שליחה
דורך וועטערבאריכט »
א גוטען אווענט , היינט איז געווען די טאג נומער 7 פון א לאנגע היץ כוואליע. די 90 פלאס היץ וועט קומען צו א סוף אבער די וועטער וועט ווערען זייער רעגענדיג און פייכט. פאר היימישע פלעצער ארום די שטאט וואס האבען געזען פלאדינג און שווערע רעגענס וועט דאס נישט זיין גוטע נייעס. א שטארקע low pressure וואס איז גאנץ אן אויסנאם פאר טיף אינמיטען די זוממער וועטנאדורכגיין נאנט צו נאו יארק סיטי. דאס וועט ארייברענגען זייער נאסע און ווארעמע לופט (טראפיקעל ) עס איז דא א וועג צו מעסטען די מעגליכקייט פאר שווערע רעגען אין דאס הייסט pwats. דאס הייסט precipitable water וויפיל רעגען די אטמאספער קען ארויסקוועטשען פון די לופט. די pwats פון שפעט היינט נאכט ביז פרייטאג צונאכטס וועלען זיין 250 % העכער ווי נארמאל. רעגען אמאונטס פון 2-3 אין אפשר מער זענען מעגליך ערגעץ אין די טריי סטעיט , ווי פונקטליך ווייסט מען נאכנישט. ביי שבת וועט ווערען שענער מיט טייל זיניגע און נארמאל ווארעמע וועטער. מוצאי שבת ביז זונטאג נאכט קומט נאך א מעגליכקייט פאר רעגען אבער דאס מאל א לייכטע רעגען פון אינטער איין אינטש. פון די קומינדיגער מאנטאג ביז דאנערשטאג וועט ווערען מערסטענס זיניג אין גאנץ באקוועמט מיט טעמפרעטורס אין די 80s.
דא האט איהר די וועטער פאר די נעקסטע וואך הבעל״ט.
וועטער -נאו יארק סיטי
Flash flood watch in effect from 8pm until friday afternoon.
דאנערשטאג נאכט- רעגען און שטורמס מעגליך איבערנאכט ,רעגן קען זיין שווער מיט פלאדינג פארטאגס,זייער פייכט , ארום 75.
פרייטאג - פארוואלקענט מיט רעגען און שטורמס, שווערע רעגענס און פלאדינג איז מעגליך ספעציעל פארמיטאג. זייער פייכט , ארום 80 בייטאג. מערסטענס פארוואלקענט און ווארעם .ארום 72 ביינאכט .
שבת קודש- טייל זיניג און ווארעם, ארום 85 בייטאג. מערסטענס פארוואלקענט און ווארעם , showers מעגליך ,ארום 75 ביינאכט.
זונטאג-מערסטענס פארוואלקענט מיט showers און שטורמס מעגליך ,ארום 82 בייטאג. ארום 72 ביינאכט.
מאנטאג און דינסטאג- מערסטענס זיניג און ווארעם, ארום 85 בייטאג . קלאר און ווארעם , ארום 72 ביינאכט.
מיטוואך און דאנערשטאג- מערסטענס זיניג און זייער ווארעם , ארום 88 בייטאג. ארום 75 ביינאכט.
וועטער לעקוואוד -
Flash flood watch in effect until friday afternoon.
דאנערשטאג נאכט- רעגען און שטורמס מעגליך איבערנאכט ,רעגן קען זיין שווער מיט פלאדינג ,שטארקע ווינטען ,זייער פייכט , ארום 75.
פרייטאג - פארוואלקענט מיט רעגען און שטורמס, שווערע רעגענס און פלאדינג איז מעגליך ספעציעל פארמיטאג. זייער פייכט , ארום 82 בייטאג. מערסטענס פארוואלקענט און ווארעם .ארום 70 ביינאכט .
שבת קודש- טייל זיניג און ווארעם, showers און thunderstorms מעגליך נאכמיטאג און ביינאכט . ארום 85 בייטאג. ארום 72 ביינאכט.
זונטאג-מערסטענס פארוואלקענט מיט showers און שטורמס מעגליך ,ארום 82 בייטאג. ארום 70 ביינאכט.
מאנטאג און דינסטאג- מערסטענס זיניג און ווארעם, ארום 85 בייטאג . קלאר און ווארעם , ארום 68 ביינאכט.
מיטוואך און דאנערשטאג- מערסטענס זיניג און זייער ווארעם , ארום 90 בייטאג. ארום 70 ביינאכט.
וועטער מאנסי און מאנרא-
Flash flood watch in effect from 8pm until friday afternoon
דאנערשטאג נאכט- רעגען און שטורמס מעגליך איבערנאכט ,רעגן קען זיין שווער מיט פלאדינג פארטאגס,זייער פייכט , ארום 70.
פרייטאג - פארוואלקענט מיט רעגען און שטורמס, שווערע רעגענס און פלאדינג איז מעגליך ספעציעל פארמיטאג. זייער פייכט , ארום 77 בייטאג. מערסטענס פארוואלקענט און קילער ,ארום 62 ביינאכט.
שבת קודש- טייל זיניג און ווארעם, showers און thunderstorms מעגליך נאכמיטאג ארום 82 בייטאג. מערסטענס פארוואלקענט און מילד , showers מעגליך ,ארום 65 ביינאכט.
זונטאג-מערסטענס פארוואלקענט מיט showers און שטורמס מעגליך ,ארום 78 בייטאג. ארום 65 ביינאכט.
מאנטאג און דינסטאג- מערסטענס זיניג און ווארעם, ארום 80 בייטאג . קלאר און מילד , ארום 65 ביינאכט.
מיטוואך און דאנערשטאג- מערסטענס זיניג און זייער ווארעם , ארום 85 בייטאג. ארום 68 ביינאכט.
וועטער קעטצקיל בערג-
דאנערשטאג נאכט- רעגען און שטורמס מעגליך איבערנאכט,זייער פייכט , ארום 65.
פרייטאג - פארוואלקענט מיט רעגען און שטורמס ספעציעל פארמיטאג. זייער פייכט , ארום 75 בייטאג. מערסטענס פארוואלקענט און קילער .ארום 60.
שבת קודש- טייל זיניג און ווארעם פארמיטאג, פארוואלקענט מיט showers און thunderstorms מעגליך נאכמיטאג, ארום 78 בייטאג. מערסטענס פארוואלקענט און מילד , showers מעגליך ,ארום 62 ביינאכט.
זונטאג-מערסטענס פארוואלקענט מיט showers און שטורמס מעגליך ,ארום 75 בייטאג. ארום 62 ביינאכט.
מאנטאג און דינסטאג- מערסטענס זיניג און באקוועמט, ארום 77 בייטאג . קלאר און קיל , ארום 58 ביינאכט.
מיטוואך און דאנערשטאג- מערסטענס זיניג און ווארעם , ארום 82 בייטאג. ארום 60 ביינאכט.
די נעקסטע וועטער באריכט אי״ה זונטאג אווענט . איך וועל אפדעיטען אי״ה , אויב עס פעלט אויס וועגען די שווערע רעגען אדער פלאדינג . א גוטע נאכט און א גוט שבת .
נ.ב. ביטע נישט נאכקאפיען דער וועטערבאריכט אהן געבען קרעדיט פאר ״קאווע שטיבל - וועטערבאריכט״.
אויב איהר זענט א מעמבער ,ביטע געט א לייק. יישר כח!