דער אמעריקאנער רעטער, אדער זעלבסט רעטער?

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל

דער אמעריקאנער רעטער, אדער זעלבסט רעטער?

שליחה דורך פרייוויליג »

בילד

[justify]אין דרייסיג יאר ארום וועט מען באצייכענען 'דזשעימס קאמי' אלס דער מענטש וואס האט געראטעוועט אמעריקע פון א ווארשיינדליכע פרעזידענט וואס וואלט געווען אן אויסגעשפראכענע נארסאסיסט און ראסיסט. און וואלט פארקריפעלט אמעריקע פאר לאנגע יארן. מעגליך אז דזשעימס וועט באטראכט ווערן ווי די American savior - דער מענטש וואס האט געהאט די שליסל אין די הענט פון דער אמעריקאנער עתיד.

אמעריקע איז שוין מיד און קראנק פון די אנגייענדע 'אימעיל סקאנדאל', האט בערני סענדערס זיך געאייסערט ווען מען האט אים געפרעגט ביי די דעבאטע וואס ער זאגט צו די 'אימעילגעיט'. מענטשן האבן געצויגן מיט די ברעמען, פארוואס בערני האט אויסגעוועלט צו אויסלאזן די גאלדענע געלעגענהייט צו אטאקירן קלינטאן, און ער האט זיך צוריק געהאלטן. מען קען זאגן אז ער האט דאס געטון ווייל ער האט סייווי געוויסט אז ער גייט נישט געווינען, סא פארוואס זאל ער געבן שפייז פארן מוח פון די רעפובליקאנער. אבער אין אין א מער פשוט'ע סברה, האט ער דאס איגנארירט ווייל 'עס קריכט שוין טאקע פון די נאז'. און צוליב זיין שטארקע כאראקטער האט ער געזאגט וואס עס ליגט אים באמת אויפן הארץ.

נעכטן האט אמעריקע מיטגעהאלטן וויאזוי דזשעימס קאמי, דער הויעך ראנגיקער שלאנגיקע שטאטסמאן, דער הויפט דירעקטער פון די FBI האט געגעבן א רעדע, וואו ער האט געברענגט אן ענדע צו די לאנג פארצויגענע אישו פון אימעילגעיט. דזשעימס האט צווישן אנדערע געזאגט: הילערי איז געווען שרעקליך פארנאכלעסיגט מיטן נוצן א פריוואטע סערווער, אבער זיין אויספיר איז געווען, אז קיין איין נארמאלע פראסעקיוטער וואלט נישט געקענט נעמען די קעיס ערנסט, אדער וואלט געגעבן א קרימאנאלע רעקאמאנדאציע. דערמיט האט זיך די קעיס געשלאסן, און די DOJ האט שוין געזאגט אז די פייל איז גענצליך פארשלאסן געווארן.

פארשטייט זיך עס איז געווארן א מהומה גדולה איבער די לאנד, רעפובליקאנער פארפירן, שעלטן, און ברויזן. און האבן היינט גערופן דזשעימס צו טעסטיפייען אין קאנגרעס איבער זיין באשלוס נישט אנצוקלאגן הילערי קלינטאן. מען קען דעבאטירן נעכט, וואכן און חדשים צו קלינטאן איז יא גערעכט אדער נישט גערעכט, אדער אויב זי איז יא אן אמת'ער מענטש אדער נישט אן אמת'ער מענטש. די קאנגרעסלייט האבן געגרילט דזשעימס מיט בייסיגע היציגע פראגן, און דזשעימס איז געזיצן מיט א גראדע שטייפע ריקן, און קורץ אויסגערעכנט זיינע שארפע ענטפערס. יעדער ענטפער איז געווען אויסגערעכנט אז עס זאל נישט אנצינדן א צווייטער טעאריע. מען האט אים געגעבן הייפעטעריקעל טעאריעס, און אים דערגריטשעט עד חדרי בטן פארוואס ער האט געלאזט הילערי גיין פריי.

איינס פון די שטערקסטע קשיות וואס מען האט געהאט אויף דזשעימס איז געווען די פאקט אז עס הערשט א געפערליכע נעפל איבער די רעזולטאטן. אין זיין סטעימענט האט דזשעימס געזאגט, אז הילערי איז געווען פארנאכלעסיגט אבער אעפ"כ וועט ער איר נישט אנקלאגן, אתמהה? האיך יתקיימו שניהם? דזשעימיס שטערקסע סברה איז געווען, אז ווען מען באטראכט א קעיס קוקט מען נישט נאר איבער די עצם אקט, נאר אויך וואס יענעמ'ס מאטיוון זענען געווען, און דאס נעמט אריין, אויב יענער איז געווען אומוויסענד אא"וו. סא אפילו קלינטאן איז באגאנגען א פעלער, דארף מען אפשאצן ווי שטארק שולדיג זי איז געווען. צווישן אנדערע האט ער געזאגט: עס זעט אויס אז זי איז נישט געווען באהאווענט איבער די טעכניקס, למשל וואס איז קלאסיפירט אא"וו. יעצט, אונז וועלן איבערלאזן די שמיעס ביי די נקודה, און מיר וועלן לאזן די רעפובליקאנער קאנגרעסלייט זיך רייסן ביי די קעפ. וואס בדרך אגב, רוב רידעריי איבער די טעמע איז נישט אזוי ווייט איבער די פעלער, נאר נקמה צו נעמען אין די דעמאקראטן, איבערהויפט ווען עס איז אן עלעקשען יאר. די גאנצע אישו איז 90% פאליטיק און 10% ערנסקייט.

די צווייטער גרעסטע טענה אויף דזשעימס איז געווען ווי אביעקטיוו ער איז געווען. דזשעימס האט זיך געאייסערט, אז די באשלוס איז געווען ריין פון עני פאליטיקס אדער סייוואספארע פרעשור פון אינדרויסן. אבער נאך אלעמען בלייבן די קשיות אומפארענטפערט, און מען קען נישט פארשטיין וויאזוי דזשעימס האט איר געלאזט פריי, אנערקענעדיג די פאקט איז זי האט געטון פעלערס.

איז דזשעימס געווען אביעקטיוו? איז מעגליך אפילו געווען פאר דזשעימס צו זיין אביעקטיוו? האט דזשעימס אפילו געהאט א ברירה איר אנצוקלאגן? איז דען מעגליך פאר א מענטש אויסצושליסן אזויפיל וויכטיגע פאקטן וואס נעמען ארום דעם מענטש, און אים באהאנדלען אינדעפענדענט? איז דזשעימס געווען ריין פון יעדער שמץ של פאליטיק?

דזשעימס זיצט ביים פייל פון איינס פון די מאכטפולסטע מענטשן אין דער וועלט. א פערסט לעדי, א סענעטער, א לעגענדארער סעקרעטערי אוו סטעיט, און א מעידזשער פארטי נאמעני פאר פרעזידענט פון די פאראייניגטער שטאטן, און ער האט די ברירה צו אומווארפן די מאכטפולסטע מענטש מיט איין רעדע. אדרבה, טראכט וואס וואלט פאסירט אויב ער וואלט רעקאמענדירט איר אנצוקלאגן, הילערי וואלט לכאורה פארלוירן די נאמעני, און דאס וואלט שטארק צוגעברענגט טראמפ נענטער צום פרעזידענטשאפט. יעצט, טראמפ איז פרעזידענט און מאכט א חורבן עולם, פארעדט זיך, ציט אראפ די הויזן אינמיטן א רעדע, מאכט א גרעבס אין אויער פון א דיפלאמאט. און באשליסט צו נעמען א האלבע יאר וואקאציע ביי איינער פון די טראמפ טאווערס. הקיצור, יעדער זאך וואס וואלט געשען אין די קומענדע 4 יאר וואלט געווען די רעזולטאט פון "דזשעימס". דזשעימס איז א דאנק דעם געווארן די מערסט פארהאסטע מענטש אין אמעריקע, יעדער וואלט אים געשאלטן מיט קללות נמרצות, די דעמאקראטן און די קלינטאנס וואלטן אים באצייכענט אלס די אמעריקאנער שטן.

מה לי לצרה זאת, איז דען אפילו דא א ספק אז די אלע זאכן איז נישט דורכגעלאפן אין קאפ פון דזשעימס. ווער רעדט נאך די פאקט אז שטילערהייט האט דזשעימס מעגליך פיינט טראמפ, און ער האלט אז טראמפ וואלט געווען פיל מער מסוכן ווי קלינטאן.

קלינטאן איז יא שולדיג נישט שולדיג, אבער די ברייטע מציאות ברענט אים אינטער די פיס. אויב דערשטיקט ער קלינטאן וועט ער ווערן לדראון עולם. ער וועט זיך קיינמאל נישט קענען מוחל זיין!

יעצט קומט מען צוריק, איז דען מעגליך פאר אזא מענטש צו זיין אביעקטיוו? איז דא אזא מציאות בעולם?

נישט דא וואס צו רעדן, אויב געווינט קלינטאן די פרעזידענטשאפט גייט דזשעימס באטראכט ווערן אלעס איינער פון די גרעסטע היראס. סא פאר די בלויזע פאקט אליין קען ער נישט זיין אביעקטיוו, עס איז נישט מעגליך!!

אבער מיר מוזן אויך צוקומען צו די פאקט, אז נישט נאר האט דזשעימס נישט געקענט זיין נאטורליך אביעקטיוו, נאר האט העכסט זיכער באקומען נישט נארמאלע פרעשור, אפילו נישט פיזישע פרעשור, נאר די פרעשור האט אים געפיפן אין די אויגן. בשעת'ן ליינען די פיילס, האבן אים געשווימען ריזיגע רינגען פון טראמפ'ס טוילעט שפראך, ער האט געזען הילערי זיצן אין א רעטייערטע האום ווען נעבן איר זיצט איר מאן מיטן רויטן נאז. וואס באמת גערעדט וואלט די קלאגע געגאנגען אזוי ווייט ביז די פרעזידענטס נאנסטע שטאב.

דזשעימס האט זיך געוואלט ראטעווען.
דזשעימס האט געוואלט ראטעווען אמעריקע.
דזשעימס האט נישט געקענט באטראכטן די קעיס אביעקטיוו.
דזשעימס האט נישט געקענט שלום מאכן מיט די פאקט, אז ער איז דער מענטש וואס וואס האט אומגעברענגט די מערסט מאכטפולסטע מענטש אין דער וועלט, וואס קען האבן טיפע שרעקעדיגע נאכווייען.[/justify]
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום פרייוויליג, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
חייקל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 25
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 30, 2016 12:01 am
האט שוין געלייקט: 16 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14 מאל

Re: דער אמעריקאנער רעטער, אדער זעלבסט רעטער?

שליחה דורך חייקל »

איך האב פארשטאנען אז קאמי וואלט בעצם יא פארטיידיגט היללערי , נאר ער האט נישט געוואלט נעמען די אחריות פון די outcome און reaction פון די אמעריקאנע פאלק, האט ער מחליט געווען עס פארצולייגען אויף אזא וועג אז היללערי איז באגאנגען אן עולה נאר ער וויל נישט הייסען פארטיידיגען, זאל די פאלק מחליט זיין אז אויב זיי האלטען אז היללערי דארף פארטיידיגט ווערן זאלן זיי איהר נישט עלעקטען און דעמאלסט וועט די ניי פרעזידענט, זאל עס זיין טראמפ צו אן אנדערער GOP קאנדידאט, טוהן וויאזוי ער פארשטייט. (מיין השערה... און בכלל איז זייער שווער אסאך מאל צו דערגיין קאמי'ס חשבונות - קוק נאך זיין פראפייל)
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

פרייוויליג: דו פארבסט צו שטארק א שווארצע סצענאריא איבער טראמפ'ס פרעדידענטשאפט. אמעריקע וועט נישט חרוב ווערן אויב טראמפ ווערט פרעזידענט. און אמעריקע וועט אויכעט נישט זיין דער גן עדן התחתון (יוטאפיע) ווען קלינטאן וועט זיין פרעזידענט. דאס איז אלעס נארמאלע אמעריקאנער פאליטיק. עולם כמנהגו נוהג.
איך געדענק מיט ארום 8 יאר צוריק, ווען אבאמא איז געווארן פרעזידענט, האט מען געזאגט אז יעצט, ווען דער אראבער/מוסלים/קאמוניסט אבאמא איז פרעזידענט גייט אמעריקע חרוב ווערן. און מענטשן וועלן שטיין אין די גאסן אין לאנגע שורות און בעטן א ביסל עסן. און ער וועט (ח"ו/ב"ה/אי"ה) לאזן די אראבער חרוב מאכן מדינת ישראל...! דערווייל. וואס איז געווארן. די אמעריקאנער עקאנאמיע פארט ב"ה גאנץ גוט. א גרויסער טייל דורך זיין השתדלות און טאלאנט. שטייצעך מיט די הילף פון זיינע יועצים. און ער האט נישט באקומען אפילו איין פראצענט קרעדיט פאר דעם. אויב א מענטש וויל גלייבן אלעס וואס מ'הערט אויף די טאק שאוס, קענמען טראכטן אז ער איז פשוט א קרימינאל וועלכער באלאנגט אין דזשעיל. די זעלבע איז געווען ביי דזשארזש דאבליו. בוש. אויך ביי קלינטאן. ס'איז טאקע געווען א נאאיווע פרוי וועלכע האט אמאל באגעגנט פרעזידענט קלינטאן אינדערפריה ווען ר'איז געגאנגען דזשאאגינג. און, גלייבנדיג אלעס וואס מ'האט צוזאמגערעדט אויף איהם האט זי זיך גענומען שרייען אויף איהם אז ער איז א קרימינאל, א מערדער, א רוצח. און ער באלאנגט אין דזשעיל. די סיקרעט סערוויס שומרים האבן זי ארעסטירט. און מ'האט זי געשיקט פאר א פסיכיאטרישע טשעק-אפ.
דער איינציגער ..."מענטש"... וועלכער וואלט חרוב געמאכט אמעריקע איז בערני סענדערס, ווייל ער איז אן אמת'דיגע אידעאלאג. און א זעלבסט-האסנ'דער איד...!
חייקל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 25
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 30, 2016 12:01 am
האט שוין געלייקט: 16 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14 מאל

Re: דער אמעריקאנער רעטער, אדער זעלבסט רעטער?

שליחה דורך חייקל »

בערל, א בעל עגלה מיט א גוטע הבנה...
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל

שליחה דורך פרייוויליג »

berlbalaguleh האט געשריבן:פרייוויליג: דו פארבסט צו שטארק א שווארצע סצענאריא איבער טראמפ'ס פרעדידענטשאפט. אמעריקע וועט נישט חרוב ווערן אויב טראמפ ווערט פרעזידענט. און אמעריקע וועט אויכעט נישט זיין דער גן עדן התחתון (יוטאפיע) ווען קלינטאן וועט זיין פרעזידענט. דאס איז אלעס נארמאלע אמעריקאנער פאליטיק. עולם כמנהגו נוהג.
איך געדענק מיט ארום 8 יאר צוריק, ווען אבאמא איז געווארן פרעזידענט, האט מען געזאגט אז יעצט, ווען דער אראבער/מוסלים/קאמוניסט אבאמא איז פרעזידענט גייט אמעריקע חרוב ווערן. און מענטשן וועלן שטיין אין די גאסן אין לאנגע שורות און בעטן א ביסל עסן. און ער וועט (ח"ו/ב"ה/אי"ה) לאזן די אראבער חרוב מאכן מדינת ישראל...! דערווייל. וואס איז געווארן. די אמעריקאנער עקאנאמיע פארט ב"ה גאנץ גוט. א גרויסער טייל דורך זיין השתדלות און טאלאנט. שטייצעך מיט די הילף פון זיינע יועצים. און ער האט נישט באקומען אפילו איין פראצענט קרעדיט פאר דעם. אויב א מענטש וויל גלייבן אלעס וואס מ'הערט אויף די טאק שאוס, קענמען טראכטן אז ער איז פשוט א קרימינאל וועלכער באלאנגט אין דזשעיל. די זעלבע איז געווען ביי דזשארזש דאבליו. בוש. אויך ביי קלינטאן. ס'איז טאקע געווען א נאאיווע פרוי וועלכע האט אמאל באגעגנט פרעזידענט קלינטאן אינדערפריה ווען ר'איז געגאנגען דזשאאגינג. און, גלייבנדיג אלעס וואס מ'האט צוזאמגערעדט אויף איהם האט זי זיך גענומען שרייען אויף איהם אז ער איז א קרימינאל, א מערדער, א רוצח. און ער באלאנגט אין דזשעיל. די סיקרעט סערוויס שומרים האבן זי ארעסטירט. און מ'האט זי געשיקט פאר א פסיכיאטרישע טשעק-אפ.
דער איינציגער ..."מענטש"... וועלכער וואלט חרוב געמאכט אמעריקע איז בערני סענדערס, ווייל ער איז אן אמת'דיגע אידעאלאג. און א זעלבסט-האסנ'דער איד...!

מיין נקודה איז נישט געווען אזוי ווייט ווי 'דער שרעק פון טראמפ' ווי דער 'אומזיכערקייט פון די עתיד'. די אומזיכערקייט אומצעווארפן א מאכטפולער מענטש, די אומזיכערקייט איבער די קאנסקעווענצן, די אומזיכערקייט פון מה יולד יום, די טויזענט טאן שווערע אויפגאבע פון אומברענגן א מענטש פאר בלויזע ספיקות פון מיסברויכן. ווי ער האט אליין געזאגט איז די שווערסטע אויפגאבע צו סקענען דעם מענטש איבער זיין awareness בשעת'ן באגיין די פארברעכן.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

שווער צו זאגן וואס וואלט געווען ווען מען קלאגט יא אן מרת קלינטאן. מסתמא וואלט בערני איבערגענומען איר פאזיציע. נישט מוכרח אז טראמפ וואלט געבליבן די איינציגע אפציע פאר פרעזידענט. כ'טראכט נאר.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל

שליחה דורך פרייוויליג »

שמעקעדיג האט געשריבן:שווער צו זאגן וואס וואלט געווען ווען מען קלאגט יא אן מרת קלינטאן. מסתמא וואלט בערני איבערגענומען איר פאזיציע. נישט מוכרח אז טראמפ וואלט געבליבן די איינציגע אפציע פאר פרעזידענט. כ'טראכט נאר.

בערני וואלט קיינמאל נישט איבערגענומען קלינטאן, מען שרייט דאס א גאנצע צייט אז אפילו קלינטאן וואלט ארויסגעפאלן וואלט מען זיך נישט געוואנדן צו בערני'ן.
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל

שליחה דורך פרייוויליג »

'ער האט מזל ווי קלינטאן' דאס גייט אריינגיין אין דיקשענערי פון די אויסדריקן אין 21 סענטרי.

נישט נארמאל ווי די פאליציי שיסעריי אין טעקסעס האט ממש פארשאטענט די אימעיל סקאנדאל. אינמיטן די שארפסטע ליין פון די שערוריה איז געקומען א שיסעריי גענוג אפצושוואכן די סקאנדאל פאר וואכן לאנג..
פארשפארט