משיחיות של הרבי מליובאוויטש
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 278
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 17, 2013 12:08 am
- האט שוין געלייקט: 17 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 270 מאל
משיחיות של הרבי מליובאוויטש
איך וויל דא עפענען א נושא, איבער די משיחיזם פון דער ליובאוויטשער רבי שליט"א, נבג"ם, נפג"ם, נ"ע, מלך המשיח און ווי אזוי דו ווילסט אים נאר אנגרופן. אינטערעסאנט אז קיינער האט נאכנישט געטאן דערין דא אין קאווע שטיבל.
דאס איז קיין ספק נישט, אז דער ליובאוויטשער רבי האט געוואלט זיין משיח, ער האט געגלויבט אין זיך און זיך געהאלטן פאר א שטיקל משיח, מער אדער ווייניגער, באופן זו או אחרת. דאס איז אויך זיכער, אז אפילו די נארמאלע ליובאוויטשער, די נישט משיחיסטן האלטן אויך אז דער רבי איז געווען בחזקת משיח, נאר זיי האלטן דאס בסוד און זענען דאס נישט מפרסם, כפי הוראת הרבי שליט"א. די שאלה איז נאר ווי אזוי עס האט זיך אויפגעבויעט, דער איז דאך געווען א קלוגער געלערנטער מענטש, אפילו א שטודירטער, ווי אזוי איז אים די משוגעת אריין אין קאפ? - ווי אזוי האט זיך אנטוויקלט במשך די יארן, און וואס פונקטליך איז דא פארגעקומען?
איך מוז שוין גיין, וועל איך זיך דא אפשטעלן, אבער דער עולם קען ווייטער דעבאטירן אין דעם נושא, לאורך ולרוחב ולעומק.

- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
וויפיל הנחות און דעמאגאגיע! און דאס איז נאר פאר'ן אנהויבען ארומשמועס'ן!
דער רבי האט קיינמאל געזאגט עפעס אויף זיך אז ער איז משיח, ער האט קיינמאל נישט אזוי געגלויבט. נערישע מענטשען האבען אזוי געוואלט זיך אויפבויען דורכ'ן ערקלערען אז מיין רבי איז משיח. אזוי בין איך אויך א זאך. דער היפך פון ביטול הישות.
זייער לאקשען תורה אין רמב"ם ווייסט דאך יעדער און ס'פעלט נישט אויס ארומצושמועסען. ווען זיי וואלטען געלערנט דער רמב"ם אמת'דיג, וואלטען זיי פיהל גיכער ארויפגעלייגט דער טיטל משיח אויף הרב עובדיה יוסף, וואס רבים השיב מעון כפשוטו, נישט דורך א.ג. שלוחים וכדו'.

The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
האסט געזען דער ווידיאו? דער עולם האט געזינגען א ניגון, און מאנכע האבען צוגעליגט די ווערטער, און ער האט געקלאטשט. ווען מ'גלויבט אז דער רעבע איז א קול יכול, מוז מען גלויבען אז אט די שטימע האט ער אויך געהערט. איך טראג נישט אזעלכע דאגות.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- mevakesh
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1000
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
- האט שוין געלייקט: 687 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל
Re: משיחיות של הרבי מליובאוויטש
בת קול האט געשריבן:איז נישט אמת אז די חסידים האבן געזינגען- דער רבי איז משיח... און ער האט געהאקט/געפאטשט מיט די הענט?
ווען ער איז געווען געזונט האט ער עס קיינמאל נישט צוגעלאזט איינמאל ווען ער איז שוין געווען קראנק אין די לעצטע יאר האט מען איהם ארויסגעברענגט אויפן פארטש און מען האט אנגעהויבען זינגען יחי און ער האט מחזק געווען מיט די הענט
- ירח בן יומו
- ידיד ותיק
- הודעות: 792
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 11:15 pm
- האט שוין געלייקט: 834 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 700 מאל
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2056
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
- האט שוין געלייקט: 2815 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל
Re: משיחיות של הרבי מליובאוויטש
ער איז געווען א מושלם אין אלע הינזיכטן, און איז געווען פון די שטארקסטע טוה'ער פאר אידישקייט אין לויף פון די אידישע היסטאריע.
עכ"פ מ'קען פארשטיין פארוואס מענטשן האבן ענדערש געטראכט אויף אים אלס משיח ווי אויף לדוגמה רב שך.
עכ"פ מ'קען פארשטיין פארוואס מענטשן האבן ענדערש געטראכט אויף אים אלס משיח ווי אויף לדוגמה רב שך.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 278
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 17, 2013 12:08 am
- האט שוין געלייקט: 17 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 270 מאל
אוי לוטוואק לוטוואק, דו האסט א שוואכקייט שטענדיג אריינצורעדן אין ענינים וואו דו האסט נישט קיין שום מושג און בקיאות. אזוי האסטו געטאן מיטן לעווער אשכול, וואס האט זיך לכבודך אפגעשפארט און אין דעם סקווירא אשכול און איבעראל וואס האט מיט חסידים, וואו אלע האבן געזען אז דו פארשטייסט בכלל נישט צו די נקודה און דו האסט נישט ארויס די גאנצע נושא, און יעצט טוסטו דאס זעלבע מיטן חב"ד אשכול.
דער רבי האט קיינמאל נישט מרמז געווען אויף זיך משיחיות? - טאקע נישט? - ער האט נישט געהאלטן אזוי אויף זיך? - טוה מיר א טובה.
פון מיין זייט קען זיך די אשכול אפשפארן, איך האב געוואלט אריינגיין באריכות, אבער אז לוטוואק הויבט אן מיט דעם דאזיגן דירעקציע, זעה איך שוין ווי עס וועט אנקומען.
קעיס קלאזט!

- בת קול
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1421
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 2:34 pm
- געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
- האט שוין געלייקט: 1427 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1672 מאל
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:האסט געזען דער ווידיאו? דער עולם האט געזינגען א ניגון, און מאנכע האבען צוגעליגט די ווערטער, און ער האט געקלאטשט. ווען מ'גלויבט אז דער רעבע איז א קול יכול, מוז מען גלויבען אז אט די שטימע האט ער אויך געהערט. איך טראג נישט אזעלכע דאגות.
עס איז דא מער ווי איין ווידיא, און עס איז דא מער ווי איין מענטש וואס האט געזינגען.
עס זענען אויך דא די וואס האבן דאס בייגעוואוינט, און קענען אליין דערציילן.
.I got voices in my head.
- בת קול
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1421
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 2:34 pm
- געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
- האט שוין געלייקט: 1427 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1672 מאל
קל וחומר האט געשריבן:ער איז געווען א מושלם אין אלע הינזיכטן, און איז געווען פון די שטארקסטע טוה'ער פאר אידישקייט אין לויף פון די אידישע היסטאריע.
עכ"פ מ'קען פארשטיין פארוואס מענטשן האבן ענדערש געטראכט אויף אים אלס משיח ווי אויף לדוגמה רב שך.
און אויך ווייל הרב שך האט דאס קיינמאל נישט מעיד געווען אויף זיך.
.I got voices in my head.
- בת קול
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1421
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 2:34 pm
- געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
- האט שוין געלייקט: 1427 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1672 מאל
לכבוד שבת קודש האט געשריבן: דאס איז אויך זיכער, אז אפילו די נארמאלע ליובאוויטשער, די נישט משיחיסטן האלטן אויך אז דער רבי איז געווען בחזקת משיח, נאר זיי האלטן דאס בסוד און זענען דאס נישט מפרסם, כפי הוראת הרבי שליט"א.
אינטערעסאנט צו באמערקן אז ווען איך רעדט צו א משיחיסט, טענה'ט זי, אז רוב, רוב האלטן ווי איר, און ווען איך רעדט צו אן אנטי- טענה'ט זי פארקערט.
וואס איז זיכער- כמעט אלע חסידים האבן אזוי געהאלטן בחייו.
.I got voices in my head.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 278
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 17, 2013 12:08 am
- האט שוין געלייקט: 17 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 270 מאל
בחייו מילא, ר' יואל כהן האט דאך אזוי פראפעגאנדירט און יעדער האט אזוי אנגענומען. אבער אפילו היינט, האלטן אזוי רוב חבד'סקער, אפילו נישט פון די משיחי'סטן, אפילו ר' יואל אליין האלט אז דער רבי איז בחזקת משיח. עס איז נאר פאראן א הוראה פונעם רבי'ן אז מען זאל דאס נישט מפרסם זיין און מאכן אן עסק דערפון ברבים. די נארמאלע חבד'סקער האלטן אז דער רבי איז טאקע משיח, אבער עס ברענגט גארנישט עוסק צו זיין אין דעם רבי'נס משיחיזם, און דאס זענען בלויז דברים טפלים, אנשטאט דעם דארף מען עוסק זיין אין קירוב רחוקים און אין אנדערע מבצעים, אנשטאט מאכן א טראסק פונעם רבי'ן אלס משיח.
דאס איז די גאנצע חילוק צווישן די צוויי פראקציעס.
דאס איז די גאנצע חילוק צווישן די צוויי פראקציעס.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 278
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 17, 2013 12:08 am
- האט שוין געלייקט: 17 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 270 מאל
אומגלויבליך די מאס טיפשות און איגנאראנץ פון געוויסע אין דעם אשכול. לכבוד שב"ק, כ'מיין אז דו זאלסט טאקע גונז זיין די אשכול.
האסטו כאטש דורכגעטון איין ספר פון משיח'יסטן אדער פון די נארמאלע מעינסטרים? ווייל דיין ארויס'פסק'ענען פון ארבל מיט א פשטות וואס דער רבי האט געהאלטן, און וואס זיינע נארמאלע חסידים האלטן היינט, צייגט אויף אסאך אסאך ידיעה אין ווי ווייט אי-ידיעה קען דערגרייכן.
האסטו כאטש דורכגעטון איין ספר פון משיח'יסטן אדער פון די נארמאלע מעינסטרים? ווייל דיין ארויס'פסק'ענען פון ארבל מיט א פשטות וואס דער רבי האט געהאלטן, און וואס זיינע נארמאלע חסידים האלטן היינט, צייגט אויף אסאך אסאך ידיעה אין ווי ווייט אי-ידיעה קען דערגרייכן.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 278
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 17, 2013 12:08 am
- האט שוין געלייקט: 17 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 270 מאל
איך וויל נישט אריינגיין אין דעם שמועס, ווילאנג ליטוואק נעמט אנטייל, פאר דיר שש האב איך דרך-ארץ. עס איז ברור פון כמה וכמה שיחות אז דער רבי האט אזוי געהאלטן, אבער איך ציה צוריק פון מיין עפענען דעם אשכול, איך וועל נישט אריינרעדן דערין.
בלויז איין זאך יא: וויבאלד איך האב אפגעהאלטן א שמועס מיט א חבדניק (פון די א.ג. נארמאלע) איבער דער נושא, וויל איך עס אהערברענגען. די שמועס איז אבער אויף עברית און איך האלט עס אינמיטן איבערזעצן אויף אידיש, לתועלת הקוראים פה. ובזה אני מושך את ידי.

כ'בין ממש לעצטנס געווען אין 770, צוזאמען מיט נאך א חשוב'ע ניק פון ק"ש [[tag]רויטע וואנצעס[/tag], כ'מעג ארויסגעבן אז ס'דיר?...], און מ'האמיר ארומגעשמועסט מיט אסאך חברה דארט, צו כאפן די נקודה [מ'דארף אביסל חוצפה צו פרעגן שארפע פראגעס, טשעלענדזשינג די רבי אליינס, אין בית רבינו שבבבל. אבער אדנירם איז ל"ע א שטיקל חצוף]. ס'איז סאך מער קאמפליצירט ווי מ'מיינט פון אינדרויסן.
אולי יבוא יומו, צו געבן א שטיקל באריכט איבער 'א שפאציר אין 770, א שמועס מיט חסידים ואנשי מעשה'.
אה, און אגב, כ'האב א פעטער א חב"ד'סקער. א געווארענער.
אולי יבוא יומו, צו געבן א שטיקל באריכט איבער 'א שפאציר אין 770, א שמועס מיט חסידים ואנשי מעשה'.
אה, און אגב, כ'האב א פעטער א חב"ד'סקער. א געווארענער.
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: משיחיות של הרבי מליובאוויטש
איך פרעג נישט אז הרב שך זאל זיין משיח, כפי דער סולם ערכים פון חב"ד. איך פרעג אז לשיטתם זאל הרב עובדיה יוסף זיין משיח. דער ליובאוויטשער רבי האט קיין איין בעל תשובה געמאכט, קיינער נישט 'השיב מעון', זאגאר נישט רבים. נאר גע'שיקט' אנדערע צו טוהן. הרב עובדיה האט אליינס געטוהן בגופו, ער זאל זיין משיח
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
[justify]מיר דארפן זיך ברעכן קאפ צו ערקלערן סאטמאר'ס פאקטן איבער דער ליובאביטשער רבי? ווער עס נעמט דער טעמע דא ערענסט ווייסט נישט א טראפ איבער ליובאביטש און די רבי. די רבי (ווען ער איז געווען בדעתו) האט קיינמאל מעודד געווען משיחיזם נישט בעקיפין און נישט בשעת'ן זינגן. אדרבא ער האט געהייסן אויפהערן מיט די משיח קאמפיין עטליכע מאל. די שאלה וואס וואלט יא געווען אינטערעסאנט אדורך צו טון איז וואס האט געברענגט אז זיינע חסידים זאלן אים קרוינען אלץ משיח, סיי בחייו און ביי טייל אפילו אחר מותו. עס איז א לענגערע שמועס, יוסף טלושקין טוט עס אביסל אדורך אין זיין ביאגראפיע איבער דער רבי.
.[/justify]
.[/justify]
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
- וואלווי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3762
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
- האט שוין געלייקט: 5604 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל
mevakesh האט געשריבן:בת קול האט געשריבן:איז נישט אמת אז די חסידים האבן געזינגען- דער רבי איז משיח... און ער האט געהאקט/געפאטשט מיט די הענט?
ווען ער איז געווען געזונט האט ער עס קיינמאל נישט צוגעלאזט איינמאל ווען ער איז שוין געווען קראנק אין די לעצטע יאר האט מען איהם ארויסגעברענגט אויפן פארטש און מען האט אנגעהויבען זינגען יחי און ער האט מחזק געווען מיט די הענט
וואס מיינט ער האט קיינמאל נישט צוגעלאזט? האט ער דען מוחה געווען?
דרך אגב, ביי אונז אין כולל פלעג מען זאגען אז אויב די שמועס האלט שוין ביי ליובאוויטשער משיחיזם אדער די אסור'ע עירוב דעמאלסט איז צייט זיך צירוק זעצען לערנען...
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
Isaiah 32:15 -
- mevakesh
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1000
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
- האט שוין געלייקט: 687 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל
Re: משיחיות של הרבי מליובאוויטש
וואלווי האט געשריבן:mevakesh האט געשריבן:בת קול האט געשריבן:איז נישט אמת אז די חסידים האבן געזינגען- דער רבי איז משיח... און ער האט געהאקט/געפאטשט מיט די הענט?
ווען ער איז געווען געזונט האט ער עס קיינמאל נישט צוגעלאזט איינמאל ווען ער איז שוין געווען קראנק אין די לעצטע יאר האט מען איהם ארויסגעברענגט אויפן פארטש און מען האט אנגעהויבען זינגען יחי און ער האט מחזק געווען מיט די הענט
וואס מיינט ער האט קיינמאל נישט צוגעלאזט? האט ער דען מוחה געווען?
דרך אגב, ביי אונז אין כולל פלעג מען זאגען אז אויב די שמועס האלט שוין ביי ליובאוויטשער משיחיזם אדער די אסור'ע עירוב דעמאלסט איז צייט זיך צירוק זעצען לערנען...
דאכטס זיך ער האט מוחה געווען
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 379
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 03, 2013 10:55 pm
- האט שוין געלייקט: 28 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 59 מאל
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך פרעג נישט אז הרב שך זאל זיין משיח, כפי דער סולם ערכים פון חב"ד. איך פרעג אז לשיטתם זאל הרב עובדיה יוסף זיין משיח. דער ליובאוויטשער רבי האט קיין איין בעל תשובה געמאכט, קיינער נישט 'השיב מעון', זאגאר נישט רבים. נאר גע'שיקט' אנדערע צו טוהן. הרב עובדיה האט אליינס געטוהן בגופו, ער זאל זיין משיח
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
איך פארשטיי נישט. וואס מיינט בביאת משיח צידקינו ומלכינו בראשינו. וואס יעדע חסידות באניצט זיך מיט?
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
ברוך שאמר האט געשריבן:ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך פרעג נישט אז הרב שך זאל זיין משיח, כפי דער סולם ערכים פון חב"ד. איך פרעג אז לשיטתם זאל הרב עובדיה יוסף זיין משיח. דער ליובאוויטשער רבי האט קיין איין בעל תשובה געמאכט, קיינער נישט 'השיב מעון', זאגאר נישט רבים. נאר גע'שיקט' אנדערע צו טוהן. הרב עובדיה האט אליינס געטוהן בגופו, ער זאל זיין משיח
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
איך פארשטיי נישט. וואס מיינט בביאת משיח צידקינו ומלכינו בראשינו. וואס יעדע חסידות באניצט זיך מיט?
יעצט בין איך דער עקספערט אויף פוסטע חסידישע לאזונגען?
וואס האט דאס מיט מיין תגובה?
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא