מיינע 'מציאות' געקויפט אינעם לעגענדארן ספרים געשעפט: פינטערס

עולם הספרים און די וועלט פון ליטעראטור
נייעס, איבערזיכטן, קריטיק
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

פרייוויליג האט געשריבן:איך האב מיך אלץ געוואונדערט ווער עס איז דער אלטער איד וואס שלעפט זיך ארויס אויף א שטעקן מיט א גאנצע בינטל ספרים אויפן ריקן.. :lol:

פרייוויליג: דו קענסט מיך ענדערש טרעפן זיצנדיג ביים רעדל אויפ'ן באס ווי ביי פינטער'ס..."ספרים" (און ביכער און ווידיאוס ...סטאר.(
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[center]סקירה א':[/center]
דאס לעצטע מאל איך בין געווען אין פינטער'ס, האב איך איינגעקויפט איבער א מנין ספרים און ביכער. שפעטער האט מיר איינער צוגע'שדכנ'ט צו נאך א סעט פון ספרים פון פינטער'ס. כאמור לעיל, האט מיר יעדע ספר/בוך געקאסט איין איינציג דאלער.

ווי פארשטענדליך, קען איך נישט מאכן א סקירה איבער אלע ספרים בבת אחת. דערפאר וועל איך אי"ה אנכאפן אפאר ספרים אויפאמאל, און זיי אדורכטון בקצרה, מיט אן אויבנפלעכליכער בליק, אז מ'זאל כאפן וואספארא ספרים מ'קען דארטן קויפן. און דאס וועט אוודאי אויך באשטייערן אז מענטשן זאל איינהאנדלן ידיעות כלליות אינעם תורה'דיגן, און אינעם ליטערארישן, פעלד.

[center]***[/center]
איין ספר וואס איך האב איינגעקויפט, איז א שטיינזאלץ גמרא חלק י"ד, דאס איז יבמות חלק ב'.

[center]***[/center]
[center]תולדות הגאון הרב עדין שטיינזאלץ שליט"א.[/center]
למותר להאריך בשבחו פונעם ספר, ווי פונעם מחבר הספר. אבער כאטש אפאר ווערטער: דער מחבר הספר, הגאון העילוי המופלא רבי עדין שטיינזאלץ [אבן-ישראל] שליט"א, איז א געוועזענע פרייער איד [געבוירן אין א משפחה וואו דער טאטע איז געווען א חבר לח"י [-לוחמי חירות ישראל], דער מערסט קיצוניות'דיגער רעכטער גרופע בתקופה טרום מדינת ישראל. אבער דער זעלבער טאטע איז געווען א באשוואוירענער קאמוניסט, אזוי לינק, אזש ער איז זעלבסט געפארן קיין שפאניע אנטיילצונעמען אין די שלאכטן פון די לינקע גארילעס. און ער איז טאקע זעלבסט געווען א חסיד פון הלל צייטלין, וואס איז אויך געווען א חסיד'ישער חוקר, געווארענער בעל תשובה, עווענטועלער בעל מקובל, און ברסלבער נשמה. ער איז אויך געווען אן אייניקל פונעם ערשטן סלאנימער רבי, דער יסוד העבודה. פון אזא טשיקאווער עילוי'שער שטוב איז אויסגעוואקסן דער עילוי ר' עדין...] וואס איז בבחרותו געווארן א בעל תשובה מעצמו. ער איז אנגעקומען קיין ליובאוויטש, צו וועם ער איז געווארן גאר שטארק אדוק ומקושר [פרעגטס [tag]ונבנתה העיר[/tag] וויאזוי עס ארבעט, אז עילויים פון פרעמדע מקומות קומען אן קיין ליובאוויטש...].

ער האט אויך שטודירט כעמיע און פיזיקס, און איז אויסגעוואקסן א ריז בכל קנה מידה, אנערקענט אפילו אין די סעקולערע וועלט, באצייכנט דורכן פרעסטידזשפולן טיימס מאגאזין אלס 'א געלערנטער וואס קומט אראפ איינמאל אין א מילעניום'! ער האט באקומען א פרס ישראל, און עיטור מבית הנשיא, און האט געעפנט מוסדות התורה אן א שיעור. דער אבנארמאלער עילוי, האט מחבר געווען אסאך מעכטיגע ספרים, אבער דער עולה על כולנה איז זיין פונדאמענטאלער חיבור על הש"ס כולו, וואו ער איז געווען דער פארגייער פון 'ארטסקרול' און 'מתיבתא' ודומיהם, און נאך מער פון דעם - ער איז ווירקליך א 'וואן מען בענד', זייענדיג דער איינציגסטער כותב, מגיה, עורך, וכו', פון זיין הפלא'דיגן ארבעט אין מפרש זיין ש"ס [ליינט דא א שיינע אינטערוויו מיט הרב עדין].

הרב עדין שטיינזאלץ, איז געקומען אונטער אטאקע פון אסאך היימישע רבנים, צוליב זיין אומצוויידייטיגע ווערטער, וואו ער שרייבט איבער חכמי התלמוד אנדערש ווי דער נארמע במחנה החרדים. זיין אוניווערסאלער בליק, וואס ער האט נישט געלאזט ליגן אין בויך, וואס קומט פון נישט געבוירן ווערן ביי חרדים, איז אים געשטאנען לרועץ, ווען די גרעסטע רבנים זענען ארויסגעקומען אנטקעגן אים דירעקט, ווי אנטקעגן זיינע חיבורים. בעיקר איז ער אויסגעשטאנען אטאקעס ביי די ליטאים [וואס ברענגט ארויף א חשד צו זיין נטיה לחב"ד האט א שייכות מיטן חרם אנטקעגן זיין ווערק]. פארט האט הרב עדין צוריקגעצויגן פון געוויסע קאנטראווערסיעלע לשונות, און ער איז אביסל צוריקגעקומען במחנה החרדים.


[center]עצם הפירוש של 'שטיינזאלץ'.[/center]
דער פירוש - ווי דער עצם החיבור - איז איינגעטיילט זייער שיין: יעדע בלאט וואס מ'עפנט, איז א פרישע עמוד גמרא [נישט בצורת הדף], מיט ניקוד ופיסוק וכו' באופן נפלא, און איז מעוטר בשני צדדיו בשני פירושים. פון איין זייט - פירוש רש"י, און פון די אנדערע זייט, הרב עדין'ס פירוש. אונטער די גמ' והפירושים, האט ער אויך די תוספות [וואס ער האט עווענטועל ארויפגעריקט גלייך נאכן פירוש רש"י], 'עיונים' - געקליבענע פירושים והערות מגדולי ראשונים ואחרונים, 'אורח ההלכה' - דברי הרמב"ם וטושו"ע וואס פסק'נען איבער די דברים שנידונו בגמ' דשם.

און אין די זייטן האט ער נאך קרישקעלעך: 'מסורת הש"ס', 'גרסות' - וואו ער ברענגט אנדערע גירסאות בלשונות הש"ס, 'לשון' - מאדנע לשונות הגמ', וואס זייער מקור איז. גאר גאר א גאונ'ישע מעשה. 'העולם' - מושגים פון בעלי חיים און געוויקסן וואס די גמרא ברענגט אראפ, און מיר פארשטייען נישט וויאזוי דאס ארבעט/זעט אויס/ווערט געמאכט, און ער באשרייבט דאס מיט זיין מורא'דיגע בקיאות בכל דבר. 'אישים' - קורצע ביאגראפיעס אויף די תנאים, אמוראים, און אנדערע מענטשן וואס די גמרא ברענגט אראפ, 'החיים' - באשרייבונגען און בילדער פון חפצים וכו', וואס זענען געווען בתקופת חז"ל וואס איז באשריבן אין גמרא, 'עיטורים' - בילדער, מאלונגען, באשרייבונגען, איבער ארכעאלאגישע, זאאלאגישע, און בוטניקה, וואס איז באשריבן אין גמרא.

בעפאר יעדע פרק איז דא 'מבואות וסיכומים' - כשמו כן הוא, א הערליכע סקירה איבער די נושאים וואס ווערן אויסגעשמועסט אינעם קומענדיגן פרק. סוף מסכתא איז דא: 'תוספתא', אן א הערליכע 'מפתח' - אלעס וואס ווערט דערמאנט אינעם חיבור, נעמען, נושאים בש"ס, פסוקים, היסטאריע, און וואס מ'קען נאר אויס'משל'ן, איז דארט צום געפינען אינעם הערליכן מפתח.


[center]הגאון המופלא הרב עדין שטיינזאלץ, מיט אן אפענעם 'שטיינזאלץ גמרא':[/center]
בילד

ככללא דמילתא, אפילו היינט צוטאגס, נאך די הערליכע דזשאב פון ארטסקרול [און דורכפאל פון די אנדערע], איז שטיינזאלץ נאכאלס פארבליבן אייגנארטיג און גאר גאר אינטרעסאנט, פאר יעדער וואס וויל נאר אדורכלערנען א שטיקל גמרא מיט א 'נייע בליק'.

----
די סקירה האט זיך פארצויגן גאר לאנג, און באמת איז הרב עדין ווערט סאך א לענגערע באשרייבונג. אי"ה קומענדיגע מאל וועלן מיר באשרייבן עטליכע ספרים בבת אחת, אין אביסל א קורצערע פארמאט.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: מיינע 'מציאות' געקויפט אינעם לעגענדארן ספרים געשעפט: פינ

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

ייש"כ.
ס'פעלט נאך א סיקור אויף די אנדערע אזעלכע ספרים אויך. ס'איז ווייט פון באשטעטיגט אז ארטסקרול האט גאר געמאכט א בעסער'ן דזשאב ווי מתיבתא צו.לובלין. מיר דאכט זיך אז ארטסקרול האט נישט ערליך פארדינט איהר נאמען. און די וואס האבען באקעמפט שטיינזאלץ (איין בריוו איז גאר א שוואכען קעמפף, אבער שוין) האבען אויך שטארק נישט געהאלטען פון ארטסקרול, נאר אמעריקאנע זאכען האבען זיי געלאזט פאר אמעריקא, און דעמאלס איז שאטענשטיין געווען נאר ענגליש.
די כשרונות פון הרב שטיינזאלץ איז טאקע א זאך, אבער איך וואלט געוואלט וויסען למעשה, זיין פירוש איז אקוראט? קלאר? אויסגעהאלטען? ער האט טאקע געקענט אפלערנען א שטיקל גמרא? איך פרעג ווייל איך ווייס נישט, נישט עפעס אנדעריש, און אסאך כשרונות ענדיגען זיך פאר'ן גמרא.

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
טמיר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1145
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 5304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל

Re: מיינע 'מציאות' געקויפט אינעם לעגענדארן ספרים געשעפט: פינ

שליחה דורך טמיר »

ס'איז נישטא קיין שום סיבה צו מתנגד זיין די ארטסקרול. זיי זענען מורא'דיג באווארענט, מען קען נישט טרעפן דארט קיין זאך וואס זאל קענען ווערן אויסגעטייטשט אלס זלזול אפילו אין א אחרון. אויך לגבי אגדות חז"ל גייען זיי ווי די קיצונית'דיגע מהלך, דוק ותשכח.
און לגבי דאס צושטעלן צו מתיבתא איז נעריש, זיי האבן געמאכט סאך סאך א בעסערע ארבעט. סיי מיט די געשמאקע לשון, סיי מיט וואס זיי שרייבן יא (יעדע פשוטע קשיא וואס ווערט שווער פאר א בעה"ב), און נאך מער מיט וואס זיי שרייבן "נישט"!
משא"כ מתיבתא איז נאר דא צאמצוהאקן אלע רייד וואס איז נאר אמאל געשריבן געווארן אין א ספר

Sent from my SPH-L900 using Tapatalk
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

שש מ'דארף אפטיילן דעם סקירה א' מאמר צו א באזונדערן אשכול איבער הרב שטיינזאלץ.
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

Under influence
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: מיינע 'מציאות' געקויפט אינעם לעגענדארן ספרים געשעפט: פינ

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

און אפשר אן אשכול איבער דאס איבערזעצען פון ש"ס אויף פארשידענע אופנים. טמיר האט געגעבען א שאס אז ס'איז נישט דא קיין טענות אויף ארטסקרול, נאר מתיבתא און פארשוויגען די וואס האלטען יא טענות אויף זיי. טאקע נישט ענדליך צו די טענות אויף הרב שטיינזאלץ, אבער טענות יא. טענות וואס גילטען אויף אלע פון די ש"ס פראיעקטען.
זאל יעדער שרייבען וועלכע גלייכט ער און פארוואס.

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

אדנירם: איבער דיין אפשאצונג פון הרב עדין שטיינזאלץ און זיין חיבור אויף די גמ'/ מסכתות הש"ס.
ער שרייבט אין די הקדמה צו איינס פון די מסכתות. (מעגליך מסכת ברכות.) אז די מטרה פון זיין חיבור איז, צו ערמעגליכן פאר די מענטשן וועלכע רעדן עברית, און זענען נישט געגאנגען אין ישיבות, צו פארשטיין די ווערטער פון די גמ'. ווייל לויט'ן לשון הגמ' פעללן א סאך ווערטער אין א יעדן זאץ פון די מאדערנע עברית וואס ווערט היינט גערעדט.
לויט דעם קומט אויס, אז די אונגערישע אידעלעך פון א געוויסע קהילה/חסידות, וועלכע זענען געווען פון די ערשטע צו קויפן די שטיינזאלץ גמרות,און זיי קענען נישט און רעדן נישט עברית, רח"ל, האבן גארנישט קיין הנאה געהאט פון אט די גמרות. און די זעלבע קהילה זענען געווען פון די ערשטע צו שטורעמען אקעיגן די גמרות. און אויך איינער פון מיין משפחה, א איד א ת"ח, וועלכער האט געהאט עטליכע מסכתות, האט זיי געוואלט לייגן אין שמות (שיימעס), האביך געזאגט אז ער זאלל זיי געבן פאר מיר... :lol: :roll:
באניצער אוואטאר
קאמענטירער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 768
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 5:06 am
געפינט זיך: אין די ווירטואלע וועלט
האט שוין געלייקט: 306 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 672 מאל

שליחה דורך קאמענטירער »

העניך האט געשריבן:יואל מאטוועיעוו דערציילט וועגן זיין באזוך ביי פינטער'ס:
מיט יאָרן צוריק האָב איך פֿאַר זיך אַנטדעקט די חידושדיקע ביכער־קראָם „פּינטערס‟ אין באָראָ־פּאַרק, וווּ צווישן פֿאַרשיידענע זעלטענע ספֿרים האָב איך געטראָפֿן אַבֿרהם סוצקעווערס לידער, אַן אַלטע ייִדישע איבערזעצונג פֿון טשאַרלס דאַרווינס בוך וועגן עוואָלוציע און אַ לוח פֿון ליכט־צינדן מיט באַמערקונגען אויף אַ געפֿערלעך דײַטשמערישן ייִדיש פֿאַר ווײַטע ראַיאָנען אין מיזרח־רוסלאַנד, וווּ די צאַרישע מאַכט פֿלעגט פֿאַרשיקן די רעוואָלוציאָנערן.

ווען איך האָב איבערגעקוקט די הפֿקרדיק צעוואַלגערטע זעלטענע סחורה, איז אַהין אַרײַנגעקומען אַ סאַטמאַרער חסיד, וועלכער איז געוואָרן ברוגז צוליב דעם, וואָס צווישן די ספֿרי־קודש האָט זיך אין דער קראָם אָפּגעפֿינען די העברעיִשע איבערזעצונג פֿון שלום־עליכמס מעשׂיות וועגן כּתריאלעווקע. שרײַענדיק אויפֿן חסידישן בעל־הבית, האָט דער קנאָי אים באַשולדיקט אין פֿאַרקויפֿן ביכער פֿון „אַן עכטן שמדניק, ימח שמו וזכרו‟.


זע דעם המשך, דא:
http://m.yiddish.forward.com/articles/1 ... -or-jesus/?

מאדנע ביז גאר ווייפיל מאל איך זאל אריבערגיין אין פורבירען צו טרעפן א מציאה גייט עס נישט אזוי שנעל און דא יואל מאטוועיעוו מיט איין באזוך האט ער זיך אנגשטויסען מיט אזאנע מציאות דריי שטיק אויף איינמאל אין א פראטעיסט אין דער זייט אויך... :lol: :lol: :lol:
...
באניצער אוואטאר
שטאפענע קאפעליטש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 254
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 11:45 pm
האט שוין געלייקט: 141 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 500 מאל

שליחה דורך שטאפענע קאפעליטש »

יעצט באקומען א מעסידז אויפן היים ליין.
אידן, יעצט פאר די ימי רחמים ורצון זאל מען אנזאגן אין די שטוב נישט ח״ו לאזן די קינדער אריין גיין אין פינטערס ספרים געשעפט ווייל ער פארקויפט טמענע ביכער, איי סאיז א בושה אז אינמיטן שטאט איז דא א געשעפט ואין פוצה פה בלא בלא בלא
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שטאפענע קאפעליטש: איך האב אויך באקומען דעם זעלבן מעסידזש. דער בעל המימרא זאגט דארט אויכעט אז דער בעה"ב פונ'ם סטאר, יאנקל פינטער איז מטמא אידישע קינדער... ואין פוצה פה ומצפצף...איך האלט אז מ'דארף אויסבארגן פון די עיר הקדשה דעם באוואוסטן לוחם מלחמות ה' יואלי צימערמאן ער זאלל זיך אוועקשטעללן פאר פינטער'ס סטאר און שרייען פוי... הרה"צ ר' הערשל קלאר שליט"ע איז שוין ריטייערד. סייווי אלע זיינע קינדער האבן שוין אייגענע הייזער, ב"ה...!
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

בן אדם האט געשריבן:אין פינטער'ס האב איך אויך זוכה געווען צו קויפן דאס ביכל 'מיין לעבן' פון קווארטין (נישט פאר כ'האב זיכער געמאכט אז דער וויליאמסבורגער איד'ל געפינט זיך נישט דארט).

גילו אלערט!, יעצט ווייס איך ווער דו ביסט, דו האסט מיר געבארגט דאס ביכל, געדענקסט ?, חוץ אז פינטערס האט געהאט צוויי פון קווארטינס בוך ״מיין לעבן״ - איינע פון די אינטערסאנטע ביכער וואס כהאב נאר געליינט אין מיין לעבן...

נ״ב נישט גע׳דאגהט כ׳וועל נישט אויסזאגן פאר קיינעם ווער איר זענט.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: מיינע 'מציאות' געקויפט אינעם לעגענדארן ספרים געשעפט: פינ

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

מ'קען עס קויפען אויף עמעזאן
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:מ'קען עס קויפען אויף עמעזאן

מ׳קען עס אויך ליינען/דאונלאודן אויף סטיווען שפילבערג׳ס סייט בחנם, מ׳רעדט דא פון אפאר יאהר צוריק פאר סאיז געוועהן אוועילעבל אויף די אינטערנעט.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: מיינע 'מציאות' געקויפט אינעם לעגענדארן ספרים געשעפט: פינ

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איך האב נאר געמיינט מיין אדווערטייזינג, גארנישט מער. איך האב עס ארויפגעלייגט אויף עמעזאן
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
גראף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1034
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
האט שוין געלייקט: 714 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 512 מאל

Re: מיינע 'מציאות' געקויפט אינעם לעגענדארן ספרים געשעפט: פינ

שליחה דורך גראף »

באמערקט אז ס'איז געשריבען ''אלוהים''. איז דאס דער ריכטיגע אויסלייג אדער א אנדערע סיבה אזוי צו שרייבן?

Sent from my XT1096 using Tapatalk
מפוזרי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 1566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל

Re: מיינע 'מציאות' געקויפט אינעם לעגענדארן ספרים געשעפט: פינ

שליחה דורך מפוזרי »

וואסי טאקע פשט? מילא השכלה און באהאלטענע אפיקורסות, אבער אפענע כפירה?

איז ער אזא אנאלפאבעט? צי וויל ער טאקע מסית ומדיח זיין?
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
גראף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1034
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
האט שוין געלייקט: 714 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 512 מאל

Re: מיינע 'מציאות' געקויפט אינעם לעגענדארן ספרים געשעפט: פינ

שליחה דורך גראף »

העניך האט געשריבן:וואס שטערט דיך, דער ה' אדער דער ו'? אין עברית שרייבט מען געווענליך מלא, און נישט-פרומע שרייבן אלוקים מיט א ה'.
כאפ יעצט אז דעס איז טאקע דער ריכטיגע אויסלייג...[emoji57]

Sent from my XT1096 using Tapatalk
פארשפארט