מעשה בשפיגל אחד

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
ראש חודש
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 8
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 08, 2016 4:25 pm
האט שוין געלייקט: 22 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 19 מאל

מעשה בשפיגל אחד

שליחה דורך ראש חודש »

איך האב געהאט אזא מעשה די פארגאנגענע וואך.
איך פאר ארויס פון מיין ספאט אויף 13th ave, איך בין געווען געפארקט, אין מיטן בלאק ביי די פאמפ, איך קוק אין שפיגעל צו איך קען ארויספארן, צו ס'איז נישטא קיין קארס, און איך פאר מיך ארויס אזוי געמיטלעך, איך האלט און מיטן ארויספארן, הער איך פייפן אינטער מיר מיט יארמעליכע קולות, קוק איך נאכאמאל אין שפיגעל, זעה איך א חסיד'שער אינגערמאן זיצען אין זיין טאנע קאנטרי, מיט לייטס אין זיין דעש בוירד פארט אויף 60mph און פייפט,
טראכט איך ביי מיר, נאך א חסיד וואס מיינט אז ער קאנטראלד די וועלט, אבער איך גיי ווייטער מיט מיינס
איך בין שוין אינמיטען פארן, בין איך ממשיך ארויספארן, ער האט נעבעך געמיזט אראפ ברעקען, זעה איך ווי ער ווייסט מיר זיין מיטעלסטע פינגער , אויף די חוצפה וואס איך האב אין מיר, ארויסצופארן פון מיין ספאט בשעת ער איז אויפ'ן ראוד, איך מאך מיר נישט צוטאן, איך פאר ווייטער צום קארנער איך נעם די לינקע לעין, ער זאל קעננען פארן ווייטער ווי שנעל ער וויל, די לייט ווערט גרין, ער קאט מיך אריין פון די לינקע לעין אריין צו די רעכטע, גיי איך שנעל אריבער צו די לינקע לעין, אבער ער איז נאכנישט צופרידן, ער קימט ווייטער אריין און מיין לעין, ער שטעלט זיך אפ ממש אויף די ברייט פון 13th ave ער לאזט נישט די טרעפיק גיין, מענטשן אינטער מיר קימען ארויס פון זייער קארס איינער מיט א טעלעפון, צו מאכן א ווידיאוי פון דעם ווילדען געשעניש, דער חסיד קימט ארויס פון זיין קאר ווילד אויפגערעגט, שאמט פאר כעס, מיט שנעלע טריט לויפט ער צו, צו מיין קאר, איך מאך זיכער אז מיין טיר איז צוגעמאכט, מיין ווייבעלע זיצט נעבען מיר, כ'וויל נישט אנהייבן א געשלעג יעצט, איך האב נאך זאכען וואס איך דארף ארלעדיגען, פאר ס'ווערט שפעט, דער אינגערמאן געט א זעטץ אויף מיין שפיגעל אויף גי דרייווער זייט, די שפיגעל צוברעכט זיך, ס'פאלן שטיקלעך פון אלע זייטען, ער לויפט צוריק צו זיין קאר, ער יאגט אפ, איך הייב עם אן נאכפארן צו באקימען זיין לייסענס פלעטס, צו זיין מזל ווערט רויט איך כאפ אפאר גיטע פיקטשערס פון זיין לייסענס פלעט, איך שטעל מיך זייט ביי זייט פון אים, און אינז ביידע ווארטן אויפן לייט, ער קומט ארויס נאכאמאל פון זיין קאר, ער עפענט אויף מיין ווייב'ס טיר, און ער ווארפט אריין א הונדערטער, לייגט עס אויף מיין ווייב'ס שויס, און זאגט "דא האסטו פארן שפיגעל גיי פארעכט עס"


ס'איז די ערשטע מאל וואס איך שרייב, ביטע פארגינט'ס א קאמענט, א אמת'ע איידעלע קריטיק איז אויך וויכטאג ש'כח
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ראש חודש, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
ראש חודש
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 8
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 08, 2016 4:25 pm
האט שוין געלייקט: 22 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 19 מאל

Re: דער חסיד'שער מזיק

שליחה דורך ראש חודש »

המשך יבא

Sent from my SM-N920V using Tapatalk
ווייל אזוי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 332
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 08, 2016 9:34 pm
האט שוין געלייקט: 212 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 376 מאל

שליחה דורך ווייל אזוי »

וואס איז די המשך?
באניצער אוואטאר
שלום על ישראל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1042
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 5:45 pm
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

שליחה דורך שלום על ישראל »

דארפן מיר יעצט ווארטן ביז דער מעכאניקער ענדיגט אייך אפרייסן פארן שפיגל.
(אויב האט איר נישט קיין הנאה און עס האט אייך נישט געקאסט קיין שמייכל, לייק נישט, וחילופיהם בחכם.)
באניצער אוואטאר
ביליג
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 561
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 07, 2015 10:54 pm
האט שוין געלייקט: 356 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 289 מאל

Re: דער חסיד'שער מזיק

שליחה דורך ביליג »

@שטילע אפשר עפענסטו אן ארגענעזאציע צוזאמען מיט @ראש חודש פאר פארקינג און טרעפיק וויעלעטיאנס און @ליטוואק וועט זאגן די וויכטוגקייט דערפון
ביליג איז טייער...
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ראש חודש: שלום עליכם. עליכם שלום. אה. דאס זאגט מען דאך ביי קידוש לבנה. ערשטנס, צו פאררעכטן א שפיגל היינטיגע צייטן קאסט א סאך מער ווי א הונדערטער. דו דארפסט איהם כאפן (לויט זיין לייסנס פלעיט) און רואיג'ערהייט מסביר זיין אז ער זאלל מוחל זיין הייסן ר' משולם אויף $500.00 און אויב ער ווילל נישט מרצונו הטוב קענסטו רואיג גיין צו דיין אינשורענס קא. אז זיי זאללן עס איינמאנען ביי איהם. ס'הייסט נישט קיין מסירה. אין איצא שייגעץ'ס בוך פון די סדומ'ער געזעצן הייסט עס אפשר יא. אבער די וועלט שטייט נישט אויף איהם און זיין קארופט'ע ארגאניזאציע פון ליידיגגייערס און גזלנים, ואכמ"ל.
צווייטנס. אויף דעם זאגט שוין די גמ' מפני זה הרגו את האדם. זאגט רש"י מעשה שהיה במוצאי שבת אחד בברוקלין. שחור אחד נסע על הכביש ובא שוטר, שהלך הביתה מעבודתו. ועקף את הכושי ועמד לפניו. באור אדום אצל הרמזור (פי' רבינו חננאל: אור של צבעים מ'ירוק ואדום) הלך השחור אצל השוטר ונתן לו אגרוף בפרצוף. הלך השוטר והכניס בו שלושה כדורי עופרת מאקדחו. והשחור התפגר. למחרת באו כל הרוצחים השחורים ועשו הפגנה גדולה על החוצפה של השוטר שהרג את הקוף...!
ראש חודש
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 8
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 08, 2016 4:25 pm
האט שוין געלייקט: 22 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 19 מאל

Re: דער חסיד'שער מזיק

שליחה דורך ראש חודש »

ער זעטץ זיך צוריק און קאר און פארט אפ, איך פאר אים נאך, ביז ער שטעלט זיך אפ דאבעל פארק, ער גיין אריין און א געשעפט, איך פארק אויך דאבעל, איך גיי אריין אין געשעפט ווי ער איז, כ'גיי צו, צו אים כ'זאג אים, "א שפיגל קאסט נישט נאר $100 אדער געסטו אהער נאך א הונדערטער, אדער גיי איך רופען די פאליס און זיין גייען די ארעסטען פארן צוברעכען מיין שפיגל", נעמט ער ארויס זיין ביזנעס קארטעל פון טאש ער זאגט גיי פארעכט עס, איך באצאל דיר, זאגט איך אים, געסטו געלט איז גוט, אז נישט, ביסטו איינגעשפארט היינט באנאכט, שרייט ער צוריק "קענסט מיך איין זעצן".
אומר ועושה, גיי איך אריין אין קאר, איך דייל 911 איך דערצייל זיי די מעשה אין קורצן, זיי זאגען אז זיי שיקן אריבער א פאטראל קאר.
אינצווישן קוק איך אויפן ביזנעס קארטעל וואס ער האט מיר געגעבן, כ'הייב אן גוגלען זיין נאמען, איך זעה זיין קאמפעני אינפארמעשען, טרכט איך לאמיר זען וואס פעיסבוק וועט מיר קליגער מאכן, כ'לייג אריין זיין נאמען, כ'זעה א טאטע פון קינדער מיט א ווייב, סקוקט אויס אלעס נארמאל, כ'זיך ווייטער זעה איך א פיקטשער ווי ער גייט מיט שווארצע ארויפגעצויגענע זאקען, אפס כ'האב געטארפן די גנב, איך וויס שוין יעצט, צו וועלעכע חסידות ער באלנגט, כ'הייב אויף א טעלעפון צו א באקאנטען און דעם חסידות, כ'פרעג אים קענסט מיר פארשאפן די טעלעפון נאמבער, פון דעם אינגערמאן המדובר? יא, איך שיק דיר עס שוין אריבער.
די פאליס קימט אן, זיי הערן אויס מיין מעשה, זיי פרעגן מיר וואס ווילסטו טוען? ווילסט אים ארעסטען? יא! ענפער איך, איך זאג זיי אז כ'האב יעצט באקומען זיין טעלעפון נאמבער פון איינעם פון זיין קאמיוניטי, אזוי קענען זיי רעדן צו אים, זיי הייסן מיר אים קאלן, ער הייבט אויף, די פאליס נעמט איבער דאס טעלעפון פון מיר, ער הייבט אן זיך טענה'נן מיט זיי, זאגען זיי אים, אז זיי ווילן נישט רעדן אויפן טעלעפון, ער זאל אריבערקומען, ס'גייט נישט אדורך א מינוט, ער קימט צו לויפן, ער הייבט אן שרייען אז ער האט זיך שוין אדורך געקימען מיט מיר, ווייל ער האט מיר שוין געגעבן געלט, און ער האט יעצט געקאלט פערפעקט קאלישען און זיי זאגען אז ס'קאסט נישט מער פון פופציג דאלער, היתכן איך בעט 200. אבער איך זאג, איך דארף נישט זיין געלט, זאל ער צוריק נעמען די געלט, א מענטש קומט און ער צוברעכט מיין פראפעטי אונדעם וואס איך האב אים עפעס געטוהן, זאל ער גיין זיצן.
אבער דאך בין איך א איד דאס פינטעלע גילט ברענט און מיר, האב איך מיך געבראכען, און געזאגט פאר, פאליס אז ער געט 200 דאלער וועלט איך אים לאזן גיין
שיינערהייט האט ער ארויסגעצויגען נאר איין הונדערטער און אהער געגעבן, האב איך אים געזאגט אז די איבריגע געלט גיי איך מנדב זיין צו די מוסדות פון זיינע קינדער, מיט חוצפה ענטפערט ער מיך, יעצט האסטו מיין נאמבער, קאל מיך צוריקצוקעבען געבן די געלט וואס בלייבט איבער, אז נישט זאלסטו עס ניצען פאר דאקטורים, כ'האב אים נישט גענפערט.

די פאליס האט מיך געמאכט סיינען, אויף זייער נויט-בוק, אז די געשיכטע האט זיך גענדיגט, און אזוי האב איך געטוהן.

האבענדיג 200 דאלער און טאש גיי איך אויף עמעזאן כ'באשטעל מיר א נייעם שפיגעל פאר $37, בין איך געבליבן מיט $163 אין טאש, און פופצען מינוט האב איך געמאכט $163
יעצט הייב איך אן טארכטן, האב איך געמעגט נעמען די געלט אז איך האב געוויסט אז ס'גייט מיר נישט קאסטען מער פון $37 צו פאררעכטען די שפיגל?
אבער פון, אנדערע זייט ווען איך גיי עס פאררעכטען ביים באדי שאפ וואלט מיך עס געקאסט $150-200

חברה לאזט מיר נישט איבער דאס אליין, כ'וויל הערען אייער מיינונג
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ראש חודש, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל

שליחה דורך פרייוויליג »

מסורה איז אסור מדינא, נאכדערצו ער האט געוואלט סעטלען. און נאך ערגער אז דו האסט געזאגט קודם יא אים איינצוזעצן, א עון בל יכופר. מען זעצט נישט איין פאר א שפיגל. קענסט אים העכסטנס שאנטאזירן אויף זיין סעלפאן. דו האסט דאך שוין געהאט זיין אינפא און מער האט נישט אויסגעפעלט. איך וואלט צוריק געגעבן די איבריגע געלט פונעם שפיגל.
יעלה ויבא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 296
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 19, 2014 8:51 pm
האט שוין געלייקט: 1997 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 300 מאל

Re: דער חסיד'שער מזיק

שליחה דורך יעלה ויבא »

האסטאך איהם געזאגט אז די רעשט גייט פאר זיינע קינדערס מוסד?

lead, follow, or get out of the way
ראש חודש
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 8
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 08, 2016 4:25 pm
האט שוין געלייקט: 22 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 19 מאל

Re: דער חסיד'שער מזיק

שליחה דורך ראש חודש »

יא

Sent from my SM-N920V using Tapatalk
באניצער אוואטאר
הערסטע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 45
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 13, 2016 7:10 pm
האט שוין געלייקט: 190 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 26 מאל

Re: דער חסיד'שער מזיק

שליחה דורך הערסטע »

וואס איז דאס אנטיסעמיטישקייט פון רופן דעם אשכול דער "חסיד'שער" מזיק?
באניצער אוואטאר
א איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1320
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
האט שוין געלייקט: 606 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל

שליחה דורך א איד »

[tag]ראש חודש[/tag] קודם שלום עליכם יהא בואך לברכה, להרמת קרן קאווע.
ולפי עשירות דעתי האסטו געטוהן א ראונג זאך הלכה'דיג און מענטשליך, נאר אזוי ווי ביזט געווען אויפגערעגט קען איך דיר נישט דן זיין, אבער די זעלבע זאך זיי נישט יענעם דן אויך נישט, ער איז אויך געווארן געפערליך אויפגערעגט בעת האסט אזוי שטייט ארויסגעפארן, איך בין שוין געווען אין ביידע מצבים (ב"ה קיינער האט נישט אראפגעריקט מיין שפיגל, וכן יעזור ה' להלאה), און כהאב ביידע מאל געשאלטן אויפן צווייטן צד.
מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
ראש חודש
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 8
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 08, 2016 4:25 pm
האט שוין געלייקט: 22 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 19 מאל

Re: מעשה בשפיגל אחד

שליחה דורך ראש חודש »

ישר כוח @א איד
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ראש חודש, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
ליפא
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2159
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 2314 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1740 מאל

שליחה דורך ליפא »

דער וואס פארט ארויס פון א פארקינג און קען נישט ווארטן די פאר סעקונדס אז די וואס פארן שנעל זאלן קודם אריבערגיין, דער איז סתם אן אוממענטש.
טראמפ 2020! טראמפ 2024! טראמפ 2028!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

א איד האט געשריבן:[tag]ראש חודש[/tag] קודם שלום עליכם יהא בואך לברכה, להרמת קרן קאווע.
ולפי עשירות דעתי האסטו געטוהן א ראונג זאך הלכה'דיג און מענטשליך, נאר אזוי ווי ביזט געווען אויפגערעגט קען איך דיר נישט דן זיין, אבער די זעלבע זאך זיי נישט יענעם דן אויך נישט, ער איז אויך געווארן געפערליך אויפגערעגט בעת האסט אזוי שטייט ארויסגעפארן, איך בין שוין געווען אין ביידע מצבים (ב"ה קיינער האט נישט אראפגעריקט מיין שפיגל, וכן יעזור ה' להלאה), און כהאב ביידע מאל געשאלטן אויפן צווייטן צד.

א איד: איך האב אמאל אראפגערוקט מיט מיין באס א גוי'ס שפיגל פון זיין נייע בי.עם.דאבליו. און ס'האט מיך געקאסט ביליגערהייט 5 מאות...!
באניצער אוואטאר
א איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1320
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
האט שוין געלייקט: 606 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל

Re: דער חסיד'שער מזיק

שליחה דורך א איד »

אבער ער זאגט דאך אז עס האט עם נאר גערעדט $37
מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

א איד האט געשריבן:[tag]ראש חודש[/tag] קודם שלום עליכם יהא בואך לברכה, להרמת קרן קאווע.
ולפי עשירות דעתי האסטו געטוהן א ראונג זאך הלכה'דיג און מענטשליך, נאר אזוי ווי ביזט געווען אויפגערעגט קען איך דיר נישט דן זיין, אבער די זעלבע זאך זיי נישט יענעם דן אויך נישט, ער איז אויך געווארן געפערליך אויפגערעגט בעת האסט אזוי שטייט ארויסגעפארן, איך בין שוין געווען אין ביידע מצבים (ב"ה קיינער האט נישט אראפגעריקט מיין שפיגל, וכן יעזור ה' להלאה), און כהאב ביידע מאל געשאלטן אויפן צווייטן צד.


[tag]א איד[/tag] האסט באמערקט די פאלגענדע סטעיטמענטס?

ראש חודש האט געשריבן: זעה איך ווי ער ווייסט מיר זיין מיטעלסטע פינגער ...

ער קאט מיך אריין פון די לינקע לעין אריין צו די רעכטע, גיי איך שנעל אריבער צו די לינקע לעין, אבער ער איז נאכנישט צופרידן, ער קימט ווייטער אריין און מיין לעין, ער שטעלט זיך אפ ממש אויף די ברייט פון 13th ave ער לאזט נישט די טרעפיק גיין, מענטשן אינטער מיר קימען ארויס פון זייער קארס איינער מיט א טעלעפון, צו מאכן א ווידיאוי פון דעם ווילדען געשעניש...

דער אינגערמאן געט א זעטץ אויף מיין שפיגעל אויף גי דרייווער זייט, די שפיגעל צוברעכט זיך, ס'פאלן שטיקלעך פון אלע זייטען...


ראש חודש האט געשריבן: "קענסט מיך איין זעצן".

די פאליס קימט אן, זיי הערן אויס מיין מעשה, זיי פרעגן מיר וואס ווילסטו טוען? ווילסט אים ארעסטען? יא! ענפער איך...

אבער דאך בין איך א איד דאס פינטעלע גילט ברענט און מיר...

חברה לאזט מיר נישט איבער דאס אליין, כ'וויל הערען אייער מיינונג
באניצער אוואטאר
א איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1320
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
האט שוין געלייקט: 606 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל

Re: דער חסיד'שער מזיק

שליחה דורך א איד »

יא
און ער האט געוואלט הערן מיין מיינונג, האב איך עם געזאגט
מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

א איד האט געשריבן:אבער ער זאגט דאך אז עס האט עם נאר גערעדט $37

קענסט רואיג זיין אז ס'איז נאר לתפארת הדרוש. היינטיגע צייטן קאסט א מאטארייזד שפיגל לכה"פ 250 דאללער...און אויב ר"ח האט אן אלטע קאר וואלט יענער מזיק עס נישט געקענט צוברעכן מיט איין זעץ...! מענטשן זאגן זאכן. אבער די מציאות איז אנדעריש (אזוי ווי דער חסיד פון ווארשא האט ליעב צו זאגן... :lol: :roll: )
ראש חודש
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 8
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 08, 2016 4:25 pm
האט שוין געלייקט: 22 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 19 מאל

Re: דער חסיד'שער מזיק

שליחה דורך ראש חודש »

@berlbalaguleh
איך האב געשריבען די מעשה אזוי ווי ס'איז געשען, מיט אמת'ע פאקטען, מיין שפיגל קאסט מיר נאר $37
פלאוויוס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 539
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 22, 2014 10:27 pm
האט שוין געלייקט: 875 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1045 מאל

שליחה דורך פלאוויוס »

זיי מיר מוחל ראש חודש טייערער, אבער ביידע צדדים האבן זיך אויפגעפירט ווילד. יענער איז טאקע געווען אימפולסיוו, אבער ווען א מענטש פאלט צו די פיס און בעט מחילה דארף מען מוחל זיין. צו רופן פאליציי און ארויסקוועטשן פון יענעם געלט בשעת הדחק צוליב נקמה, איז נישט שיין. די סברא איז אז דו ביסט מחוייב אים אפצוגעבן דאס איבריגע געלט על פי הלכה ויושר - ווייניגסטנס דעם צווייטן הונדערטער (אויב דו זוכסט די הלכה פרעג א דיין), און אפילו ווען די הלכה איז נישט מחייב איז עס מענטשליך צו טון אזוי.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: דער חסיד'שער מזיק

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

א. דער וואס לערנט בבא קמא, עפ"י פשטות, וועט זאגען אז דו האסט נישט קיין רעכט צו פאדערען אז ער זאל באצאלען צו פאררעכטען די קאר, נאר וויפיהל די קאר איז אראפ אין ווערד פונ'ם שאדען. פארשטייט זיך אז דאס איז נישט מער ווי די פרייז פון פאררעכטען. דער חזו"א איז אבער מחדש אז דאס איז נאר א זאך וואס אי עומד למכירה, והדברים עתיקים.
ב. דו האסט איהם געצווינגען דיר צו געבען מער געלט מיט'ן סטראשע פון גייען אין חד גדיא אריין. אלזא, ס'איז א תליוהו ויהיב און דו מוזט צוריק געבען דאס געלט.
ג. איינער וואס נוצט געוואלד און דער פויסט בשעת כעסו איז א סכנה. איך ווייס נישט צו דאס גייט אריין אין 'אדם המוכה מחבירו' אבער עכ"פ א ב"ד קען עס האנדלען.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
גרויסע מענטשעלע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 883
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2015 10:16 am
האט שוין געלייקט: 798 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 299 מאל

Re: דער חסיד'שער מזיק

שליחה דורך גרויסע מענטשעלע »

וואס האב איך אריינצורעדן דא.

ענק זענען ביידע 2 פעסטע משוגעים[SMILING FACE WITH OPEN MOUTH]
דאס מענטשעלע שפילט........
פארשפארט