לריח ניחוח לה'

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

לריח ניחוח לה'

שליחה דורך כוכב »

שטייט פון רבי צדוק אז מוויל קוקן אויף די שורש פון א זאך זאל מען זען וואו עס ווערט די ערשטע מאל דערמאנט אין דער תורה.

געווען איז עס נאך די מבול, די וועלט איז געווען אין זייער א שווערער מצב, דער אויבערשטער האט חרטה געהאט אויף די יצירה און אויפן מבול, די וועלט האט געענדלט צו דער מצב פון תהו ובהו, און דאן האט דער אויבערשטער געטראפן זיין טרייסט אין זיידן ר' נח.
מיט זיין גאטספארכטיגן אויפפירונג האט ער געברענגט א נחת רוח פארן אויבערשטן, ווי דער פסוק זאגט (בראשית ח, כא) וירח ה' את ריח הניחח, ויאמר ה' לא אוסיף לקלל עוד, די גוטע שמעק פאר'ן בורא האט פארזיכערט דאס ווייטערדיגע יקום פון דער בריאה, און אט דאן איז דאס ערשטע מאל וואס שמעקעדיג ווערט דערמאנט אין די תורה.

כבימים ההם בזמן הזה, אין א צייט וואס סאיז פינסטער, די וועלט איז געשלאגן מיט אזויפיל שלעכטס, מיט אזויפיל פראבלעמען, צומאל דערמאנט זיך דער אימרא נאו האופ פאר די יומען רעיס, סוויל זיך איינרעדן אז סאיז נישט דא קיין האפענונג פאר די מענטשהייט, איז בא שמעקעדיג וסתרו על פיו.

מורינו רבי שמעקעדיג דו מיט דיין מדות טובות, מיט דיין שכל הישר מיט דיין טוב עין, מיט דיין פאזיטיווקייט, מיט דיין ישרות, מיט דיין חכמה, ביזטו די האופ פאר די יומען רעיס, דו ברענגסט האופ, דו ביזט דער ריח ניחוח לה' אין אונזער מבול.

על דעת המקום, על דעת הקהל, בישיבה של מעלה בישיבה של מטה, טון מיר וואונטשן א פייערדיגן מזל טוב למכבדוני הרב הגאון החכם שמעקעדיג לרגל זיין דערגרייכונג צו 9 טויזנט תגובות.

עס איז אונזער יו"ט, כי חג ה' לנו, ווען מיט יעדע תגובה באלייכסטו אונזער האריזאנט, און ברענגסט אור צו דער ענדע פונעם טונעל, און מיר טוען אייך מכיר טובה זיין דערויף.

צעיר אני לימים, אבער א גאסט אויף א ווייל זעט אמאל ואולי לא באתי אלא בשביל שמעקעדיג וחכמתו טובו וחסדו דיינו.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

מזל טוב מזל טוב!!
We love you all shmeky.

#loveattack
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

איך גיי דא בלי"נ שיסן צוויי פייגלעך מיט איין שאס. קודם, א ייש"כ און א מזל טוב און א שהחיינו וקימנו והגיענו הלילה הזה לאכול בו מצה ומרור ו900 תגובות, געזינטערהייט. כן ה' אלוקינו הגיענו למועדים ולרגלים אחרים. שמעקעדיג. א יעדעס ווארט וואס כוכב האט געזאגט איז אמת ויציב. דאס איז נאר מקצת שבחו בפניו. ווייל אין אמת'ן א חוץ די אלע מעלות שמנו חכמים. מאן חכמים? חכמי הקאווע שטיבל, האסטו נאך א מעלה. דו ביסט אן עניו אויכעט. ובחדא מחתא, עמיר געיבן א יישר כח פאר דעים מייסטערהאפטן ספרא רבה, ספרא וסייפא. ה"ה אחד מז' כוכבי לכת. נאר איין קליינע בקשה האביך צו דיר. אפילו דו ביסט פון די ז' כוכבי לכת, זאלסטו דאך נישט אוועקגיין פון קאווע שטיבל און אינז איבערלאזן לאנחות. ווייל דאמאלס 'עט מען שוין מיזן אויסלעשן די לייטס אין ק"ש, ח"ו.... :? 8-) :lol: :roll: :x :P :oops: :D :) ;) :o
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

11 סמייליס פאר צוויי פייגלעך? פאר וועם גייט דאס לעצטע?

שמעקעדיג, זאלסטו קריגן אזויפיל ברכות אין דיין לעבן אז דו זאלסט אויפהערן נמאס ווערן דערפון.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

צדיקים האבן געזאגט אז מ'ריקט שוין אין הימל די בענק פאר דער גרויסער מאורע ווען שמעקעדיג וועט געקרוינט ווערן אלס שר רבבה.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

כוכב האט געשריבן:צדיקים האבן געזאגט אז מ'ריקט שוין אין הימל די בענק פאר דער גרויסער מאורע ווען שמעקעדיג וועט געקרוינט ווערן אלס שר רבבה.

נאך האבן צדיקים געזאגט. אז מ'נייט שוין די זשיפיצעס צו די גרויסע חתונה.... :lol: :roll:
רעדנדיג פון צדיקים און פון זשיפיצעס, איז מיר אריינגעפלויגן אין זכרון א מימרא פון א וואוילן איד.
ס'איז געוועין פאר א חתונה פון א געוויסע חשוב'ע משפחה וואס דער עלטער זיידע איז נאך געוועין א גימל ניען ווייס. ער האט נאך בא-גאמוועט דעם ייטב לב. (מעשה שהיה, מיט א ספר. ואכמ"ל). און די אייניקלעך גייען ב"ה בדרכי אבותם. האטציך דער איד אנגערופן. "אינז ווייסן דאך אז די אבות הק' קומען אראפ צו די חופה. דארף מען זיך טאקע האלטן די טאשן"... :? 8-) :lol: :roll: :roll: :roll: :lol: :x :P :oops: ;) :) :o
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

בין איך דער איינציגער וואס האט באמערקט די דראסטישע רעדוקציע פון [tag]שמעקעדיג[/tag] תגובות.

פון איין זייט פרייעט עס דאס הארץ אז ער האט אביסל גענומען דעם עדיקשאן אנדער קאנטראל... אבער פון דער אנדערער זייט מטבע, אן שמעקעדיג, חיינו אינו חיים!
אגב, די וואך איז די פרשה פון לריח ניחוח.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

אנגעהויבן האט זיך עס נאך אין די סליחות טעג מיט א שטארקע קבלה להבא, נישט צו שטיבלען אזוי סאך. די רעדוקציע האט זיך שטארק אנגעזעהן אין די פריע טעג פון די קבלה. די קלימאקס איז געווען צווישן יום כיפור און סוכות. אלץ ראשון לחשבון עוונות האט זיך די ריח ניחוח טראגיש און גענצליך אפגעטוהן פונעם שטיבל. מיט א תירוץ פון אהבת ישראל איז ער צוריקגעקומען לייקן ווי קיינמאל ביפאר. עס איז צו האפן אז מ'זאל אים בקרוב אויך קענען ווייזן די אהבת ישראל. סטעי טונד!
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

יאפ די גוטע גן עדן גערוך האלט שוין ביי צען טויזנט תגובות כן ירבו.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

במקום שאין איש, יהללוך פיך ולא זר

דא האט איר בענעפיטן פון "שמעקעדיג" אין קאווע שטיבל (פון המספיק גאזעט):

.
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
וירח ה' את ריח הניחוח
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

העי, געטס מיר אויך א לייק לכבוד שמעקעדיגס פופצן טויזנט.






:lol:
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

כוכב האט געשריבן:העי, געטס מיר אויך א לייק לכבוד שמעקעדיגס פופצן טויזנט.
:lol:


נאדיר... :like
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

די לייבן פון שטיבל זענען ארויס פון קלאזעט, זיי האבן אויך ליב לייקס. :lol: די 15 אלפים פון שמעק האט איבערגעלאזט א לייק געיעג.

(די סמיילי איז נאר זיי זאלן זיך נישט באליידיגן און מיינען אז איך מיין עס נישט אמת)
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
א איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1320
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
האט שוין געלייקט: 606 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל

Re: לריח ניחוח לה'

שליחה דורך א איד »

עטס קענטס נאך שלאפן רואיג, ביז שמעקעדיגס 15000.
כמיין צו זאגן כאפטס דעם ערב שבת שלאף, צו זיין אויסגערוהט אויף די חגיגה.
מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
באניצער אוואטאר
א איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1320
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
האט שוין געלייקט: 606 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל

Re: לריח ניחוח לה'

שליחה דורך א איד »

לשאלת הרבים איך רעד פון תגובות נישט פון לייקס, עס איז גאנץ נאנט דערצו.
ולידיעה בעלמא שמעקעדיג, שש אין דיינע שוך, חוץ וואס ער וואלט עס נישט אויסגעפוצט געהעריג, וואלט ער שוין לאנג געהאט מער ווי 15000 תגובות
מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
פארשפארט