מאיר הערש האט געשריבן:איך ווייס נישט וועלכע ריסורטש דו האסט געמאכט אבער די פאקטן ווייזן אנדערש. רוב פון זיי זענען אלעס אבער נישט גליקליך. א ראיה זעט מען פון די פיל סאו'עסיידערס. אז אזוי פיל פון זיי נעמען זיך זייער לעבן איז דער גרעסטע ראיה אז זייער לעבן איז פוסט און לעהר און זיי זענען דיסעפוינטעט פון זייער מצב און זיי זעען אז זיי האבן נישט דערגרייכט זייער ציל און זעען נישט די עקספעקטעישנס וואס זיי האבן זיך פארגעשטעלט און מען האט זיי איינגערעדט ווען זיי זענען געווען גרייט צו מאכן די טויש אין זייער לעבן-שטייגער.
עפעס זאגסטו, אבער די הנחה קומט פאר ווי איינער זאל זאגן אז קענסער (ה"י) קומט פון קימא-טערעפי צו תשובה טוען מאכט בעלי עבירות, והא ראיה אז די אלע וואס נעמען קימא-טערעפי האבן קענסער און אלע בעלי תשובות האבן געטון עבירות...
דער משל איז מובן. אסאך פון די חברה (ווייט נישט אלע) זענען אנטלאפן ווייל דאס לעבן איז נישט גוט געגאנגן דאהי. אסאך זענען ליידער געווען וויקטימס פון אביוז (למיניהם), געוויסע האסן געהאט פארשידענע שוועריגקייטן אויף וואס די משנה באציט זיך מיט "אל תדון". אלזא, ווען זיי האבן באשלאסן צו זיכען א נייע לעבנ'ס-שטייגער, מיינט נישט אז אלע פראבלעמען גייען אוועק (אפילו ס'האט זיי געדאכט פאר דעם אז יא). אבער א ניכטערע בליק ווייזט אז נישט דער יונג איז ווייטער א אומצופרידענער און "כ'זעה שוין וואספארא כאראקטער דער פארשוין האט", נאר דער מענטש קען נעבעך נישט אנטלויפן פון זיינע פראבלעמען. א רחמנות געפיהל דארף ארומנעמען (אפגעזעהן פון די אל תתחבר לרשעים) איינזעהענדיג אז ער איז נעבעך איינגעזינקען אין פּיין און לייד און יעצט קען מען (אז מ'וויל) פארשטיין זיין נער'ישע פארלאזן דעם בוכה"ע.
(דער אמת איז אז איעדער לעבט מיט א פעקל, נאר דער זעלבער קלאפ טוט איינעם ווי מער ווי פארן צווייטן. אבער מ'טאר נישט קוקן אויפן קלאפ נאר אויף די ווייטאג. איך זאג דאס צו פארענטפערן אוצרות מיט פאַלאַסיס )
מאיר הערש האט געשריבן:א סך זענען אויך העכסט צעבראכן אז זיי זענען קרח מכאן ומכאן, זיי זענען געבליבן לעקיש פון דא און דארט, זיי האבן פארלוירן ביידע וועלטן – זיי האבן נישט די משפחה, נישט די חברים/חברט'עס און נישט די סביבה און אויך די נייע סביבה וואו זיי האבן געוואלט זיך איינגלידערן פילן זיי זיך אויך זייער אומבארקוועם. דאס היימישקייט וואס זיי האבן א מאל געהאט און געפילט, האבן זיי אויך נישט און אין זייערע פנימיות לעכטצן זיי נאך דעם ווי א דארשטיגע נאך א קאלטע טראפן וואסער. דאס איז א פאקט. און זיי גיין זיך און דיר נאך אריינרעדן אז זיי האבן ביידע וועלטן און טאנצן אויף ביידע חתונות מיט א מאל און זענען די גליקליכסטע אויף דער וועלט. אפשר ביסטו אזוי גאליבל און קעסט ווערן אייגערדעט אבער רוב מענטשן זעען די פאקטן און ווייסן דעם אמת.
די צינישע ווערטער האט אסאך חוצפה און רשעות אין זיך! (איך מיין בכלל נישט [tag]מאיר הערש[/tag] וואס זאגט נאר נאך וואס מ'האט אלע אונז אויסגעלערנט צו טראכטן און זאגן.)
קודם באנעמען מיר זיך מיט די או.טי.די. מיט אפשיי ווי מיר האבן זיך קיינמאל געקענט אדער טערארעזירן מיר זיי כאילו זיי האבן געטראגן מיט עירוב, און נאכדעם רייצן מיר זיך מיט זיי אז זיי זענען אויסגעשפילט?! סדום האט נישט געקענט קאמפאזירן אזא קראנקע מענטאליטעט!
לאמיר זעהן א טויש, נאך היינט! לאמיר זעהן ווי אונזער "תחתונים למעלה" קאמיוניטי זאל זיך נעמען מקרב זיין די אט"ד חברה (עד שיעור אל תתחבר לרשעים אדער חיזוק ידי עוברי עבירה, פארשטייט זיך). ליידן אים איין צום שבת טיש (פארשטייט זיך אז ער דארף זיך אויפפירן ווי עס פאסט), און דערמאן אים מיט ווארעמקייט וואס ער פארפאסט.
דערנאך, אויב ער איז מקורב, און לעבט זיין פורק-עול לעבן און איז נישט צופרידן, פרעג אים וואס ס'דריקט אים אויפן הארץ, און - ווען דו זעהסט אז די ליידיגקייט פון אידישקייט איז געווען די פראבלעם, וועסטו קומען פארציילן דיין געפינס.
(אויב האט איר נישט קיין הנאה און עס האט אייך נישט געקאסט קיין שמייכל, לייק נישט, וחילופיהם בחכם.)