דו קענסט פון די מוסדות ווארפן,
דיינע ווערטער אויסשארפן,
פאשקווילן פארשפרייטן,
און בי"ד זיך אויספייטן.
שייגעץ ארויס – קענסטו שרייען,
אין מיין פנים שפייען,
חובות נישט באצאלן, נאכן לייען,
די זעלבע טענות איבערקייען.
שרייען שמע ישראל מיט האס,
פארווישן יענעמ'ס בלוט מיט דיין ש"ס,
דערשטיקן יענעם מיט דיין גארטל,
זיך ארומשפילן מיט דאס זעלבע קארטל.
דו קענסט מיר פראבירן באשמוצן,
מיט דיינע ציינער קריצן,
דו קענסט וויינען ביי שאלעשידעס,
און רעדן איבער גוטע מידות.
אלהיך לא אלהי - קיינמאל זיך געטראפן,
מיין גאט איז נישט קיין וואפן,
ווען דו פאנגסט אן זיך אליינס צו בלאפן,
בין איך שוין לאנג אנטלאפן.
דיין שפיל איז נישט מיין,
מיין וועג איז נישט געמיין,
מיין לעבן איז ריין,
און איך וועל עס לאזן שיין.
איך קען דיעלן מיינע זינד,
איך בין שוין נישט קיין קליין קינד,
מיין דעפינאציע וועל איך אליינס טוהן,
און האלטן מיין רעקארד קלין.
מנאן ומאן הוא רחימך - געב נאר א קוק,
צום אלוהי הרחמים והאהבה געב זיך א ביק,
סטאפ די אלע נארישע שטיק,
וועסטו זעהן אז דו וועלסט טרעפן דיין גליק.
איך וועל ווייטער זיין באגלייבט צו מיין וועג,
פארשפרייטן גאט'ס מעסעדזש אלע טעג,
אים צו מאכן בתחתונים א געצעלט,
פארבעסערן און פארריכטן זיין וועלט.
ליבשאפט אויף די וועלט פארשפרייטן,
רחמנות און גוטסקייט אין אלע זייטן,
דאס איז מיין תפקיד - מיין ראול,
איך האף צו אנקומען צו מיין גאול.
את הכל תוכלו ליקח מאתי - אך לא את יוצרי מלבבי
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1764
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
- האט שוין געלייקט: 929 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל
זבולון, געוואלדיג. איך האף אז דו מיינסט עס אזוי ערנסט ווי איך האב עס אנגענומען.
א חלק דערפון קוקט אויס מער לטובת דער גראם, אבער פארהאן פעסידזשעס וואס זענען אזוי קולע אל השערה אז איך שפרינג, אז הוא אשר דברתי.
דאס איז א גאר יסודות׳דיגער פאעזיע, און ווען עס ווערט אביסל אויסגעבעסערט, לייג איך דאס אין מיין סידור ביי עלינו לשבח. אבער ערנסט גערעדט, אין א מאגנעט אדער פרעים פארמאט אויף מיין פרידזשידער און ארבעטס טיש והיו לזכרון בין עניך.
דער פראפעגאנדיסטישער מהלך אז מיר חרדים זענען די בעסטע איז אפשר באשאפן געווארן מיט א גוטע כונה כדי אונז אפצוטיילן פון וועלטליכער שלעכטץ, אבער דאס האט ליידער צוגעברענגט אז אפילו ווען דער סיסטעם וועט זיך דערקייקלען צו געקינצלטע נידריגקייט כירידן שבאומות, וועט מען עס נישט טארן פארשרייען און זיך אפלאזן פון זיי, ווייל ווי קען מען דען רעדן אויף די בחירי ישראל די חרדים.
ווען מיר קוקן אין נביא, זעהן מיר אז עס האט זיך כסדר געמאכט אזעלעכע תקופות וואו דער רעליגיעזע עסטעבלישמענט איז ערנסט אראפ פון וועג, ניצנדיג דעם אויבירשטנס נאמען פאר כל מיני פארדארבנקייט און מידות רעות, ביז עס איז געקומען צו א מצב וואס זיך אפטיילן פון דער הויפט פארקערפערשאפט איז געווען נויטיג פאר אן איש ישר וירא אלוהים.
עס איז היינט ליידער נישט אנדערש, מיר זענען בלויז פארבלענדעט און געברעינוואשט, אז נאך אלעם, איז אונזער לעבן׳ס שטייגער דאס מערסטע זיכער פאר א טיקעט לחיי עולם הבא. אבער איך מיין אז עס איז בלויז פארזיכערט מיט א טיקעט אינעם חרידישן בית הקברות. צו שטארבן מיט אמת ויושר איז ראוי פאר א רעכדענקיגער מענטש צו מוותר זיין אויף די חרדישע פראפעגאנגע און קדושה מיטוס, מוותר זיין אויף די יצרי הכבוד והפאר וואס בוזשעוועט אין אונזערע קרייזן, (וואס ווערט פאלטש פאררעכנט אלס רע במעיטו), און פשוט זיי גענצליך פארלאזן, כדי נישט צו האבן א חלק אין א פארדארבענער פארקערפערונג, און אנשטאט דעם לעבן א באשיידענער חיי אזרח, מיט א שטוב פון בני אזרח, מיט א נאטורליכער גאטס פארכטיגקייט.
לעבן היינט אין א חרדישער געזעלשאפט מיט זייערע הויפט פרינציפן פארזיכערט בלויז א שם טוב ביי דער חרדישער געזעלשאפט, אבער פון אמת ויושר איז עס ווייט.

אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).

- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
- זבולון
- שריפטשטעלער
- הודעות: 277
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 7:57 am
- האט שוין געלייקט: 542 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 961 מאל
moshav zekeinim האט געשריבן:זבולון, געוואלדיג. איך האף אז דו מיינסט עס אזוי ערנסט ווי איך האב עס אנגענומען.
א חלק דערפון קוקט אויס מער לטובת דער גראם, אבער פארהאן פעסידזשעס וואס זענען אזוי קולע אל השערה אז איך שפרינג, אז הוא אשר דברתי.
דאס איז א גאר יסודות׳דיגער פאעזיע, און ווען עס ווערט אביסל אויסגעבעסערט, לייג איך דאס אין מיין סידור ביי עלינו לשבח. אבער ערנסט גערעדט, אין א מאגנעט אדער פרעים פארמאט אויף מיין פרידזשידער און ארבעטס טיש והיו לזכרון בין עניך.
דער פראפעגאנדיסטישער מהלך אז מיר חרדים זענען די בעסטע איז אפשר באשאפן געווארן מיט א גוטע כונה כדי אונז אפצוטיילן פון וועלטליכער שלעכטץ, אבער דאס האט ליידער צוגעברענגט אז אפילו ווען דער סיסטעם וועט זיך דערקייקלען צו געקינצלטע נידריגקייט כירידן שבאומות, וועט מען עס נישט טארן פארשרייען און זיך אפלאזן פון זיי, ווייל ווי קען מען דען רעדן אויף די בחירי ישראל די חרדים.
ווען מיר קוקן אין נביא, זעהן מיר אז עס האט זיך כסדר געמאכט אזעלעכע תקופות וואו דער רעליגיעזע עסטעבלישמענט איז ערנסט אראפ פון וועג, ניצנדיג דעם אויבירשטנס נאמען פאר כל מיני פארדארבנקייט און מידות רעות, ביז עס איז געקומען צו א מצב וואס זיך אפטיילן פון דער הויפט פארקערפערשאפט איז געווען נויטיג פאר אן איש ישר וירא אלוהים.
עס איז היינט ליידער נישט אנדערש, מיר זענען בלויז פארבלענדעט און געברעינוואשט, אז נאך אלעם, איז אונזער לעבן׳ס שטייגער דאס מערסטע זיכער פאר א טיקעט לחיי עולם הבא. אבער איך מיין אז עס איז בלויז פארזיכערט מיט א טיקעט אינעם חרידישן בית הקברות. צו שטארבן מיט אמת ויושר איז ראוי פאר א רעכדענקיגער מענטש צו מוותר זיין אויף די חרדישע פראפעגאנגע און קדושה מיטוס, מוותר זיין אויף די יצרי הכבוד והפאר וואס בוזשעוועט אין אונזערע קרייזן, (וואס ווערט פאלטש פאררעכנט אלס רע במעיטו), און פשוט זיי גענצליך פארלאזן, כדי נישט צו האבן א חלק אין א פארדארבענער פארקערפערונג, און אנשטאט דעם לעבן א באשיידענער חיי אזרח, מיט א שטוב פון בני אזרח, מיט א נאטורליכער גאטס פארכטיגקייט.
לעבן היינט אין א חרדישער געזעלשאפט מיט זייערע הויפט פרינציפן פארזיכערט בלויז א שם טוב ביי דער חרדישער געזעלשאפט, אבער פון אמת ויושר איז עס ווייט.
איך בין געווענליך נישט מוותר אויף די תוכן פון מיין מעסעדזש לטובת די גראם.
איך שרייב נישט קעגן קיין קאמינוטיס אדער גרופעס As a whole, איך רעד פון א געוויסע סארט התנהגות. און ווי פלעגט דער רבי זאגן: "דער וואס האלט אז מען מיינט אים, טאקע אים מיין איך...".
אין - כי הכל הבל
- סימפל
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 116
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 12:19 am
- האט שוין געלייקט: 94 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 186 מאל
Absolutely amazing! איך ווער אבער מער נתפעל פון די אמתדיגקייט וואס ליגט אונטער די מעסעדזש ווי פון די קונסט אליין.
איך מיין אז דער וואס האט די attitude פון ״אך לא יוצרי מלבבי״, איז מלא תוכן פיל מיט סאבסטענס, ער האט און וועט אייביג האבן אלעס. און דער וואס איז דער גורם צו ״את הכל תוכלי ליקח מאתי״ איז פוסט און ליידיג, אן קיין שום סאבסטענס. ער האט נישט און וועט קיינמאל גארנישט האבן, ביז ווילאנג ער וועט אנהייבן צו focus אויף זיין אייגענע לעבן ווי איידער אויף יעדען איינעמס חוץ זיינס.
דדא ביה - כולא ביה, דלא דא ביה - מה ביה.

(I'd agree with you, but then we'd both be wrong" (Russell Lynes"
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 187
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2015 4:48 am
- האט שוין געלייקט: 87 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 194 מאל
יעצט געליינט דאס ערשטע מאל.
רייך אין תוכן און אין גראם, הערליך!! [tag]זבולון[/tag]

We buy things we don't need
with money we don't have
to impress people we don't like
(קרעדיט: @טייערע ברודער)
with money we don't have
to impress people we don't like
(קרעדיט: @טייערע ברודער)