זכות אייך ק"ש, געטראפן די גביר כוכב

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
שטילע אינגערמאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1009
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
האט שוין געלייקט: 603 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1999 מאל

זכות אייך ק"ש, געטראפן די גביר כוכב

שליחה דורך שטילע אינגערמאן »

מעשה שהיה, היינט פארמיטאג.
ליינט און האט הנאה.

כ'האב געהאט אן עפאוינטמענט אויף היינט אינדערפרי צו טרעפן א גביר אויף א פערזענדליכע טובה.

אזוי ווי איך קום אריין אינעם וואלקענקראצע געביידע אויף פיפט עוו. דארפ מען ווייזען די ID אלץ סעקיוריטי, מ׳דארף אריין סיינען און זאגן צו וועלכע אפיס איר זענט א באזיכער.
די סעקיוריטי גארד געקליידעט מיטן יוניפורם מיטן פולסטין ערענסקייט הייבט אויף ס'טרייבל און דריקט אן עקסטענד עם און לאזט וויסן אז שטילע איז דא צו זעהן מר גאלד.

מען הייסט מיר ווארטן אינעם וועיטינג רום אויפן ערשטע שטאק. נאך אפאר מינוט קומט צו גיין א שטיק נפלאות הבורא מער נאקעט ווי געקליידעט, און זאגט מיטן פאלטשע שמייכעל, היי שטילע קאם וויט מי.

שטילע מאכט גראד די הוט, היסט צוויי דריי מאל, קוקט אראפ אויפן שמוציגע ראקפארט שיך, און גלייכט אויס די צעפליקטע וואלענע טלית קטן און גייט נאך ס'פרוי.
זי נעמט מיר צום עלעוועטער ווי דארט שטייט א שווארצע מיטן זעלבע יונעפארם ווי די סעקיוריטי פון אינדרויסען, ער זעהט ווי אונז קומען, כאפט ער אונז אויס און דרוקט ס'קנעפל פאר אונז און געבט א ברייטע שמייכעל און האלט די טיר פונעם עלעוועטער (כאילו ווען נישט וואלט עס אריין געהאקט אין מיין פרצוף). ביים אריין קומען אינעם עלעוועיטער וואס איז ארום גענומען מיט שפיגלעך ממזרח מערב מצפון ומים, כאפט מיר א שרעק כאילו ס'איז דא אפאר הונדרעט שטילע'ס.

ביים אנקומען צום 12טן שטאק עפענט זיך די טיר צו א מלכות וואס איז נישט שייך צו באשרייבן. א איידעל מוזיק שפילט דורכ'ן קלארען ספיקער סיסטעם, די וואנט קעגן איבער איז א פיש טאנק, יעדע זאך שטייט אין פלאץ, אלץ שרייט "כ'האב א זכיה צו זיין דא", די פרישע שמעק האט עפעס א ריח גן עדן. די שטיינערדיגע ערד וואס איז ארום גענומען מיט א מוזעיעק געמאכט אין טורקיי איז איין שטיק, דאס הייסט מ'האט דאס געשניטען אין די נידריגע טולען פון טורקיי און אהערגעברענגט כמו שהוא. די ווענט אלע באשטיין פון גלאז, ציענדיג פון פלאר צום דאך, אין פארענט פון יעדער ווינדא קלאצט א גאלדענע ביינאקליעס אויף א סטענד, די view פונעם פענצטער שרייט מלכות, ממש ווי א פייגעל אויג bird view איבערן סענטראל פארק. די פערניטשער זאגט עדות "איך קאסט נישט ווייניגער ווי א מאה אלף". די 10 פיסיגע מארבל טירן האבן אלע גארדס שטיין על כל צרה שלא תבוא.

אזוי ווי מ'פיהרט מיר ארום ווער איך אלץ מער פארלוירען מיט יעדער טריט, ס'איז ביי מיר נישט קיין ספק אז צו ארבייטען דא טאר מען נישט וועגן מער ווי 120 פונט און מ'דארף גיין אנגעטוען ווי חוה הארט נאכן חטא, כאילו א מודה במקצת.

דא לאזט מען מיר אראפ אין פריוואטע וועיטינג רום פון מר גאלד, און מ'זאגט מיר אן כ'זאל ווארטן אין דער צימער פאר מר גאלד.

אינעם ווינקעל שטייט א דורכזיכטיגע פרידזש מיט טשיקאווע טרינקען, מיין ושט איז געווען טרוקען ווי א זית, אבער מחמת פחד פיהלענדיג ווי א יון אין די סוכה האב איך נישט געטרויט צו גיין נעמען א שלינג וואסער.
כ'שפיל זיך מיט מיין סעלל כאילו כ'בין ביזי, כ'בין מתפלל צום בורא כל עולמים כ'זאל מיר זעהן אינדרויסען פון דער מוזיום, כ'האב פארבלאנדזעט דא אין תהום אריין.

פארזינקען אין מיינע מחשבות, שפאצירט אריין א פערסענאל סעקרעטאר היפש די פארקערטע סייז פונעם תולדות אברהם יצחק רעבעצין, און באפעלט מיר כ'זאל איר נאכגיין,
אחורי ארי ולא מאחורי אשה ליגט מיר נאך אין די ביינער, און כ'גיי איר נאך אזוי אביסעל לינקס כדי מקיים צו זיין די גמ'.
דא נעמט מען מיר צום פערזענדליכע אפיס פון מר. גאלד אליין.

די טירן אריין צום אפיס זעהט אויס עפעס ענליך צום בעלזא ארון קודש, און דא עפענט זיך די טיר צום צאר ניקאליי ציממער אליין. די שטוב איז בערך איז אזוי גרויס ווי א ביהמ"ד.
אויפן ווענט וואס האבן נישט קיין גלאז הענגט פלאקאטען פון וויכטיגע קאמפעניס וואס מר גאלד האט שוין געמאכט ביזנעס, אדער בילדער פון מר גאלד זיך ווינטשען מיט גרויסע שישקעס, א שטייגער ווי די פרעזידענט בוש אדער טראמפ. און נאך אפאר סקעטשעס פון וואלקן קראצערס וואס ע"פ חשבון איז דא אינדערמיט פון די ארבייט.
אויף גאנץ מזרח זייט הענגט א הערליכע פעינטינג פון מר גאלד מיטן סאטמער רבי'ן שליט"א, די רבי מיט א גרויס שמייכעל זיצענדיג אויף א פינקע ריזיגע שטיל, ביים רעכטע זייט שטיין צוויי פון מר גאלד'ס זוהן אויסגעביגעלט מיט מעטשינג קליידער, און אויפן לינקע זיצט מר גאלד אין געבט לחיים פארן רבין.

מר גאלד'ס קאסטום בענקעל געמאכט פון קאשמיער געמישט מיט לעדער, א הערליכע ווייסע קאלער מיט שווארצע שטראכען, די טיש וואס איז די סייז פון מיין דיינינג רום זיצט אויפ א דיקע קארפעט, די טיש איז ציכטיג ריין, קיין שום פייל אויפן טיש חוץ פון א איידעלע עפל קאמפיוטער.
איך זעץ מיר אויפ'ן בענקעל קעגן איבער די טיש, אויך א ווייסע בענקעל אויסנאם באקוועם מיט א firm זיץ.

כ'ווארט שטיל פאר מר גאלד זאל אריין שפאצירן, געוואוסט האב איך אז די זאך גייט נישט געלונגען, ווי גיי איך אנהייבען די שמועס? ווי גייט ער מיר אנקוקן?
אזוי ווארטענדיג בין איך געווען גאר נייגעריג ס'ארא וועבזייטלעך ער האט אפען, איך זעה אז די אפיס איז ליידיג. איך נעם די גאטס, איך כ'בייג זיך איבער און.......

קאווע שטיבעל בכבודו ובעצמו... יא יא, די צוויי מענטשעלעך טרינקען קאווע ביי א טיש...
כ'געב א בליק אויפן רעכטע זייט און קוק זיין ניק.
כ'האב געפילט א שמחה, דאס איז דאס??? א ניק וואס כ'אישי זיך שוין יארן מיט....

ווי נאר דער אינגערמאן שפאצירט אריין מיט קאווע אין די הענט און די געביגעלטע העמעד מיט שטייפע קאלער, שפרינג איך ארויס אין א געשריי "כוכב, כוכב"...
כ'בין שטילע! אנפריקען ביליוועבעל סארא מוצלח דו ביסט..

דא האט מר גאלד געזעהן אז ס'איז שוין צו שפעט צוריק צו דרייען די זייגער, ער האט תיכף מיד מיר ארום גענומען און מיר געהאלזט און געקושט.

פאר א שעה צוויי האט מען געשמיעסט, ארום געלאכט, בארעדט אסאך ניקס סארא בהמות זיי זענען, פון דארט איז מען אריין אינעם שמועס כ'בין ארויפגעקומען צו איהם, פארשטייט זיך כ'האב באקומען א גאנצע donation פון 36 טולר, צוויי מאל חי

א דאנק אייך קאווע שטיבעל, אין אייער זכות איז מיר געלונגען די זאך.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום שטילע אינגערמאן, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
סאשי פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2776
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:24 pm
געפינט זיך: אינמיטען עסן
האט שוין געלייקט: 3022 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2287 מאל

Re: זכות אייך ק״ש, געטראפן די גביר כוכב

שליחה דורך סאשי פיש »

שטילע קיפ איט קאמינג יעדע טאג אן ארטיקעל
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

אודאי ווערט מען רייך, אז מ'גיט ארויס פה-סח'ס מאכט מען געלט, פרעגטס [tag]פארשוויגען[/tag]...
אז מ'רעדט שוין שטילע, קענסט מיר בארגן א טויזנטער? כ'האב א גמ''ח פעימענט נעקסטע וואך, נאר פאר א קורצע צייט, ביז כטרעף נאך איינעם פון וועמען צו בארגן...
אלנפאלס, מכאן ראי' אז די אלע שטילע געשיכטעס מיט שקרנים און אומלעגאלע דרייוועיס זענען נאר משלים, און מ'דארף גלייבן אז ס'וואלט געקענט געשען.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום כוכב, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

נפלאות הבורא- חוה נאכן חטא-פונקט דאס פארקערטע פונעם תולדות אברהם יצחק רעבעצין... מיי גאש די ווערטער וואס דו האסט שטילע.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

שטילע אינגערמאן האט געשריבן: בארעדט אסאך ניקס סארא בהמות זיי זענען, פון דארט איז מען אריין אונעם שמועס כבין ארויפ געקומען צו עיהם, פארשטייט זיך כהאב באקומען א גאנצע donation פון 36 טולר, צוויי מאל חי


נו וואס דען האסטע געמיינט???
באניצער אוואטאר
א איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1320
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
האט שוין געלייקט: 606 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל

שליחה דורך א איד »

כוכב האט געשריבן:אלנפאלס, מכאן ראי' אז די אלע שטילע געשיכטעס מיט שקרנים און אומלעגאלע דרייוועיס זענען נאר משלים, און מ'דארף גלייבן אז ס'וואלט געקענט געשען.

עס איז איינע פון שטילע'ס גאליציאנע אוצרות, די שאלה איז נאר צו דאס האט ער פארקויפט פאר יענעם? אדער דאס האט ער איבערגעלאזט צו קענען אונז מהנה זיין.
מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

כוכב,
Let me know if there's a job opening at your firm.
I suit your team well
איך ווי אדם. ראשון בשעת'ן חטא
Under influence
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

לאמיר דיר זאגען א יסוד אין שנאדעראציע - אז א מענטש זאל ארויסנעמען זיין טייסטער פאר א געזונטער מתנת יד, מוז ער זיין אין די ריכטיגע מוט, זיך שפירען אויפגעלייגט, צופרידען, פרייליך ,כאילו זיין איינציגסטע געשמאק איז דיר צופרידען שטעלען. ווען דער שמועס הייבט אן נעגאטיוו מיט בארעדען א צווייטען וואס פארא בהמה ער איז, ביסטו אפשר גערעכט, אבער מער ווי צוויי מאל ח"י וועסטו נישט זען. קודם רעד פאזיטיוו, באקום דיין טשעק, און דערנאך בארעדסט וועמען ס'לאזט זיך.

אגב, ווי גראב איז כוכב האסטו גארנישט דערמאנט. ער איז אויך דאר ווי א בליי שריפט? דאס שיריים פונ'ם בעלזער רבי? אדער א פאס אויף פיס? ועוד, ער איז בכלל א מאנספארשוין? ווארשיינליך יא, ווייל ווען נישט וואלט מען שוין געליינט א באשרייבונג אויף זיין געוואוקס מיט זיין באקליידערונג.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

אה יענער איז געווען דיין פאטענציעל בייער פאר דיין אוצר.. קוקט אויס ער האלט אויך סאיז נישט מער ווער ווי פעמיים ח''י און נאך פאר טשעריטי.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

די 2 פרטים וואס האט מיר די מערסטע באנומען איז, איינס, ווי אזוי דרייעט זיך כוכב יעדן טאג אין אזעלכע ביטערע נסיונות, צווייטענס אז ער איז א גוטער ידיד מיטן סאטמארער רבי'ן. אפשר וועט די צווייטע פאקט העלפן פאר די ערשטע, ער זאל נישט גליטשן ח"ו נאר זיך האלטן אויפן ריכטיגן דרך.

שטילע, איך האב זייער הנאה געהאט פון דיין ארטיקל, אראפגעלייגט מיט זאלץ (פאר די מענער) און פעפער, און כוכב, דו האסט דאך דעם גן עדן אויף דער וועלט!
גראדע קען איך איינעם א מר. גאלד א עושר אדיר, נאר צוליב גילוי וועל איך נישט גיין מברר זיין צי ער איז דאס דער יעניגער.
וירח ה' את ריח הניחוח
היסטאריקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1029
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2012 1:00 pm
האט שוין געלייקט: 1704 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 310 מאל

שליחה דורך היסטאריקער »

שטילע, פון כוכב׳ס שרייבן דא זעט נישט אויס אז ער האט ליב סאטמערער רבי

בד״ו וועלעכע סאטמערער רבי?
היסטאריע קען מען נישט פארדרייען..
באניצער אוואטאר
ליפא
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2159
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 2314 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1740 מאל

שליחה דורך ליפא »

היסטאריקער האט געשריבן:שטילע, פון כוכב׳ס שרייבן דא זעט נישט אויס אז ער האט ליב סאטמערער רבי

בד״ו וועלעכע סאטמערער רבי?

Wow יעדער זעט זיך זיינע obsessions אין אן otherwise אומשולדיג ארטיקל...
טראמפ 2020! טראמפ 2024! טראמפ 2028!
היסטאריקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1029
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2012 1:00 pm
האט שוין געלייקט: 1704 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 310 מאל

שליחה דורך היסטאריקער »

ליפא האט געשריבן:
802332104_104200.jpg


מיינסט אזוי ווי דא אין אשכול פון זלאטשאבער רבי?
היסטאריע קען מען נישט פארדרייען..
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

היסטאריקער האט געשריבן:שטילע, פון כוכב׳ס שרייבן דא זעט נישט אויס אז ער האט ליב סאטמערער רבי

בד״ו וועלעכע סאטמערער רבי?



וועלכער סאטמארער רבי'ן גלייך איך נישט?
וואס דער עולם ווייסט נאר נישט דא זאכן.
יעקב מענטש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1127
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 876 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 935 מאל

שליחה דורך יעקב מענטש »

אנביליעוועבל.

איך געדענק נאך יואלי גאלד פון חדר, געווען א ראציג אינגעל, ונשמע קןלו בבואו דורך זיינע אייזערנע טעפס, הויזן טראגער וואס האט געהאלטן אין פלאץ נישט נאר די הויזן, נאר אפי' די העמד וואס פלעגט כסדר פארברענגען אינדרויסן פון די הויזן, זיינע ארבל פלעגט זיין קאנווערטיבל צו א טישו בעת צר, און די וואס האבן נאר איינמאל געכאפט א שמועס מיט אים האבן זוכה געווען צו אביסל פליסיקייט מפה קאָטשו, זיין מאמע פלעגט נאר שיקן 'פרומע נאש' פאר ריסעס ווי למשל מאנדלען, א פלוים, און אמאל אמאל פרעצעלס אויך, בקיצור געווען ממש בבירא עמיקתא. פרייעט מיר שטארק צו זעהן ווי הויעך ער האט שוין דערגרייכט אויפן לייטער פון סוקסעס.
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

אוי, רעד נישט פון די פרומע נאש טראמא, אדער די יונגל וואס האט נאר געברענגט טשעקס אין חדר, אדער קיינמאל געהאט א נייע עוז והדר נאר א צעריבענע אלטע גמרא פון א ברודער.
ברענגסט מיר ארויף קאשמארן.
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: זכות אייך ק"ש, געטראפן די גביר כוכב

שליחה דורך קל וחומר »

איך קען א אינגערמאן וואס די רץ לויפט אים נאכאלץ אין מויל אריין און איז הויעך אויפן לייטער.
יעקב מענטש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1127
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 876 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 935 מאל

שליחה דורך יעקב מענטש »

קל וחומר האט געשריבן:איך קען א אינגערמאן וואס די רץ לויפט אים נאכאלץ אין מויל אריין און איז הויעך אויפן לייטער.

וואס ? דו האסט אויך אפגעשטאט א באזוך ביי כוכב'ן ?
פארשפארט