מוצאי ג' תמוז תשע"ו
אן אלטער יונגערמאן.
א ברייטער פאנאטיק.
אן אפגעשליסענער מסודר.
א פרייליכער מרה-שחורה'ניק.
א פארגעשריטענער חניוק.
א ברייט-ביינערדיגער סגפן.
א צופרידענער אומצופרידענער.
כ'האב דיר נישט געקענט – כ'וועל דיר נישט פארגעסן.
אוי רבי!...
-----------
וויאזוי איז מען צופרידען אומצופרידענערהייט?
אפלטון דערציילט איבער א ויכוח וואס זיין רבי סאקראטעס האט געהאט מיט איינעם 'מענא' איבער דעם אפטייטש פון Virtue.
בתוך הדברים:
סאקראטעס: ... דו זאגסט אז די מעגליכקייט צו עררייכען 'גוטע זאכן' איז Virtue?
מענא: יא.
סאקראטעס: און מיט 'גוטע זאכן' מיינסטו, למשל, געזונט און רייכטום?
מענא: יא, און אויך איינצושאפן גאלד און זילבער, אויך כבוד און שטעלעס אין די שטאט.
סאקראטעס: מיט 'גוטע זאכן' מיינסטו נישט אנדערע גוטע זאכן ווי דאס?
מענא: ניין, אבער איך מיין אלע זאכן פון דעם סארט.
סאקראטעס: זייער גוט. לויט מענא, דער ירושה'דיגער גאסט-פריינט פון דעם גרויסן קעניג, איז Virtue דאס איינהאנדלונג פון גאלד און זילבער.
לייגסטו צו צו דעם 'איינהאנדלונג', מענא, די ווערטער 'ריכטיגערהייט' און 'פרומערהייט', אדער איז עס קיין חילוק ביי דיר אבער אפילו איינער ערלעדיגט זיך די זאכן אומריכטיגערהייט, רופסטו עס פונדעסטוועגען Virtue?
מענא: זיכער נישט, סאקראטעס.
סאקראטעס: וואלסטו עס דאן גערופן רשעות?
מענא: יא, איך וואלט.
סאקראטעס: אויב אזוי זעט אויס אז די 'עררייכונג' מוז ווערן באגלייטעט מיט 'ריכטיגקייט' 'מתינות' אדער 'פרומקייט' אדער עפעס אן אנדערער טייל פון Virtue; אויב עס איז נישט, וועט עס נישט זיין Virtue, אפילו עס שטעלט צו 'גוטע זאכן'.
מענא: וויאזוי קען דען זיין Virtue אהן די דאזיגע?
סאקראטעס: אויב אזוי, אדורכפאלן זיך צו פארזיכערן מיט גאלד און זילבער, ווען עס וועט נישט זיין ריכטיג אזוי צו טון, אדער פאר זיך אדער פאר א צווייטן, איז דען נישט די דורכפאל עס צו פארזיכערן אויך Virtue?
מענא: אזוי זעט אויס.
העי! העי! העי!... דא פארלירט ער מיר.
אויב זיך איינשאפן גוטע סחורה, כבוד און פאזיציעס, איז דער שפיץ לעבן, און מיר האבן איהן נאכגעגעבן אז דאס אלעס איז בתנאי אז מ'ערלעדיגט עס באופן כשר, נו. אבער וויאזוי איז געשעהן דער שפרינג אז ווען איך קען עס נישט באקומען באופן כשר איז דייקא דאס 'נישט' באקומען Virtue?
איך וואלט געזאגט אז אויף אזא פאל ביסטו קרח מכאן ומכאן, עס מוז עפעס זיין די מעגליכקייט אויף Virtue אין יעדן היכא תמצא אין לעבן?
----------
כ'האב לעצטענס שטארקע צדדים אז די מענטשהייט איז נישט מיט אלעמען.
שטעלט אייך פאר אז מאפיאנערן האבן איינעם פאר'סמ'ט, און אויב באקומט ער נישט אן איינשפריץ יעדע 24 שעה פון זיין לעבן איז ער א טויטער.
זומער, ווינטער, ערב פסח, מוצאי תשעה באב – נישטא קיינע מעשיות יעדן איינציגען טאג מימי חייו מוז ער גיין צו איינע פון די ספעציעלע ערטער וואס די מאפיאנערן האבן אויפגעשטעלט און באקומען זיין איינשפריץ.
איז ער א גליקליכער, אדער וועלט'ס רחמנות? וועט איהם רינען די שפייעכטס ווען ער ווארט אויפן ליין צו באקומען זיין טעגליכע איינשפריץ?
וועט ער מייחד זיין א אויסגעפוצטען מקום ביי זיך אינדערהיים וואו דער 'שפריץ' קומט פאר? וועט עס זיין די 'קאוזי' צייט פונעם טאג ווען ער מיט זיינע אומגעטליכע קינדער שפריצען זיך צוזאמען און שמועסן אזוי געמיטליך בשעת מעשה?
און מיט דעם אלעם גיסט די מענטשהייט אריין אין דעם אומגלויבליכע געלטער, קיינער שפירט זיך נישט ווי אן אומגליקליכער קריפל אז ער מוז כסדר עסן.
עס איז זייער געזונט צו האבן א כח הדמיון, אבער דאכציך אז יעדער קען זיך אוס'משל'ן א בריאה וואו מ'וואלט נישט געדארפט עסן.
יעצט שטעלט אייך פאר אז נאר איינער אין אזא בריאה וואלט יא געמוזט עסן, וואלט ער אודאי געווען דער גרעסטער רחמנות וואס איז שייך.
שטעלט זיך די פראגע: פארוואס אין די וועלט זאל ער אפשאצן זיין מצב לגבי אנדערע? פארוואס זענען אנדערע קובע צי ער איז א רחמנות?
דאס זעלביגע איז פארקערט: א פארוואונדעטער מיט איין האנט, וואס וואלט געווען ווען יעדער ווערט באשאפן מיט איין האנט?
אפיציעלע אבדזשעקטיווע אפשאצונגען – און למעשה איז עס געבויעט אויף פסיכאלאגישע מוח-שפילן וואס וואלט אינגאנצן אנדערש געווען ווען מיט א קליינע 'טוויק' אין די בריאה.
------------
דער אמת איז פונקט פארקערט: יעדער איז א פארקריפעלטער אינוואליד – דערפאר איז קיינער קיין רחמנות און אלע זענען גלייך.
זה שאמר הכתוב 'די וואונד פון עקזיסטענץ'.
אויב דו 'עקזעסטירסט' נאר - ביסטו שוין א קריפל, א רחמנות.
פארוואס? גאנץ פשוט: אויב דו ביסט בנמצא, איז אדער ביסטו 'אלעס' [ - גאט], אדער ביסטו אזא מוגבל וואס איז גארנישט שייך מסביר צו זיין.
והדברים ק"ו: אויב ווען איינעם פעהלט איין האנט איז עס א וואונד, אז עס פעהלט איהם אין סוף הענט עאכו"כ.
וואס דו ביסט 'יא' איז ניטאמאהל א דזשאוק קעגן וואס דו ביסט אלס 'נישט'.
דאס איז אן אבדזשעקטיווער אפשאצונג איבער די יומען קאנדישען.
----------
דאס איז נישט א שורש פון ווייטאג. אדרבה, עס איז די סיבה פארוואס 'קיינער' קען זיין אנגעווייטאגט.
אז מען נעמט אריין אין זיך דעם ברייטערן בליק ברענגט עס א געוואלדיגע גלייכקייט איבער די גאנצע בריאה. עס פאלט אוועק די משוגעת פון זיך פארגלייכען צו א צווייטן וואס דאס איז די שורש הרע כמבואר לענין צורך האכילה, און עס פאלט אוועק דאס פארגלייכען איין סעקונדע צו אן אנדערע.
פונקט ווי א שטומער טויבער איז קיין רחמנות אין א בריאה וואו אלע זענען שטום און טויב, אזוי איז 'נישט' נעמען גאלד ווען עס איז אומרעכט די Virtue פון יענע סעקונדע אין בריאה וואס האט זיך אויסגעשטעלט אין אזא היכא תמצא. נאר טפשים וועלן שאצן דורך פארגלייכען.
------------
אז מען שטופט זיך נישט אין יענעם שטייען מיר אלע גלייך.
א חסיד א בעל כשרון האט זיך אפגערעדט פאר'ן צמח צדק אז מען טרעט אויף איהם אין בית המדרש.
ענטפערט איהם דער רבי: דו ביסט זיך מתפשט איבער'ן גאנצן ביהמ"ד, איז וואו איינער טרעט טרעט ער אויף דיר.
יעזוב רשע דרכו ואיש און מחשבותיו, האט דער רבי ממשיך געווען, פונקט ווי א רשע מוז אפלאזן זיינע דרכים דארף א תקפן בדעתו ['און' מלשון כח] אפלאזן זיינע מחשבות.
ווי דער בית ישראל זאגט: קרח שפקח הי' מה ראה לשטות זה צו זיין א פקח...
אזוי איז מען צופרידן אומצופרידענערהייט.
דער וואונד פון עקזיסטענץ
- ונבנתה העיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3795
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
- האט שוין געלייקט: 6591 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל
דער וואונד פון עקזיסטענץ
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1717
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 1778 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל
עס מוז אנגעמערקט ווערן אז דאס פארגלייכן איז דוקא וויכטיג צו די עקזיסטענץ פונעם מענטשליכן מין.
דער מענטש איז א פאליטישער בעל חי, דאס טוט אים פונאנדערשיידן פון אנדערע ראנגיגע בעלי חי פון ווייניגער אינטעליגענץ, אנדערע בעלי חי - פארשטייט זיך אין פארשידענע דרגות- לעבן אויף אינסטינקט, זיי לעבן ווייל אינסטינקטלי ווילן זיי לעבן. דער מענטש א חוץ וואס וויל אינסטענקטלי לעבן וויל אויך בשיטה לעבן, און צומאל בשיטה נישט לעבן.
די מעגליכקייט וואס א מענטש האט צו טראכטן היה בעוכרנו אז מיר - די מענטשליכער מין- אנטוויקלן הן בפרטיות, והן בכלליות עוועלוציענעריש - א פסיכיק פארווארצעלט אין געזעלשאפטליכקייט, לא טוב היות האדם לבדו, דער מענטש בויט זיך מיט קנאה ושנאה, אדער אהבה ואחוה.
יעדער פענאמען ווערט געזען אלס איינס נאר אויב מ'קען זיך פארשטעלן איר העדר. יעדער פאזיטיווער ערשיינונג קען נאר דעפינירט ווערן לעומת א נעגעטיווער ערשיינונג.
צוריק צום ענין, דאס פארגלייכן געזעלשאפטליך מיט אלע אירע חסרונות איז א הכרח צו צופרידענהייט אין לעבן, צופרידענהייט קען נאר עקזעסטירן ווען דערשלאגענקייט קען. ערווארטונגען זענען וויכטיג, דער מענטש אלס א פאליטישע בעל חי מעסט זיינע ערווארטונגען אין די ראמען פונעם מענטשליכן מין.
דער מענטש איז א פאליטישער בעל חי, דאס טוט אים פונאנדערשיידן פון אנדערע ראנגיגע בעלי חי פון ווייניגער אינטעליגענץ, אנדערע בעלי חי - פארשטייט זיך אין פארשידענע דרגות- לעבן אויף אינסטינקט, זיי לעבן ווייל אינסטינקטלי ווילן זיי לעבן. דער מענטש א חוץ וואס וויל אינסטענקטלי לעבן וויל אויך בשיטה לעבן, און צומאל בשיטה נישט לעבן.
די מעגליכקייט וואס א מענטש האט צו טראכטן היה בעוכרנו אז מיר - די מענטשליכער מין- אנטוויקלן הן בפרטיות, והן בכלליות עוועלוציענעריש - א פסיכיק פארווארצעלט אין געזעלשאפטליכקייט, לא טוב היות האדם לבדו, דער מענטש בויט זיך מיט קנאה ושנאה, אדער אהבה ואחוה.
יעדער פענאמען ווערט געזען אלס איינס נאר אויב מ'קען זיך פארשטעלן איר העדר. יעדער פאזיטיווער ערשיינונג קען נאר דעפינירט ווערן לעומת א נעגעטיווער ערשיינונג.
צוריק צום ענין, דאס פארגלייכן געזעלשאפטליך מיט אלע אירע חסרונות איז א הכרח צו צופרידענהייט אין לעבן, צופרידענהייט קען נאר עקזעסטירן ווען דערשלאגענקייט קען. ערווארטונגען זענען וויכטיג, דער מענטש אלס א פאליטישע בעל חי מעסט זיינע ערווארטונגען אין די ראמען פונעם מענטשליכן מין.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)