איך ווייס נישט כוונת קדשו פון פרימו, אבער איין זאך איז קלאר ארויס פון די געשעפט. אלע טענות וואס מ'האט געהאט אויף העלבראנץ זענען פון גאס לשה"ר'ס. אז מ'גייט נישט אויפ'ן אינטערנעט, האט מען קיין שום עכטע טענות נישט.
אחוץ, די טענות וואס גילטען פונקט אויפ'ן טאשער, סקולענער ועוד ועוד. דער מהיכ"ת ער האט אן אהנונג וואס ער רעדט, דאס אז די גאנצע זאך איז א גלויבונג פון ווילונג, נישט פון שכל, גילט פונקט אויף די אלע מנהיגימלעך און בעלעגלה'ס. פונקט ווי מ'קען מיר פעטיציענ'ן און באשייגעצען און דערמאנען מיין 'אומוויסענד', קען מען דאס טוהן פאר סיי וועמען בנידון העלבראנץ.
כי פרוע הוא כי פרעה פרימו לשמצה בקמיהם.....
Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ליטוואק פון בודאפעסט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
דער אשכול איז נישט נאכגעקומען די קאווע שטיבל סטאנדארטן איבער גילוי, stalking, ארויסשטעלן אישי שמועסן און מאחורי שמועסן אין דער עפנטליכקייט, דעריבער זענען געוויסע תגובות געמעקט געווארן, ביטע האלטן די שמועס אין די ראמען.
צו באקומען צוטריט אין מאחורי הפרגוד דארף מען זיין אן אקטיווער מיטגליד מיט מינימום 50 זאכליכע תגובות. דערנאך דארף מען דורכגיין א שמועס מיט א מנהל.
איך וויל עפנטליך באדאנקען סדרן, פארן נעמען די פלייצע אין די הענט און טון צו דער זאך. אויסלופטערן פריוואטע שמועסן ברבים איז א געפערליכע עולה פאר זיך. שניידן שטיקער און נישט אראפברענגען דעם אישי כמו שהיא, מיט די כוונה צו באהאלטן געוויסע זאכן, איז נאך א גרעסערע עולה. און די גרעסטע עולה פון אלעמען איז צו ברענגען ברבים אזעלכע... אזוי ווי איר זעט אליין, זענען אזעלכע סארט תגובות אויסגעמעקט געווארן פון די שרייבער, און דאס דארף דינען אלס דערמאנונג פאר די שרייבער און פאר יעדן איינעם, אכטונג צו געבן וואס עס ווערט ארויפגעלייגט ברבים. מיר אלע מוזן מכיר טוב זיין פאר די הנהלה, פארן אריינלייגן איבערמידליכע ארבעט און שעות צו האלטן ריין דעם ארט, אכטונג צו געבן אז עס זאל נישט פארקומען קיין עולות און אויב חלילה יא, צו נעמען די ריכטיגע שריט אין די הענט.
תשואת חן חן לו.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 5 אום שמואל פרימו, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
שמואל פרימו האט געשריבן:ב. פארוואס טיילט דיין רבי מלקות? (אין קום מיר נישט זאגען אז סאיז נישט אמת ווייל איך קען פערזענליך איינעם וואס האט געכאפט מלקות)
ענטפער: מיין רבי תמ"ל איז נישט קיין דיקטעיטאר וואס טיילט מלקות. ער פסק'ענט נישט קיין דיני נפשות און ער הייסט נישט סטאלין. וואס יא? - אין קהילת לב טהור דינט מען דעם אויבערשטן אויפן אלטן שטייגער, אזוי ווי פאר דריי-הונדערט יאר צוריק בזמני תלמידי בעל-שם-טוב. ריכטיג, מען זעט שוין נישט היינטיגע צייטן אזעלכע סארט עבודת-השם, אבער אין קהילת לב טהור זעט מען נאך יא. דארט קען נאך יא זיין אידן וואס זאלן חלש'ן ביים דאווענען, דער רבי שליט"א האט געוויזן אז זאת התורה לא תהא מחולפת, און עס איז נאך פאראן עבודת השם אויף דער וועלט.
אז מען קוקט אריין אין זוהר, אין ראשית-חכמה און אין חסידי'שע ספרים, קען מען זיך נישט פארהוילן פון א וועלט מיט סיגופים מיט וואס ערליכע אידן האבן זיך געפירט. ריכטיג, איינע פון די זאכן פון חסידות און פון בעל-שם-טוב איז געווען, אז מען זאל נישט פייניגן דעם גוף און אנגיין מיט סיגופים, און פאר דעם איז דער רבי שליט"א עומד על המשמר אויף די געזונט פון די מענטשן. אבער דער ענין פון סיגופים איז פאראן צווישן אונז, עס זענען פאראן עובדי השם וואס קענען פאסטן משבת לשבת, עס זענען פאראן אידן וואס מאכן גלגול שלג, די זאכן זענען דא, מען קען נישט אויסמעקן דעם זוהר מיט א וועלט פון ראשית חכמה, עס איז א חלק פון אונזער תורה.
אבי מען פראבירט אונס אנצורעדן, אז נשתכחי תורת הבעל שם....