קלוגע ווערטער און געדאנקען

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
באניצער אוואטאר
איש חזון
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 528
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 2:02 pm
האט שוין געלייקט: 612 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 388 מאל

קלוגע ווערטער און געדאנקען

שליחה דורך איש חזון »

אין דעם אשכול וועלן די חברים שיחיו (האפנטליך... איך וויל נישט זיין סולו) מיטטיילן קלוגע ווערטער און געדאנקן איבער אלץ און אלעמען, כמובן על טהרת הקודש.
ביטע שרייבן א נאמבער כדלהלן.

ווער עס וויל מרחיב זיין איבער א געוויסע געדאנק איז געבעטן צו עפענען א באזונדערע אשכול און אהער לינקען.
ליינט און האט הנאה.


1.
החכם וחסיד ר' חיים גריינימן ז"ל איז געזעצן אמאל אויפ'ן אוטובוס און נעבן אים איז געווען א לייגידע זיץ, איז צוגעקומען צו אים ידידו להבחל"ח ר' יעקב פוזן און אים געפרעגט אויב ער קען זיך אוועקזעצן, האט אים ר' חיים געענפערט "טוב תתי אותה לך מתתי אותה לאיש אחר שבה עמדי"...

2.
ווען מען האט גערעדט א שידוך פאר איינער פון די זיהן פון ר' יעקעלע מהורימלוב האט דער צד הכלה געבעטן א בילד פונעם בחור, האט די מוטער געענפערט "לא יעשה כן במקומינו לתת הצורה לפני הבחורה"...

3.
בשם הגרא"ד אוירבאך מטבריה:
מען זאגט "די לחכימא ברמיזא", און פשט פון דעם איז אז סיי דער חכם און סיי דער טיפש פארשטייען דעם רמז, נאר פאר דעם טיפש איז עס נישט גענוג, ער דארף מען זאל עס אים זאגן בפירוש...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום איש חזון, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
וקרב פזורינו מבין הגויים
באניצער אוואטאר
איש חזון
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 528
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 2:02 pm
האט שוין געלייקט: 612 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 388 מאל

שליחה דורך איש חזון »

4.
ר' יצחק שלמה זילבערמאן: תנ"ך איז נישט ברוח ישראל סבא... [ציניש]

5.
ר' דוד צבי הילמן: די לעוול פון א ביהמ"ד ווערט געמאסטן לויט וואו ביים דאווענען דער עולם צופלאמט זיך, צו ביי א'ל אדון אדער ביי קריאת שמע...

6.
חכ"א: דער חילוק צווישן א שמרן [conservative] און א מהפכן [revolutionist] אין אידישקייט איז, אז דער ערשטער וויל אנהאלטן דאס יודישקייט פון הונדערטע יארן צוריק אבער דער צווייטער ווי צוריקברענגן דאס יודישקייט פון טויזנטער יארן צוריק...

7.
חכ"א: איינער וואס קען נישט קיין צורת מטבע, קען נישט צורת מטבע שטבעו חכמים...
וקרב פזורינו מבין הגויים
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

[justify]
איש חזון האט געשריבן:4.
ר' יצחק שלמה זילבערמאן: תנ"ך איז נישט ברוח ישראל סבא... [ציניש]


בכלל נישט ציניש, ליידער זייער ערנסט. :(

איש חזון האט געשריבן:6.
חכ"א: דער חילוק צווישן א שמרן [conservative] און א מהפכן [revolutionist] אין אידישקייט איז, אז דער ערשטער וויל אנהאלטן דאס יודישקייט פון הונדערטע יארן צוריק אבער דער צווייטער ווי צוריקברענגן דאס יודישקייט פון טויזנטער יארן צוריק......


אויך אן אמת'ע ווארט און עס האט אביסל שייכות מיט די נומער פיר וואס איך האב ציטירט אויבן. אגב, איך מיין אז "שמרן" מיינט ארטאדאקס, נישט קאנסערוויטיוו. אגב דאגב, ווער איז "חכ"א"?


.[/justify]
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

קאנסערוואטיוו מיינט ער נישט די די קאנסערוואטיוו באוועגונג וואס איז צושטאנד געקומען אין רעאקציע צו די רעפארם באוועגונג אינערהאלב די אידישע רעליגיע.
ער רעדט פון קאנסערוואטיזם אין ברייטערען זין וואס איז טייטש אפהוטן, און דאס איז אויך די גריכישע אפטייטש פון ארטאדאקס.
אויף עברית איז פאסיג שמרנות סיי פאר קאנסערוואטיזם און סיי פאר ארטאדאקסיע.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
באניצער אוואטאר
איש חזון
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 528
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 2:02 pm
האט שוין געלייקט: 612 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 388 מאל

שליחה דורך איש חזון »

הוגה האט געשריבן:
איש חזון האט געשריבן:6.
חכ"א: דער חילוק צווישן א שמרן [conservative] און א מהפכן [revolutionist] אין אידישקייט איז, אז דער ערשטער וויל אנהאלטן דאס יודישקייט פון הונדערטע יארן צוריק אבער דער צווייטער ווי צוריקברענגן דאס יודישקייט פון טויזנטער יארן צוריק......


אויך אן אמת'ע ווארט און עס האט אביסל שייכות מיט די נומער פיר וואס איך האב ציטירט אויבן. אגב, איך מיין אז "שמרן" מיינט ארטאדאקס, נישט קאנסערוויטיוו. אגב דאגב, ווער איז "חכ"א"?


.[/justify]

איך האב געשריבן "conservative" ווייל דאס איז די טייטש פון "שמרן", כמו שביאר הרב נהורא נפישא, און איך האב געלינקט צו וויקיפדיה כדי מען זאל פארשטיין וואס איך מיין.

חכם אחד מיינט אז איך ווייס נישט וועמענס ווארט דאס איז.
וקרב פזורינו מבין הגויים
באניצער אוואטאר
איש חזון
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 528
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 2:02 pm
האט שוין געלייקט: 612 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 388 מאל

שליחה דורך איש חזון »

אין דעם אשכול וועלן די חברים שיחיו (האפנטליך... איך וויל נישט זיין סולו) מיטטיילן קלוגע ווערטער און געדאנקן איבער אלץ און אלעמען, כמובן על טהרת הקודש.
ביטע שרייבן א נאמבער כדלקמן:

1.
בלא בלא בלא
ווער עס וויל מרחיב זיין איבער א געוויסע געדאנק איז געבעטן צו עפענען א באזונדערע אשכול און אהער לינקען.
ליינט און האט הנאה.
וקרב פזורינו מבין הגויים
באניצער אוואטאר
איש חזון
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 528
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 2:02 pm
האט שוין געלייקט: 612 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 388 מאל

שליחה דורך איש חזון »

8.
א זוהן פון ר' יעקב פוזן האט געפרעגט זיין טאטע "ווער זאגט דיר בכלל אז עס עקזעסטירן אסקימוסים [Inuit], האט ער אים געענפערט "ביסט אן אפיקורס?". ודוק.

9.
הנ"ל האט אמאל מסביר געווען פאר בחורים וואס האבן אים געפרעגט ישיבישע סטיל "חקירות", האט ער זיי געזאגט אז ס'איז געווען אמאל א מענטש מיט גאר א לאנגע בארד, האבן די קינדער אין שטאט זיך געוואונדערט וואס טוט ער מיט זיין בארד ביינאכט ווען ער שלאפט, זה אומר בכה וזה אומר בכה, האבן זיי מחליט געווען אים זעלבסט צו פרעגן, האט ער זיי געזאגט איך האב נאך קיינמאל נישט געטראכט דערפון, איך וועל זעהן היינט ביינאכט און איך וועל ענק מארגן ענטפערן, צומארגנס זאגט ער זיי איך האב נישט געקענט שלאפן ביינאכט, איך האב געלייגט מיין בארד העכער די דאכענע איז עס נישט געווען באקוועם, האב איך עס געלייגט אונטער די דאכענע האט עס מיר געקראצט... . ודוק.
וקרב פזורינו מבין הגויים
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

לענין מימרא 9 עי' כאן, אשר מקורו כאן, ומסתמא ידע הרב פוזן ממנו, באשר הילדים באנגליה קוראים הרבה בספרים אלו.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
איש חזון
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 528
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 2:02 pm
האט שוין געלייקט: 612 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 388 מאל

שליחה דורך איש חזון »

10.
דער מגיד הירושלמי ר' שבתי יודלביץ' האט פארציילט, אז אמאל זייענדיג ביים ליובאוויטשער רבי אויף "יחידות", האבן זיי גערעדט וועגן הרב אריה לוין (דער זיידע פון ר' שבתי) אז ער האט געליטן רדיפות פון די א.ג. ירושלימע "קנאים" ווייל ער האט צופיל מקרב געווען יודן וכו'
האט אים דער רבי געזאגט "חז"ל זאגן 'כל שרוח הבריות נוחה הימנו, רוח המקום נוחה הימנו' - און דאס האט ר' אריה געהאט. חז"ל זאגן נישט אז עס דארף אויך זיין 'רוח הקנאים נוחה הימנו'"...

11.
"די שמחה פון טרעפן א צענטער צום מנין קען אמאל זיין גרעסער ווי די שמחה פון רעדן צום רבונו של עולם".

12.
"אויפ'ן שכל קען מען זיך פארלאזן אויב איז ער א שופט, אבער נישט אויב ער איז א לויער".
וקרב פזורינו מבין הגויים
באניצער אוואטאר
איש חזון
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 528
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 2:02 pm
האט שוין געלייקט: 612 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 388 מאל

שליחה דורך איש חזון »

13.
(איך וועל שרייבן בעילום שם ווייל איך עס איז מיר צ"ע אויב ס'איז אמת, אבער ס'איז גוט..)
א געוויסער גדול אין ב"ב, וואס איז אויסגשטאנען רדיפות פון א געוויסע סעקטע, האט אמאל שפאצירט אין גאס, האט אים איינער געפרעגט היתכן ער גייט אליין ס'שטייט דאך אין גמרא אז א ת"ח טאר נישט גיין אליין (ווייל די מזיקים קענען אים שעדיגן), האט ער געענפערט "די מזיקים אין ב"ב האלטן אז איך בין נישט קיין תלמיד חכם"...

14.
הגר"ח גרייימן ז"ל פלעגט לערנען ליגענדיג אין בעט, אזוי ווי דער חזון איש פארשטייט זיך... (מען זאגט אז וועגן רוקן ווייטאג), האבן די ליצני הדור געזאגט אויף דעם "צדיקים במיטתם קרויים חיים".

15.
א קינד איז אמאל געקומען פרעגן הגר"ח הנ"ל עפעס א שאלה בשליחות פון זיין טאטע, האט אים ר' חיים געענפערט "נו נו", האט דאס קינד געפרעגט "וואס זאל איך זאגן פאר מיין טאטע" האט אים ר' חיים געזאגט "זאג אים די ערשטע נו פאר די צווייטע".
וקרב פזורינו מבין הגויים
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

איש חזון: אלס תגובה צו דיין ווערטל #13. איך האב ערגעץ געליינט א מעשה מיט א פארקערטע מסקנא.
א איד איז אמאל געקומען צו א גדול אז ער זאלל איהם געבן א הסכמה אויף א ספר. ווען דער רב האט אריינגעקוקט אינ'ם ספר האט ער שוין געזעהן וואספארא תלמיד חכם דער מחבר איז. רופט ער זיך אן צו איהם. איהר זאלט מיטנעמען דעם ספר ווען איהר גייט ארויס ביינאכט.ס'וועט אייך זיין א שמירה. פרעגט דער מחבר. אזוי הייליג איז מיין ספר...? האט איהם דער רב געענטפערט...דו פארשטייסט נישט. די גמ' זאגט דאך ת"ח לא יצא יחידי בלילה. מפני המזיקין. ווען די מזיקים וועלן זעהן דיין ספר וועללן זיי שוין זעהן אז דו ביסט נישט קיין ת"ח...
#16
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: קלוגע ווערטער און געדאנקען

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

#17 א מין הארץ האט גענומען אן איידעם א ת"ח. ער האט איהם שפעטער געוואלט פארהערען, נאר ער האט דאך נישט געוואוסט בחייכון וביומיכון ווי מ'עפענט א גמרא. האט ער געברענגט זיין תכשיט'ל צו ר' אבא'לי פאסוואליער אויף א בחינה.
ר' אבא'לי האט געזען אז דער איידעם איז גאנץ א שוואכע ת"ק, האט ער געזאגט צום שווער "איך בין ערב אז ער קען דינען אלס רב אין סיי וועלכע קהלה", און דער שווער'ס פנים האט געשטראלט פון גליק.
די תלמידים האבען געפרעגט וואס איז די פשט אין דער ליגענט. האט ער גע'ענטפערט "וואס איז דער דין פון אן ערב? אי לית ליה ללוה אזלינן בתר ערב. נו, ב"ה איך קען דעקען די ערבות".

Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
איש חזון
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 528
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 2:02 pm
האט שוין געלייקט: 612 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 388 מאל

שליחה דורך איש חזון »

פאר בריסקע ווערטלעך זעהט און שרייבט אין [tag]אדנירם[/tag]'ס אשכול דא.
וקרב פזורינו מבין הגויים
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

#18
איש חזון: נאך א מעשה מיט אן הסכמה. ס'איז אמאל געקומען איינער צו נעמען א הסכמה אויף זיין ספר. ווען דער רב האט אריינגעקוקט אינ'ם ספר, רופט ער זיך אן צום מחבר...פלאי פלאים...! פרעגט ער דעם רב אזוי וואונדערליך איז מיין ספר...? האט איהם דער רב געענטפערט...אין יענע צייטן האט מען אויפגעטראפן אז מ'קען מאכן פאפיר פון שמאטעס. דאס אז מ'האט געמאכט פאפיר פון שמאטעס איז א פלא. און דו האסט געמאכט צוריק שמאטעס פון פאפיר. אט דאס איז פלאי פלאים... :lol:
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איש חזון האט געשריבן:15.
א קינד איז אמאל געקומען פרעגן הגר"ח הנ"ל עפעס א שאלה בשליחות פון זיין טאטע, האט אים ר' חיים געענפערט "נו נו", האט דאס קינד געפרעגט "וואס זאל איך זאגן פאר מיין טאטע" האט אים ר' חיים געזאגט "זאג אים די ערשטע נו פאר די צווייטע".

באותו ענין האב איך געהערט אז א טאטע האט אמאל געשיקט זיין קינד צום רב פרעגן א שאלה, נאכ'ן אויסהערן די שאלה האט ער געזאגט דעם קינד זאל אהיים גיין און ער וועט שוין נאכשיקן זיין אינגל פאר די תירוץ.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: קלוגע ווערטער און געדאנקען

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איש חזון האט געשריבן:פאר בריסקע ווערטלעך זעהט און שרייבט אין [tag]אדנירם[/tag]'ס אשכול דא.

ר' אבא'לי פאסוואליער איז קיין בריסקער ניט געווען. דער חיי"א ברענגט איהם שוין אין הל' ר"ה

Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
יהושע חיים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 917
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 26, 2012 8:56 pm
האט שוין געלייקט: 45 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 423 מאל

Re: קלוגע ווערטער און געדאנקען

שליחה דורך יהושע חיים »

ער איז געווען דער שלוש ביי די באקאנטע ווילנע-סלאוויטע דין תורה

Sent from my Fire Phone using Tapatalk
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: קלוגע ווערטער און געדאנקען

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

אין איינער פון זיי. לבסוף איז רעק"א געווען דער פוסק, והדברים עתיקים

איך פראביר צו כאפען א בילד פון די שער דף פון זיין ספר, אבער דער סמארטפאון פיהרט זיך היינט נישט אויף צו קלוג

Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

יהושע חיים האט געשריבן:ער איז געווען דער שלוש ביי די באקאנטע ווילנע-סלאוויטע דין תורה

Sent from my Fire Phone using Tapatalk

אזא הויכשטאפלערישער גאון עצום פאר וועם ס'פאסט קיינמאל נישט אפילו צו זאגן א גוטן טאג פאר א פשוט'ן, אומוויסנדן בעל עגלה וואלט שוין געמעגט וויסן אז ביי א ד"ת של שלשה איז דא א שליש...!
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

איש חזון האט געשריבן:
14.
הגר"ח גרייימן ז"ל פלעגט לערנען ליגענדיג אין בעט, אזוי ווי דער חזון איש פארשטייט זיך... (מען זאגט אז וועגן רוקן ווייטאג), האבן די ליצני הדור געזאגט אויף דעם "צדיקים במיטתם קרויים חיים".


:like :like :like
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
יהושע חיים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 917
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 26, 2012 8:56 pm
האט שוין געלייקט: 45 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 423 מאל

Re: קלוגע ווערטער און געדאנקען

שליחה דורך יהושע חיים »

berlbalaguleh האט געשריבן:
יהושע חיים האט געשריבן:ער איז געווען דער שלוש ביי די באקאנטע ווילנע-סלאוויטע דין תורה

Sent from my Fire Phone using Tapatalk

אזא הויכשטאפלערישער גאון עצום פאר וועם ס'פאסט קיינמאל נישט אפילו צו זאגן א גוטן טאג פאר א פשוט'ן, אומוויסנדן בעל עגלה וואלט שוין געמעגט וויסן אז ביי א ד"ת של שלשה איז דא א שליש...!

זעהט זיך אויס אז נישט אזא גאון צו כאפן יעדער ספעל טשעק[emoji1]

Sent from my Fire Phone using Tapatalk
באניצער אוואטאר
איש חזון
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 528
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 2:02 pm
האט שוין געלייקט: 612 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 388 מאל

שליחה דורך איש חזון »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
איש חזון האט געשריבן:פאר בריסקע ווערטלעך זעהט און שרייבט אין [tag]אדנירם[/tag]'ס אשכול דא.

ר' אבא'לי פאסוואליער איז קיין בריסקער ניט געווען. דער חיי"א ברענגט איהם שוין אין הל' ר"ה

Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk

אנטשוליגט פאר די אומקלארקייט. מיין הודעה האט זיך נישט באצויגן צו אייערע הודעה.
וקרב פזורינו מבין הגויים
באניצער אוואטאר
איש חזון
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 528
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 2:02 pm
האט שוין געלייקט: 612 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 388 מאל

שליחה דורך איש חזון »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אין איינער פון זיי. לבסוף איז רעק"א געווען דער פוסק, והדברים עתיקים

איך פראביר צו כאפען א בילד פון די שער דף פון זיין ספר, אבער דער סמארטפאון פיהרט זיך היינט נישט אויף צו קלוג

Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk

בילד פון ר' אבא'לה:
Abraham-Abele_Posveler.jpg


בילד פון ספר "באר אברהם" שי"ל ע"י מכון ירושלים מעצם כת"י.
getimg.jpg


אין ספר הנ"ל איז דא א מבוא תולדות הגאון הנ"ל. לינק צום ספר אין אוצה"ח.

ויקיפדיה:אברהם אבלי פאסוועלער

(כ"ז הבאתי לכ' רבנו ליטוואק.)

ובקשתי שטוחה: ווער עס וויל מרחיב זיין איבער דעם גאון אדער אנדערע זאכן זאל עפענען אן עקסטערע אשכול און אהער לינקען.
וקרב פזורינו מבין הגויים
פארשפארט