ס'האט א קלוגע מענטש צוגעגליכן פוטסטעפס צו ISIS. אוי האט ער גוט געזאגט און צוגעטראפן צום פינטל. ער האט עס געגעבן צו פארשטיין אזוי:
איין גרופע הרג'עט דעם גוף מיט זייערע ווילדע מעשים ווייל זיי האלטן אז די מענטשן זענען נישט גענוג רעליגיעז, וכו';
די צווייטע גרופע ליידער הרג'ענען אוועק איידעלע און טייערע אידישע נשמות מיט זייערע ווילדע מעשים ווייל זיי זענען צו רעליגיעז.
ביידע פייפן אן די וועלט אין גרויסן און זענען נאך פראוד דערפון.
א ביישפיל.
ביי ISIS זעט מען ווי א נארישע מענטש וואס האט אנגענומען דאס איסלאמישע גלויבן און וויל טון עפעס א העלדישע שריט צו הרג'ענען כופרים, שווערט ער געטריישאפט צו ISIS און איז גרייט צו גע'הרג'עט ווערן און טאמער ער ווערט נישט גע'הרג'ט איז ער גרייט צו זיצן אין תפיסה פאר לאנגע יארן.
אזוי אויך זענען די מעמבערס פון פוטסטעפס וואס נעמען אן די מעמבערשיפ פון פוטסטעפס נאכדעם וואס מען האט זיי צוגעזאגט הרים וגבעות, מען שטאפט זיי אן מיט געלט און מען רעדט זיי איין אז זיי וועלן זיין די גליקליכסטע מענטשן אין דער וועלט, אן קיין שום עול, הפקר פעטרישקע, מען קען טון וואס מען וויל. זענען זיי גרייט דערפאר אפגעריסן צו ווערן ל"ע פון כלל ישראל, פון דער הייליגע קייט פון אלע דורות.
ביידע האבן מורא'דיגע חוצפה אין זיך און וואס מער בארבארישע און אויסטערלישע זאכן ISIS טוט פילן זיי זיך מער ISIS'יש. צווישן די ISIS מעמבערס זענען אויך דא מענטשן וואס זענען אויפגעוואקסן צווישן ציווילעזירטע וועסטערן-וועלט מענטשן אין די וועסטערן קולטור און טאקע דארטן צווישן ציוויליזירטע מענטשן פירן זיי דורך זייערע בארבארישע מעשים. זיי טון נישט זייער מעשים רעים עפעס אין א פארווארפענע לאך, אין עפעס א צוריקגעשטאנעם לאנד, ניין. זיי מאכן עס אין פאריז, אין בריסל, אין לאנדן, ווי אויך, אין די ציוויליזירטע טערקיי, למען ישמעו ויראו.
די זעלבע איז מיט די פוטסטעפס מעמבערס וואס זענען ברעינוואשט געווארן ביי די פוטסטעפס גרופע. די מענטשן פארן נישט וואוינען אין די הרי אררט אין יענע עק וועלט, ניין. נאר דוקא אין די היימישע שמאלץ גריב אין בארא פארק, וויליאמסבורג וכו' וכו', כדי עס זאל וואס מער אויסשטעכן די אויגן פון די נאנטע, פון די משפחה, פון די שכנים, פון די ערליכע אידן וואס זייער הארץ טריפט מיט בלוט פון זייערע אלע מעשים רעים. און לויט חז"ל איז דאך גדול המחטיאו יותר מן ההורגו. אויב אזוי, איז פוטסעפט א סך ערגער פון ISIS.
דאס וואס ISIS האט א ציאונגסקראפט און איז זייער פאפולער און ווערט נתרבה אזוי ווי שוואמען נאכ'ן רעגן ווייזט נישט אז ס'איז עפעס א גוטע פאזיטיווע ארגעניזאציע.
די זעלבע זאך, אז פוטסטעפס ווערט ליידער נתרבה ווי אויף הייוון איז נישט קיין סימן אז ס'איז אן אויסגעהאלטענע זאך. ס'איז שוין אמאל געווען די היפי-מאוומענט וואס האט אריינגעשלעפט ספעציעל די יוגנט און אויך אידן ל"ע. אויך איז געווען א תקופה פון קאמוניסטן, בונדיסטן, וכו'. די אלע מאוומענטס זענען ביז היינט געבליבן א זייער נעגעטיווע זאך. אזוי אויך איז פוטסטעפט וואס האט א זייער ביטערן טעם און אזוי וועט עס בלייבן ביז ס'וועט גארנישט בלייבן פון די שיטה, במהרה בימינו אמן.