קל: א גוטן הרב שטילע
שטילע: רוף מיך נישט הרב
קל: פארוואס נישט?
שטילע: ווייל כ'בין א אינגערמאן
קל: אה, נישט געכאפט
קל: פארוואס האסטע מחליט געווען צו אינטערוויואירן שש'ן?
שטילע: ווייל כ'האב געוואלט נאך לייקס
קל: הייסט אז דו גלייכסט אויך לייקס
שטילע: דאס האב איך שוין נישט געזאגט
קל: פארוואס האט שש מסכים געווען צום אינטערוויו?
שטילע: כ'האב אים געסטראשעט אז טאמער איז ער נישט מסכים גיי איך אים ארויסלייגן אלס די ניק וואס איך קען נישט דערליידן
קל: מאכט נישט קיין סענס אז שש זאל זיך שרעקן פון אזא סטראשע
שטילע: ער האט זיך טאקע נישט געשראקן, כ'האב אים נאכדעם געסטראשעט אז כ'גיי אים מער נישט לייקן
קל: לעצטנס ביסטע אריין אין די ליצנות ליין. פון וואו נעמסטע דיינע סחורה?
שטילע: אה, ס'איז אן אריכות
קל: איך האב צייט
שטילע: איך בין אמאל געווען ביי א שומרים קאל, מ'האט נאכגעלאפן דעם ערל פאר א קנאפע פופצן מינוט, ווען דער שטיקל שיט האט איינגעזעהן אז מ'גייט אים אט אט כאפן האט ער אראפגעלאזט א בעג אנגעפילט מיט כתבים און איך האב עס באלד געכאפט ווי ס'האט זיך שפעטער אויפגעוויזן איז עס געווען אלטע כתבים פון יואלי לעבאוויטש פון דארט נאש איך כסדר.
קל: דאס הייסט אן אריכות?! עניוועי, דו ביסט א מעמבער אין שומרים?
שטילע: ניין, כ'האב אבער א סקענער
קל: הייסט אז דו ביסט א באפפער?
שטילע רעגט זיך: הער אויף אריינצולייגן שיט אין מיין מויל!
קל: איך בין געווען זיכער אז כ'גיי טרעפן א אינגערמאן וואס קעקעצט לויט דיין שרייבאכץ.
שטילע: חחח ס'האט געדארפט צו זיין א דשאוק
קל: וואס איז די מעשה מיט דיין ספעלינג?
שטילע: אה, איך לייג אריין אסאך צייט אין דעם, ס'איז מיין וואסערמארק. יעדע ספעלינג מיסטעיק איז אין פאקט אן אויסגערעכענטע זאך מיט אסאך השקעה אריינגעלייגט.
קל: אזוי גאר? אפשר ספעלסטע מיר 'נח'?
שטילע: מאכסט א דשאוק, פונקט אזא גרינגע ווארט פרעגסטע? נון, ואו, יוד, אלף, ענדע כיף.
קל: קענסטעך טאקע גוט ספעלן. ווען נעמסטע ארויס א טרעידמארק אויפן ווארט 'שיט'?
שטילע: ווען בעל עגלה נעמט ארויס אויף אלע סמייליס.
קל: וואס איז געווען דיין גרעסטע חידוש ווען דו האסט באגעגנט שש צום ערשטן מאל?
שטילע: אז ער רייכערט
קל: נו, וואס איז דען די חידוש דערמיט?
שטילע: נעעעע, מ'רעדט דא פון מארוכואנא.
קל: וואס איז זיין הסבר דערויף?
שטילע: פרעג אים.
קל: דו ווייסט וואס 'שטילע' איז נוטריקון?
שטילע: וואס?
קל: שיט ל"ע!
דא איז דער אינגערמאן אנטלאפן.
ער האט גע'טענה'ט אז ער האט א וויכטיגע מיטינג צו כאפן.
המשך לא יבוא.
אינטערוויו מיט שטילע איבערן אינטערוויו מיט שש איבערן...
דער אשכול פארמאגט 11 תגובות
איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.
רעגיסטרירן איינשרייבן