אין די לעצטע טעג זעה איך גרויסע אדווערטייזמענטס פון א נייע קאמפאני, חבריא, אויב איר ווילט מופן קיין ארץ ישראל וועלן זיי אייך ארויסהעלן מאכן "עליה". ווי איך פארשטיי ווילן זיי ארגאניזירן א גרויסע גרופע פון אמעריקאנע חסיד'ישע משפחות וועלכע ווילן ארויפגיין קיין ארץ ישראל, כדי צו קענען אנהאלטן דעם היזיגן קולטור און דאך וואוינען דארט, אדער פשוט גרינגער צו מאכן דאס ארויפגיין.
בקיצור, ווער איז דאס, ווער פירט דאס אן, וואס וויל ער פונקטליך, איז ער עפעס א היימישער ציוני וואס וויל ארויפברענגען וואס מער אידן קיין ארץ ישראל, האט ער סתם אזוי ליב ארץ ישראל אן זיין א ציוני, פרומער ציוני, פרומער אן ציוני.
זיי ווילן מאכן א גאנצער נייער ישוב מיט מוסדות, ווי גייט דאס זיין, ווער גייט דאס אנפירן וכו' וגו'.
שוין, איך מיין איך האב גענוג ארויסגעברענגט דא וואס איך וויל וויסן, אויב איינער ווייסן וואלט איך אפריציאטירט אינפארמאציע.
חבריא, ווער און וואס זענען זיי
- הדד בן בדד
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1491
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
- האט שוין געלייקט: 684 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל
- ירח בן יומו
- ידיד ותיק
- הודעות: 792
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 11:15 pm
- האט שוין געלייקט: 834 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 700 מאל