ואת מכסה התחש אשר עליה... [snood סומאטוכע]

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
[NAMELESS]

ואת מכסה התחש אשר עליה... [snood סומאטוכע]

שליחה דורך [NAMELESS] »

מורי ורבותי!

מיר זענען זיך צאמגעקומען היינט, ווייל מיר שפירן אז 'לא עת לחשות', מיר קענען נישט לאזן אזא פירצה גיין ווייטער, ווייל פירצה קוראת לגנב, ותוצאותיה מי ישורנה.

כדי צו פארשטיין על מה יצא הקצף, וויל איך מקדים זיין דאס וואס מיר ווייסן פון קינדווייז אן, אז ביים משכן האט מען זיך באנוצט מיט די הויט פונעם חיה - דער "תחש", וואס דער תרגום רופט אן "ססגונא", און ווי אלע קענען פשט דערפון: ששש ומתפאר בגוונין שלה - דער תחש איז פרייליך און האלט זיך גרויס מיט אירע הערליכע קאלירן. און דערפאר האט מען עס גענוצט פאר א שיינעם צודעק אויפן משכן.

שטעלט זיך א שווערע פראגע: מיר געפונען אין די תורה אז מ'האט זיך באנוצט מיט אלע קאלירן, רויט [שני], בלוי [תכלת], פוירפל [ארגמן], גאלד און זילבער א.א.וו.

נו, אויב אזוי איז שווער צו פארשטיין מיט וואס דער תחש האט זיך גרויסגעהאלטן? די אידן האבן ממילא געהאט אלע קאלירן און פארבן, און אפילו אנעם תחש וואלט מען זיך אן עצה געגעבן צו שאפן אלע פאסיגע פארבן פארן משכן'ס צודעק?!

[center]***[/center]

ביי די פרשה פון דינה און שכם, געפונען מיר אין פסוק וואס זי האט געהאט געטון: "ותצא דינה בת לאה אשר ילדה ליעקב לראות בבנות הארץ". די נעקסטע זאך איז געווען אז: "וירא אותה שכם" און ער האט געזינדיגט מיט איר. באמת קען מען זיך שטעלן פארוואס דער פסוק האט צוגעלייגט די ווערטער "לראות בבנות הארץ". וואו קומט עס אריין? דו ווילסט דערציילן אז שכם האט איר געזען און געגלוסט, שרייב נאר אז זי איז ארויס אין גאס, וואס פעלט אויס מאריך צו זיין 'פארוואס' זי איז ארויס?

די תירוץ דערויף ליגט אינעם סוף פונעם פרשה. נאך וואס שמעון און לוי האבן אויסגע'הרג'עט גאנץ שכם, האט יעקב זיי אפירגעהאלטן אז זיי האבן זיך דא אנגעברענגט צרות, אז אלע שכנים וועלן זאגן אז די 'איזראעליס' זענען ווילדע חיות. אויף וואס שמעון און לוי האבן צוריקגעענטפערט מיט דעם פאלגענדן טענה: "הכזונה יעשה את אחותינו?!".

עפעס זעט אויס אז זיי האבן פארשטאנען אז דער מנוול שכם האט איר אנגעקוקט ווי א זונה, און אויף דעם איז די טענה 'הכזונה "יעשה" את אחותינו?!' - זאלן מיר אים צולאזן ער זאל זיך 'אויפפירן' צו איר ווי צו א זונה?! יעצט בלייבט נאר איבער פאר אונז צו פארשטיין, וויאזוי האט דינה בת יעקב געקענט אויסזען ווי א זונה ח"ו, זי איז דאך געווען א טאכטער פון די בחיר האבות!

[center]***[/center]

רבותי, נאך לאנגע חקירות ודרישות - אנגעפירט דורכן וועד הצניעות - זענען מיר געקומען צום החלטה, אז דינה האט געטון א געפערליכע זאך: זי האט זיך אנגעטון די טריפה'נע 'סנוד', וואס איז מקעקע ביצתן של קדושת בנות ישראל, און איז בניגוד צום מסורת האמהות, פון 'אמתלאי בת כרנבו' [מאמע פון אברהם אבינו] ביז 'צללפונית' [מאמע פון שמשון הגיבור], צו גיין דייקא מיט א טורבאן.

די הייליגע טורבאן, וואס האט אריינגענומען די אפגעשוירענע פרוי'אישע קאפ מיט אזא איינגעהילטע הילע פון קדושה וצניעות, האט געמאכט פלאץ פארן פארגרעבטן נידערטרעכטיגן סנוד, וואס וויל אוודאי געוויס דינען אלץ הינטער טירל פאר תועבות רמות, א שטייגער ווי גיין מיט די אייגענע האר, היה לא תהיה.

פרעגט איר אוודאי, מה לה לדינה ולסנוד? וואס עפעס האט זי זיך אנגעקלערט צו גיין מיט דעם גע'אסר'טן טריפה'נעם לבוש, וואס איז אוודאי געוויס אסור בתכלית האיסור, און קען גורם זיין שינוי המסורה - שוין אפגערעדט פאר אלע קלקולים אין גאס רח"ל. די ווייטאגליכע תשובה ליגט אינעם אויבנדערמאנטן פסוק: ותצא דינה וגו' "לראות בבנות הארץ". וויאזוי מיינט איר האבן די כנענ'ישע פרויען אויסגעקוקט? זיי זענען דען געגאנגען מיטן פארהייליגטן טורבאן? אוודאי נישט! זיי זענען געגאנגען מיט די לעצטע מאדעס, בשרירות לבי אלך, מיט די אפגעפרעגטע סנוד'ס זענען זיי ליידער געגאנגען.

דינה, נעבעך, האט זיך נישט געקענט איינהאלטן און האט זיך אויך אנגעטון דעם גע'אסר'טן סנוד. זי האט געוואלט זיין אביסל 'אפ טו דעיט', אבער וואס האט שכם געזען? 'הכזונה יעשה את אחותינו', עס האט זיך אים געדאכט אז זי איז גאר א זונה ח"ו, ווייל זי האט אויסגעטוישט דעם פארשלייערטן צניעות'דיגן טורבאן, מיטן פריצות'דיגן 'פירצה קוראת לגנב'דיגן סנוד. און אזוי איז ליידער געשען דאס ארגסטע ה"י.

[center]***[/center]

יעצט וועלן מיר שוין פארשטיין כמין חומר די שמחה פונעם 'תחש', וואס איז 'שש ומתפאר בגוונין שלה'. זי פריידט זיך נישט נאר מיטן פאקט אז זי האט קאלירן, זי פריידט זיך בעיקר מיט דעם, אז מ'האט איר נישט גע'אסר'ט צו נוצן. פרעגט איר אוודאי, פארוואס עפעס זאל מען אסר'ן דעם תחש, וואס האט זי שוין שלעכט געטון?

דער תירוץ איז, אז מ'דארף נישט עפעס שלעכט טון אז מ'זאל עס אסר'ן, מ'דארף נאר טון עפעס ניי, און 'חדש' - ווייסן מיר דאך אלע, איז - 'אסור מן התורה'. יעדע נייע מאדע, נייע געדאנק, נייע קלייד, און נייע קאליר, איז אין געפאר גע'אסר'ט צו ווערן, וויבאלד עס איז א שינוי פונעם הייליגן מסורה.

חז"ל זאגן דאך אויפן 'תחש', אז דאס איז ספעציעל ארויסגעברענגט געווארן צום משכן, און איז נישט געווען בעפאר דעם אדער נאכדעם צום געפונען. עפעס א נס מן השמים. נו, אזא חיה איז אין שרעקליכן געפאר גע'אסר'ט צו ווערן. ס'נישטא קיין מסורה איר צו נוצן, אירע קאלירן זענען א טראפעלע משנה געווען פון די באקאנטע גע'כשר'טע קאלירן, חדש איז דאך אסור מן התורה, מהיכי תיתי אז דער תחש וועט אדורכגיין די סעלעקציע?!

דערפאר, איינמאל די תחש האט געזען אז מ'וועט איר יא נוצן, און זאגאר פארן משכן ה', האט זי זיך הערשט אנגעהויבן גרויסצוהאלטן, און טאקע מיט אירע קאלירן - שש ומתפאר בגוונין שלה, אז טראץ די געווענליכע חשש פון נייע מאדעס, האט מען איר גאר גענוצט.


ואת מכסה [-צודעק] ה'תחש' אשר עליה...



.
טורבאן ווס. סנוד.jpg
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: ואת מכסה התחש אשר עליה... [snood סומאטוכע]

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

הערליך שיין. לאמיתה של תורה.

אפשר וועגען דעם איז פארשוואונדען געווארען דער תחש און חרבה המשכן. צוליעב די מאדערנקייט!

Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

איך האב לעצטנס באמערקט אז מיין ב"ב האט אנגעהויבן ארום גיין אינדערהיים מיט סליפערס אשר לא שערום אמותינו, און וויפיל איך האב מפשפש געווען במעשי האב איך נישט געקענט צוקומען צום גורם בשל מי הרעה הזאת אז עמי בבית זאל מען זיך אזוי גליטשן, איז געקומען ר' שש און מיר מאיר עינים געווען, עס האט זיך אנגעהויבן מיט דעם וואס איך האב אריינגעלאזט אינדערהיים די ג'אסר'טע בענדענע, און עס איז ליידער מקוים געווארן ביי מיר, היום אומר לו עשה כך וכו',

#ממני_ילמדו_וכן_לא _יעשו
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

גוט געזאגט אבער פאסט נישט פאר @שש די גאנצע זאך אז מ'שטייט ווי פארציקענדע טיגער און מ'זוכט זיך ווי אנצולייגן אויפ'ן עולם איז א בעבישע געדאנק וואס פאסט נישט פאר אזא עהרנפולע פערזאן ווי דו
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

#פארטייאלערט
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

[tag]אדנירם[/tag] מיט די קאלירן פארשטייט צו די תחש קאלירן. זיין אומנות.

איך ווייס נישט פארוואס פארוואס די רבנים איז נישט איינגעפאלען צו מאכען א גאנצע פארקערטע עסק פון דעם וואס יעקב איז נענש געווארן ווען ער האט יא באהאלטן דינה פון עשו. ווען זי וואלט ארויס צו עשו מיט א תחש'דיגע סנוד וואלט עשיו חוזר בתשובה געווען.

אפשר קען שש דאס מגיד'יש אראפלייגען ווי אזוי עס וואלט געארבעט...
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

בעלי תשובות אין אונזער קאמיונוטי?? ח"ו-היל"ת!!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

אדנירם:יישר כח גדול פאר'ן מסביר זיין די פארצווייגטע סוגיא מיט אלע מפרשים. דבר דבור על אופניו. און נאכדערצו פאסט עס אריין אין פסוק ממש געגאסן.
דו (און אלע אנדערע אויפגעקלערטע, משנאי ה' און ציונים) דארפסט/ן אבער פארשטיין אז אונז האבן ב"ה א שטארקן ועד משמרת הצניעות מיט אפגעהיטענע יונגעלייט וועלכע קוקן נאך א יעדע פרוי אין אונזער קריה הנאמנה קר"י אויב זי פיהרט זיך בצניעות ע"פי דרך הקדוש והטהור המסלולה לנו ע"י רבותינו הקדושים והטהורים, זצוקללה"ה...!אונזערע יונגעלייט קוקן נאך א יעדע אשה אויב זי שערט זיך אפ אינגאנצן מיט א 000. און האט נישט ח"ו קיין ביי האר. און אויב די סקוירט איז גענוג לאנג און די שטרימפ האבן א סיעם. (ס'מעג זיין דין און דורכזיכטיג. אבער ס'מוז האבן א סיעם.) און אונזערע אפגעהיטענע יונגעלייט מיט די הייליגע אויגן האבן לעצטנס באמערקט אז ס'איז ליידער געווארן א גרויסע און שרעקליכע פירצה בחומת הצניעות, ווען מערערע פרויען האבן אנגעטון דעם סנוד/בערעט, וועלכער רופט זיך שינעללל. (אויך א גרייז. אבער אונז לערנען דאך נישט ענגליש אדער פראנצויזיש, כידוע.).און אויב די פירצה וועט ווייטער אנהאלטן, וועללן מיר מוזן ארויסקומען מיט מער שרייענדיגע קול קורא'ס און אפשר אויך גוזר תענית זיין און מאכן א יום תפילה.
(און אפשר אויסזעצן די פענצטערס ביי דעם שייגעץ וועלכער האט די חוצפה צו אימפארטירן דעם בגד טמא, מכשיל צו זיין די בנות ישראל הכשרות...!)

Chenille......ליינט זיך שעניל נישט שינעל...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

בן אדם האט געשריבן:בעלי תשובות אין אונזער קאמיונוטי?? ח"ו-היל"ת!!

ס'דא. אבער נישט דורך די קאלירפולע סנוד'ס... :lol:
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ר' בערל, כ'האב גערעדט לגבי וואלווי'ס טענה
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

בן אדם האט געשריבן:ר' בערל, כ'האב גערעדט לגבי וואלווי'ס טענה

בן אדם: הבנתי...! און איך האב געוואלט אומדירעקט אריינפליקן פאר די חשוב'ע אידן וועלכע גייען מיט'ן קאפ אין וואנט. אין קיין שום פאל וואס איך געדענק האביך נאכנישט געזעהן אז זיי זאללן גיין מיט'ן שכל הישר...!
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

טאמער מיינט איר אז מרס טראמפ האט פלעיגארייזט די דרשה פון פורסט לעדי, גיטס א קוק דא


פאפא:
אחוץ וואס דער לבוש האט קיינמאל נישט באלאנגט אין אונזערע קרייזן, קען דאס חלילה וחס נוצן אלס אן אונטער-טירל אריינצוברענגן ביי זיך צו ביי אנדערע, א התרשלות אונעם הארבן ענין פון זיך גענצליך אפשערן כסדר די גאנצע האר

ארונים:
אויסער וואס די סארט מלבישים האבן קיינמאל נישט באלאנגט צו אונזערע קרייזן, קען דאס ח"ו דינען אלס אן אונטער-טירל צו ברענגן א פארנאכלעסיגקייט אונעם הארבן ענין פון זיך גענצליך אפשערן די האר
בייגעלייגטע פיילס
Cn-q8YpXgAA38Ca.jpg
נעגעל וואסער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 720
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 9:44 pm
האט שוין געלייקט: 1480 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 646 מאל

שליחה דורך נעגעל וואסער »

[tag]@אדנירם[/tag] געוואלדיגע שטיקעל תורה! דפח"ח וש"ק.
קום אריין מער אפט מיט דיינע בליציגע רעיונות, ווארט נישט אויף די נעקסטע סומאטוכע כדאי צו מהנה זיין דעם עולם מיט דיינע חידושים...

____

איך וואונדער מיר פארוואס פונקט דער ר' אהרן ווייסט אייביג פונקטליך וואס טוהט זיך אין עזרת נשים? איז שחיטה מונחת שוין דורכגעפאלן אז ער וויל זיך נעמען מאכן שחיטה מונחת אויף די מענטשליכע בהמות..

____

איינער ווייסט צו סאטמאר/פאפא האט ג'אסרט די בענדענעס בשעתו? ס'האט די זעלבע חשש פון מאדעס און פון היה לא תיהי'?
נעגעל וואסער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 720
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 9:44 pm
האט שוין געלייקט: 1480 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 646 מאל

שליחה דורך נעגעל וואסער »

דער אמת איז אז אונז ווייסען נישט ווי שוואך די דור איז, איין בלאז און די גאנצע עולם גולם מאכט עס נאך, עס לויפט סאך שנעלער ווי מ'מיינט.
מיר פערזענליך גרוילט מיר שוין צו זעהן די אלע קול קורא'ס, און דערפאר קוק איך נישט אויף זיי, אבער ס'איז אפשר יא כדאי, אזוי וועלן כאטש בלייבן אפאר ווייבלעך וואס פאלגן די אלע תקנות חדשים לבקרים, כדאי צו האלטן די בעלענס, יידישקייט קונמט צו זיין קאלירפול.. אויב יעדע גייט מיט דעם איז דאך נישט אינטערסאנט..

__

כ'האב נעכטען געוויזן די קול קורא פאר מיין ווייב, נאכן זיך רעגן און זיך צושמייכלן, דערציילט זי מיר אז זי האט פונקט געזעהן א היימישע ווייבל, וואס גייט אזא סנוד, און יא! זי האט זיך נישט אפ'געגאלט.
זי האט פארשטייט זיך זיכער געמאכט אז ס'זאל ארויסשטעקן אזוי זאל יעדער זעהן איז זי איז טאקע אויפגעקלערט.. דאס וואלט לכאורה קיינמאל פאסירט אויב אלע וואלטן געגאנגן מיט די הייליגע טורבאנס.
אז יש דברים בגו. כמה גדולים דברי חכמים.
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל

שליחה דורך פרייוויליג »

[justify]ווען איך האב געזען די צעטל - קול תורא - האב מיך א שווינדל אנגעכאפט די געדערעם. מיין מוח האט זיך גענומען ווארפן מיט פייפענדע קאלירן, אפשר איז דאס די אלע סנוד קאלירן וואס איך האב צוזאמגעזען ל״ע? מיין מוח האט גע-yield צו א געדעכטע שליימיגע בארג פון קורצגעוויקסענע מענטשן, וואס שלייערן זיך אן אין די קלייד פון מסורת משה, און פארקויפן מיסיאנערישע שלעכט אנגעגעסענע פרימע שטיק, אין פארעם פון קול קורא׳ס. דער שרעק דערפון איז, אז די אלע קול קורא׳ס אימברעסט קיצוניות אויף א שטערבליכן אופן. און עס שוואכט אפ אדער הרג׳ט אינגאנצן די וועליו פון אן איסור/היתר.[/justify]
באניצער אוואטאר
ביבער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 839 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1026 מאל

שליחה דורך ביבער »

שמעון וואלף האט געשריבן:טאמער מיינט איר אז מרס טראמפ האט פלעיגארייזט די דרשה פון פורסט לעדי, גיטס א קוק דא


פאפא:
אחוץ וואס דער לבוש האט קיינמאל נישט באלאנגט אין אונזערע קרייזן, קען דאס חלילה וחס נוצן אלס אן אונטער-טירל אריינצוברענגן ביי זיך צו ביי אנדערע, א התרשלות אונעם הארבן ענין פון זיך גענצליך אפשערן כסדר די גאנצע האר

ארונים:
אויסער וואס די סארט מלבישים האבן קיינמאל נישט באלאנגט צו אונזערע קרייזן, קען דאס ח"ו דינען אלס אן אונטער-טירל צו ברענגן א פארנאכלעסיגקייט אונעם הארבן ענין פון זיך גענצליך אפשערן די האר


עפעס מאכט מיר טראכטן אז די סנוד סומאטאכע איז נאך אן עקספערימענט פון אונזער [tag]עקפערימענטירער[/tag].
I may not agree with what you say, but I will defend to the death your right to say it. - Voltaire
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

אדנירם האט געשריבן: מיר געפונען אין די תורה אז מ'האט זיך באנוצט מיט אלע קאלירן, רויט [שני], בלוי [תכלת], פוירפל [ארגמן], גאלד און זילבער א.א.וו. ]

האסט בכוונה אויסגעלאזט 'אדנירם'?

אולי קען זיין, דאס איז געווען די שמחה פונעם תחש, אז ער האט געזען מען וועט אים לייגן לעבן די אנדערע יריעות, אינאיינעם מיט אדנירם, עלה שמחה בלבו, טוב לשש וטוב לשכנו!
וירח ה' את ריח הניחוח
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

:like

WOW, איך ב ל א ש.

ש'כח [tag]שמעקעדיג[/tag] פאר די געווירצנדע ריח ניחוח וואס קומט כסדר ארויס פון דיר.


----
יעצט כאפ איך, אז ס'איז אייגנטליך 'פעי-בעק-טיים'...
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

רבינו שליט"א פון מילקשעיק האט שטארק געקאכט די וואך ביים תורה איבער דעם פירצה, און האט מיט גרויס התלהבות דאשה געזאגט: ענדערשט הונדערט ביי האר ווי איין סענוד.

נאך הבדלה האט הרה"צ בנו יקירו שליט"א צוגעלייגט זיין נופך, אז סענוד איז ראשי תיבות: ס'איז נ'ישט ע'רליך, ו'ד'ל
Under influence
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

שמעון וואלף האט געשריבן:טאמער מיינט איר אז מרס טראמפ האט פלעיגארייזט די דרשה פון פורסט לעדי, גיטס א קוק דא


פאפא:
אחוץ וואס דער לבוש האט קיינמאל נישט באלאנגט אין אונזערע קרייזן, קען דאס חלילה וחס נוצן אלס אן אונטער-טירל אריינצוברענגן ביי זיך צו ביי אנדערע, א התרשלות אונעם הארבן ענין פון זיך גענצליך אפשערן כסדר די גאנצע האר

ארונים:
אויסער וואס די סארט מלבישים האבן קיינמאל נישט באלאנגט צו אונזערע קרייזן, קען דאס ח"ו דינען אלס אן אונטער-טירל צו ברענגן א פארנאכלעסיגקייט אונעם הארבן ענין פון זיך גענצליך אפשערן די האר

פוי, די פאפא'נע אזויווי נאר די פאפא'נע, האבן ניטאמאל גוט פלאגיאירט.

קוקטס נאר וואספארא גרויליגע - און אמעראצישע - לשון זיי נוצן, איבערן שרעקליכן חשש אז דאס וועט צוברענגען צו גיין מיט די אייגענע האר, וזל"ק: "א התרשלות אינעם הארבן ענין פון זיך שערן די 'גאנצע' האר רח"ל, וואס כידוע ע"פ מסורת רבותינו הק' זענען די נשים וואס זענען נישט נזהר אין דעם בכלל עוברת על דת רח"ל".

ממש אזוי, אפגע'פסק'נט רוב פרומע פרויען - וואס פירן זיך נישט צו שערן די האר - אלס 'עוברות על הדת', און טאקע "ע"פ מסורת רבותינו הק'". דאס איז גאר א 'כידוע', פאר די פוסטע ליידאקעס וואס ווייסן נישט אזא 'ידוע'דיגן פאקט'.

איגנאראנץ, טיפשות, רשעות, און פרומקייט.
א צויבער ראד צאמשטעל פון אכשר דרא.
באניצער אוואטאר
זבולון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 277
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 7:57 am
האט שוין געלייקט: 542 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 961 מאל

שליחה דורך זבולון »

געוואלדיג האט געשריבן:איך האב לעצטנס באמערקט אז מיין ב"ב האט אנגעהויבן ארום גיין אינדערהיים מיט סליפערס אשר לא שערום אמותינו, און וויפיל איך האב מפשפש געווען במעשי האב איך נישט געקענט צוקומען צום גורם בשל מי הרעה הזאת אז עמי בבית זאל מען זיך אזוי גליטשן,

אז מ'גייט סליפערס איז עס א סגולה צו גליטשן. זאל זי אנטוהן שיך, און זי וועט זעהן נפלאות.
אין - כי הכל הבל
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

זבולון האט געשריבן:
געוואלדיג האט געשריבן:איך האב לעצטנס באמערקט אז מיין ב"ב האט אנגעהויבן ארום גיין אינדערהיים מיט סליפערס אשר לא שערום אמותינו, און וויפיל איך האב מפשפש געווען במעשי האב איך נישט געקענט צוקומען צום גורם בשל מי הרעה הזאת אז עמי בבית זאל מען זיך אזוי גליטשן,

אז מ'גייט סליפערס איז עס א סגולה צו גליטשן. זאל זי אנטוהן שיך, און זי וועט זעהן נפלאות.


קראקס איז אויך גוט נאר מ'דארף אבער זיין אויף אלערט ווייטער וועגען די תחש'דיגע קאלירן ספעציעל די flourescent colors וואס איז נאך ערגער ווי די סתם שרייעדיגע.

אריינשטעקען jibbitz אין די קראקס איז סתם אזוי אסור מחמת צוואת ר"י החסיד אלס פארשטאפען לעכער...
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

זבולון האט געשריבן:
געוואלדיג האט געשריבן:איך האב לעצטנס באמערקט אז מיין ב"ב האט אנגעהויבן ארום גיין אינדערהיים מיט סליפערס אשר לא שערום אמותינו, און וויפיל איך האב מפשפש געווען במעשי האב איך נישט געקענט צוקומען צום גורם בשל מי הרעה הזאת אז עמי בבית זאל מען זיך אזוי גליטשן,

אז מ'גייט סליפערס איז עס א סגולה צו גליטשן. זאל זי אנטוהן שיך, און זי וועט זעהן נפלאות.

זבולון: דו האסט ממש ארויסגעכאפט די ווערטער פון מיין קיבאורד'ס מויל. ברוך שכיוונתי לדעתך הקדושה... :lol:
פארשפארט