מונקא טאבור

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2732
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
האט שוין געלייקט: 308 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל

מונקא טאבור

שליחה דורך דולה ומשקה »

מונקא טאבור

אונגארן תש"א: שווערע און ביטערע צייטן האבן זיך אנגעפאנגען ווען עס איז ארויס דאס מיליטערישע געזעץ, אז אלע געוועזענע אידישע זעלנער און אזוי אויך די אלע וואס האבן געארבעט פאר'ן מיליטער מיט'ן נאמען "מונקא סאזאד", דארפן זיך קומען איינשרייבן צוריק אריינצוקמען אין מילטער דינסט.

ביז דעמאלטס האט יעדע איד אין אונגארן געדארפט דינען אין מיליטער. ביי א געוויסע יארגאנג האט מען געדארפט זיין א יאר צווי אדער דריי אין מיליטער אבער פון דעמאלטס אנגעפאנגען איז עס פארבאטן געווארן. זיי האבן געוואלט ווייזן פאר דייטשלאנד זייערע סימפאטיע, האבן זיי פארבאטן פאר אידן צו גיין אין מיליטער, מיט'ן אפציעלען אויסרייד אז זיי זענען נישט גענונג געטריי און פארלעסליך, און מען קען זיי נישט געטרויען צו דינען אין די אונגארישע ארמיי. באפרייען האט מען זייך אויך נישט געוואלט, האט מען געטראגען די אידן צו צוואנגס-ארבעט, אז אנשטאט די מיליטער זאל דארפען טוהן בויען ארבעט ווי למשל מאכען שאסייען, בריקן, האקן ביימער פאר האלץ אדער פשוט צו ווייל זיי האבען געדארפט א ליידיגע שטח, אדער זיין ממש אויפן פראנט אנטקעגן איבער דער פיינט (רוסישע ארמיי), דארט האבען געדארפט גראבען שוץ גרובער, זוכען און ארויס נעמען מינע'ס, און די וואס האבען אויפן פראנט האבען געארבעט ווען די קוילען אין די קאנאען שיסן העכער זייער קעפ, די סארט צוואנגס-אבעט איז געוועהן אין די ראמען פון די מיליטער, וויבאלד עס האט פאקטיש געדינט פאר מיליטער געברויך, איז דאס געוועהן אונטער א מיליטערישע אופזיכט.

דערפאר זענען אויפגעשטעלט געווארען ספעציעלע באטליאנען פון צוואנגס ארבעטער, וואס האט געהייסען "מונקא-סאזאד", וואס דער טייטש דערפון איז "ארבעטס אידן". און די ארבעטס לאנגערן ווי די צוואנגס ארבעט איז פארגעקומען האט מען גערופען "מונקא טאבור", וואס איז דער אונגארישע ווארט פאר "ארבעטס לאגערן" אדער "קאנצענטראציע לאגער".

אין אנהייב האט געהייסען אז זיי דארפן טאן די זעלבע ארבעט וואס דאס מיליטער, אויסער זיך שלאגן אויפ'ן פראנט, און נישט זיין אינאיינעם מיט די איבריגע מיליטער. אבער שפעטער האט זיך דאס נישט אזוי אויסגעארבעט.

זיי האבן ארויסגעשיקט איינרוף-צעטלעך צו אמאליגע מיליטערלייט, וועטעראנען וואס האבן נאך געדינט ביים עסטרייכע-אונגארישן קריג, און זענען שוין געוועהן עלטערע מענטשן, אז זיי זאלן זיך קומען שטעלן צום מיליטער.

זייערע שלעכטע מחשבה איז געוועהן אדער בעסער געזאגט האט זיך אויסגעשטעלן צו זיין צווייפאכיג. ערשטנס איז נישט געווען קיין אידישע הויז אשר אין שם מת ר"ל. אין יעדע הויז האט געפעלט אדער דער טאטע, אדער א ברודער א.א.וו. אויב דער אריינגערופענער איז געווען דער ברויט-געבער, איז נעבעך די שטוב אינגאנצן צובראכן געווארן. צווייטענס, האבן זיי מיט דעם רוף באפרייט די גוי'אישע ביזנעסער פון זייער אידישע קאנקורענץ.

די אידן זענען אינגאנצען נישט געווען געוואוינט צו אזעלכע שווערע ארבעט און ביטערע ארבעט. אין די היצן און קעלט האט מען געדארפט שטיין און בויען שאסייען און בריקן. די ארבעט אין די ראמען פון צוואנגס ארבעט איז געוועהן ממש אומדערטרעגליך.

די פנימ'ער פון די איידעלע בחורים, יונגעלייט, שוחטים סופרים, וכדומה, זענען פלוצלינג אינגאנצן פארענדערט געווארען, נישט צום דערקענען. אידן וואס האבן נאך אין זייער לעבן נישט געהאלטן קיין האק אדער א האמער אין די הענט, האבן יעצט געדארפט שטיין קרוב צו פופצן שעה א טאג און אויספירן די ביטער שווערע ארבעט אונטער די אונגארישע רשעים. וואס מער סאדיזם זיי האבן ארויס געוויזען כלפי די אומבאהאלפענע אידן, אלץ א העכערע ראנג זענען זיי דערהויבן געווארען ביי זייערע הערן.

פון איין זייט האבן די אידן געדארפט ארבעטן די שווערע ארבעט, און פין די אנדערע זייט האבן געדארפט צושטעלן ברויט מיט מילך פאר זייערע שטוב וואס זיי האבן נעבעך איבערגעלאזט אינדערהיים ווי אויפ'ן וואסער, און זיי האבן דאס ליידער נישט געקענט. עס פלעגט אריבערגיין וואכן און חדשים און די משפחה האט נישט געהערט פון זייערע מאן/קינדער.

איין מונקאטאבור איז געווען אנדערש ווי דער צווייטע מיט איהרע שטרענגקייטן, אין אויך ווי זאכן זענען שוין געוועהן גרינגער איז דאס געוועהן ווי באלד עס האט גרינגער געמאכט פאר די אויפזעהער, זיי האבן דאך דאס נישט געטוהן פאר די גוטסקייט פון די נעבעך'דיגע אידן. יעדער 'מונקא טאבור' איז געוועהן אנדערש איינער פון די אנדערע, איינער זייערע ביטערליך שווער און די אנדערע אומדערטרעגליך שווער.
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
באניצער אוואטאר
קאמענטירער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 768
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 5:06 am
געפינט זיך: אין די ווירטואלע וועלט
האט שוין געלייקט: 306 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 672 מאל

שליחה דורך קאמענטירער »

זייער שיין צאמגענומען די פאקטען האט מען געטון פעולות אפצושטעלן די גזירה? אדער בעסער געפרעגט אויב זאל זיין היינט אזא גזירה וויאזוי וואלטען מיר אויסגעקוקט ? (שומרים מתעסקים ...)
...
פארשפארט