קאמענטירער האט געשריבן:מיר שטערט זייער שטארק די שפראך דא צוליב עטליכע סיבות
איינס
אז מנעמט דא עטליכע מענטשען און מגעבט זיי א שעכט אפ אין איין תגובה אז דו האסט טענות געב כאטש פאר יעדעם איינעם אן עקסטערן אשכול איך מיין אז א יומען ביאינג קומט זיך אזויפיל
דו וואלסט ענדערש געוואלט אז מ'זאל יעדעם אויספראקען אין א באזונדערע אשכול? אלע זייערע נערישקייטן זענען פון די זעלבע סארט, האט מען זיי צוזאמגעשטעלט.
קאמענטירער האט געשריבן:צוויייטענס
איך האב נישט פארשטאנען פונקטליך וואס די מעשה איז געווען
עס איז נישט קיין מעשה שהיה, נאר א דבר יום ביומו, ווי זיי מאכן זיך צו די אויגן און פאנטאזירן אז די וועלט לעכעצט פאר זייער'ס א גוט ווערטל.
קאמענטירער האט געשריבן:דריטענס
מיין פערסנעיל מיינונג איז אז די כמעט אלע א.ד. זענען פריוואטע פיגורן, אפילו זיי שיקען טוויטס מייניך אז אין די גאס איז א נארמאלע זאך אז מענטשען זאלען זיך אויסדרוקען זייערע מיינונגען אויף סאושעל מידיא, און מען באקומט נאכנישט דערפאר א פאבליק סטאטוס,
מיט וואס זענען זיי פריוואטע פיגורן? אפשר אליבא דאמת זענען זיי פריוואט, אבער [עכ"פ געוויסע פון] זיי שרייען אויס אז זיי פארטרעטן כלל ישראל.
בכלל, ווען דו הייסט דזשאן מק'ניעל ביזטו אן אינדיווידואלער מענטש און קיינער טראכט נישט צו ער איז קריסטליך אדער פראטעסטאנטיש אדער אן עטיאסט. ווען דו פאררופסט זיך אלס יוסי אדער פאלאטשעק, פאררופסטו זיך אלס א יוד, און דו מאכסט אונז אלע בזיונות, כנ"ל.
ב.ד.וו. איך מיין מ'זאל טוישן די שם האשכול פון "קארני חסידים" צו עפעס מער רעלעוואנט, ווייל אויב מיר קומען צו די החלטה אז חסידים זענען טאקע קארני, מעגן דאן די פארטרעטער זיך אזוי אויפפירן...