גר ותושב האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן: האביך ערשט געכאפט וואס ער מיינט צו זאגן...
איך האב נאך אלס נישט געכאפט אפשר ביסטו מפרש די צוויי ווערטער "האאט" "לאררי"
גר ותושב: דו ביסט אפשר אן אונגערישער... ? או.קעי. אין ענגלאנד רופט מען א סאך זאכן וואס איז ביי אונז זייער פשוט מיט אנדערע נעמען און טערמס.
פאר א טראק זאגן זיי..."לאררי"...און צו זאגן..."האנק דע הארן"...זאגן זיי..."האאט"...און נאך צענדליגער אנדערע ווערטער וואס איינער וועלכער וואוינט אין אמעריקע וועט זיך נישט פארשטיין מיט אן ענגלישן בירגער...למשל, ווען אן ענגלישער וועט זאגן אז ער האט א ...,"פלעט"... מיט גרויס שמחה וועט איהם דער אמעריקאנער אנקוקן מיט שטוינונג. לשמחה מה זו עושה...?! ווייל אין ענגלאנד דאס ווארט ..."פלעט"... מיינט א דירה. אן אפארטמענט. לעומת ווען ער/זי וועט זאגן אז ער איז געקומען שפעט ..."ווייל ר'האט געהאט א..."פאנטשער" וועט דער אמעריקאנער נישט וויסן וואס ער רעדט...
Flat = apartment.
Lorry = truck.
Hoot = honk.
Cupboard= kitchen closet/food pantry.
Puncture (Pronounced Paancher) = Flat tire.