מאנסי קומט צו זיך נאך צושטערטן שבת

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
ליפא
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2159
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 2314 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1740 מאל

מאנסי קומט צו זיך נאך צושטערטן שבת

שליחה דורך ליפא »

פרייטאג ממש פארן זמן האט זיך געהערט איבער מאנסי שמועות אז איינוואוינער האבן באמערקט שלוחים פונעם ציוניסטישן סוכנות. עידי ראיה האבן פארציילט אז גרופעס יוגנטליכע מיט בלוי מונדירן פון די דזדואיש אגענטור זענען געזען געווארן זיך דרייען ארום די היימישע געגענטער אין מאנסי והגלילות. ווען די חברה האבן געזען ווי זיי ווערן געפאלאוט זענען זיי געגאנגען שנעלער ביז מ'האט זיי נישט געזען מער.

אין די בתי מדרשים האט זיך געקאכט מיט די נייעס און מ'האט זיך געזארגט וואס אזא זאך קען מיינען פארוואס זאל די ישראל'ישע סוכנות זיך דרייען אין אמעריקע און נאך דערצו אין אזא היימישע שטאט? די רבנים האבן זיך אויך צוגעשטעלט צו די קופקעס און נאכגעפרעגט אויף יעדן דיטעיל. אבער זיי האבן נישט געמאכט דערפון אן עסק און ווען יעדער איז אהיים האט מען זיי מער נישט געזען אויף די גאסן און ס'האט זיך איינגעשטילט.

צופרי האט אלעס געטוישט. אידן זענען געקומען אין שול און פארציילט אז די סוכנות חברה דרייען זיך ווידער ארום. און מען האט געזען גרופעס פון זיי וואס האבן זיך אפגעשטעלט רעדן מיט אינגע אינגעלייט און בחורים. איינע פון די גרויסע רבנים האט געבעטן זיינע קרוב צו 100 מתפללים זאלן אים נאכגיין און מ'וועט אויפזוכן און קאנפראטירן מיט שיינעם קודם צוזען וואס זיי ווילן. יעדער גייט מיט'ן רב בראש, אויפן וועג שטעלן זיך צו נאך אידן און ס'ווערט א גאנצע סינערי, שומרים מיט חברים סגייט זיין פאן. נאך צען מינוט האט מען געטראפן 8 פון די חברה זיצן אויף בענק אויף א גראזיגן שטח און רוען זיך אפ.

דער רב ווייזט יעדן צו בלייבן אביסל אפגערוקט. און ער גייט צו און זאגט זיי עפעס און יענע האבן עפעס געענטפערט. אזוי האט דער שטילער שמועס אנגעהאלטן כמעט צען מינוט. פלוצלינג הייבט דער רב אן מיט קולות צו שרייען מיט א שוואכע היברו: לך מפה! לך מפה! שקצים! ווען די מיסיאנערן האבן אנגעהויבן צוריקשרייען האט זיך דערעולם צוגעשארט און אנגעהויבן מיט די הענט, אונטער צוויי מינוט זענען זיי אלע געווען אראפ. זעענדיג אז זיי וועלן נישט קענען געווינען דא האבן זיי אנגעהויבן שרייען אפשר האבן זיי געמיינט אז די אנדערע גרופעס וועלן הערן און קומען העלפן.

טו מעיק איט שארט. ווען זיי האבן געזען אז ס'איז זייער נישט גוט, האבן זיי אנגעהויבן וויינען און זיך בעטן אז זיי ווילן קאפערירן נאר מען זאל זיי אפלאזן און נישט שעדיגן. דעם רב איז נישט געפאלן די גאנצע קריגעריי, און באפוילן אז מ'זאל זיי לאזן גיין. אבער בעפאר ווי וואס ווען איז פאליציי אנגעקומען און פארלאנגט אן אויספארשונג. די חסידישע אידן האבן געזאגט פאר פאליציי אז די חברה זענען געקומען רעדן מיט קינדער און בחורים אן רשות קעגן די עלטערנ'ס ''בעליווס''. ווען די פאליציי האבן גענומען יענע חברה אין א זייט, איז איינער פון זיי ארויס און זיך אנגערופן אז ער האט א קאנפעשן צו מאכן. ער וויל עפעס פארציילן.

פאליציי זאגט אים, רעד.

ער הייבט אן בערך אזוי: ''אונז ווילן איבערבעטן ענק אלע פאר דעם צושטערטן שבת וואס אונזער שפיל האט אנגעמאכט, מיר האבן עס געטון לש''ש.''

דער רב מיט'ן ציבור עפענען די אויגן.

''אונז זענען היימישע אינגעלייט פון דא אין מאנסי, דערציילט ער ווייטער, די וואך איין טאג איז פאר עטליכע טאטע'ס און מאמע'ס בייגעפאלן עפעס צו טון פאר זייערע קינדער וואס זיצן אינדערהיים א גאנצן טאג ווייל ס'נישטא פאר זיי א חדר אדער סקול וואס וויל זיי אריין נעמען. אין א לעצטע דעפרעסטע אטטעמפ האבן זיי אונז אנגערופן פרעגן צי מיר וואלטן זיך פארשטעלט ווי די ציוניסטישע סוכנות און זיך ארומדרייען אין מאנסי און שפילן אז זיי ווילן כאפן אונזערע קינדער. אפשר אזוי וועט מען שאפן פאר אונז מוסדות האבן זיי געוויינט. און מיר האבן געזאגט יא! און דאס איז וואס איז היינט פארגעקומען, ליידער טאקע נישט געלונגען.

דער רב פלאצט אויס אין א געלעכטער און זאגט יעדן אהיימצוגיין עסן מיט פרייליכע הערצער. א מער די שרעק איז געווען אומזיסט אלעס איז ב''ה פיין מיט מאנסי. ער בעט יעדן זאל קומען צום פרק פארלערנען.

די מעשה מיטן שפיל קלינגט אפ איבער מאנסי, מ'זעט אינג און אלט שמייכלן אין די גאסן.

עס קומט 7:00 און דער רב קומט אויפן בימה מיטן טלית, ער לערנט פאר פרק, די שול איז פיל עד אפס. יעדער ווארט צו הערן וואס ער וועט זאגן. ער הייבט אן געלאסן אזוי ווי א נארמאלע וואך ,שטעלט זיך אויף די ערשטע צוויי משנה'ס. נאך א דריי פערטל שעה האט ער אנגעהויבן שטורעמען אויף ''די כאפטע אינגען וואס האבן צושטערט א גאנצן שטאט'ס שבת מיט א נארישע שפיל''. פאר דעי אינגאטשעס וועלן מיר זאגן ''ווילאנג ענקערע קינדער קענען נישט די פראנצויזישע שפראך וועלן זיי שימלען אינדערהיים!!!!'''

און דער הילכיגער קדיש וואס האט נאכגעפאלגט קען מען נישט אראפשרייבן
טראמפ 2020! טראמפ 2024! טראמפ 2028!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ליפא: ייש"כ. ס'איז זייער א שיינע מעשה מיט א שיינעם און גרויסן מוסר השכל וואס מ'קען ארויסלערנען פון דעם. נאר כ'האב מורא אז דו פארציילסט דא פאר'ן עולם דיין חלום פונ'ם שינה בשבת תענוג'דיגן זיסן שלאף פון היינט נאכמיטאג.. די מעשה האט עפעס נישט קיין הענט און קיין פיס אין ריעל לייף. ס'איז דא א סאך קשיות צו פרעגן. אבער כאטש מיין רבי, הרה"ק מ'יארמע שליט"א האט געזאגט א כלל אז אויף קיין מעשה פרעגט מען נישט קיין קשיות, דאך וויל איך פרעגן א פאר קלייניקייטן. והנה...זייט ווען האבן די סוכנות אגענטן מחליט געווען (אפילו לויט די הוה אמינא, אין חלום.) אז די בעסטע פלאץ צו פאנגען נשמות אין זייער ציוניסטישע נעץ אריין איז מאנסי. אפשר איז מאנרא בעסער...? און זייט ווען טראגן זיי בלויע (אדער גרינע) יוניפארמס....? אויך. פארוואס גייען זיי ארום אן פראטעקשן פון די ש.ב. אדער מוסד...? פארוואס האט די רב מחליט געווען נאר די וואך צו לערנען פרקי אבות מיט א טלית...? אדער אפשר לערנט ער פאר א יעדע וואך מיט א טלית...?
דו ווילסט אפשר הערן וואס איך האב געחלומ'ט היינט נאכמיטאג...?!... :lol:
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1491
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
האט שוין געלייקט: 684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל

שליחה דורך הדד בן בדד »

קען זיין אז איך בין א שוידערליכער אידיאט, אבער איך פארשטיי באמת נישט וואס ליפא איז דא מרמז. איך האבן אפגעליינט דעם גאנצן שטיקלל האפענדיג אויף עפעס א גוטס, אבער דערווייל בין איך געבליבן ביים נישט פארשטיין.
פערינא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 384
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 31, 2012 10:21 am
האט שוין געלייקט: 56 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 272 מאל

שליחה דורך פערינא »

ער ווייזט פשוט אז מ'קומערט זיך מער וועגן ציוניזם ווי אידישקייט פאר די אייגענע קינדער און מאנסי. וויבאלד די רב האט געהערט אז ס'איז נישט קיין סכנה פון ציוניים איז ער צוריק און שול און געפראוועט א ריזיגע סעודה ראוגערהייט. מ'האט די זעלבע טענות אויף די רוסישע/תימנע/איראנע קמפיין.

למעשה פארשטיי איך נישט פארוואס ס'איז טאקע נישט דא אין אזא גרויסע שלאט ווי מאנסי איין מוסד ווי מ'נעמט אן יעדעם איינעם אן קיין צענזור.
מודיעין
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 39
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 19, 2016 12:22 pm
האט שוין געלייקט: 32 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 28 מאל

שליחה דורך מודיעין »

גם אני מצטרף צו די רייע קושיות, ועוד קשה וואס האט ער געמיינט צו זאגן אז ווי לאנג זיי קענען נישט די פראנצויזישע שפראך זאלן זיי שימלען אינדערהיים?
באניצער אוואטאר
שלום על ישראל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1042
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 5:45 pm
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

שליחה דורך שלום על ישראל »

מודיעין האט געשריבן:גם אני מצטרף צו די רייע קושיות, ועוד קשה וואס האט ער געמיינט צו זאגן אז ווי לאנג זיי קענען נישט די פראנצויזישע שפראך זאלן זיי שימלען אינדערהיים?

די פראנצויזישע קאמפיין
(אויב האט איר נישט קיין הנאה און עס האט אייך נישט געקאסט קיין שמייכל, לייק נישט, וחילופיהם בחכם.)
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1491
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
האט שוין געלייקט: 684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל

שליחה דורך הדד בן בדד »

יישר כח פאר'ן מסביר זיין. יעצט פארשטיי איך.

עס איז אלעמאל גרינגער צו טון דארט. ווי זאגט יענער, עס איז גרינגער צו ווארפן געלט אויף יענעם'ס פראבלעם, ווי צו טון עפעס דערצו. בפרט אין דעם קעיס, ווי טון מיינט שווערער ארבעט, אנהייבענדיג מיט אוועק קוקן פון די אייגענע כבוד...
באניצער אוואטאר
שלום על ישראל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1042
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 5:45 pm
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

שליחה דורך שלום על ישראל »

אבער אז מ'טראכט אריין, פארוואס איז דאס טאקע גרינגער צו ווארפן געלד צו א פלאץ ווי מ'וועט קיינמאל נישט הנאה האבן משא"כ ביי די אייגענע דורות? ואת"ל אז עס איז לש"ש פאר די שיטה, וועל איך דיר ענטפערן, פליז!
אלא מאי? מיר האבן מורא צו בארירן 'אפערעשאן פרומעריזאציע'. ודו"ק.
(אויב האט איר נישט קיין הנאה און עס האט אייך נישט געקאסט קיין שמייכל, לייק נישט, וחילופיהם בחכם.)
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1491
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
האט שוין געלייקט: 684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל

שליחה דורך הדד בן בדד »

עס איז גאנץ פשוט. א מענטש מוז פילן אז ער טוט עפעס גוט אויף די וועלט. ער טוט עפעס אויף. ער זיצט דאך אויף דעם בענקל פון מנהיג ישראל, מיט וואס בארעכטיגט ער דאס ביי זיך, אים זיין קאפ. וויאזוי קען ער גיין שלאפן, אויפשטיין, עסן פרישטיג, זיך זעהן אין שפיגל און נישט ברעכן.

ער "מוז" טון זאכן וואס וועלן בארואיגן זיין געוויסן אז ער איז אקעי, ער איז בארעכטיגט צו דעם שטוהל, ער זיצט דערויף בצדק, ווייל ער זארגט זיך "באמת" פאר כלל ישראל.

אט אזא אפעראציע, מען פליעט ארום די וועלט, מען שאפט מיליאנען, מען גיט דאס געלט אהין פאר יענעם צו טון און ראטעווען אידישע קינדער פון "דארט". דאס איז פאקטיש פיל גרינגער ווי זיצן ביי זיך אינדערהיים און האמערן די מנהלים אז "קיין שום קינד קען נישט בלייבן אינדערהיים, נאו מעטטער וואט".

סאו לדעתי איז דאס וואס ליגט ביהיינד דעם. יעצט איז ער געדעקט ביים אייבירשטן. עכ"פ אין זיין קאפ.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: מאנסי קומט צו זיך נאך צושטערטן שבת

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

הרב דוד פיינשטיין שטייט בראש א מוסד וואס נעמט יעדער איינער אריין. כפי מיטב ידיעתי, אין וומסב"ג רעדט מען זיך נישט אפ אויף די פראבלעם. ר' מלכיאל טוט לעיקוואוד א טובה ווען ער פארט ארום דער וועלט.

וואס איז די פראבלעם?

Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
פארשפארט