיקעל התעוררות, נו וואלט מען געדארפט קלערען. וויבאלד אבער מיר האבען א רייכען קראנטען קלוגען מסורה, מ׳קען לערנען חובת הלבבות מיט מסילת ישרים, נ׳׳ך מיט רש׳׳י און ביאור הגר׳׳א אויף משלי, רבינו יונה נפש החיים און דער חפץ חיים, ט׳וואס דארף מען גייען קלערען אין ווינקעל צו אפשר שטעקט דארט אויך עפעס׳ ודפח׳׳ח.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

די שאלה איז נישט צו ס'פעלט אויס, די שאלה איז צו ס'איז "יש דברים בגו" צו נישט.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

דער נידון איז געווען צו ס׳פעלט אויס צו קלערען צו יש דברים בגיו און זיך אריינטוהן אין די אלע קלערענישען און לייקענישען.
די פאינט איז אז אנדערע דא מאכען עס פאר א פראקטישע נושא וואס קען ענדערען זייערע לעבען, זאג איך אז דער לעבען זאל זיך גיכער גרינדען אויף פעלזענע יסודות ווי א חובת הלבבות ווי אזעלכע מעשות, וואס אויפ׳ן בעסטען אופן זענען התפעלות׳ן נישט שכל.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דער נידון איז געווען צו ס׳פעלט אויס צו קלערען צו יש דברים בגיו און זיך אריינטוהן אין די אלע קלערענישען און לייקענישען.
די פאינט איז אז אנדערע דא מאכען עס פאר א פראקטישע נושא וואס קען ענדערען זייערע לעבען, זאג איך אז דער לעבען זאל זיך גיכער גרינדען אויף פעלזענע יסודות ווי א חובת הלבבות ווי אזעלכע מעשות, וואס אויפ׳ן בעסטען אופן זענען התפעלות׳ן נישט שכל.

און ס'איז בכלל דא א סאך חולקים און ספקנים איבער די אויטענטישקייט פון אט די מעסעדזשעס מן השמים וועלכע זענען לכאורה געשיקט געווארן דורך די אוטיסטיק קינדער. אבער איבער די מעשה מיט דעם וואונדערליכן אינגל וועלכער האט געקענט כל התורה כולה איז דאך אינטרעסאנט. ווייל ס'איז נישט געווען אן איינמאליגער עפיזאד וואו ער האט געקענט זאגן חומש אין זיין קלאס. נאר ווען זיינע עלטערן האבן מחליט געווען און איהם מער נישט געשיקט אין חדר. זענען געקומען מערערע זשורנאליסטן און רבנים וועלכע האבן איטערוויוט דעם אינגל און געשמועסט מיט איהם פון לערנען. און זיי אלע זענען ארויס פון התפעלות איבער זיינע ידיעות אין תורה... :? 8-) :roll: :x :P :oops: :o :o :o :אומגלויבליך:
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

נאך אלס קומט עס נישט צו צו דער הקדמה פונ׳ם מסילת ישרים. יא, אינטרעסאנט איז עס,אפשר פאר׳ן נאכ׳ן טשולענט אין טשיקאווע עפיזאדען אינ׳ם בלאט, אבער פראקטישעהייט איז עס דברים בטלים כלפי די דערהויבענקייט פון א מוסר ספר.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:נאך אלס קומט עס נישט צו צו דער הקדמה פונ׳ם מסילת ישרים. יא, אינטרעסאנט איז עס,אפשר פאר׳ן נאכ׳ן טשולענט אין טשיקאווע עפיזאדען אינ׳ם בלאט, אבער פראקטישעהייט איז עס דברים בטלים כלפי די דערהויבענקייט פון א מוסר ספר.

ליטוואק בלייבט ליטוואק: די מעשה און ענליכע אזאלכע סופער נאטורליכע קענען מחזק זיין די אמונה אז ס'איז דא עפעס העכערס פון אונזער וועלטל און טאג-טעגליכן לעיבן. :roll: :? 8-) :P :oops: :o
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

קינות גירושין האט געשריבן:און סאטמער זאגט מען אז כאטש דאס קינד האט נישט געקענט קיין איינע פון די היינטיגע ספרים אבער ויואל משה האט ער יא געקענט משה אמת ותרתו אמת

און יעצט פארשטייט מען פארוואס בעלזער רב ז"ל האט אים געגעבן דעם פליק, ווייל בעלזער רב האט דאך געהאלטן אנדערש ווי דער 'ויואל משה'...
קינות גירושין
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 835
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 20, 2013 10:36 am
האט שוין געלייקט: 388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 381 מאל

Re: דאס יונגעל וואס האט נישט באקומען א שנעלקע פונעם מלאך

שליחה דורך קינות גירושין »

האט נישט בעלז מסכים געווען יעצט ביי די שלום פראסעס, אז סאטמער רב איז יא גערעכט??
דברי מוסר מבדחן לשמעקעדיג:
לערין דיר אויס צו הערן א צווייטענס מיינוג, אז נישט וועסט מין הסתם אויסזען ווי קינות גירושין און א צייט פון יעצט, די יסוד פון שלום בית איז צו קענענן אויסהערן וואס א צווייטער זאגט, מען מוז נישט אלץ אגריען מיט יענעם אבער אויסהערן דארף מען.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: דאס יונגעל וואס האט נישט באקומען א שנעלקע פונעם מלאך

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

קודם א פליק. נאך דעם קען ער זיין מסכים
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
טייערע ברודער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 68
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 01, 2016 4:46 am
האט שוין געלייקט: 37 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 58 מאל

שליחה דורך טייערע ברודער »

איך האב געבלעטערט אדורך דעם אשכול און איך וויל זאגען מיינס.

איך קען דער איד וואס אויף איהם זאגט מען דער מעשה. איך האב אמאל געגעס'ן א סעודה ביי זיין שוואגער (זיין שווער'ס זון) און איך האב איהם געפרעגט דער פרטים האט ער מיר אזוי געזאגט:
ר' יחזקאל מאנדל פון ירושלים (נושא הספר 'ויגמול שקדים') איז געווען איין עכטער חסידישער פארצייטישע איד. ער האט געווינט אין ירושלים און האט זיך געדרייט אין בעלזא. א איד א תלמיד חכם וואס האט ליב געהאט ספר האלשיך הקדוש.
איין טאג, ווען זיין זון ר' ישראל משה איז געווען א קליין אינגעל פון דריי יאהר אלט, האט רי"מ געהערט ווי ר' חזק'ל לערנט אלשיך און איז אריין צום טאטען אין צימער און אהנגעהויב'ן פארזאגען אויפ'ן לשון. ער האט געזאגט גאנצע שטיקער בלשונו הקדוש אבער זיין הבנה איז געווען פאסיג פאר זיין עלטער.
דער טאטע האט זיך גע'חידוש'ט אבער האט נישט קיין עסק געמאכט. דער אינגעל איז ווייטער געגאנגען און געלערנט אין חדר כאחד האדם. פארשטייט זיך, אין ביהמ"ד האט מען איהם אפגעשטעלט און געפרעגט אויף געוויסע ספרים און ער האט פאר געזאגט. מ'זאגט אז ס'איז דא רשימות פון ספרים וואס ער האט יא געקענט (בני יששכר, מנחת חינוך וכדו') און ספרים וואס ער האט נישט געקענט, אבער קיינער ווייסט נישט קלאר.
איין טאג, האט ר' חזק'ל'ס פעטער, לעוו פון לונדון, איהם געזאגט אז היות ר' חזק'ל איז א עני ואביון, זאל ער נעמען רי"מ קיין חוצה לארץ און איהם פארשטעלע אלס 'ילד הפלא' און ער וועט קענען מאכ'ן אסאך געלד. האט ר' חזק'ל הנאה געהאט פון דער געדאנק און געזאגט אז פאר אזיי זאך דארף אין פרעגען דעם רבי'ן.

וואס איז געשעהן נאך דעם ווייסט קיינער נישט. אין צימער איז נאר געווען דעם רב זכרונו לברכה, דער אינגעל און ר' שלום פויגעל. דער לעצטע זאך איז געווען אז דער רב זכרונו לברכה האט איהם געהייסען זאגען א משנה אין ברכות. דער פענסטער'ס זענען געווען אין גאנצען פארשווארצט.

דער שוואגער זאגט מיר, אז וויבאלד ער לערנט מיט רי"מ איעדען טאג, האט ער איינמאל גענוצט דעם געלעגענהייט צו פרעגן רי"מ צו זיין משפחה האט עפעס א שייכות געהאט מיט'ן בעלזער רב זכרונו לברכה, he clamped up און האט נישט געוואל רעדען ווייטער וועגען דעם נושא.

לסיכום, קיינער ווייסט נישט וואס איז געשעהן, יתכן אז ער געדענקט נאך אבער טאהר נישט רעדען. היינט ארבעט ער אין שפיטאל לאניאדו און איז איין אמת'ער חסידישער איד מיט אלע באק ציינער.
טמיר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1145
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 5304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל

Re: דאס יונגעל וואס האט נישט באקומען א שנעלקע פונעם מלאך

שליחה דורך טמיר »

די גרעסטע פלא איז ווי מ'האט אויפגענומען די זאך מיט אזא אדישות. היינט וואלט די גאנצע וועלט געוויסט דערפון די טאג וואס מ'באמערקט עס
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

Re: דאס יונגעל וואס האט נישט באקומען א שנעלקע פונעם מלאך

שליחה דורך טאמבל סאס »

דו פארציילסט די מעשה מיט אזא דראמאטישקייט וואס פאסט זיך פאר א מאלעסטעישאן מעשה. דאס אז ס'איז א שוואגער מאכט א חילוק? די מעשה הערט זיך צו פאנטאסטיש אז איך זאל עס גלייבן סיידן איך זעה עס אליינס.

Sent from my SM-G903F using Tapatalk
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
שלום על ישראל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1042
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 5:45 pm
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

שליחה דורך שלום על ישראל »

בין איך די איינציגסטער וואס די מעשה - אויב ס'איז אמת - ברענגט מער ספיקות ווי א התעוררת לתשובה?

דעם בורא כל הברואים האט באשאפן דעם פעלערהאפטיגער מענטש מיט א בחירה. דאס הייסט אזוי, דע בריאת האדם איז נישט פעלערהאפטיג - עס איז גאר א חידוש פון פערפעקשאן; א חידוש פון פערפעקשאן אין פערפעקשאן. א חידוש אז א פערפעקטער בריאה קען זיך אליינס אן עצה גיבן און טון אומפערפעקטע מעשים.

אבער דער מלאך האט נישט קיין בחירה. דער מלאך איז באשאפן מיט מיט פערפעקשאן וואס בלייבט. וויאזוי קען ער זיך פאר'חלמ'ן און עובר זיין אויף זיין שליחות? היש לך התגשמיות יותר מזה?

(איך דערט שוין נישט וואס דער גאנצער "קענסט אים יעצט (!) זענן אין א"י; ער ארבייט דארט." דער ירושלימער אידישער ליכט האט אויך געשריבן פאר די געריבענע יְרושַלמִים אז אין אמעריקע קען מען היינט זעהן ביג-פוט צו ווייסעך וואס. און ווייסע-ווערסא אין די אמעריקאנע פאפירן איבער א"י פאר תקיפת וואטסעפפ ויו-טוב...)

און יא, איך בין געווען דער יונגל וואס האט שוין געהאט גרויסע פראבלעמען (פייגעלעך) אלס קינד ווען מ'האט געלערנט איבער א בחירה'לאזער מלאך וואס האט געמאכט א טעות, א שטייגער די בני ענק מן הנפלים (וואס האט נאך אסאך טיפערע קשיות, ווי וויאזוי קען א מלאך האבן א גוף, ואא"ל עס מקהאט זיי צוגעגיבן א גוף אלס עונש, ווייל דאס וועט הייסן אז ס'איז געווען א נייע בריאה).
(אויב האט איר נישט קיין הנאה און עס האט אייך נישט געקאסט קיין שמייכל, לייק נישט, וחילופיהם בחכם.)
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: דאס יונגעל וואס האט נישט באקומען א שנעלקע פונעם מלאך

שליחה דורך קל וחומר »

אין אנדערע ווערטער, דו שטעלסטיך אויפן קעפל פונעם אשכול.

אפשר איז עס יא געווען א געפלאנטע זאך?
(חוץ מזה וואס מ'זעהט אזא זאך ביים מלאך המוות מיט די מעשה פון מרים)
באניצער אוואטאר
ירח בן יומו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 11:15 pm
האט שוין געלייקט: 834 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 700 מאל

שליחה דורך ירח בן יומו »

קען זיין אז ס'איז געווען בהשגחה עליונה און בכונה תחילה כדי אונז מחזק זיין אין אמונה אין דברי חז"ל.
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2732
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
האט שוין געלייקט: 308 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל

שליחה דורך דולה ומשקה »

הודעה דורך מבני משה » זונטאג מאי 26, 2013 3:08 pm

טייערע ייודן עס איז זייער גרינג אוועק צו מאכן מעשיות, (נאך אזוי גרינג ווי צו מאכן די מעשיות), אבער דאס איז אלעס גוט ווען מען פארציילט א מעשה פון הונדערט יאר צוריק, (וואס איז אדער יא אדער נישט), אבער א מעשה פון א ייוד וואס לעיבט, און אלע וואס האבן עים אויס פרובירט לעבן נאך, איז שווער אוועק צו מאכן, מען קען זיי דאך פרעגן,

בדא"ג איך האב געהערט די מעשה פון ר' יעקב מאיר שכטר, און ער האט אויס פרובירט דעם יונגל אויף די ספרים פון ר נחמן מברסלב און דער יונגל האט געזאגט אויף אויסווענדיג אלעס, אויך האט דער יונגל געקענט א טייל פון די ספרים פון ר נתן דער תלמיד פון ר נחמן, (איך ווייס נאר נישט וועלכע יא און וועלעכע נישט)

דער אויבן דערמאנטע יונגל איז היינט א זיידע מיט קינדער און אייניקלאך, ער הייסט ישראל משה מאנדל, ער וווינט אין קרית צאנז נתני' שבארץ ישראל,

קינות גירושין האט געשריבן:
"זיי זאגען דאך אז ער רעדט נישט דערפון"
אמת ער דעדט נישט וואס איז פארגעגאנגען ביים בעלז'ר רב אין שטוב, (איך ווייס נישט אויב ער געדענקט בכלל) אבער פון די גאנצע מעשה, רעדט ער יא, (פארשטייט זיך נאר ווען ער איז אין דע מאד, און פאר וועם עס געפעלט עים).

מאראנצןזאפט האט געשריבן:
"איך קען זיין ברודער, א הענט ליינער און א שטערן זעער"
עס איז נישט א ברידער עס איז א נעפיא (נחמן)


איז דא אפשר א בילד פון איהם אלץ יונגעל און ווי אזוי ער זעהט אויס היינט צו טאג לאורך שנים ארוכים?
אויב וואוינט ישראל משה מאנדעל אין קרית צאנז נתני' געפונט זיך זיין טעלעפאון נומבער אין די דארטיגע טעלפאון ביכל.
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
באניצער אוואטאר
שמעלקא'לע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 160
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 07, 2016 12:51 pm
האט שוין געלייקט: 196 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך שמעלקא'לע »

[center][/center]אז מ'רעדט פון שמעלקא, מעג איך דאך אריינווארפן מיינע פאר צענט...
אט דאס איז ארויסגענומען פון מיינע ארכיוון, אן ארטיקל קורץ און שארף איבער די געשיכטע.

ווען דער מלאך פארגעסט צו געבן א שנעלקע...
וואס טוט איר ווען איר שטייט אויף איין צופרי קענענדיג כל התורה כולה? גאנץ בא'טעמ'ט געווען, ניין?... און וואס טוט זיך ווען מווערט געבוירן אלס א תלמיד חכם? איר מיינט אוודאי אז איך טרייב שפאס לכבוד חודש אדר, אבער ניין, דאס איז גאנץ ערנסט, ליינט איבער דעם שטוינענדעם געשיכטע פונעם וואונדער-קינד מוה''ר ישראל משה מאנדל הי''ו פון ארץ ישראל, וועלכער האט געקענט כל התורה כולה ביי זיין געבורט...
עס איז באקאנט די גמ' אז איידער א קינד ווערט געבוירן איז ''נר דלוק לו על ראשו, וצופה ומביט מסוף העולם ועד סופו, ואין לך ימים שאדם שרוי בטובה יותר מאותן הימים, ומלמדין אותו כל התורה כולה, וכיון שבא לאויר העולם בא מלאך וסוטרו על פיו ומשכחו כל התורה"... אין אונזער שפראך גערעדט איידער א קינד ווערט באשאפן לערנט מען מיט אים די גאנצע תורה, און ווי חז''ל זאגן אונז זענען דאס די בעסטע טעג פונעם מענטשנס לעבן, ביז עס קומט א מלאך און דערלאנגט אים א געזונטן שנעלקע אויפן מויל, און פון דעם פארגעסט ער אלע זיינע לימודים.
איי פרעגט איר, אויב אזוי פארוואס פעלט בכלל אויס מזאל עס לערנען מיט אים, סתם מזאל האבן וואס צו פארגעסן ? ענטפערט דערויף מרן הרה"ק מ'סאטמאר זי"ע אז באמת איז א בשר ודם נישט ראוי צו לערנען די תורה הקדושה וואס איז א שטיק רוחניות און א פלאמפייער, נאר איינמאל מלערנט עס ווען מאיז נאכנישט א שטיק גשמיות, העלפט דאס אז שפעטער זאל דער איד פארשטיין די תורה טראץ זיין חומריות, אנדערע זאגן אז דאס איז די שפאלט צווישן דעם מויל מיט די ליפן, וועלמיר נישט יעצט אריינגיין אין דעם.
און אצינד צום היינטיגן טעמע: אין יאר תש''י איז געווען א שמחה בביתו פונעם פייערדיגן בעלזער חסיד הר''ר יחזקאל מאנדעל ע''ה, א אינגל איז געבוירן געווארן למז'''ט. קרובים און ידידים פרייען זיך מיט מיטן שמחה, מווינטשט און בענטשט ווי ביי יעדן קינד, ויקרא שמו בישראל: ישראל משה.
דער קליינער האט אנגעהויבן אונטערצעוואקסן, ווי פארשטענדליך זענען די עלטערן באגייסטערט פון זיינע חכמה'לעך, און אלעס גייט ווי געווענליך. ווען ישראל משה'לע איז שוין אלט געווען פיר יאר, האט אים זיין מאמע אויפגעפאסט וויאזוי ער שעפשעט עפעס ווערטער אויף לשון קודש, גענוי וואס ער האט געזאגט האט זי נישט פארשטאנען, אבער דאס איז געווען זייער ענליך צו די ווערטער וואס זי פלעגט הערן אינדערהיים אלס מיידל, ווען איר טאטע הגה''צ ר' משה ארי' לעווי זצ''ל דער טעמעשווארער רבי, פלעגט לערנען הויעך אויפן קול. מתחילה האט זי געקלערט אז דאס קינד פלוידערט נאך וואס ער האט אויפגעכאפט אין שוהל ערגעץ שבת אינמיטן לכה דודי אדער ווען, אבער דער מצב איז בלויז געווארן מער און מער וואונדערליך, הערנדיג ווי ער ווארפט צוזאם מאמרי חז''ל פון יעדן פארשטופטן סוגיא, אויף א פארנעם וואס איז אויך זעלטן ביי די גרעסטע גדולים.
אזא זאך האנדלט מען נישט אליינס, דער טאטע איז אריבער מיטן קינד צו כ''ק הרה''ק רבי אהרן מבעלזא זי''ע זייענדיג א בעלזער חסיד, דער רבי האט גענומען ישראל משה'לען אויפן שויס און אנגעהויבן פארהערן, ווי מאדנע עס קלינגט, יעדע שטיקל וואס דער רבי האט אנגעהויבן, פון וואו ער האט נאר געפרעגט, תורה שבכתב, נ''ך, בבלי, ירושלמי, ספרא, ספרי, תוספתא, זוהר, מוסר, חסידות, אלעס האט דער קינד צוגעענדיגט מיט א קלארקייט! דער בעלזער רב האט געשיקט דעם טאטן צום טשעבינער רב, דער טשעבינער רב איז געווען א גאון מופלג, אבער מיטן פיר יעריגן אינגעלע האט ער זיך נישט געקענט פארמעסטן, עס איז געווען מייסטערהאפטיג צו זען וויאזוי דער גאון טענה'עט זיך איבער א קצות... דער טשעבינער רב האט אים צוריקגעשיקט צום בעלזער רב, דער בעלזער רב האט אים אריינגענומען פריוואט, און...
וואס עס האט ווייטער פאסירט איז פארהאנען צוויי גירסאות, אבער דאס איז זיכער אז ארויסקומענדיג האט ער אלעס אלעס פארגעסן. איין גירסא פארציילט דער וועלט (דער שרייבער פון די שורות האט עס געהערט פונעם מגיד מישרים רבי יוסף חיים גרינוואלד שליט''א) אז דער בעלזער רב האט אים געהייסן זיך טובל'ען אין א פסול'ער מקוה, און ארויסקומענדיג האט ער אלעס פארגעסן. אבער ר' ישראל משה זעלבסט לייקנט דעם גירסא אין א אינטערוויו ביי אן ארץ ישראל'דיגן צייטונג, זאגנדיג אז דאס איז א פון-פינגער-אויסגעזויגענע מעשה'לע פון צייטונג שרייבערס מיט גוטע פאנטאזיעס.
א צווייטער גירסא איז פארהאנען אז דער בעלזער רב האט געעפנט א ברכות גמרא, און ווי נאר דער קינד האט זיך גענומען זאגן, האט זיך דער צדיק אנגערופן "גענוג, מער נישט!" און ער האט דאן אלעס פארגעסן. ר' ישראל משה הי''ו זעלבסט אנטזאגט זיך צו פארציילן גענוי וואס דארט איז אלס פארגעקומען, טענה'דיג אז גענוי ווי א מלחמה-איבערלעבער וויל נישט רעדן איבער אלע זיינע פארלוסטן און קאשמארן דורכאויס דעם קריג, האט ער אויך גאנץ קנאפ חשק צו פארציילן דערוועגן. דער איינציגסטער סיבה פארוואס ער רעדט בעצם דערפון איז- לויט ווי ער טענה'עט אינעם א.ד. אינטערוויו- ווייל דאס האט שוין געברענגט אסאך בעלי תשובה, וואס זעען אז יש מנהיג לבירה.
על כל פנים, אויב ער וויל נישט רעדן דערפון, פארוואס זאלן מיר יא רעדן???
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שמעלקא'לע, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
הער אויס, צו זיין א גיבור ווען די וועלט שמייכלט - דאס קען איך אויך...
לאמיר דיר זען א גיבור ווען עס איז פארוואלקנט - ווייל דו ביסט שטארק!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

לפענ"ד איז די גאנצע וואונדערליכע געשיכטע מיט דעם יונגל וועלכער האט געקענט כל התורה כולה אן אינטרעסאנטער פענאמענאן, וועלכער טרעפט זיך זעלטן. אבער, ס'איז פארהאן געוויסע קיעסעס וועלכע זענען אין אן ענליכע בחינה פון דעם.
ערשטנס. זענען מיר זיך מפלפל איבער וויאזוי ס'קומט אז א קליין יונגל זאלל קענען כל התורה כולה. לערנט דער עולם פארשידענע פשטים. איינס פון די זאכן וואס מ'זאגט, איז אז, דער מלאך וועלכער האט געלערנט מיט איהם תורה האט..."פארגעסן"... איהם צו געבן א שנעלקע אויפ'ן מויל. ווי די גמ' (אין מס' נדה) זאגט..."וסוטרו על פיו"...! נאר אז דאס מיינט דער שפאלט וואס א יעדער מענטש האט העכער זיינע ליפן, דאס איז אפגעפרעגט מלכתחילה. מכח כמה טעמים. ערשטנס, ווייל גויים האבן אויכעט דעם סימן. און א גוי לערנט דאך זיכער נישט קיין תורה מיט א מלאך. והשנית. א מלאך..."פארגעסט נישט"...אזוי ווי א בשר ודם. אויף דעם זאגט מען א זיס ווערטל. אז דער מלאך איז דאך ממונה אויף שכחה... ממילא פארגעסט ער אויכעט פון מאל צו מאל...!
און ממילא, די מענטשן וועלכע האבן מיטגעהאלטן די אינטרעסאנטע געשיכטע בשעתו זאגן אז דער בעלזער רב זצוק"ל האט איהם אריינגענומען אין א שטוב, און ר'האט איהם געגעבן א קלאפ אויפ'ן מויל און ר'האט אלעס פארגעסן. דער מהלך איז אויכעט נישט זייער שטארק מסתבר.
לעומת זה איז דא אן אנדער מהלך. די גאנצע ידיעת התורה פונ'ם קינד איז געקומען פון א מין דיבוק. א צוטשעפעניש צו זיין נשמה. (שורש."דיבוק".) פון א גרויסן תלמיד חכם וועלכער איז מכח איזה סיבה מגולגל געווארן. אדער אריין אין דעם קינד.
ס'איז דא א ראיה צו די טעאריע פון די אלגעמיינע וועלט. אין ארץ ישראל איז פארהאן א מיידל פון עטליכע צוואנציג יאר, וועלכע האט בערך 20 פארשידענע פערסאנאליטעטן. און בשעת די געוויסע פערסאנאליטי איז שולט אויף איהר, נעמט זי איבער איר גאנצע מהות. למשל זי רעדט אומפארשטענדליכע ווערטער, און זי שפיעלט אויף א פיאנא. בשעת זי האט דאס קיינמאל נישט געלערנט. נאר די נישט רעליגיעזע באפעלקערונג (מיט זייערע פסיכאלאגן) ווילן נישט מודה זיין אז דאס האט צו טון מיט די עולם הנשמות. זוכן זיי ארויס אלערליי נארישע און אומפארשטענדליכע תירוצים. אבער דאס האט קלאר צו טון מיט די מיסטעריע פון גילגולים. וואס אונז, אנשים פשוטים פארשטייען נישט. און דער צדיק הקדוש האט ארוסגענימען פון דעם יונגל דעם דיבוק. דורך זיין גרויס קדושה. און די נשמה האט זיכער געהאט א תיקון...!
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

כהאב געליינט לעצטענס איינער איז האט זוך אויפגעוועקט פון א לאנגע דרימעל און האט אנגעפאנגן רעדן פליסיג א נייע שפראך.
www.foxnews.com/health/2016/10/24/high-school-athlete-wakes-up-from-coma-speaking-spanish-after-concussion.html
האט דאס א שייכות מיטן די מאלך וואס פליקט?
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: דאס יונגעל וואס האט נישט באקומען א שנעלקע פונעם מלאך

שליחה דורך קל וחומר »

פון אריה"ק שטייט אויף א פלאץ אז פון א נאכמיטאג שלאף קען אריינקומען א צווייטע נשמה.
פארשפארט