היכי דמי קידוש השם?! (דער וועקער #2)
היכי דמי קידוש השם?! (דער וועקער #2)
[center]א.[/center]
די וואך אין די פרשה – פרשת קרח, באגעגענען מיר זיך מיט א גאר אינטערסאנטע ספעקטאקל וואס האט זיך אפגעשפילט איבער דריי טויזנט דריי הונדערט יאר צוריק.
דער בחיר הבריאה, משה רבינו, וואס האט ארויסגענומען די אידן פון מצרים נאכן טיילן געבראטענע מכות פאר די מצריים, וואס האט זיי געשפאלטן דעם ים סוף, וואס האט זיי ארלעדיגט מן צו עסן, וואסער צו טרינקען, און א פייער זויל וואס זאל זיי באגלייטן, און דאס אלעס – על פי ה', אט דער זעלבער משה איז אויסגעשטאנען די גרעסטע קאשמאר וואס א מנהיג קען נאר חלומ'ן. א מרידה האט אויסגעבראכן, אנגעפירט דורך – נישט מער און נישט ווייניגער ווי – זיין ערשטע קוזין; 'קרח'.
קרח איז ווייט נישט געווען קיין קטלא קניא באגמא, ער איז נישט געווען א באלעבאס וואס האט מחליט געווען אז ער פארשטייט בעסער, קרח איז געווען פון די חשוב'סטע אידן אין כלל ישראל. ער איז געווען גענוג חשוב, אז די סאמע עליטע פון דאס אידישע פאלק – די צוויי הונדערט און פופציג העכסטע אויטאריטעטן, ר"נ ראשי סנהדראות, האבן מיטגעהאלטן מיט אים. ער איז געווען א פיקח, ער האט געוואוסט עתידות, און ווי דער גרויסער דענקער – רבי צדוק הכהן מלובלין זי"ע ערקלערט [צדקת הצדיק אות ס"ה], האט ער געהאט א געוויסע ריכטיגע נקודה וואס מ'וועט זיך טאקע אזוי פירן לעתיד לבוא.
ווען אט דער גדול בישראל האט רעוואלטירט אנטקעגן די הנהגה פון משה, טענה'נדיג בפניו (במדבר טז, ג): "רב לכם כי כל העדה כלם קדשים ובתוכם ה', ומדוע תתנשאו על קהל ה'", מיטשלעפנדיג מיט זיך דתן ואבירם, און בר פלת, און די ראשי סהנדראות, האט משה פרובירט צו רעדן מיט קרח און מיט די בני לוי. דאס איז גאנץ פארשטענדליך. קרח איז געווען דער בר פלוגתא, און די בני קרח האבן זיך געטיילט איבער ווער ס'איז גערעכט אינעם מחלוקה צווישן די בני המשפחה – אלע פון זיי, פון שבט לוי.
אבער דאן האט פאסירט עפעס אויסערארדנטליך. משה האט גערופן צו זיך די אלטע 'טראבל מעיקערס', דתן ואבירם, פרובירנדיג שלום צו מאכן מיט די צוויי באנדיטן. די צוויי מחוצפים האבן זיך נישט צוטון געמאכט, נאר גאר אפגעענטפערט משה'ן מיט גרינשעצונג.
משה רבינו, דער לעגענדארער (במדבר יב, ג): "והאיש משה ענו מאד מכל האדם אשר על פני האדמה", איז ארויס פון די געווענליכע מענטשליכע גבולים, און ער איז גאר געגאנגען צו זייער געצעלט (טז, כה). אבער זיי האבן זיך ווייטער אויסגעלאכט פון אים, א זאך וואס האט זיי עווענטועל געקאסט זייער לעבן.

[center]ב.[/center]
אבער דא שטעלט זיך א הארבע פראגע: פארוואס האט משה זיי גערופן צו זיך? לויט די מדרשי חז"ל (שמו"ר פ"א סל"ד-סל"ו, רש"י שמות ה, כ, רש"י שמות טז, כ) זענען זיי געווען צרה-לייט וואס האבן פרובירט אונטערצומינעווען משה'ס אויטאריטעט מער פון איין מאל אין מדבר, זיך מתייחס צו זיין צו די מחוצפים און גאר פרובירן שלום צו מאכן מיט זיי, גרעניצט זיך מיט זלזול אין משה, מיט זילותא דרבנן, און אויטאמאטיש – מיט חילול שם שמים. פארוואס האט משה פרובירט זיך צו פארענטפערן פאר זיי?!
אין גמרא (סנהדרין ק"י ע"א) איז זיך ריש לקיש מתייחס דערצו, מיט געציילטע – אבער יסודות'דיגע – ווערטער: "ויקם משה וילך אל דתן ואבירם, אמר ר"ל - מכאן שאין מחזיקין במחלוקת". אט אזוי לערנט עס ריש לקיש אפ: א פגיעה בכבוד התורה פון משה רבינו איז טאקע א גרויסע חילול ה', אבער 'מחלוקת' איז פיל א גרעסערע חילול ה'.
פארט איז א וואונדער פארוואס משה איז געגאנגען צו דתן ואבירם, צו האט ער דען געמיינט אז דורכדעם וועלן זיי אויפהערן זייער אומבארעכטיגטער קאמפ אנטקעגן משה? זיי האבן דאך שוין געהאט אן אלטן רעקארד פון זיך זוכן צו רייצן מיט משה ווען אימער!
דער ענטפער צו דעם איז א קאפיטל היסטאריע: ווען דער אייבערשטער האט באפוילן פאר משה רבינו ארויסצונעמען די אידן פון מצרים, איז דאס געווען א ריזיגע חידוש אין די אויגן פון די אידן. משה איז שוין נישט געווען אין מצרים פאר די לעצטע צענדליגע יארן, קיינער האט נישט געהאט שייכות מיטן מדיני 'משה', און דאס אידישער פאלק האט געהאט אנדערע גדולי ישראל: אהרן, דער עלטערער ברודער פון משה. קרח, דער געלונגענער פירער און קנאקער פון שבט לוי. און - - - דתן ואבירם.
דתן ואבירם זענען געווען די שוטרים/פאליציאנטן, וואס זענען געשטעלט געווארן דורך די מצריים איבער די אידן, צוצושטעלן א געוויסע מאס ארבעט יעדן איינציגסטן טאג [ענליך צו די אידישע קאפאו'ס אין די נאצישע לאגערן]. אויב די אידן האבן נישט צוגעשטעלט די ריכטיגע מאס, האבן דתן ואבירם געכאפט די פעטש, היתכן זיי האבן נישט גענוג געלייגט פרעשור אויף די אידן צו ארבעטן שנעלער. זיי זענען אבער געווען גוטע פאליציאנטן, און זיי האבן זעלבסט געכאפט די קלעפ – פארן נישט פייניגן די אידן (עי' שמו"ר פ"ה סכ"ג-סכ"ד). עס איז פשוט, אז זיי זענען געווען געשעצט און ארויפגעקוקט ביי כלל ישראל, פארן זיין די שוטרים איבער זיי – אבער מיט רחמנות.
ווען משה רבינו האט איבערגענומען די הנהגה, און ארויסגענומען די אידן פון מצרים, האט א ווערימל פון קנאה אנגעהויבן צו נעסטעווען אין הארץ פון די אמאליגע מנהיגים. קרח איז געווארן א פשוט'ער לוי, און דתן ואבירם זענען געבליבן אן קיין שום תואר הכבוד. די לעצטע האבן טאקע פרובירט צו מאכן כסדר פרישע 'שטיקלעך' אפצוטון משה'ן, אבער משה רבינו האט עס נישט אנגעקוקט ווי קיין פגיעה בכבודו, ער האט רחמנות געהאט אויף די צוויי אידן וואס זענען פלוצים פארוואנדלט געווארן אין 'פלעינע' אידן, און קענען עס נישט אראפשלינגען.
דערפאר האט ער מחליט געווען, זיך 'אראפצולאזן' און גיין צו זייער וואוינונג, מיטן האפענונג אז דאס וועט גורם זיין אז די מחלוקת זאל זיך אפשטילן. ווייל בעצם האבן דתן און אבירם נישט געדארפט מער פון אט דאס – התייחסות. מ'זאל זיך רעכענען מיט זיי. מ'זאל זיי שעצן. און אויב דאס פעלט אויס, וועט משה דאס אויך טון כדי צו מאכן א קידוש ה' דורכן ממעט זיין במחלוקת. ליידער האבן דתן און אבירם זיך נישט געכאפט וואו אהין זיי קריכן, און זיי האבן ביטער אפגעשניטן.
אבער פאר אונז איז דאס א וויכטיגע לעקציע: "היכי דמי קידוש השם?" מיטן פארמינערן מחלוקת, מיטן פארשטיין א צווייטן, און מיטן פרובירן משלים צו זיין צו אנדערע דעות.

[center]ג.[/center]
אין די זעלבע פרשה, שפילט זיך אפ עפעס אויסערגעווענליך אונטער די קוליסן. און בן פלת, איינע פון די גרויסע שטיצער פון קרח, ווערט פלוצים פארשוואונדן פונעם ארענע אין די המשך הפרשה פון קרח ועדתו. חז"ל אנפלעקן פאר אונז (סנהדרין ק"ט ע"ב) וואס דארט האט פאסירט:
און'ס ווייב, אן אשה כשרה וואס איז באשאנקן געווארן מיט די "בינה יתירה" (עי' נדה מ"ה ע"ב), האט אים אויפגעוויזן אז ער גייט גארנישט פארדינען פונעם מחלוקת, ווייל ווער אימער ס'וועט נאר זיין דער מנהיג – בלייבט ער די זעלבע תלמיד. זי האט אים געגעבן וויין צו טרינקען, און ווען ער איז געגאנגען שלאפן האט זי זיך געשטעלט ביים פתח האהל און אויפגעדעקט אירע האר. יעדער וואס האט געוואלט רופן און בן פלת צו קומען אנטיילנעמען אינעם מחלוקה, האט געזען ווי זיין אידענע זיצט דארט מיט אפענע האר, און האט זיך שנעל אוועקגעדרייט און אוועקגעגאנגען, און אזוי איז ער געראטעוועט געווארן פון טיילן דעם זעלבן גורל ווי די אנדערע בעלי מחלוקת מאנשי קרח.
דא שטעלט זיך די זעלבע פראגע, וויאזוי האט זיך זיין ווייב געטרויט אויפצודעקן איר האר ברבים [זי איז נישט געזעצן 'אינעווייניג', נאר ביים טיר. מענטשן האבן איר דאך געזען], א זאך וואס איז לכאורה אסור מן הדין, און אוודאי נישט קיין 'גדלות' נאכצודערציילן איר 'חכמה'. לכאורה איז דאס א רעכטער חילול ה'.
דער תירוץ איז ווי אויבנדערמאנט, אז חילול ה' איז מחלוקת, חילול ה' איז טשעפענען מיט משה, א קידוש ה' איז ווען מ'דעקט זיך אויף די האר צו פארמיידן אזא חילול ה' ווי פירן א מחלוקת מיט משה. אויב עס איז דא א פאל פון 'ביטולה זו קיומה', איז דאס דער פאל.
און פון דא קענען מיר זיך ווייטער לערנען די זעלבע נקודה: צומאל דאכט זיך פאר א מענטש, זאגאר א רב, אז ער דארף פירן א מלחמת חרמה מיט א ספעציפישער מענטש אדער נושא, און אזוי ארום מקדש זיין שם שמים.
די תורה ווייזט אונז אבער אן, אז צומאל צייגט זיך ארויס דער ריכטיגער קידוש ה' אויף א פארקערטן אופן, און מ'דארף אסאך אריינקלערן בעפאר אויב זיין אזויגערופענער 'קידוש השם' איז גאר א חילול השם.

-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1717
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 1778 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל
א שיינעם געדאנק.
רק להעיר אז מ'טרעפט נישט די איסור פון גיין בגילוי שער אין רה"י אפילו באופן וואס מ'קען אריינזען פון רה"ר. און כאטש אז די מדבר האט געהאט א דין פון רה"ר איז זי אבער געזעצן ביי איר טיר פונעם געצעלט. פון דעסטוועגן איז די נקודה נאך אלס אמת, אז מ'איז איר משבח פארן נוצן א טאקטיק פון חוסר הצניעות עכ"פ. זי האט עס אבער געטאן מחמת בטחונה אז דאס וועט זיי אפהאלטן פון קומען נאנט צו איר מאן.
ולהוסיף דרך אגב, עס זענען דא וואס זענען שיין מסביר דעם ענין פון שער באשה ערוה, אז כאטש עס איז פארשטענדליך אז האר איז מייפה די פעמיניטעט און דאס טוט צוציען, אז דאס אבער פארט נישט דומה צו די אנדערע ערוות וואס ווערן דערמאנט. וראיה לזה, מיר נעמן אן אז שער בתולות זענען נישט קיין ערוה (אכן להרמב"ם אין חילוק). נאר די גאנצע מהות פון ערוה איז מכח דעם דת משה ויהדות וואס פאדערט פאר א אשה נשואה צוצידעקן דעם האר אלס אן הבחנה אז זי איז אן אשת איש, און מכח דאס איז צושטאנד געקומען אז ווייל א פרוי איז נישט געוואוינט מגלה צו זיין שערה, איז דאס געווארן אן ערוה.

למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
אזעלכע רשעים געווען די אפאזישן פון משה, און אפענע האר וועט זיי אפהאלטן? אלא מאי זיי זענען באמת גרויסע לייט געווען ווי אויבן געזאגט.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.

- שלום על ישראל
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1042
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 5:45 pm
- האט שוין געלייקט: 1504 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל
הערליך שיין שש. שוין לאנג נישט געגסן אזא גרויסע מאלצייט און שפירן אזוי גוט "דערנאך".
רוב פון דיינע נקידות זענען קריסטאל-קלאר (חוץ די אויספיר וואס איז עומד בגניזה עד שיבוא ה'וועקער). אבער די לימוד אז מחלוקת איז פיל א גרעסערע חילול ה', נעמסטו בעיקר פון די הנחה אז משה רבינו'ס אראפגיין צו די צוויי טראבל-מאכערס איז נישט נאר א פחותת כבודו נאר א פחותת כבוד השם. אונז האבן אסאך מאל די בחינה בספה"ק, אבער לכאורה איז דאס נישט וואס דא איז דער ענין. ועי' ברש"י שם.

(אויב האט איר נישט קיין הנאה און עס האט אייך נישט געקאסט קיין שמייכל, לייק נישט, וחילופיהם בחכם.)
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 63
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 09, 2016 2:43 pm
- האט שוין באקומען לייקס: 29 מאל
טאמבל סאס האט געשריבן:אזעלכע רשעים געווען די אפאזישן פון משה, און אפענע האר וועט זיי אפהאלטן? אלא מאי זיי זענען באמת גרויסע לייט געווען ווי אויבן געזאגט.
קענסט נישט די מעשה, רבי בינימין אייזענבערגער נעמט זיינע חסידים תלמידים מתפללים איין מאל אין עטלליכע יאר אויף א נסיעה אויף ל"ג בעומר קיין מירון, און מ'גייט ארום אויף נאך אנדערע מקומות קדושים צו מתפלל זיין און אטראקטיציארן.
עטליכע יאר צוריק איז מען געווען באשטימט אויף פרייטאג צופרי צו דאווענען ביים כותל המערבי.
ווען מ'איז אנגעקומען נאך שמו"ע האבן עטליכע יוצאי סאטמאר געשריגן: "נו, יתגדל, דער רבי האט נישט געזאגט קיין תחנון פרייטאג".......
כותל יא. תחנון נישט.
- קאצקע ציקער
- חבר ותיק
- הודעות: 2203
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
- האט שוין געלייקט: 1052 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל
- א איד
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1320
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
- געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
- האט שוין געלייקט: 606 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל
Re: היכי דמי קידוש השם?!
נו וועגן דעם האט ער צוגעלייגט א ?!
מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
[center]ד.*[/center]
אונזער פרעסטיזשפולן זשורנאל "דער וועקער", שטייט מיט שטאלץ צו עפענען די אויגן פון פארשלאפענע, צו ברענגען מענטשן נענטער צום טאטן אין הימל, און צו ברענגען מענטשן נענטער צו 'זיך'. דאס איז א ריכטיגער קידוש שם שמים.
אין דעם נומער, ברענגען מיר א הערליכער אויסשליסליכער אינטערוויו, וואס איז אפגעהאלטן געווארן מיטן וועלט-בארימטער אידישער פיזיקער "ירמי' ענגלאנד", וואס איז אן ארטאדאקסישער איד טראץ זיין נאטורליכער ארבעט אין פארשן עוואלוציע. עוואלוציע איז א זאך וואס איז נוגד די אנגענומענע הויפט-שטרעמונג פון ארטאדאקסיע, הגם געוויסע רבנים האבן יא געזאגט אז עס איז בכלל נישט קיין סתירה מיט די תורה.
אין א געוויסע הינזיכט איז טאקע שווער מיטצוהאלטן מיט זיין פלוס פון ווערטער, צו פארשטיין די דקות'דיגע און קאמפליצירטע סייענטיפישע און פיזישע געדאנקען וואס ער ברענגט ארויס, און וויאזוי לויט אים איז נישטא קיין סתירה צווישן וויסנשאפט בכלל און עוואלוציע בפרט, מיטן פולשטענדיגן גלויבן אינעם בורא עולם לויט ווי עס ווערט דערמאנט אין די תורה, ממילא וועלן מיר בכלל נישט אריינרעדן דערין.
נאר וואס איז יא וויכטיג ארויסצוברענגען, איז די געוואלדיגע קידוש השם וואס ווערט פאראורזאכט דורכדעם וואס אזא וועלט בארימטע סייענטיסט, פיזיקער און פארשער, וואס גלייבט און באגלייט די פיזישע און וויסנשאפטליכע טעאריעס, זעט בכלל נישט קיין שום סתירה און מיספארשטענדעניש צווישן דאס גלויבן אין דעם בורא עולם און דאס באשאפונג פון בריאת שמים וארץ לויט ווי עס ווערט דערמאנט אין די תורה.
אט דאס איז א ביישפיל פון "היכי דמי קידוש השם". מיר קענען האלטן אנדערש ווי יענעם, מיר קענען מחנך זיין אונזערע קינדער אנדערש ווי יענעם, אבער מיר ווייסן אז דער עיקר איז – די געוואלדיגע קידוש שם שמים וואס קומט ארויס פון אזא זאך, אז יכירו וידעו כל יושבי תבל, כי לך תכרע כל ברך, תשבע כל לשון, וואס וועט גענצליך מקוים ווערן ווען די גאנצע אומגלויביגע וועלט וועט אויך צוקומען צום ריכטיגן אנערקענונג אין ה' אחד ושמו אחד, בב"א.
---
* די לעצטע שטיקל איז געשריבן געווארן ספעציעל פאר די גאס, להסיר ולזוז שפתיים וואס וועלן קומען טענה'ן וועגן עוואלוציע...

- ידיד ותיק
- הודעות: 889
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
- האט שוין געלייקט: 1566 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל
Re: היכי דמי קידוש השם?! (דער וועקער #2)
האסט אויסגעלאזט א שורה.
אינעם „וועקער שטייט: הגם דאס איז קלאר נישט אונזער מיינונג.
ווען איך האב דאס געזען האב איך שוין מורא געהאט, ווער ווייס וואס ס'קומט. למעשה שטעלט זיך ארויס אז ער איז העכסט פרום. דא אין שטיבל וואלט ער פאררעכנט געווארן אלס א רעכטע.

דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.