סאטמאר מהר"א פאנגט אן קויפן פלייש ביי פישל'ס אנשטאט עללי

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: סאטמאר מהר"א פאנגט אן קויפן פלייש ביי פישל'ס אנשטאט עללי

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

ניין, מ'האלט אז מונחת איז נישט קיין חומרא און זיכער נישט ווערט די פרייז פון מוותר זיין אויף עכטע הידורים

Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
מור וקציעה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 442
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 01, 2015 10:07 pm
האט שוין געלייקט: 470 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 585 מאל

שליחה דורך מור וקציעה »

גאנצל האט געשריבן:הרב מור קודם א דאנק פאר דיין טירחא אפצושרייבן די פאר שורות

סאו לגבי סירכות זענען ביידע די זעלבע -אגב ווי זוי איז ביי די אנדערע שחיטות זענען זיי מקיל אין סירכות ?

די שיטות אויף סירכות איז פארפלאנטערט נישט ווייניגער ווי זמן צאה''כ צו סוזק''ש וכדומה, אבער אויפן שפיץ גאפל איז דא דריי עיקר מהלכים (אנדערע וואלטען עס מעגליך כאראקטאראזירט אביסעל אנדערש) בעניני סירכות [פארשטייט זיך סווענדט זיך צו סאיז בין אונה לאונה או בין אונה לאומה, צו איך לערן ווי רש''י אז יעדע אמת'ע סירכא מיינט אז ס'געווען א לאך צו איך האלט ווי תוס' אז סירכות זענען גורם לעכער ווייל עס שלעפט די לונג און סאיז טריפה על שם העתיד]

א דעת מרן המחבר ע''פ הרשב''א ורוב הראשונים אז עס טאר נישט האבען קיין שום סירכא

ב דעת רבינו הרמ''א וגדולי אשכנז אז מ'מעג ממעך וממשמש זיין, אבער נישט רייסן

ג שיטת הגאון רא''ז בבית אפרים ומורינו רבי צדוק הכהן בתפארת צבי ועוד שמותר לקלוף את הסירכות דאס טייטש מ'מעג עס אראפרייסען נאר מ'זאל עס בודק זיין נאכדעם מיט וואסער אויב ס'מאכט באבעלס ווען מ'בלאזט עס אויף

טייל פון די גרעסטע גאונים ופוסקים זענען ארויסגעקומען קעגען די קולות וביניהם הנו''ב החת''ס [שכתב: ושומר נפשו ירחק מכל אלה] הגר''ח מוולוזין,
אבער דער מנהג איז געווען לקולא כמבואר בערוה''ש ועוד ובפרט אין די קאלטע לענדער ווי אלע בהמות האבען סירכות צוליב די וועטער (ווייל ווען איין זייט לונג איז בערך הונדרעט דעגרי פון די אינערליכע היץ און די אנדערע זייט שעפט ער אריין סוב זעראו קעלט ווערט פון דעם רירין וסירכות אזוי ווי פענסטערס וואס ווערען נאס אין ווינטער)
חוץ ביי דקות (לעמב וויעל) ווי קיינער איז נישט מיקל

עללי און היברו-נעשונאל זענען זיך סומך אויפן בית אפרים הנ''ל [הגם עללי וועט עס נישט מודה זיין]

אלע בהמות וואס זענען כשר אויך לשיטת הרמ''א אדער ב''י ווערט אוועקגעלייגט פאר פאלאטשעק/אורבאך, סאטמאר, חשאל/ספרדים וכו'

פונקט ווי יעדער קען האבען אן אנדערע מיינונג איבער דעם זעלבען לולב אדער אתרוג צו ס'הייהסט א הימנק אדער חזזית, וועט יעדער בודק האבען אן אנדער מיינונג איבער דעם זעלבען סירכא אפילו אויב זיי גייען מיט די זעלבע פוסקים

אגב, אין רמ''א אליין איז דא מחלוקת וואס ער מיינט,
באופן כללי איז 82 מער מחמיר אויף די סירכות ווי מאנראו אבער ביידע זענען לכל היותר נאר מחמיר אויף שיטת הרמ''א שכאמור שנויה במחלוקת בין הפרמ''ג המיקל והתבוא''ש שמחמיר, ועוד


איך גיי מיך נאך פרעגן אויף דעם און אויך אויף שטיין זאלץ ווייל איך זעי אז אין קר"י בית השחיטה איז ער נישט מותר אויף דעם


די פארשטייסט אליין אז שטיין זאלץ איז נישט קיין ארטיקעל אין די גואישע מארקעט אין עס איז כמעט נישטא צו באקומען, אין מאנראו קען מען נאך אויסארבעטען עפעס מקען באשטעלען ריזיגע שיפמענטס ווען עס איז אוועיליבעל און אוועקלייגען אין אייגענע סטאורעזש , משא''כ ווען מגייט קיין מעקסיקא אדער אורוגוויי איז עס כמעט אומעגליך, מהר''א'ס בשר בהמה זענען שוין לאנג נישט שטיינזאלץ,
82 נוצט שטיינזאלץ נאר פאר קעלבער גלאט, אבער סתם אזוי זענען זיי נישט מקפיד, דער ברך משה האט אויך נישט מחמיר געווען אויף דעם


סאו די ווארט איז נאר בדיקות און די משגיח וואס האט רח"ץ כ"ץ אקעגן די צוויי זאכן ?


רח''ד כ''ץ האט אויך א עקסטערע משגיח הרב רוטנברג, טרוקענע בדיקות מאכן אנדערע אויך, הרב ווייסמנדל זאגט אז ביי דעיוויד עליאט מאכט מען אויכעט אזוי

יעצט לגבי מונחת אויב איר קענט קלארער ארויסברענגען די מוטשעניש פון מונחת דערווייל איז זיין איינציגע פראבלעים מיט דעם אז ער קען נישט טרעפן א געהעריגע פלענט דורך מיעל מארט וואס איז דאס גרייט צו אקצעפטירן אויך זעי איך אז מיעל מארט שטעלט זיך היבש און די לענג און די ברייט אז דאס זאל אויף עפעס א וועג געלעזט ווערן סאו פשט איז אז מיט אביסל/אסאך שוועריקייטן וועט דאס איה צושטאנד קומען

קיין איין גוי'אישע פלענט וויל נישט מונחת משום ארגוני צעב''ח (כגון פיט''א) שמפעילים הרבה לחץ, עללי האט נישט קיין אייגענע פלענט, ממילא קענען זיי נישט טרעפן קיינעם

(דעס אז הר' בעלסקי האט נישט געהאלטן פון זיך אריינלייגן אזוי שטארק דערין איז נישט קיין קשיא לגבי סאטמאר וואס האט אלס זיך מער געשטעלט און מער געקשנט אויף חומרות און הידורים ר' אהרן האלט קלאר -קענסט מחולק זיין אויף אים- אז ווען ס'וואלט געווען א מעגליכקייט אינעם דברי יואלס צייטן צו האבן מונחת וואלט ער נישט צוגעלאזט קיין שחיטה תלוי' מילא איז פשוט פארשטענדליך אז ר' אהרן איז גרייט צו נעמען אויף זיך די שוועריקייטן)

לאו דוקא, עמפייער, דעיוויד עליאט זענען לענ''ד נאך אזוי מהודר ווי די שחיטה מהודרת אין מאנראו

עללי און אנדערע שחט אין א ספעציעלע באקס, וואס האלט די בהמה זאל זיך נישט רירען, דעס איז נישט תלויה, וואס אפילו יענטס האט ר' משה מתיר געווען


יישר כח למפרע

כל הכבוד
אמר לה ינאי מלכא לדביתהו [=לאשתו], אל תתיראי מן הפרושים ולא ממי שאינם פרושים, אלא מן הצבועים, הדומין לפרושים ואינם פרושים, שמעשיהם כזמרי ומבקשים שכר כפינחס.
תלמוד בבלי סוטה כב ע''ב
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

קודם נאכאמאל א דאנק זעהר קלאר און שיין אראפגעשריבען

ווי עס ווייזט אויס לויט דיינע שורות אז מאאר עלעסס איז סאקמיר רב נישט אויפגעקומען מיט נייע חומרות נאר ער וויל צוזאם נעמען אלע חומרות לפונדק אחד און ס'זאל זיין א שחיטה וואס האט אין זיך אלע חומרות והידורים

(נאך איין זאך אויב דו קענסט פארשטיין געבן וואס איז געווען די וויי געשריי פון קאשוי רב ר' רפאל ז"ל ?)

צווייטנס זעי איך אז ר' אהרן וועט סוכ"ס מוזן אוועק גיין פון מיעל מארט און זיך טרעפן אנדערע פלענטס ווי מ'קען יא האבן מונחת

אגב סאלמאנס/פישלס וואס זיי שחט'ן אויך מונחת , וווי שחט'ן זיי ?
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

זיי האבען אן אייגענעם פלענט אין נעבראסקא
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

פארוואס האבן רואשקין און סאלמאנס אייגענע פלענטס מה שאין כן ביי מיעל מארט ?
מור וקציעה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 442
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 01, 2015 10:07 pm
האט שוין געלייקט: 470 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 585 מאל

שליחה דורך מור וקציעה »

גאנצל האט געשריבן:קודם נאכאמאל א דאנק זעהר קלאר און שיין אראפגעשריבען

ווי עס ווייזט אויס לויט דיינע שורות אז מאאר עלעסס איז סאקמיר רב נישט אויפגעקומען מיט נייע חומרות נאר ער וויל צוזאם נעמען אלע חומרות לפונדק אחד און ס'זאל זיין א שחיטה וואס האט אין זיך אלע חומרות והידורים
אה''נ
(נאך איין זאך אויב דו קענסט פארשטיין געבן וואס איז געווען די וויי געשריי פון קאשוי רב ר' רפאל ז"ל ?)

אויף דעם איז דאך שוין דא א באזונדערע אשכול, עס איז נישט פאר מיינע כוחות, איך האב אויסגעמיטען יענע אשכול בכוונה,

זיין זון שמחה ישראל האט אים פארפירט, אין דער ברך משה האט אויך נישט געהאנדעלט ריכטיג, ווייל פון א ת''ח דארף מען אביסעל ליידען, הגם איך פארשטיי גוט זיין פראסטרעשאן און איך אליין וואלט נישט געהאנדעלט בעסער, עקספעקט איך אבער פון א רבן של ישראל מער איינגעהאלטענקייט, ודי בזה


צווייטנס זעי איך אז ר' אהרן וועט סוכ"ס מוזן אוועק גיין פון מיעל מארט און זיך טרעפן אנדערע פלענטס ווי מ'קען יא האבן מונחת

איך מיין אז ר' אהרן וועט קיינמאל נישט אוועקגיין, עללי איז זיין גרעסטע קאסטימער,

בכלל האט ער יעצט הכרת הטוב, ווייל ער זעהט אז די וויינשטאק'ס טוען אלעס וואס זיי קענען אים העלפען,און פארגעס נישט, חיים שלמה ווערט געשמירט ;)


אויב די USDA וועט אנהויבען אריינלאזען ביעף פון ארגענטינא וועט ער אפשר אהינגיין, ה' יודע

אגב סאלמאנס/פישלס וואס זיי שחט'ן אויך מונחת , וווי שחט'ן זיי ?

Nebraska
אמר לה ינאי מלכא לדביתהו [=לאשתו], אל תתיראי מן הפרושים ולא ממי שאינם פרושים, אלא מן הצבועים, הדומין לפרושים ואינם פרושים, שמעשיהם כזמרי ומבקשים שכר כפינחס.
תלמוד בבלי סוטה כב ע''ב
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

פון גיין צו אגרי פארלירט ער נישט מיעל מארט ווייל מיעל מארט גייט דעסטריביוטן די פלייש כפי השמועה

איך מיין אז חיים שלמה'ס פעיראל איז סתם א שאד פאר מיעל מארט........... ווייל מיעל מארט ארבעט זייער שווער צופרידן צו שטעלן ר' אהרן.........

אגב דער ברך משה האט דעס -און אסאך אזעלכע זאכן- אנגעקוקט ווי פרעזענליכע אטאקע פון וועלן אונטערברענגן סאטמאר'ס כח נאכן פטירה פונעם דברי יואל צו ער איז געווען גערעכט צו נישט ? אסאך האלטן אז יא וגם אני
מור וקציעה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 442
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 01, 2015 10:07 pm
האט שוין געלייקט: 470 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 585 מאל

שליחה דורך מור וקציעה »

נישט נאר די דיסטריביושען נאר די גאנצע שחיטה אין פאוסטוויל איז געווען דורך עללי, ווער מיינסטו האט געשחטען? און קער גענומען פון לאג'יסטיקס?
אמר לה ינאי מלכא לדביתהו [=לאשתו], אל תתיראי מן הפרושים ולא ממי שאינם פרושים, אלא מן הצבועים, הדומין לפרושים ואינם פרושים, שמעשיהם כזמרי ומבקשים שכר כפינחס.
תלמוד בבלי סוטה כב ע''ב
מר. קלונימוס
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 306
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 17, 2016 3:45 pm
האט שוין געלייקט: 465 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 327 מאל

שליחה דורך מר. קלונימוס »

berlbalaguleh האט געשריבן:מיין תגובה האט נישט קיין דירעקטן שייכות צו די נושא האשכול: מ'מוז קאמפלימענטירן מהר"א מ'סאטמאר שליט"א. ער זיצט נישט אויף זיין חלק אחוריים מיט פארלייגטע הענט און שרייט פוי, שייגעץ. נאר ער פארט ארום, סייווי צו אדורכפיהרן זיינע פלענער (רוף עס אגענדא) לטובת הציבור הסרים למשמעתו. זאלל עס זיין אריזאנא ווייץ אדער שחיטת בהמה למהדרין. אדער סיי וועלכע אנדערע ענין. דער מהרז"ל שליט"א האט נישט געטון א צענטל פאר זיין ציבור, חוץ פארן קיין ארץ ישראל מיט בליצענדע לעמפלעך, סיי ביציאתו און סיי בחזרתו. אדער אפילו צו א לאקאלע חתונה, קען ער אנדערש נישט פארן נאר מיט די בליצערלעך און סירענעס. משא"כ דער מהר"א ווען ר'איז געווען אין א"י איז נישט געווען קיין איינציגער מעמד מיט לעמפעלעך... :P :o

וועם ווילסטו א קאפ דרייען מיט דיינע שקרים? דא האט איר דיין העיליגן רבי'ן אהרן מיט אלע בליצענדע לעלאאס קומען צו א חתונה אין בארא פארק א חודש צוויי צוריק
https://www.youtube.com/watch?v=C-1TLjM ... e=youtu.be
איך רעד צום וואנט קוקט אויס
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

גאנצל האט געשריבן:
אגב דער ברך משה האט דעס -און אסאך אזעלכע זאכן- אנגעקוקט ווי פרעזענליכע אטאקע פון וועלן אונטערברענגן סאטמאר'ס כח נאכן פטירה פונעם דברי יואל צו ער איז געווען גערעכט צו נישט ? אסאך האלטן אז יא וגם אני

דו האלטסט אז קאשויער רב וואלט קיינמאל זיך נישט צוטוהן געמאכט פון א מעורר אויף א פירצה, נאר דא האט ער עס להכעיס אנגענומען אבי אונטערצוברענגען סאטמאר??
באניצער אוואטאר
ביליג
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 561
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 07, 2015 10:54 pm
האט שוין געלייקט: 356 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 289 מאל

Re: סאטמאר מהר"א פאנגט אן קויפן פלייש ביי פישל'ס אנשטאט עללי

שליחה דורך ביליג »

יישר כח @מור וקציעה פאר די שיינע הסברים און @גאנצל שאלת חכם חצי תשובה
עס איז זייער איפארמאטיוו!
אז מען רעדט שוין, האט סאטמאר נאך א פראבלעם מיט אוועקגיין פון וויינשטאק, ווייל ער קויפט אפ כמעט אלע אויבערשטע חלקים פון די עופות פון קרית יואל שחיטה. (ער ניצט עס פאר קאלד קאטס)
און ער זאגט אז אויב מען לאזט אים אפ מיט די בהמה, וועט ער אפהאקן די דיעל מיט די עופות.
כך שמעתי ממקור ראשון ונאמן לי
ביליג איז טייער...
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

מור וקציעה האט געשריבן:נישט נאר די דיסטריביושען נאר די גאנצע שחיטה אין פאוסטוויל איז געווען דורך עללי, ווער מיינסטו האט געשחטען? און קער גענומען פון לאג'יסטיקס?


איז דאך אויב אזוי ר' אהרן האלב געהאלפן ווייל ער וועט שחטן מונחת ביי רובאשקין
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

ריכטיג האט געשריבן:
גאנצל האט געשריבן:
אגב דער ברך משה האט דעס -און אסאך אזעלכע זאכן- אנגעקוקט ווי פרעזענליכע אטאקע פון וועלן אונטערברענגן סאטמאר'ס כח נאכן פטירה פונעם דברי יואל צו ער איז געווען גערעכט צו נישט ? אסאך האלטן אז יא וגם אני

דו האלטסט אז קאשויער רב וואלט קיינמאל זיך נישט צוטוהן געמאכט פון א מעורר אויף א פירצה, נאר דא האט ער עס להכעיס אנגענומען אבי אונטערצוברענגען סאטמאר??


איך וויל נישט פארדרייען דעם אשכול, אבער קאשוי האט קיינמאל געגליכען די סאטמארע כח דאס איז איינס

צווייטנס ווען סאקמיר רב ז"ל איז אוועק האבן אסאך קהלות און אנדערע זייער שטארק געוואלט אז די סאקמירע שטארקייט זאל אריבער גיין צו זיי

איך גיי נישט אנווארטן אין דעם אשכול אויף דעם ענין מער
מור וקציעה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 442
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 01, 2015 10:07 pm
האט שוין געלייקט: 470 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 585 מאל

שליחה דורך מור וקציעה »

גאנצל האט געשריבן:
מור וקציעה האט געשריבן:נישט נאר די דיסטריביושען נאר די גאנצע שחיטה אין פאוסטוויל איז געווען דורך עללי, ווער מיינסטו האט געשחטען? און קער גענומען פון לאג'יסטיקס?


איז דאך אויב אזוי ר' אהרן האלב געהאלפן ווייל ער וועט שחטן מונחת ביי רובאשקין

אגרי איז א קראנקע בעט און איז גרויסע שוועריקייטן, זיי שחטן א חודש וואס עללי שחט א טאג, עללי דערלייגט אויך די הויזן דארט, צו לאנג קען עס נישט אנהאלטען
אמר לה ינאי מלכא לדביתהו [=לאשתו], אל תתיראי מן הפרושים ולא ממי שאינם פרושים, אלא מן הצבועים, הדומין לפרושים ואינם פרושים, שמעשיהם כזמרי ומבקשים שכר כפינחס.
תלמוד בבלי סוטה כב ע''ב
קנאק-יענקל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 63
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 09, 2016 2:43 pm
האט שוין באקומען לייקס: 29 מאל

שליחה דורך קנאק-יענקל »

מור וקציעה האט געשריבן:דער ברך משה האט אויך נישט מחמיר געווען אויף דעם


אויף וואס יא?....

דו לץ איינער.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ריכטיג האט געשריבן:
גאנצל האט געשריבן:
אגב דער ברך משה האט דעס -און אסאך אזעלכע זאכן- אנגעקוקט ווי פרעזענליכע אטאקע פון וועלן אונטערברענגן סאטמאר'ס כח נאכן פטירה פונעם דברי יואל. צו ער איז געווען גערעכט צו נישט? אסאך האלטן אז יא וגם אני

דו האלטסט אז קאשויער רב וואלט קיינמאל זיך נישט צו טוהן געמאכט פון א מעורר אויף א פירצה, נאר דא האט ער עס להכעיס אנגענומען אבי אונטערצוברענגען סאטמאר??

ריכטיג: וואס קאשוי'ער רב זצ"ל האט געטון בתורת קנאות האט ער קיינמאל נישט געשפיעלט פאליטיק. ר'איז געווען א גרויסער ירא שמים. צו ר'איז געווען גערעכט צו נישט קענמען זיך דינגען. אבער פאליטיק איז זיכער נישט געקומען ביי איהם אין חשבון. ביי דעם היינטיגן רבי הגה"צ מוהר"ר אליעזר חיים שליט"א, זיכער יא...!
Nanach
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 389
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 11, 2021 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1104 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 417 מאל

שליחה דורך Nanach »

מור וקציעה האט געשריבן:
גאנצל האט געשריבן:קודם נאכאמאל א דאנק זעהר קלאר און שיין אראפגעשריבען

ווי עס ווייזט אויס לויט דיינע שורות אז מאאר עלעסס איז סאקמיר רב נישט אויפגעקומען מיט נייע חומרות נאר ער וויל צוזאם נעמען אלע חומרות לפונדק אחד און ס'זאל זיין א שחיטה וואס האט אין זיך אלע חומרות והידורים
אה''נ
(נאך איין זאך אויב דו קענסט פארשטיין געבן וואס איז געווען די וויי געשריי פון קאשוי רב ר' רפאל ז"ל ?)

אויף דעם איז דאך שוין דא א באזונדערע אשכול, עס איז נישט פאר מיינע כוחות, איך האב אויסגעמיטען יענע אשכול בכוונה,

זיין זון שמחה ישראל האט אים פארפירט, אין דער ברך משה האט אויך נישט געהאנדעלט ריכטיג, ווייל פון א ת''ח דארף מען אביסעל ליידען, הגם איך פארשטיי גוט זיין פראסטרעשאן און איך אליין וואלט נישט געהאנדעלט בעסער, עקספעקט איך אבער פון א רבן של ישראל מער איינגעהאלטענקייט, ודי בזה


צווייטנס זעי איך אז ר' אהרן וועט סוכ"ס מוזן אוועק גיין פון מיעל מארט און זיך טרעפן אנדערע פלענטס ווי מ'קען יא האבן מונחת

איך מיין אז ר' אהרן וועט קיינמאל נישט אוועקגיין, עללי איז זיין גרעסטע קאסטימער,

בכלל האט ער יעצט הכרת הטוב, ווייל ער זעהט אז די וויינשטאק'ס טוען אלעס וואס זיי קענען אים העלפען,און פארגעס נישט, חיים שלמה ווערט געשמירט ;)


אויב די USDA וועט אנהויבען אריינלאזען ביעף פון ארגענטינא וועט ער אפשר אהינגיין, ה' יודע

אגב סאלמאנס/פישלס וואס זיי שחט'ן אויך מונחת , וווי שחט'ן זיי ?

Nebraska

ווי איז די אשכול וואס רעדט פון די ניקור פרשה?
פארשפארט