פלאגיאטארן אין דער אמעריקאנער מידיא

אין דער וועלט פון מידיא, אידישע און וועלטליכע פובליקאציעס
עס עפעס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 131
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 29, 2012 3:22 pm
געפינט זיך: ביים טעלער
האט שוין געלייקט: 30 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 86 מאל

פלאגיאטארן אין דער אמעריקאנער מידיא

שליחה דורך עס עפעס »

פון צייט צו צייט הערט מען איבער פלאגיאטארן אין דער אמעריקאנער מידיא, צי זאל דאס זיין רעפארטער וועלכע נעמען פאקטן און באריכטן פון אנדערע רעפארטער און טוען דאס נאכשרייבן ווי גלייך ס'איז זייער אייגענע ריסורטש, אדער קאלמוניסטן און מיינונג זאגערס וועלכע שרייבן שטיקער און נאכדעם טרעפט מען אז דאס איז נאכקאפירט פון ערגעץ אנדער.

האב איך געקלערט צו עפענען אן אשכול איבער דעם.

וועל איך זיין טאקע דער מתחיל:

אט איז אצינד א שטורעם מיט'ן טיים מאגאזין קאלומניסט פארריד זאקארי, וועלכער האט מיט צוויי וואכן צוריק געשריבן איבער גאן קאנטראל אין אמעריקע. אינעם ארטיקל האט ער געשריבן אט דעם פאראגראף"

[left]
Adam Winkler, a professor of constitutional law at UCLA, documents the actual history in Gunfight: The Battle over the Right to Bear Arms in America. Guns were regulated in the U.S. from the earliest years of the Republic. Laws that banned the carrying of concealed weapons were passed in Kentucky and Louisiana in 1813. Other states soon followed: Indiana in 1820, Tennessee and Virginia in 1838, Alabama in 1839 and Ohio in 1859. Similar laws were passed in Texas, Florida and Oklahoma. As the governor of Texas (Texas!) explained in 1893, the "mission of the concealed deadly weapon is murder. To check it is the duty of every self-respecting, law-abiding man."
[/left]

מען האט אצינד אנטדעקט אז ער האט דאס נאכקאפירט ממש ווארט ביי ווארט פון אן אלטן ארטיקל אינעם "ניו יארקער" מאגאזין פון עטליכע מאנאטן צוריק, וואס יענער פאראגראף האט זיך געליינט ווי פאלגענד:

[left]
As Adam Winkler, a constitutional-law scholar at U.C.L.A., demonstrates in a remarkably nuanced new book, “Gunfight: The Battle Over the Right to Bear Arms in America,” firearms have been regulated in the United States from the start. Laws banning the carrying of concealed weapons were passed in Kentucky and Louisiana in 1813, and other states soon followed: Indiana (1820), Tennessee and Virginia (1838), Alabama (1839), and Ohio (1859). Similar laws were passed in Texas, Florida, and Oklahoma. As the governor of Texas explained in 1893, the “mission of the concealed deadly weapon is murder. To check it is the duty of every self-respecting, law-abiding man."
[/left]

זאקארי איז אצינד סוספענדירט געווארן פון שרייבן ארטיקלען פאר א שטיקל צייט.
שלומכן יסגא
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 20
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2012 1:22 am
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

שליחה דורך שלומכן יסגא »

איז ער נישט דער רעדאקטאר פון טיים?!
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

דער זאקאראי איז א ליבעראלער האליער דען דאו דזשורנאליסט וואס האלט כסדר פאר יעדן. זאל ער בראטן!

ער האט צוריקגעווארפן א מעדאל וואס א אידישע ארגעניזאציע האט אים געוואלט באעהרן מיט, צוליב אנגעבליבע דיסקרימינאציע פון יענע ארגעניזעישאן...

טיפיקעל ליבעראלע סופעריאריטי באלאני.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
עס עפעס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 131
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 29, 2012 3:22 pm
געפינט זיך: ביים טעלער
האט שוין געלייקט: 30 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 86 מאל

שליחה דורך עס עפעס »

זר זהב האט געשריבן:דער זאקאראי איז א ליבעראלער האליער דען דאו דזשורנאליסט וואס האלט כסדר פאר יעדן. זאל ער בראטן!

ער האט צוריקגעווארפן א מעדאל וואס א אידישע ארגעניזאציע האט אים געוואלט באעהרן מיט, צוליב אנגעבליבע דיסקרימינאציע פון יענע ארגעניזעישאן...

טיפיקעל ליבעראלע סופעריאריטי באלאני.


רייט, די ליבעראלע קלאס אין אמעריקע רעספעקטירט אים ווי משוגע און ער איז א גאנצער העלד מיט יעדעס ווארט וואס ער זאגט. איי קען דזשאסט אימעדזשן אויב זאל ער זיך אויפוועקן איין אינדערפרי מיט א נארמאלע אמעריקאנער נאמען און ליכטיגע הויט, צי ער וועט נאך אלס זיין בכלל פאררעכנט אלס עפעס א זאך...
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

איך האב געטראפן דעם ארטיקל און די ווידעא, ס'געווען די ADL ארג. וואס ער האט צוריקגעוויזן אן אווארד צוליב די ADL'ס קעגנערשאפט
צום איסלאמישן מאסק אין מאנהעטטען.
א גאנצע לעקטשור געט ער...
(ער איז אזוי סענסיטיוו!)
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

איך זע אז נישט נאר איז ער סוספענדירט פון טיים נאר אויך פון זיין שאו אויף סי ען ען.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

יעצט זע איך אז אין מאי 2009, 3 יאר צוריק האט שוין דזשעפרי גאלדבערג פון די אטלאנטיק שוין באשולדיגט זאקאריע מיט פלאגיאריזם. דעמאלטס איז נישט געווארן קיין שטינק דערפון, אפשר ווייל גאלדבערג האט געטריבן שפאס דערפון און עס נישט גענומען ערנסט.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
עס עפעס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 131
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 29, 2012 3:22 pm
געפינט זיך: ביים טעלער
האט שוין געלייקט: 30 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 86 מאל

שליחה דורך עס עפעס »

ס'איז איז שוין געווען עטליכע סקאנדאלן מיט דעם זאקארי, צווישן אנדערע אז ער האט איבערגעזאגט די זעלבע "קאמענסמענט" רעדע עטליכע מאל ביי אנדערע קאלעדזשעס.

יעדער שרייבער וואס שרייבט איבער נושאים וואס פאליטיק איז דערין אריינגעמישט, דארף זיין גרייט צו קריגן היץ פון די צד שכנגד, אז ער איז א פלאגיאטאר וכו וכו.
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

כ'האב שוין אפאר מאל געזען דא אין שטיבל ווי געוויסע זענען עובר אויפן חטא הידוע (פלאגיאריזם) בשאט נפש, צי מיטן איבערטייטשען אן ענגלישע ארטיקל (וואס אה"נ ס'איז א גרויס ארבעט און ס'קומט זיך קרעדיט) אן צוצייגן אז מ'האט דאס פון ערגעץ גענומען, וכדו', איך האב גארנישט געוואלט זאגן, כ'וויל נישט סתם זיין א ווייטאג אין אחור, אבער איך זע ווי דער עולם איז אזוי ווארעם צו דער זאך, וואס האלט דר'עולם, ברויך מען מעורר זיין? ברבים? בצנעא?
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

יעד'ן ברבים, מיר בצנעה.
א דאנק.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

געפילטע פיש האט געשריבן:כ'האב שוין אפאר מאל געזען דא אין שטיבל ווי געוויסע זענען עובר אויפן חטא הידוע (פלאגיאריזם) בשאט נפש, צי מיטן איבערטייטשען אן ענגלישע ארטיקל (וואס אה"נ ס'איז א גרויס ארבעט און ס'קומט זיך קרעדיט) אן צוצייגן אז מ'האט דאס פון ערגעץ גענומען, וכדו', איך האב גארנישט געוואלט זאגן, כ'וויל נישט סתם זיין א וויטאג אין אחור, אבער איך זע ווי דער עולם איז אזוי ווארעם צו דער זאך, וואס האלט דר'עולם, ברויך מען מעורר זיין? ברבים? בצנעה?

העי, נישט פעיר! מיר האסטו יא מעורר געווען ברבים, ביי אנדערע הייבסו אן ווערן מסופק, פארוואס די דאבל סטאנדארט? ;)
אבער לעניית דעתי איז איבערזעצן אן ארטיקל צו אן אנדערע שפראך אויף א טשעט/דיסקוסיע פארום, נישט ממש פלאגיאריזם.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
עס עפעס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 131
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 29, 2012 3:22 pm
געפינט זיך: ביים טעלער
האט שוין געלייקט: 30 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 86 מאל

שליחה דורך עס עפעס »

כ'בין מיט יידל איבער די נושא. ווען עמיצער גייט און זעצט איבער אן ארטיקל און צייגט דאס פאר אפאר מענטשן, איז אפשר שיין ער זאל זאגן פון וואנעט ער נעמט דאס, אבער דאס איז ווייט ווייט פון פלאגיאריזם.

פלאגיאריזם איז ווען א גרויסער מיינונג זאגער קומט און שרייבט א געדאנק כאילו ס'איז אייגנס און ער מאכט נאך געלט און כבוד דערפון, אדער ווען א רעפארטער קומט און שרייבט א "באריכט פונעם מלחמה פראנט", ווען אין רעאליטעט איז דאס נאכגעשריבן פון א צווייטן דזשורנאליסט, דאס טייטשט אז ער האט אפגעפאפט די ליינער, אפגעפאפט זיינע בעלי בתים וואס צאלן אים די וועידזשעס וכו וכו.
ברוין
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 310
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 03, 2012 10:22 pm
האט שוין געלייקט: 24 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 107 מאל

שליחה דורך ברוין »

צולינקען פון וואו אן ארטיקל קומט איז זייער נארמאל. אבער א דאנק צו די זייט פארן נעמען די טירחה און עס איבערטייטשן איז אויך א מוז
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

יידל האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:כ'האב שוין אפאר מאל געזען דא אין שטיבל ווי געוויסע זענען עובר אויפן חטא הידוע (פלאגיאריזם) בשאט נפש, צי מיטן איבערטייטשען אן ענגלישע ארטיקל (וואס אה"נ ס'איז א גרויס ארבעט און ס'קומט זיך קרעדיט) אן צוצייגן אז מ'האט דאס פון ערגעץ גענומען, וכדו', איך האב גארנישט געוואלט זאגן, כ'וויל נישט סתם זיין א וויטאג אין אחור, אבער איך זע ווי דער עולם איז אזוי ווארעם צו דער זאך, וואס האלט דר'עולם, ברויך מען מעורר זיין? ברבים? בצנעה?

העי, נישט פעיר! מיר האסטו יא מעורר געווען ברבים, ביי אנדערע הייבסו אן ווערן מסופק, פארוואס די דאבל סטאנדארט? ;)
אבער לעניית דעתי איז איבערזעצן אן ארטיקל צו אן אנדערע שפראך אויף א טשעט/דיסקוסיע פארום, נישט ממש פלאגיאריזם.

כ'האב עס מקדים געווען מיט א ששששששש..... ס'איז אזוי ווי אריין זאגן אין אויער, בצנעה...
אויב האט עס דיר געבאדערט בעט איך דיר מחילה ברבים.
באניצער אוואטאר
קאנצעפט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 110
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 24, 2012 7:20 pm
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 110 מאל

שליחה דורך קאנצעפט »

יידל האט געשריבן:איך זע אז נישט נאר איז ער סוספענדירט פון טיים נאר אויך פון זיין שאו אויף סי ען ען.


זיי אדווערטייזן שוין וואכן איבער א גאנצע אויספארשונג פון דעם זאקארי איבער די עקאנאמיע וואס זיי האבן אנגעגרייט עס צו לויפן די וואך. למעשה לויפט איצט עפעס אנדערש אין די סלאט. ער הייסט גאר גאר אן איינפלוסרייכער פיגור.
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

געפילטע פיש האט געשריבן:כ'האב עס מקדים געווען מיט א ששששששש..... ס'איז אזוי ווי אריין זאגן אין אויער, בצנעה...
אויב האט עס דיר געבאדערט בעט איך דיר מחילה ברבים.

חלילה, ס'האט מיר בכלל נישט געשטערט.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
פארשפארט