מי כעמך ישראל - כפשוטו
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 73
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 03, 2015 2:48 pm
- האט שוין געלייקט: 86 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 76 מאל
א חבר האט מיר לעצטענס דאס געשיקט:
גוטע וואך
צוליב סיבות האב איך געדארפט פארברענגן די וואך שבת אין מוינט סיני שפיטאל אין מאנהעטן,
אין כמיין סהאט זיך געלוינט די גאנצע קאפוויי נאכן זיך לערנען א מוראדיגע זאך פון מיין פארוויילונג,
אין מיין קאפ איז אייביג געווען פארשטיפט אין א זייטיג קעמערל דאס שטעטעלע סקווירא ווי "נאך" א חסידות, אבער די וואך שבת האט זיך אנטפלעקט פאר מיר א נייע וועלט אינערהאלב דאס שטעטעלע, סריפט זיך "חסד 24/7"
פון די סקונדע וואס כבין אריין אין די שפיטאל ווענט, איז נישט אדורך קיין מינוט וואס כהאב נישט געזען די לאגא פונעם ארגענעזאציע אין פארנט פון מיינע אויגן, קודם די הערליכע חסד שטיבל וואס זיי האבן אהערגעשטעלט דארט איז ממש אימבאשרייבליך, א הערליכן ליפטיגן צימער וואס מען קען האבן אביסעלע ישוב הדעת אין זיך פילען ווי ביי זיך אינדערהיים, אויסגעשטאטעט מיט די נייסטע און שענסטע פורניטשער, מיט א הערליכן ספרים שאפע אנגעפילט מיט אלע מיני ספרים (אפילו א לקיטי מהר"ן האב איך געטראפן דארט...) אין אנגעפאקטע פרידזשעדערס מיט כל מיני מטעמים, שאפעס מיט כל ערליי ביכער אויף יודיש, ענגליש, און עברית, מייקערוועיוס, האט פלעיטס, און וואס עס האט נאר אמאל אריינגעטרעטן אין אייער קיך אדער דיינינג רום...
ערב שבת איז ארויפגעקומען איינער פון די געטרייע וואלאנטירן וואס האט זיך געשלעפט פון סקווירא אויף א פרייטאג! אין געברענגט צוויי פולע באגאזשען מיט יעדע ציגעהער וואס מען קען נאר ניצען אויף שבת, אנגעהויבן מיט די חלות, פיש, און געענדיגט ביי די פאפקארן און קענדיס...
ווי אויך האט מען דעליווערט א הערליכן קידוש פעקעדזש מיט אלע ציגעהערן ווי א בעכער און טישטעך, זמירות, וכו',
דערנאך די אלע זייטיגע זאכען וואס האבן מיר געגעבן א שטיקל עונג שבת אין דעם שרעקוועדיגן ארט ווי למשל אלע סארט צייטונגען און גליונות,
הקיצור.... כאמעך נישט געראכטן אויף אזא שיינע שבת אינערהאלב א שפיטאל!
אשריך נוי סקווירא! ווייניג קענען זיך ציגלייכן צו אייערע מידות אין אהבת ישראל, העלפן און "זיך איבערגעבן" פאר א צווייטן יוד!

- ירא שמים
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1757
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
- האט שוין געלייקט: 2456 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל
Re: מי כעמך ישראל - כפשוטו
ביצה לב ע״ב ואמר רב נתן בר אבא אמר רב עתירי בבל יורדי גיהנם הם כי הא דשבתאי בר מרינוס אקלע לבבל בעא מנייהו עסקא ולא יהבו ליה מזוני מיזן נמי לא זינוהו אמר הני מערב רב קא אתו דכתיב {דברים יג-יח} ונתן לך רחמים ורחמך כל המרחם על הבריות בידוע שהוא מזרעו של אברהם אבינו וכל מי שאינו מרחם על הבריות בידוע שאינו מזרעו של אברהם אבינו
מושב פארענטפערט די קשיא ?[emoji57]
מושב פארענטפערט די קשיא ?[emoji57]
א גרויסן דאנק פאר [tag]פאפיטעס[/tag] פארן ברענגען דא די הערליכע quote פון זיין חבר.
אלץ איינער וואס האט שוין ליידער געדארפט באזוכען קרובים און אנדערע יודן בתוך שאר חולי ישראל אין די מאונט סייניי שפיטאל און אויך אין אנדערע שפיטעלער, קען איך מעיד זיין אז יעדע ווארט פון אים איז אמת(*) און איז בכלל נישט איבערגעטריבן, פונקט פארקערט עס איז דא נאך גאר אסאך צו שרייבן בשבחם, כה לחי חסד24/7! כה לחי אלע געטרייע וואלענטירן, אשריכם אשריכם! ענקערע מעשים טובים שרייט אויס הויך:
[center]מי כעמך ישראל!!
נישטא נאך אזא פאלק ווי די יודישע פאלק!![/center]
(*גראדע האב איך מיר נישט אנגעטראפן דארט מיט א ליקוטי מוהר״ן, אבער לא ראינו אינו ראיה, און אפילו אויב עס איז טאקע נישטא נעמט עס נישט אוועק פון די חסדים וואס ווערן דארט געטון טעגליך, אריינגערעכנט שבתים און ימים טובים.)

- הודעות: 1764
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
- האט שוין געלייקט: 929 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל
.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום געוואלדיג, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
סיבה: פארדרייט די שמועס
סיבה: פארדרייט די שמועס
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).

איך האב שוין שוין געהאט אזא עקספיריענס אין קאלאמביע. דארט זענען דא צווייטע צימערן, איינס אין די גהעריגע שפיטאל און די אנדערע אין די קינדער אפטיילונג. ס'ווערט דארטן טעגליך איבערגעפרישט מיט כל טוב וטוב, און ס'בלייבט נאך גענוג ביז שפעט ביינאכט, בקיצור ס'איז געוואלדיג. דאס דארף מען אליינס זען, (מזאל נישט דארפען).
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 917
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 26, 2012 8:56 pm
- האט שוין געלייקט: 45 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 423 מאל
Re: מי כעמך ישראל - כפשוטו
פריעד באטשי האט געשריבן:א גרויסן דאנק פאר [tag]פאפיטעס[/tag] פארן ברענגען דא די הערליכע quote פון זיין חבר.
אלץ איינער וואס האט שוין ליידער געדארפט באזוכען קרובים און אנדערע יודן בתוך שאר חולי ישראל אין די מאונט סייניי שפיטאל און אויך אין אנדערע שפיטעלער, קען איך מעיד זיין אז יעדע ווארט פון אים איז אמת(*) און איז בכלל נישט איבערגעטריבן, פונקט פארקערט עס איז דא נאך גאר אסאך צו שרייבן בשבחם, כה לחי חסד24/7! כה לחי אלע געטרייע וואלענטירן, אשריכם אשריכם! ענקערע מעשים טובים שרייט אויס הויך:
[center]מי כעמך ישראל!!
נישטא נאך אזא פאלק ווי די יודישע פאלק!![/center]
(*גראדע האב איך מיר נישט אנגעטראפן דארט מיט א ליקוטי מוהר״ן, אבער לא ראינו אינו ראיה, און אפילו אויב עס איז טאקע נישטא נעמט עס נישט אוועק פון די חסדים וואס ווערן דארט געטון טעגליך, אריינגערעכנט שבתים און ימים טובים.)
זיי שטעלן צו עסען און ליין מאטריאל מער דארפן זיי נישט (מרעט מצד החסד) אבער צו צישטעלן א ספר וואס ביי זיי איז נישט אנגענימן פאר סיי וועליכע סיבה דארפן זיי נישט צושטעלן (ספה ליה בידים?)
נ.ב. איך ווייס די האסט עס שוין באמערקט וויל איך מודע זיין אז עס איז נישט קיין קעגן ריאקציע נאר א הסבר ריאקציע
Sent from my LG-P659 using Tapatalk
- שטאפענע קאפעליטש
- ידיד השטיבל
- הודעות: 254
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 11:45 pm
- האט שוין געלייקט: 141 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 500 מאל
ווען כ׳בין איין אינדערפרי געשטאנען ביים tool booth אין מיין EZ PASS האט נישט געארבייט, נאך איידער פאלציי איז אנגעקומען אין געמאכט פראבלעימן, קומט ארויס א אינגערמאן פון די קאר אונטער מיר מיט זיין EZ PASS אין לייגט עס העכער מיין front window אין די שטעקען הייבט זיך אונטער.
דער אינגערמאן האט מיר נישט אפי געבעהטן געלט נאר געווינטשען א גוטע טאג.
אפטר טעג שפעטער איז מיר אויס געקומען צו זיין אין הצלחה גראסערי בעיר מאנסי, דארט ביים register שטייט דער אינגערמאן וואס האט מיר געהאלפן מיטן EZ PASS.
דאכציך ער איז בעה״ב פונעם גראסערי.
#מיכעמךישראל

- הודעות: 1127
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
- האט שוין געלייקט: 876 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 935 מאל
פארציילט מיר א אינגערמאן, אויפן וועג ארויס צו די קעטסקילס אזוי זיצנדיג אין טרעפיק באמפער טו באמפער האט ער אביסל געקושט די אויטא פארענט פון אים, פארשטייט זיך אז ער האט זיך געשטעלט אין דער זייט, און ער גייט ארויס מקבל פנים זיין דעם ניזק, קריכט ארויס פון די אנדערע קאר א גוי, און נאכן ארומזוכן א וויילע האט ער געטראפן עפעס א פארזעעניש פון א קריץ, עפעס וואס אפי' דער דיין מיטן שטארקן אתרוג-לופ וואלט נישט געווען ביכולת צו אנטדעקן, דער ערל זאגט אים ערעב איד דו האסט צוויי ברירות 1) אדער ווארטסטו מיט מיר אויף די פאליס, צו קענען מאכן א רעפארט 2) גיבסטו אהער $200 גרינס, דער איד דערזעהט זיך אין א פראבלעם, צו ווארטן אויף די פאליציי ווען ער האט זיין בני בית מיט די גאנצע געפעק אינעם וואגן איז קיין אפתיע ניקס, אבער קיין צוויי מאות האט ער אויך פונקט נישט געהאט, גייט נישט דורך קיין צוויי מינוט און א פרעמדע איד שטעלט זיך אפ, און אהן קיין קווענקעלנישן נעמט ער ארויס צוויי הונדערט טאלער און גיבט דאס אהין!!!
די מעשה אהער איז וואס אנבאלאנגט צום קעפל.
וואס מאכט די מעשה נאך אינטערסאנטער איז, אז דער מלאך מושיע האט אויפן וועג ארויס צו די קאנטרי זיך געכאפט אז זיינע טאשן זענען ליידיג, האט ער אויפן וועג צום בריק זיך אפגעשטעלט ביי זיין באנקס ATM און ארויסגענומען "פונקט" צוויי הונדערט טאלער!!!.

- א איד
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1320
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
- געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
- האט שוין געלייקט: 606 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל
דאס איז שוין א מעשה וואס דארף אריינגיין אין מי כעמך הגוים אשכול
צו זעהן די שיינקייט פונעם גוי, צו בלעקמעילן איינעם פאר אפאר דולר...

מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
איך דערמאן מיך א מעשה. אין מיטן א וואכנדיגן טאג אין די פריע נאכמיטאג שעות ביניך אריבערגעגאנגען אויף די 13'טע עוועניו. ווען איך זעה א טומל. שטייט א יונגערמאן און נעבן איהם שטייט אן אנגעשטעלטער פונ'ם שעריפפ'ס דעפט. און זאגט צו איהם...אויב דו געסט נישט תיכף 500 דאללער גייט מען טויען דיין קאר. דער יונגערמאן, א פארלוירענער, רופט אויס...ווער קען מיר העלפן און געבן א הלוואה. איך וועל עס בלי"נ אפגעבן. ביז ווייניגער ווי 10 מינוט האט ער צוזאמגעשטעלט דעם סכום...ס'דארט געווען גוים אויך. קיין איין גוי האטציך נישט אנגערופן אפילו אויף 5 דאללער אויך. און להבדיל, די אידן האבן געגעבן 50'ערס און 100'טערס...!
נ.ב.: פאר וועם פון די אויפגעקלערטע, פיינשמעקערס ס'געפעלט נישט אז כ'האב געזאגט אידן און להבדיל גויים, קען געזונטערהייט ווייטער קרומען מיט די נאז. איט'ס עי פרי קאונטרי...
נ.ב.: פאר וועם פון די אויפגעקלערטע, פיינשמעקערס ס'געפעלט נישט אז כ'האב געזאגט אידן און להבדיל גויים, קען געזונטערהייט ווייטער קרומען מיט די נאז. איט'ס עי פרי קאונטרי...
- א איד
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1320
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
- געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
- האט שוין געלייקט: 606 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל
Re: מי כעמך ישראל - כפשוטו
ווי אזוי ארבעט אזא זאך, מען קען סטראשענען מיט געלט, און אויב נישט טוי איך דיין קאר?
אדער דער אינגערמאן קען סוען דעם פאליציאנט?
אדער דער אינגערמאן קען סוען דעם פאליציאנט?
מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
איך וועל ענטפערן פאר א איד און פאר אהרן: יא. דאס איז געווען אין די תקופה פון ווען דינקינס איז געווארן מעיאר. ער האט איינגעפיהרט א שטארקן טאוינג פראגראם. דער באאמטער איז נישט געווען קיין פשוט'ער פאליציאנט. ער איז געווען פון שעריפפ'ס דעפארטמענט. זיי זענען ספעציעל געשטעלט אויף איינמאנען געלט וואס די סיטי טענה'ט אז מ'איז זיי שולדיג. ער האט געוויזן די צעטל פאר דעם יונגערמאן. און אויף די צעטל שטייט אז לויט זיין לייסנס פלעיט איז ער שולדיג דעם סכום. און ער איז נאך א גוטער. ער געט איהם א טשענס צו באצאללן. און אויב ער צאלט נישט דאמאלס וועט מען טויען. און זיי זענען גרייט מקיים פסק צו זיין...!
- א איד
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1320
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
- געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
- האט שוין געלייקט: 606 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל
Re: מי כעמך ישראל - כפשוטו
דאס איז שוין גאר עפעס אנדערש, כהאב געמיינט אז דו רעדסט פון א לעצטיגע מעשה, און אפילו ווען עס איז יא א ריסענט זאך, קען עס אויך שטימען, איך גלייב אז עס איז געזעצליך, ווען ער קומט מיט א לעגאלע צעטל, אז די לייסענס פלעיט איז שולדיג כך וכך, צאלסטו הרי טוב, און אויב נישט טויעט מין דיר, הערט זיך עס.
וויל איך ענדיגן מיטן סלאגאן, מי כעמך ישראל...
וויל איך ענדיגן מיטן סלאגאן, מי כעמך ישראל...
מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1127
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
- האט שוין געלייקט: 876 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 935 מאל
א נאענטער חבר מיינער א ריעל עסטעיט בראוקער פאר גויאישע רענטעלס האט מיר א צייט צוריק פארציילט דאס פאלגענדע
איינע פון מיינע קליענטן א מידל עידזש-עלטערע פאר פאלק, וואס ציען זייער חיונה פון א קליין געשעפטל און האט אפאר דירות אינעם בנין העכער זייער געשעפט פון ווי זיי קאלעקטן רענט, רופט מיך אן איין טאג אז זיי בויען יעצט איבער איינע פון די דירות און זיי ווילן איך זאל אנהייבן צו ווייזן פאר פאטענציאלע קונים, אזוי אז גלייך ווען ס'ווערט פארטיג זאלן זיי שוין האבן א טענענט, און זיי זאלן נישט דערלייגן קיין רענט מיטן ווארטן אויף א קונה, זיי זענען קליינע אבער זייער געטרייע קאסטומערס, זיי האבן נישט מער ווי 3 דירות און איך האנדל מיט זיי מאקסימום 1 מאל א יאר 'אויב' איינע פון די דירות ליידיגען זיך אויס, און זיי קומען אלעמאל צו מיר, זיי גלייכן די וועג וויאזוי איך האנדל, און מיר פארשטייען זיך אייזן.
איך האב מיך טאקע גענומען דערצו מיט גרויס פלייס, איך האב זיי געגעבן עצות און טיפס וויאזוי אויסצושטעלן די דירה אז ס'זאל זיך שנעל פארדינגן, איך האב אנגעהויבן צו ווייזן די דירה, איין וואך, נאך א וואך, ס'איז שוין א חודש! אבער קיינער וויל עס נישט, ס'איז געווען א הערליכע רענאוואציע, געווען זייער גוט געפרייזט, און ס'איז געווען ממש א מיסטעריע פארוואס דאס גייט נישט!, די לענד-לעדי האט געטעקסט יעדע שטיק צייט ווי האלט מען ? אפשר גייט מען אראפ מיט די פרייז ? (זי איז געווען גענוג ביליג אזוי אויך), איך האב איהר ערליכערהייט געענטפערט, ס'איז אייער דירה, איהר קענט אראפגיין אז איהר ווילט, אבער איך מיין אז אין פארגלייך צו די אנדערע דירות אין די געגענט, איז עס ווערט מיט אפאר דאלער מער ווי דיין יעצטיגע פרייז!, ענדליך איין נאכט האב איך עס געוויזן פאר 3 גוים, זייער ארענטליכע סטודענטן, און זיי זענען געשפרינגען דערויף! איך פרעג אים ווילסט אראפלייגן א דעפאזיט ? זאגט ער יא, ער גייט שוין אריינשיקן מיט פעיפאל $500 צו רעזערווירן די דירה, איך קאל אהן די לענדלעדי און זי איז געווען זייער צופרידן מיט די אפפער, און געגאנגען איך שיק יענעם אן אפליקעישאן, און ער גרייט צו די פעיפערווארק.
עטליכע שעה שפעטער, רופט מיך אהן די לענדלעדי, אז זי איז אין א פארגעלעגענהייט.... איינע פון אירע אנדערע טענענטס האבן איהר נארוואס אנגעקלונגן אז זי האט א פרענד וואס איז אינטערסירט צו נעמן די דירה פאר $200 מער א חודש ווי מיין קליענט גייט צאלן!!, + זי דארף מיר נישט צאלן קיין קאמישען ווייל ס'איז נישט מיין קליענט! נאך אלע מעשיות האט מען גערעדט פון א סך הכל פון פינעף טויזנט דאלער חילוק! וואס זי גייט שאדן האבן אויב גייט זי מיט מיין קליענט ווס. די אנדערע, זי זאגט מיר, איך האב נאך גארנישט אונטערגעשריבן מיט דיין קליענט, ניטאמאל פעיפערווארק האט ער געגעבן, איך האב נישט קיין אבליגעישאן צו נעמן דיינע חברה, לאמיך דיר באלד צוריקרופן.
א שעה שפעטער רופט זי מיך צוריק, אז זי גייט גיין מיט מיינע חברה, זי פיהלט אז דאס איז יושר, סיי פאר מיר און סיי פאר די קליענטן, און אז ס'איז מיר באשערט דאס געלט וועט מיר דער אייבערשטער עס שיקן פון ערגעץ אנדערש!
איך האב עס פארציילט פאר מיינע קליענטן, און זיי זענען געווען אויסער זיך פון התפעלות! א ריכטיגע קידוש ה'!
מי כעמך ישראל!!

א איד האט געשריבן:דאס איז שוין גאר עפעס אנדערש, כהאב געמיינט אז דו רעדסט פון א לעצטיגע מעשה, און אפילו ווען עס איז יא א ריסענט זאך, קען עס אויך שטימען, איך גלייב אז עס איז געזעצליך, ווען ער קומט מיט א לעגאלע צעטל, אז די לייסענס פלעיט איז שולדיג כך וכך, צאלסטו הרי טוב, און אויב נישט טויעט מין דיר, הערט זיך עס.
וויל איך ענדיגן מיטן סלאגאן, מי כעמך ישראל...
א איד: היינטיגע טעג ארבעטן זיי שוין אינגאנצן אנדערש. זיי פארן ארום מיט א קאר און טשעקן אויס לייסנס פלעיטס פון קארס. און ווער ס'האט אומבאצאלטע פארקינג טיקעטס, לייגן זיי ארויף א מין שלאס אויפ'ן רעדל (זיי רופן עס ...באאט...). ווען דער בעה"ב פון די קאר באצאלט דעם סכום וואס זיי פאדערן, געבן זיי איהם א קאוד אויפצומאכן דעם שלאס. און דער בעה"ב פון די קאר דארף דאס צו זיי צוריקברענגען...פיינע מענטשן...!