א קוויטל דעם רבין
א קוויטל דעם רבין
[justify][center][/center]
מיט ציטערדיגע פוס שטיי איך גלייך אין שורה. מענטש נאך מענטש רוקען זיך שנעלער ווי שטייטער און אט קומט שוין מיין רייע. נאך צוויי מענטשן פאר מיר, באלד קומט שוין ארויס דער גבאי און ווינקט מיטן האנט נעקסט. איך האלט דעם קוויטל אין די האנט, איך היט עס ווי אן אויג אין קאפ. איבערן ווייס שטיקל פאפיר דעקט איבער מיין קליין תהילים'ל, איך זאג א קאפיטל נאך א קאפיטל שטיל מיט כוונה. דאס תהילים'ל האב איך נאך פון מיין זיידן עליו השלום באקומען צו מיין בר מצווה. דער זיידע איז געווען א דורכגעווייקטע חסיד'ישע ייד מיטן ערענסקייט פון אמאל. ער פלעגט שטיין ביים רבין'ס טיש מיט א הייליגע פארכט פון נתנה תוקף ארויס און נישט אראפגענומען אן אויג דעם רבין. און אז דער רבי האט געוויזן דעם זיידן צו זינגען איינע פון די זמירות האט ער זיך פארמאכט די אויגן און פארצויגן מיט א ניגון ווי פון גן עדן ארויס אז די דומע ווענט האבן געקענט שפירן אז ס'איז דא א שבת אויף דער וועלט, ס'איז דא א רבי אויף דער וועלט, און, גבוה מעל גבוה שומר, דער אויבישטער פון אויבן וואס גיבט דעם רבין כח און געזונט. און אט שטיי איך זיין אייניקל פלוני בן פלונית ביים רבין'ס טיר גרייט איבערצוגעבן מיין קוויטל דעם רבין אין זיינע הייליגע הענט. עס שטייט שוין נאר איינער פאר מיר, ער גייט שוין אויך אריין. נאך א ביסל עפענט זיך דער טיר און דאס מיינט מען מיך.
און אט שטיי איך שוין פארן רבין אליינס. אלעס איז שטיל. דער רבי זיצט אויף זיין שטוהל, דער קארפעט באדעקטע ערד ליגט ארומגענומען מיט הילצערנע שענק ביי די ווענט. אויפן טיש ליגט אויסגעשפרייט א סאמעטענם טישטוך מיט רבי מאיר בעל הנס'ןס פושקע אינדערמיט. די געלט וואס זאמעלט זיך אן דעראין גייט דער רבי אפשיקן די משפחה-געבענטשטע חסידים אין הייליגן לאנד זיי זאלן קענען זיצן במנוחה לערנען תורה און דאוונען פארן רבין מיט די קינדער און די חסידים דארט אין ווייטן גלות.
דאס תהילים'ל ליגט מיר שוין צוריק אין בוזעם. איך שטרעק אויס מיין רעכטע האנט און גיב איבער דעם רבין דאס קוויטל מיטן גלאטען באנקנאט דעראונטער. דער רבי שטעקט אריין דאס פדיון טיפער אונטערן שטיקל פאפיר, יעצט איז נישט קיין צייט צו קוקען אויף גשמיות'דיגע געברויכן. מיר ציטערט שוין אלע גלידער און דער רבי הויבט אן לעזען פון צעטיל ארויס
[center]ברוקלין יצ"ו
ירמיהו בן שרה
חנה בת אביגיל[/center]
און פון דא און ווייטער איז דאס צעטל ווייס ווי לעכטיג שניי
דער רבי הויבט אויף די אויגן ארויס פון די ברילן און קוקט מיך אן, ער ווארט איך זאל זאגן דאס וואס ער וויל נישט פרעגן, אבער איך דערוואג זיך נישט צו זאגן א ווארט. דאס לאנגע שטילקייט ווערט איבערגעריסן מיטן רבין'ס שטימע, "און קינדער איז נישט דא ביי ענק?" בום!!
איך האב נישט צופיל צייט צו טראכטן, דער רבי ווארט, איך מוז שנעל אפמאכן צו ענטפערן אדער נישט צו ענטפערן. עפעס מוז איך זאגן, איך קען נישט סתם שטיל בלייבן אז דער רבי פרעגט. אדער מוז איך זאגן דעם אמת, אדער אויפקומען מיט עפעס א ליגענט. אבער ווער וואגט זיך דען זאגן ליגענט אין אזא פלאץ. דער צייט לויפט אויס שנעל און מיט געוואגטקייט עפענט זיך אויף מיין מויל און זאגט ארויס דעם רבין דעם אמת אין פנים אריין מיט די קלענסטע צאל ווערטער און די ווייניגסע הסברים מעגליך, "די קינדער מיינע זענען נאך קליין, ווען זיי וועלן אונטערוואקסן, צו פערצען א האלב פופצען יאר וועלן זיי אליינס קלייבן זיך צו וועלעכן רבין זיי ווילן זיך בענטשן". בום!!!
דער רבי בויגט צוריק איין דעם קאפ צום טיש, זוכט אפיהר דעם פעדער זיינע, מישט אריבער דאס שרייב-ביכל און פארצייכענט זיך אן א נאטיץ. איך שטיי נאכאלץ אויפן זעלבן ארט און קוק זיך איין ווי דעם רבין'ס פעדער גליטשט זיך פארמעליך אן א געפיהלן. איך ליין ווי די ווערטער שרייבן זיך "שנת תשצ"ז לפ"ק" מיר דאכט זיך דער 'צ' איז א טעות, קומט נישט דארט אן 'ע'? אבער פון די אנדערע זייט, קען זיין אז דער רבי מאכט א טעות? דער רבי מאכט נישט קיין טעותים. פרישע ווערטער ווערן פארשריבן פאר מיינע אויגן, אבער דער רבי שטעלט אוועק זיין האנט און פארדעקט דעם שריפט איך זאל איר נישט קענען ליינען ווייטער. דער רבי שרייבט נאך א האלבע שורה, לייגט אראפ ס'פעדער פון די האנט און שטרעקט אים אויס צו מיר. איך נעם דעם רבין'ס האנט און זיין ברכה, איך הער נישט, איך זעה נישט, מיינע חושים זענען פארטעמט. פינף מינוט שפעטער בין איך שוין אין די גראסערי אויפן וועג אהיים.
אפגעדאווענט מעריב, אפגעגעסן וועטשערע, שוין געזאגט המפיל מיט בידך אפקיד רוחי מיט גרויס כוונה. איך בין שוין נישט דא. דאס בעט האלט מיין גוף. און מיין נשמה, דער בית דין של מעלה מיט די פארכטיגע דיינים. שוין לאנג נאך האלבער נאכט און איך דערזעה פון דערווייטענס פון הויך אראפ קומט צו פליען א מלאך מיט א צעטעלע ציווישן די פליגלען. דער מלאך קומט שוין נענטער, אט קען איך אים שוין דערטאפן, איך דערקען דאס שטיקל פאפיר זייער גוט, איך האב אים הערשט געזעהן ליגן אויפן רבין'ס טיש, דער שריפט איז מיר גאר באקאנט. דער מלאך יאגט זיך שטארק, ער איז א שליח געשיקט פון גאר גאר הויך. אט באלד נאך א ביסל, פאר די מארגן-שטערן גייט ארויס און דער רבי דערכאפט זיך פון שלאף מוז דאס צעטל שוין זיין צוריק אויפ פלאץ. דער רבי טאר זיך נישט דערוויסן אז מען האט אים פון אויבן פארראטען. איך קען נאר געבן איין בליק אויפ רבין'ס כתב, דאס איז וואס די הימלישע גערעכטיגקייט האט פאר מיר צוגעטיילט. איך ליין גיך מיטן אטעם אויפן שפיץ נאז...
[center]שנת תשצ"ז
נכון לזמן החורף,
בני בניו של ירמיהו מברוקלין,
לא נתקבלו להמוסדות דקהלתינו הק'[/center]
בום בום בום!!!
דער מלאך איז שוין לאנג נישטא. פון דערווייטענס זעה איך א קליין ווייסע פינטלע ווערט קלענער און קלענער ביז זי איז פארשוואונדען פון מיינע אויגן
*************
היינט, זאג איך מיין פרוי, לייג איך ארויף די קינדער אויפן באס. איך לויף דאווענען, איך יאג זיך אהיים, איך שטיי שוין ביים באשטימטן פלאץ מיט די הענטעלך אנגעכאפט מיט אן איבערפלוס פון ליבשאפט און רחמנות. איך זעה שוין דער באס קומען, די רויטע לעקטער בליצן און דער טיר עפענט זיך. דער באס רבי, דער יונגער איידעם פון רבין'ס גבאי שמייכלט מיט א גוט מארגן צו די קינדער. איך קוק זיך גוט איין, ניין, גארנישט געשעהט, אלעס פונקט ווי נעכטן און פאריגע וואך. דער טיר פארמאכט זיך, דאס סטאפ פענדעלע בויגט זיך צוריק איין מיט דרך ארץ, און די גרויסע רעדער דרייען זיך ווידער אויפן הארטן אספעלט גרייט אפצונעמען דאס קומענדיגע בינטעל תינוקות של בית רבן.[/justify]

-
- ידיד ותיק
- הודעות: 883
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2015 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 798 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 299 מאל
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 889
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
- האט שוין געלייקט: 1566 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל
Re: א קוויטל דעם רבין
מ'עט זען ווי לאנג ס'וועט האלטן דארט.
ס'געשריבן פארנעפלט כדי לערבב את השטן. (וגם אותי)

דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
- א איד
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1320
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
- געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
- האט שוין געלייקט: 606 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל
Re: א קוויטל דעם רבין
איז עס נאך דארט? ווייל איך זעה עס נישט דארט?
מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
- א איד
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1320
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
- געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
- האט שוין געלייקט: 606 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל
Re: א קוויטל דעם רבין
וואס הייסט מען לאזט נישט אזוי שנעל אריין?
מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
מ'האט מיר פון דארט אויסגעשפארט, איך קען נישט אריינסיינען מיט מיין ניק, זייט ווען איך האב געשריבען א פורימ'דיגע אשכול וועגען דאס צושפארען פון ק"ש. ווען איך האב געמאכט א גוגל סירטש פאר איינער פון די זאצ'ן פון די אשכול, בין איך אנגעקומען צו אייוועלט, אבער ווען איךה אב געוואלט עפענען יענער אשכול האב איך מיר געמוזט אריינסיינען, וואס כאמור לאזט מען מיר שוין נישט.
איך קען מאכען א נייעם ניק, אבער ס'פעלט מיר נישט אויס צו וויכטיג.

The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- בת קול
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1421
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 2:34 pm
- געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
- האט שוין געלייקט: 1427 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1672 מאל
מען דארף אפשר האבן א געוויסע מאס תגובות? אריינסיינען איז נישט גענוג.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום בת קול, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
.I got voices in my head.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 889
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
- האט שוין געלייקט: 1566 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל
Re: א קוויטל דעם רבין
דער מגיד האט ארויפגעשטעלט א פאעמע אויף אייוועלט.
מחשש אז ס'וועט געמעקט ווערן האב איך עס געסעיווט.
איך לאז אים איבער די כבוד עס דא ארויפשטעלן, אם יעלה לרצון לפניו.
מחשש אז ס'וועט געמעקט ווערן האב איך עס געסעיווט.
איך לאז אים איבער די כבוד עס דא ארויפשטעלן, אם יעלה לרצון לפניו.
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 889
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
- האט שוין געלייקט: 1566 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל
Re: א קוויטל דעם רבין
ס'איז נאך דארט: http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 1265510#p1
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 323
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 12:47 pm
- האט שוין געלייקט: 136 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 248 מאל
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 567
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 15, 2014 8:37 pm
- האט שוין געלייקט: 260 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 248 מאל
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 79
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 24, 2016 9:21 am
- האט שוין געלייקט: 75 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 55 מאל
אז דער ארבערטער דארף גיין צי אן אנדערע גראסערי מיז זיין אז דער ב"ה איז א מיז זיין אז ער איז כמעט פונקט ווי די רביס........
לאמיר זינגען ציזאמען.
אוי אין
אין גדולה כגדולתך
אין גדולה כגדולתך
אין רחמים רחמים רחמים
כרחמנותך.
זאג נישט פארן באשעפער ווי גרויס דיינע צרות איז
ווי גרויס ווי גרויס דיינע צרות איז,
זאג פאר דיינע צרות ווי גרויס דער באשעפער איז
ווי גרויס ווי גרויס דער באשעפער איז.
שקויח פארן מיט זינגען