מבני בניו של המן למדו תורה בבני ברק (פה סח 2)

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

מבני בניו של המן למדו תורה בבני ברק (פה סח 2)

שליחה דורך וואלווי »

עס איז באקאנט די מעשה פון די גוי וואס האט זיך אמאל משתתף געווען ביי א סדר אין א יודישע שטוב, און כדרכם פון ישראל קדושים האט מען מאריך געווען ביי די הגדה ע"ד פרד"ס אזוי ווי עס פאסט פאר'ן הייליגסטען נאכט, ביז דער גוי האט שוין נישט געקענט אויסהאלטן נאר אויף אביסעל רעטעך און חריין, און איז אנטלאפן תיכף פאר שולחן עורך נאך פאר ער האט זיך געקענט דערכאפן די נשמה מיט א רייכען יום טוב'דיגען מאלצייט.

מ'דערציילט אבער אז ביי דער רבי ר' שמעלקא ניקלעשבורגער זי"ע האט זיך אויך געפונען א גוי אלס קביעות'דיגע גאסט ביים סדר, און דא איז שוין אנדערש געווען אין דער גוי איז יא געבליבען. די סיבה איז געווען, אז בימים ההם האט מען געדארפט פסח אריין נעמען אין די גאנצע עבודת הקודש פונ'ם טאג מטעם די רעגירונג א שומר, כדי להוציא מלבם פון די שונאי ישראל וואס פלעגן פרעדיגען די פארשעמטע בליט בלבולים אויף יודישע קינדער. אזוי האט דער ערל זוכה געווען צו מיטהאלטן יאר איין יאר אויס די לילי סדר הארוכים ווי דער ר"ר שמעלקא טייטשט אזוי שיין אויס די גאנצע הגדה מילה במילה, ביז איין יאר נאכן ענדיגען דער סדר האלטענדיג ביי נרצה רופט זיך אן דער ר"ר שמעלקא, איך בעט דיר הייליגע באשעפער לשנה הבאה בירושלים, לייז אונז שוין אויס פונ'ם ביטערען גלות ווייל איך שעם זיך שוין פון דעם גוי...

על כל פנים, מ'קען זיך פארשטעלען אז מן הסתם נאך אפאר יאר איז דער ערל שוין געווארן היבש א יודע ספר, ער האט אליינס ארויס געהאט די גאנצע סיפור יציאת מצרים בשבעים פנים, און ער האט שוין געקענט ארויס געבען א אייגענע הגדה. בדומה לו איז דא א סיפור וואס ווערט געבררענגט אין עולמו של אבא, אז צום נודע ביהודה איז אמאל געקומען א מחבר ספר בעטענדיג א הסכמה אויף א חיבור ע"ד דרוש. נאכ'ן דורך בלעטערען דעם ספר שמייכלט זיך אונטער דער נודע ביהודה אין פרעגט ווי אזוי קען איך געבען א הסכמה אויף א ספר וואס שרייבט אז פרעה האט געהאלטען יש ברירה און המן קנין הפירות כקנין הגוף, עשו האט געהאלטן אי עביד מהני און טיטוס אין אדם מקנה דבר שלא בא לעולם, אא"וו. פרעגט צירוק דער מחבר, אז דער פרשת דרכים האט דאך אויך מחבר געווען אזא סארט ספר. זאגט דער נודע ביהודה, זעץ דיך אוועק און כ'וועל דיר מסביר זיין מיט א משל.

א גביר מיט זיין קדיש'ל זענען אמאל אריין געקומען אין א רעסטוראנט און באשטעלט א סעודת שלמה בשעתו. דאס קינד וואס איז געווען היבש אומגעצאכטן האט זיך ערגעץ ווי ציווילדעוועט און איבער געקערט דאס גאנצע מקום. קומט צי דער אייגנטומער אין בארוהיגט דעם טאטען אז ער זאל נישט זארגען ווייל אלעס וועט זיין מסודר. וכך הוי, אז די וועיטערס האבן אלעס אויפגערוימט מיט א שמייכל. אפאר טעג שפעטער קומט אריין א יונגערמאן מיט זיין בנו חביבו אין די מעשה שפילט זיך איבער און זיין קינד האט אויך אנגעמאכט א חורבן. דא אבער קומט דער בעל הבית צי שרייען מיט קולי קולות אז דער טאטע זאל צאלן עד פרוטה אחרונה און תיכף פארלאזן דאס געשעפט ציזאמען מיט זיין מציאה. ווינדערט זיך דער יונגערמאן און פרעגט, פארוואס ביסטו משנה בן בין הבנים. שרייעט צירוק דער בעל הבית, אז דער עושר קומט און באשטעלט גאנצעטע מאלצייטן טאג טעגליך און ביינאכט קומט ער נאך צירוק און הוליעט מיט זיינע חברה איבער לאזענדיג גרויסע געלטער צי לייזען, דערפאר דארף איך פאר עם ליידען. אבער ביי דיר וואס די קומסט אריין איין מאל א יובל און באשטעלען באשטעלסטו קוים, איז די גאנצע עסק יצא שכרו בהפסדו.

פירט אויס דער נודע ביהודה, אז דער פרשת דרכים האט אונז איבער געלאזט א רייכען חיבור אויף'ן רמב"ם דער באוויסטער ספר משנה למלך וואס איז מלא וגדוש מיט חידושי תורה אמתיים, קען מען עם מוחל זיין אויף'ן פרשת דרכים, אבער אויף דיר מיט דיין דריידלעך מיט'ן פינגער, האמיר גארנישט מרויח געווען הוץ פון אפאר והנה'ס און אכן'ס, אמנם'ס און ועתה'ס, ממילא קאן איך אייך קיין הסכמה נישט געבען. אין דעם גייסט קען מען אביסעל מעיין זיין מתוך שלא לשמה ושלא על מנת לקבל פרס, און פרובירן צו פארשטיין וואס איז געווען די שקלא וטריא אין מצרים צווישען פרעה אין די יודען. דער פרעה איז קיין קטלא קניא נישט געווען אין נישט אומזונסט האט ער זיך געהאלטען ביי זיינעם.

אנגעהויבן האט זיך עס אזוי. משה רבנו ע"ה האט זיך ארויסגאלאזט צי פרעה אונטערגעגארטעלט מיט'ן מטה וואס האט געהאט די שם הוי"ה ב"ה אויסגעקריצט אויף דעם, מיט'ן שליחות פונ'ם אייבירשטען אויסצילייזען די יודען. ויעשו כן משה ואהרן אין די שטעקן איז געווארן א שלאנג. אונזער פרעה איז אבער גארנישט נתפעל געווארן פון דעם נאר ויחזק לב פרעה ולא שמע אליהם כאשר דבר ה'. ער איז גאר געווען א שיטה מענטש אין געלאזט הערן זיין מיינוג. יעצט הערטס צו און האלטס קאפ.

עס איז ידוע די פלוגתא אין חז"ל אויף אסאך פלעצער אז א לשון פונ'ם פסוק ווי מ'קען ליינען א ווארט אן נקודות איין וועג דאס הייסט דער כתיב, אדער ליינען מיט די נקודות א צוויטע וועג וואס הייסט דער קרי, איז געוואנדען צו מ'זאגט אז דער עיקר איז יש אם למקרא אזוי ווי מ'לייענט מיט נקודות, אדער מ'זאגט יש אם למסורת און די עיקר איז דער משמעות פון דער ווארט אן נקודות. פרעה האט גאהאלטן בשיטה אז יש אם למסורת ווייל די איסור פון משתמש זיין מיט'ן שם הוי"ה אויפ'ן שטעקן שטאמט פון דעם אז ס'שטייט זה שמי לעולם חסר ו' און מ'קען אויך ליינען לעלם וואס מיינט באהאלטען, ד"מ, אז מ'טאר נישט ניצען די שם המפורש, ממילא איז ער בכלל נישט נתפעל געווארן פון משה מיט זיין גרויס ווינדער. מיט דעם וועט מען גאר פארשטיין פרעה לשיטתיה פארוואס ער האט בשום אופן נישט געוואלט ארויסלאזען די יודען און ס'האט נישט געהאלפען קיין פודינו ומצילנו און קיין צען מכות.

איז אזוי, יודען האבען געדארפט זיין אין גלות פיר הונדערט יאר אזוי ווי ס'שטייט כי גר יהי' זרעך בארץ לא להם ועבדום וענו אתם ארבע מאות שנה. למעשה ווען די פלוגתא פין משה רבנו מיט פרעה האט זיך אפגעשפילט, האט מען נאר געהאלטן ביי צווי הונדערט און צען יאר אין גלות. משה רבנו'ס חשבון איז געווען אז מ'קען משלים זיין די יארן אין די אנדערע גלויות העתידות. פרעה האט דאס אבער אפגעווארפן לשיטתיה אז מ'האלט יש אם למסורת ווייל די גמרא (קידושין י"ח ע"א) ברענגט ר"ש אומר כשם שאין אדם מוכר את בתו לשפחות אחר אישות כך אין אדם מוכר את בתו לשפחות אחר שפחות, אין די גמ' פירט אויס אז ס'איז תלוי צו מ'האלט יש אם למסורת און ווי אזוי מ'ליינט דעם פסוק בבגדו בה. עיי"ש. עכ"פ, פרעה האט מסיק געווען אז יש אם למסורת און מען קען נישט פארקויפן די יודען אין אנדערע גלויות, ממילא קען מען נישט ארויס פין מצרים פאר'ן זמן. משה רבנו האט אבער געהאלטען אז יש אם למקרא און מ'קען יא משלים זיין שפעטער.

מה עשה הקב"ה, ויחזק ה' לב פרעה און ער האט זיך נישט געבויגען, האט משה פארשטאנען אז ס'געקומען די צייט צי טיילען מכות, און ערשט דא האט זיך אנגעהויבען די ריתחא דאורייתא. ביי די באקאנטע מחלוקה פון תנור של עכנאי (ב"מ נ"ט ע"ב) האט ר' אליעזר פרובירט הימעל אין ערד אויף צי ווייזען אז ער איז גערעכט. אזוי ווי די גמ' ברענגט דארט ר"א האט געזאגט אם הלכה כמותי חרוב זה יוכיח נעקר חרוב ממקומו וכו' אמת המים יוכיחו חזרו אמת המים לאחוריהם וכו' כותלי בית המדרש יוכיחו הטו כותלי בית המדרש ליפול וכו' מן השמים יוכיחו וכו'. אבער דא האט ר' יהושע זיך געגעבען א שטעל אויף און הילכיג פרקלאמירט אז תורה לא בשמים היא.

אזוי האט משה רבנו פרובירט אותות ומופתים באדמת בני חם כדי צו אויפווייזען אז יש אם למקרא, אבער פרעה האלט ווייטער יש אם למסורת און תורה לא בשמים הוא. וועט איהר אודאי פרעגען אפשר איז גאר משה געווען גערעכט אין מ'קען יא א ראי' ברענגען פין אויבן. דארף מען אבער געדענקען אז פרעה איז גאר געווען א למדן לשיטתיה. ס'דא א פלוגתא צי מעשה שמים עדיף אדער מעשה אדם עדיף. די גמ' זאגט (כתובות ה' ע"א) גדולים מעשה צדיקים יותר ממעשה שמים וארץ ווייל ביי מעשה שמים וארץ שטייט אף ידי יסדה ארץ, און ידי איז א לשון יחיד וואס איז א שוואכערע לשון, משא"כ ביי די ביהמ"ק וואס איז מעשה ידי אדם שטייט מקדש ה' כוננו ידיך מיט א לשון רבים וואס איז א שטערקערע לשון. פרעגט די גמ' ס'שטייט דאך אבער ביי מעשה שמים ויבשת ידיו יצרו וואס איז אויך לשון רבים. ענפערען זיי אז ידו כתיב כשיטת פרעה אז יש אם למסורת אין ממילא איז מעשה אדם עדיף. וכך הוי פרעה האט ווייטער געהאלטן אז וואס טוט זיך פון הימל זאל בלייבן דארט.

והא גופא דארף מען פארשטיין, מהיכי תיתי אז מען פסק'נט טאקע יש אם למסורת און ממילא מעשה אדם עדיף. ברויך מען זאגען אז פרעה האט געפלאכטען זיין שיטה עד כדי אסוקי שמעתתא אליבא דהילכתא. די גמ' זאגט אין סנהדרין (ד' ע"א) אמר ר"י רבי ור' יהודה בן רועץ וב"ש וכו' כולהו סבירא להו יש אם למקרא וכו' און אין'ם המשך פון די גמרא ווערט טאקע געברענגט אז ב"ש האלטן יש אם למקרא און אויך אז ב"ה זאגט פארקערט אז יש אם למסורת, און כידוע דהילכתא כב"ה, איז דאך פרעה גערעכט אז יש אם למסורת און די יודען זאלען חלילה נישט פארלאזען מצרים פאר'ן זמן. איי די מכות, אויב מ'האלט יש אם למסורת איז דאך מעשה אדם עדיף.

ריקט זיך אבער אינטער דער ליל שימורים שהקב"ה שומר ומצפה לה און פרעה דער בכור זעהט כי כלתה אליו הרעה, האט ער זיך גענומען לויפען ווילדערהייט ארום דער שטאט מיט'ן כסות לילה זיכענדיג זיין בר פלוגתא. וואס טוט זיך אבער מיט מסירות נפש פאר זיין שיטה עד כדי הכאה, נישט געזארגט ער פרישט שנעל אויף די גירסא דינקותא און נעמט ווייטער אפיר דעם הלל הזקן הלכה למעשה. דער זעלבער הלל איז דאך געלעגען אויף'ן דאך פון'ם בית המדרש פון שמעיה ואבטליון באגראבן אונטער א בארג שניי אין שבת קודש, און זיינע הייליגע רבי'ס האבן געפסק'נט אז ראוי זה לחלל עליו השבת (יומא ל"ה ע"ב). מער האט ער נישט געדארפט קיין הוכחות אז דער דין איז אז פיקוח נפש דוחה הכל, יש אם למסורת, מעשה אדם עדיף, שם המפורש, אבי די יודען זאלען גיין משלים זיין די גלות ביי א צווייטען געזונטערהייט.

אבער ווינדער איבער ווינדער דער למדן קלערט בכלל נישט פון אויפגעבען. וחזקתי לב פרעה ורדף אחריהם און טאקע דא האט ארויס געשיינט די גרויס סייעתא דשמיא. פרעה האט זיך גענומען טאנצן ונהפוך הוא גענוי ווי רש"י הק' טייטשט אין פסוק ויהפך לבב פרעה אז נעכטען האט ער געזאגט קומי צאו מתוך עמי ועכשיו נהפכו לרדוף אחריהם בשביל ממונם, די ציגעזאגטע רכוש גדול וואס יודישע קינדער האבן ערלעדיגט. אבער דוקא דא האט זיך פרעה פארפלאנטערט מיט'ן יש אם למסורת לשיטתיה, ולקיים מה שנאמר טוב לי תורת פיך מאלפי זהב וכסף האט ער זוכה געווען צי זיין א לוקה ומשלם פאר זיין גרויס לומדות.

די מעשה איז געווען אז די בני ישראל האבן שיין דערהערט דעם דבר נא באזני העם, אין ערליך מקיים געווען די וישאלו איש מאת רעהו כלי כסף וכלי זהב אזוי ווי די פסוק איז טאקע מעיד וינצלו את מצרים. וואס טוט זיך אבער מיט גזילה, נישט קיין פראבלעם, מ'קנייטשט זיך איין די שטערן מען מאכט אויף א שולחן ערוך און מען פסק'נט אז גזל עכו"ם איז מותר. און פון ווי שטאמט דער דין אז גזל עכו"ם איז מותר, געבט מען זיך אן עצה און מ'טרעפט א מדרש אויף דעם. די פסוק זאגט אלה תולדות השמים והארץ בהבראם, דרש'נט מען בה"א בראם אז דער וועלט איז נאר באשאפען געווארן וועגען די חמשה חומשי תורה, ואלמלא הם לא נתקיימו שמים וארץ. און וויבאלד אן קבלת התורה וואלט די וועלט חרוב געווארן און די עם הנבחר זענען די מקבלי התורה, האבען זיי א דין ווי א מציל מן הנהר און ממילא באלאנגט אלעס פאר זיי, און גזל עכו"ם איז מותר.

איצט קומט מען צו צום עיקר. דאס אז דער אות ה"א שטייט אזוי ארויס פונ'ם ווארט בהבראם און מ'ליינט עס נישט כפשוטו מיט די געווענליכע נקודות נעמט זיך פון א גמרא (מנחות כ"ט ע"ב) כי בי-ה ה' צור עולמים וכו' אלו שני עולמות שברא הקב"ה אחד בה"י ואחד ביו"ד ואיני יודע אם העולם הבא ביו"ד והעולם הזה בה"י אם העולם הזה ביו"ד והעולם הבא בה"י כשהוא אומר אלה תולדות השמים והארץ בהבראם אל תקרי בהבראם אלא בה"י בראם הוי אומר העולם הזה בה"י והעולם הבא ביו"ד. קומט אויס אז מאן תנא דמשנתנו אז מען דרש'נט די אות ה"א און וועגען דעם האבן די יודען זוכה געווען אז גזל עכו"ם מותר, נישט קיין אנדערער ווי אונזער אלטען מאן דאמר יש אם למסורת!

היוצא מכל האמור, אז אונזער חריף ובקי פרעה וואס האט זיך נישט ציטוהן געמאכט פון'ם שם הוי"ה ב"ה ווייל ער האט אנגענומען אז יש אם למסורת, נישט ארויס געלאזט די יודען קודם זמנם ווייל אין אדם מוכר לשפחות אחר שפחות, געלאכט פון די אותות ומופתים ווייל מעשה אדם עדיף, מסיק געווען שמעתתא אליבא דהילכתא כשיטת בית הלל, און פארשטאנען אז פיקוח נפש איז דוחה הכל, האט זוכה געווען בהאי עלמא צו שכר מצוה מצוה און מקיים געווען וכי תשלחנו חפשי מעמך לא תשלחנו ריקם, און נאך אריינגעכאפט מיט צו שיקען א געזונטען העניק תעניק לו פאר די זרע קודש אלס צידה לדרך.

זעהט אויס אז ס'געווען נאך א יש אם למסורת וואס נאר די יודען האבען געוויסט. אז מיט א גוי קען מען נישט לערנען קיין ברטנורא...
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

פון די בעסטע ארטיקלען אין פה-סח 2
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
פארשפארט