שמואל פרימו האט געשריבן:ראוונע, לזכותך יאמר אז דו ביסט דער ערשטער צו פרעגן זאכליכע קושיות און איך בין דא צו ענטפערן. אבער איידער איך ענטפער, א ווארט פאר די אנדערע מיטגלידער:
איר זעט ווי אזוי מען מאכט א רצח אויף א גאנצע קהילה? - איך בין שוין דא צוויי טעג, און קיינעם איז נישט איינגעפאלן צו פרעגן זאכליכע שאלות, נאר אטאקעס האט מען דא געווארפן, און גראדע זינלאזע אטאקעס. איר פארשטייט? - די זעלבע וואס האבן געשריגן "לאמיר זיך נישט לאזן שאטנאזשירן" - זאל ער ענטפערן קושיות, וכדו', ער פירט זיך אויף ווי א גורו - מאכט יענעם פילן גילטי, דוקא די זענען געווען די וואס האבן אטאקירט, געשריבן צפון קאירא, געשאלטן אנדערע קללות... זיי זענען געווען די וואס האבן אנגעהויבן אויף דער מהלך פון אטאקירן, און ווען זיי זעען אז איך קען אויך גיין אויף דעם וועג, וויינען זיי ווי א ביבער, היתכן, מען מאכט יענעם פילן גילטי.. נו נו, איר אליין האט אויסגעקליבן דעם דרך.
אצינד צו דיינע קושיות:
איך וועל גיין אחת לאחת, אבער די ערשטע קושיא האב איך אויסדערוועלט אז עס זאל פארענטפערט ווערן צום סוף, וויבאלד עס פארלאנגט אן אריכות'דיגן ענטפער:
א. פארוואס טיילט דיין רבי פילן פארען ציבור?
ענטפער:
קודם כל זענען די "פילן" - פון וואס מען מאכט אזא גרויסן בער - פשוטע ווייטעמינען. מיין רבי איז זייער א העלטי מענטש און באפעלט כסדר אכטונג צו געבן אויף די געזונט פון דעם עולם. ער אליין נעמט פארשידענע ווייטעמינען און נאטורליכע רפואות, ער איז זייער א נאטורליכער מענטש. לדוגמא, א גרויסער חלק פון די תקנות הקהילה, איז אוועקגעשטעלט אויף שמירת הגוף והנפש, ביי אונז אין לב-טהור טאר מען נישט רויכערן, א חסיד פון לב טהור רויכערט נישט אפילו פשוט'ע ציגערעטלעך, ווייל עס איז נישט געזונט, עס איז איינע פון די תקנות הקהילה.
אין לב טהור פירט מען אן מיט א שווערע סדר-היום, עס ווערט פארלאנגט פונעם ציבור עבודת השם ביגיעה, אויפשטיין און לערנען וכו'. דער רבי שליט"א שפירט אז צוזאמען מיט דעם, דארף קומען אכטונג צו געבן אויף די געזונט און דאס נישט פארנאכטלעסיגן, וויבאלד דאס קען ברענגען א גרויסער שאדן פאר דעם נפש. דעריבער איז דאס א חלק וואס דער רבי פארלאנגט (ער פארלאנגט עס נישט פון יעדן, הגם ער איז דאס שטארק מעודד, אבער פון געוויסע שוואכע נפשות איז דאס א פארלאנג און עס איז ארויפגעלייגט אויפן סדר היום צעטיל), אז מען זאל נעמען די ווייטאמינען.
יעצט, עס איז יא פאראן אזא זאך ווי פילן, אבער נישט 'פארן ציבור', אזוי ווי דו האסט מנסח געווען דיין טענה. געוויסע יחידים וואס זענען געקומען קיין לב-טהור און האבן פארמאגט א גייסטישע היסטאריע, האט דער רבי זיי דיקטירט אין די דירעקציע פון פילן. דער רבי האט זיי דאן געשיקט צו א דאקטער וועלכער האט זיי פארארדנט פילן, אין געוויסע פעלער זענען די פילן געווען ביים רבי'ן, און יענער האט געמוזט יעדן טאג קומען נעמען די פילן, אויס מורא אז זיי וועלן נישט נעמען וואס זיי דארפן צו נעמען.
היינט צו טאגס איז כמעט נישטא אזעלכע סארט מענטשן. אפשר איינער, וואס איך בין נישט זיכער צי ער נעמט טאקע אדער נישט.
ב. פארוואס טיילט דיין רבי מלקות? (אין קום מיר נישט זאגען אז סאיז נישט אמת ווייל איך קען פערזענליך איינעם וואס האט געכאפט מלקות)
ענטפער:
מיין רבי תמ"ל איז נישט קיין דיקטעיטאר וואס טיילט מלקות. ער פסק'ענט נישט קיין דיני נפשות און ער הייסט נישט סטאלין. וואס יא? - אין קהילת לב טהור דינט מען דעם אויבערשטן אויפן אלטן שטייגער, אזוי ווי פאר דריי-הונדערט יאר צוריק בזמני תלמידי בעל-שם-טוב. ריכטיג, מען זעט שוין נישט היינטיגע צייטן אזעלכע סארט עבודת-השם, אבער אין קהילת לב טהור זעט מען נאך יא. דארט קען נאך יא זיין אידן וואס זאלן חלש'ן ביים דאווענען, דער רבי שליט"א האט געוויזן אז זאת התורה לא תהא מחולפת, און עס איז נאך פאראן עבודת השם אויף דער וועלט.
אז מען קוקט אריין אין זוהר, אין ראשית-חכמה און אין חסידי'שע ספרים, קען מען זיך נישט פארהוילן פון א וועלט מיט סיגופים מיט וואס ערליכע אידן האבן זיך געפירט. ריכטיג, איינע פון די זאכן פון חסידות און פון בעל-שם-טוב איז געווען, אז מען זאל נישט פייניגן דעם גוף און אנגיין מיט סיגופים, און פאר דעם איז דער רבי שליט"א עומד על המשמר אויף די געזונט פון די מענטשן. אבער דער ענין פון סיגופים איז פאראן צווישן אונז, עס זענען פאראן עובדי השם וואס קענען פאסטן משבת לשבת, עס זענען פאראן אידן וואס מאכן גלגול שלג, די זאכן זענען דא, מען קען נישט אויסמעקן דעם זוהר מיט א וועלט פון ראשית חכמה, עס איז א חלק פון אונזער תורה.
דעריבער זענען פאראן אזעלכע (נישט בכפיה נאר מרצונם הטוב), וואס קומען און בעטן אז מען זאל זיי שלאגן מלקות. צומאל בעט מען איינעם פון די חסידים, אמאל סתם א חבר און אמאל האט מען ליב צו גיין צו הרב ראזנער שליט"א, און אמאל זענען פאראן אזעלכע וואס שעמען זיך פאר די חברים און קומען צום רבי'ן אליין, וועלכער טוט דאס פאר די חסידים.
עס איז נישט פאראן בשום אופן א מצב, אז דער רבי תמ"ל זאל אריינרופן א יונגערמאן און אים געבן מלקות אלס שטראף אדער פאר אן עבירה.
ג. פארוואס איז די רבי׳ס אייגענע זון אנטלאפען? (אויך געהאט גייסטישע פראבלעמען?)
ענטפער:
איך קען דיר ענטפערן באריכות, אבער איך וועל דיר ענטפערן פשוט'ער.
פארוואס איז ר' אהרן טייטלבוים אנטלאפן פון זיין טאטע'ן?
פארוואס איז ויז'ניצע רבי (א' און ב' - קודם ער און נאכדעם ער) אנטלאפן פון זיין טאטע'?
נאך א ליסטע פון רבי'שע נעמען...
פרעגסט קושיות אויף רבי'שע פאליטיק? - מאכט זיך אין יעדע קהילה - איבעראל איז דער אנדערער דער שגץ...
(גוט, איך מוז מיר באווארענען... אנדערע וועלן פרעגן אז זיי זענען נישט אנטלאפן, נאר מען האט זיי פארשיקט... מורא'דיג - אפגעפרעגט... הצד השוה אז רבי'שע פאליטיק איז דא איבעראל.)
ד. איז עס אמת אז דיין רבי איז זיך מייחד מיט נשים?
ענטפער:
הא הא, דו האסט א הוכחה דערויף? - אדער האסטו עס אליין געהערט פון א חבר וואס האט געהערט פון א חבר... די דורטי מיינדס פון מענטשן, וואס האבן ליב צו גלויבן יעדע שמוץ. יא יא, די זעלבע שמועות וואס מען האט געזאגט פארן צאנזער רב אז אין רוזשין פארן די פרויען אויף פערד און די פרויען טאנצן אין בית-המדרש. אלס יונגל האט מען מיר געזאגט אז דער ליובאוויטשער רבי נעמט אויף נשים מיט א פארמאכטע טיר ביחידות, מיט א היתר אז לייבל גרונער קען דארט אריינקומען (אויב ער וויל - ער וואלט עס דאך קיינמאל נישט געטאן פאר זיין רבי'ן...)
זאג נאר, וועלכער דזשענערעישן ביסטו? - ביסט טאקע אזוי פאנאטיש צו גלויבן די אלע שמועות?
אינטערעסאנט אז דו האסט מיר נישט געפרעגט איבער דאס וואס מען האט מיר פארקויפט אלס בחור, אז דער רבי האט א ריזיגע ווידאו מאשין, דארט האט ער אויגן צו יעדן חסיד אין בעדרום און ער האלט אלעס מיט מיטן חסיד, און אויף מארגן גיבט ער אים מלקות אויב האט ער זיך נישט שיין אויפגעפירט... הער אויף מיט די נאנסענס.
אויף מיין ערשטע שאלה האסטו נישט גענטפערט
פארוואס מאכט דיין רבי חתונה אינגע מיידלעך מיט מענער וואס זענען אסאך עלטער ווי זיי?
דעס וואס די זאגסט לגבי מלקות אז עס איז קיינמאל נישט בכפי׳ איך קען פערזענליך א אינגערמאן וואס האט געוואלט איבערלאזען די קהלה (ווי ער איז אויפגעוואקסען דארט נאך פון אלץ קינד. אין ער האט געוואלט איבערלאזען זיין ווייב אין אוועקגיין פון דארט האט ער קודם געדארפט מקבל זיין מלקות אין נאכדעם האט ער געקענט געבן א גט פאר זיין ווייב
אין איך שטעל מיך פאר אז די גייסט מיר ענטפערען אז ער זאגט מיר ליגענט אבער איך קען אים שוין פון אלץ קינד אין איז אלע יארען געווען א הייסע לב טהור חסיד אין פלוצלינג דא פארציילט ער אזאלכע מעשיות וואס איז דרך אגב עפעס וואס מען הערט פון יעדעם וואס איז אנטלאפען פון דארט אז מלקות איז א רעגולער עונש דארט עס איז נאכנישט געווען איינער וואס זאל אנטלויפען פון דארט אין זאגען אז די גאנצע מלקות געשעפט איז לא דובים ולא יער