איש כי יפליא – צוויי קינדער נזירים אין לעיקוואוד

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9698
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3445 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9136 מאל

איש כי יפליא – צוויי קינדער נזירים אין לעיקוואוד

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

די נייעס קוואלען האבען געבוזשעוועט לעצטענס מיט א טשיקאווע עפיזאדע וואס האט זיך אפגעשפילט אין לעיקוואוד א פאר וואכען צוריק, זיי האבען גענומען די מעשה פון דא. א גרופע צוועלף יעריגע קינדער האבען געלערנט מסכת נזיר, און צוויי פון זיי האבען געזאגט אויף זיך 'הריני נזיר שעה אחת'. לויט די נייעס אייגענטומער האט מען געברענגט די שאלה צו אחד מראשי המו"צים בלעיקוואוד, הרב יעקב אפרים הכהן פארכהיימער, וואס האט געשיקט די שאלה צו הרב שמואל קאמענעצקי אין פילאדעלפיא, וואס האט געפסקנ'ט אז זיי זענען נזירים שלשים יום און מ'דארף זוכען א פתח התרה. ער האט געהייסען אבער ווארטען ביז נאך שבת צו סטראשען די קינדער אז די מויל זאל נישט בלייבען הפקר, און דערנאך מתיר נדר זיין מיט א ב"ד.

דער ביהמ"ד האט אנגעהויבען פלאקערען אויף די פסק, און איך וויל דא מציע זיין די צדדים אחת לאחת, און די חכמי השטיבעל זאלען ווייטער האנדלען כדרכו של תורה.

א. די הלכה פון מופלא סמוך לאיש איז 'קטן בן שתים עשרה שנה ויום אחד וקטנה בת אחת עשרה שנה ויום אחד שנשבעו או נדרו בין נדרי איסר בין נדרי הקדש בודקין אותן ושואלין אותן אם יודעין לשם מי נדרו ולשם מי הקדישו ונשבעו נדריהן קיימים והקדשן הקדש ואם לא ידעו אין בנדריהם ובדבריהם כלום וצריכין בדיקה כל השנה כולה שהוא שנת י"ב לקטנה ושנת י"ג לקטן'. דאס איז די לשון הרמב"ם אין פרק י"א מהל' נדרים. דער באדייט פון די בדיקה איז לכאורה, וויבאלד פיהל מענטשען מיינען אז דער חיוב צו האלטען א נדר איז צו זיין א 'ווארט'ס מענטש' אז מ'טוט וואס מ'האט זיך אונטערגענומען און אז מ'קען זיך פארלאזען דערויף. דערווייל איז האלטען ווארט א פיינע מדה, אבער צו נדרים האט עס גאנץ ווייניג. א נדר איז א קונם, א הקדש וואס איז חל אויפ'ן חפץ און מ'טאר נישט פארשוועכען די קדושה. א קטן דארף וויסען לשם מי נודרין, הייסט'ס ער ווייסט אז דער שם שמים איז חל אויפ'ן חפץ און ער דארף זיך פיהרען ריכטיג צו דער שם שמים.
דאס איז אלס גוט ביי נדרים. ביי נזירות, וואס דארט איז אויך געזאגט געווארען דער דין פון מופלא הסמוך לאיש (פ"ב הלי"ג מהל' נזירות), פאסט שוין גאנץ ווייניג די חילוק (ועי"ש בראב"ד). דעריבער וואלט מען אנגענומען בפשטות אז די קינדער זענען אריבער די בדיקה בשלום, און ממילא בלייבען זיי נזירים.

ב. דער מודעא פון ערב ר"ה, טאמער זיי זענען שוין געווען צוועלף יאר אלט דעמאלס, איז אביסל פראבלעמאטיש, וויבאלד מ'האט זיי דעמאלס נישט בודק געווען. (א סתירה צו א', נו קען זיין, זאל א צווייטער מיישב זיין).

ג. דאס ווארטען ביז נאך שבת איז נאך א פראבלעם. דער גמרא זאגט אונז אין פיהל פלעצער 'לך לך אמרי נזירא סחור סחור לכרמא לא תקרב'. און אזוי פסקנ'ט דער רמב"ם (פ"ה הל"י) מדברי סופרים שאסור לנזיר לעמוד במושב שותי יין ויתרחק ממנו הרבה שהרי מכשול לפניו אמרו חכמים סביב לכרם לא יקרב ע"כ. קומט אויס אז די קינדער האבען נישט געמעגט זיצען מיט די משפחה ביים שבת סעודה. די גדרי הלכה זענען נישט צו קלאר, איך האב געהערט אז איינער האט שוין א ספר דערוועגען, ולא זכיתי לראותו.

ד. דער רמב"ם שרייבט (פ"ב הל' נזירות הל' כא) אין הנזירות נוהגת אלא בארץ ישראל ומי שנזר בחוצה לארץ קונסין אותו ומחייבין אותו לעלות לארץ ישראל ולהיות נזיר בארץ ישראל כמנין הימים שנזר לפיכך מי שנדר בזמן הזה בחוצה לארץ כופין אותו לעלות לארץ ישראל ולהיות נוהג שם נזירות עד שימות או עד שיבנה המקדש ויביא קרבנותיו במלאת ימי נזרו: וכל זמן שהוא בחוצה לארץ הרי זה אסור לשתות יין ולהטמא למתים ולגלח וכל דקדוקי נזירות עליו ואע"פ שאין ימים אלו עולין לו ואם עבר ושתה או גלח או נגע במת וכיוצא בנגיעה לוקה, ע"כ. די קינדער האבען נישט געמעגט בלייבען אין לעיקוואוד אויף שבת, זיי האבען געמוזט זאפארט פארען קיין א"י.

ה. דאס שואל זיין אויפ'ן נזירות איז גארנישט אזוי פשוט. דער משנה למלך (פ"ב מהל' נזירות הלי"ג) קלערט א שאלה צו א מופלא סמוך לאיש קען שואל זיין אויף זיין נזירות און ער טרעפט נישט קיין תשובה דערצו (אין בנין ציון שרייבט ער אז ס'איז זיכער יא דא א התרה). הרב שלמה קלוגער שרייבט קלאר אז ער מיינט נישט א מופלא הסמוך לאיש וואס האט נודר געווען נאר אז זיין טאטע האט איהם מדיר געווען בנזירות. דער אמרי בינה אין הל' נדרים סי' כ"ח קלערט עס אבער ביי יעדער נדר און דער שואל אין שו"ת חת"ס יו"ד י' ט' ד"ה ומ"ש הקטן נעמט אן לכאורה אז אפילו בגדלותו קען מען נישט מתיר זיין. דער חת"ס באציט זיך נישט צו זיין עיקר סברא, און לכאורה ס'האט א פשט. א נדר פון א קטן קומט דאך אן דעת, ט'ווי וועט מען טרעפען א פתח אז זיין דעת איז נישט מיט איהם. דער גאנצע חידוש פון א קטן איז אז ער קען נודר זיין אפילו אן א דעת. וועסטו פרעגען אויב אזוי, אפילו ביי א גדול זאל אנגייען דער דין פון א נדר פון א מופלא הסמוך לאיש. א גוטע קשיא. דער טעם וואס מ'ברענגט פארוואס דער נדר פון א מופלא הסמוך לאיש האט נישט קיין התרה איז וויבאלד דער ילפותא פון התרה איז לא יחל דברו הוא אינו מיחל אבל אחרים מוחלין לו (חגיגה י.), דאס פאסט נאר ביי איינער וואס האט אן איסור. וויבאלד דער קטן האט נישט קיין חיובים, פאסט נישט ביי איהם קיין לא יחל דברו, און דעריבער איז נישט דא קיין אחרים מוחלין לו אויך נישט.

ו. למעשה וואלט איך געזאגט אז ס'גייט אריין אינ'ם גדר פון נדרי שגגות, וואס די קינדער האבען נישט געוואוסט בכלל וואס דא טוט זיך, זיי האבען געמיינט אז דרייסיג טעג איז דער מאקסימום נזירות וואס איז זיי נוגע. זיי האבען נישט געוואוסט דער פסוק אין חומש 'ואחר ישתה הנזיר יין' און ביז די קרבנות טארען זיי נישט טרינקען קיין וויין צו עסען טרויבען וכו' וכו'. דאס דארף א גרעסער ת"ח ווי מיר מחליט זיין.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ליטוואק פון בודאפעסט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא

דער אשכול פארמאגט 19 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר