שאוער מחשבות

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
באניצער אוואטאר
קאמענטירער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 768
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 5:06 am
געפינט זיך: אין די ווירטואלע וועלט
האט שוין געלייקט: 306 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 672 מאל

שליחה דורך קאמענטירער »

שמעקעדיג האט געשריבן:
קאמענטירער האט געשריבן:
13. אלץ א קינד האב איך פיינט געהאט צו ווערן געהייסען וואס צו טון, אלץ אן ערוואקסענער וואלט איך מיר געפרייט אז איינער זאל מיר זאגען וואס כדארף צו טון (ק. וועגן דעם האבען מיר א רב\רבי)

רוב מענטשן זענען נישט אזוי, געוויס וויל מען אמאל אן עצה, אבער נישט יענער זאל מיר כסדר זאגן ווען איך וויל נישט הערן און ארויפצווינגען זיין דעה אויף מיר.
מען רעדט נישט פון צווינגען אבער אסאך מאל פון די אזויפיל ברירות און אפציעס וואס מען האט אין לעבן קען מען באשטיין הלואי וואלט א צווייטער געקענט מאכען א דעסיזשען פאר מיר און כהאלט אז אונז כאפ מיר נישט עכט אזוי שטארק אז מיר חרדישע האבען נישט צופיל אפציעס משא''כ דער פרייער גוי אפי' א נעקטיי האט ער מיליאנען אפשענס..
16. א סוטקעיס איז די לעצטע פלאץ ווי איינער וועט לייגען זיין סוט

גוט! קיינמאל נישט אינאכט גענומען....

17. ווען דער וואס האט אויס געטראפען די USB וועט שטארבען, וועט מען אים אריינלייגען אין די ערד, און גלייך ארויסנעמען איבערדרייען און ערשט דאן צוריקלייגן אין די אדמה

פארוואס? ווייל יעדער לייגט אריין דעם USB קודם אויף די פארקערטע זייט?ריכטיג איינער וואס נוצט אסאך USB מוטשעט זיך דערמיט ווען באמת לכאורה וואלט מען ווען גאנץ גרינג לייזען די פראבלעם
און וואס איז מיט א סי.די. דרייוו? און ווער רעדט נאך פון די פארצייטישע קאסעטע-טעיפס, אויב האסטו נישט פארמאגט א טעיפ-שפילער וואס דרייעט אליינס איבער דעם טעיפ פון זייט A צו B...

20. ארבעטן פון דערהיים איז זייער, זייער א שלעכטע געדאנק פאר איינער וואס איז א פייערפייטער

איך פרוביר נאך צו כאפן די כוונה. אפשר ביסטו מסביר?געוואלדיג האט שוין מסביר געווען
...
באניצער אוואטאר
קאמענטירער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 768
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 5:06 am
געפינט זיך: אין די ווירטואלע וועלט
האט שוין געלייקט: 306 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 672 מאל

שליחה דורך קאמענטירער »

סדא עטליכע וואס פאלט מיר איין למשל דא האט איר איינס (גראדע נישט געווען אין שאוער.)
ווען כהאב נישט קיין צייט איז דא אזויפיל וואס צו טון אויף די אין שטיבעל סאיז דא נייע פאוסטס וכד' ווען כזעץ מיר אראפ ליינען ווערט מיטאמאל אלעס אזוי שטיל אין איינזאם סאיז ממש נישטא וואס צו טון..
...
באניצער אוואטאר
קאמענטירער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 768
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 5:06 am
געפינט זיך: אין די ווירטואלע וועלט
האט שוין געלייקט: 306 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 672 מאל

שליחה דורך קאמענטירער »

21. א דאנק אז כקען גוגלען פון מיין פאון ארויס, סהאט מיר זיכער פארשפארט צענדליגע שעות פון זיך טענה'ען מיט חברים איבער פאקטען און מציאות'ער.

22. איך וואלט ניטאמאל באמערקט אויב די 7 8 9 קנעפלעך אויף די מייקריעוו ארבעטן נישט בכלל.

23. קום זשאנג-אן מוז אויסקוקען זייער מאדנע ביי זיינע לאנדסלייט זינט ער איז די איינציגעסטער וואס איז איבערוואג.

24. איך וועל ענדערש נעמען א וועג וואס נעמט צוואנציג מינוט לענגער ווי א וועג וואס מדארף ווארטען צען מינוט אין טרעפיק.

25. פארלירען אפאר פונט איז א געוואלדיגע זאך אין די יו. עס. אבער ביטער אין די יו.קעי.

26. כמעט יעדער וואס זאגט ''זאג מיך נישט וויאזוי צו אויפציען מיינע קינדער'' טוט עפי''ר נישט קיין גוטע חינוך (און זיי דארף מען ערשט זאגען, וויאזוי צו אויפציען די קינדער...)

27. איינער וואס איז א מינומים-וועיזש קעשיער האט שוין וואנשיירליך אנגערירט מער געלט ווי די איין פראצענט רייכע.

28. איז דא א סיבה פארוואס די אלפעבעיט איז אויף די סדר (אדער די נקודות אין אידיש)?

29. די פלאכער ערד געמיינדע האט מעמבערס ארום די גלאוב.

30. אויב שטייסטו ריקען צו ריקען מיט איינעם שטייסטו די ווייטסטו פנים אל פנים וואס איז נאר מעגליך אויף די ערד.
...
דער דאס
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 305
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 15, 2016 12:41 am
האט שוין געלייקט: 475 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 595 מאל

שליחה דורך דער דאס »

די לייק איז פאר 3#, א ביטערע מציאות ליידער.

הערליך שיין, און טיפע געדאנקען, ש'כח קאמענטירער! ברענג נאך.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

קאמענטירער האט געשריבן:25. פארלירען אפאר פונט איז א געוואלדיגע זאך אין די יו. עס. אבער ביטער אין די יו.קעי.


פארוואס?
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
סאשי פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2776
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:24 pm
געפינט זיך: אינמיטען עסן
האט שוין געלייקט: 3022 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2287 מאל

Re: שאוער מחשבות

שליחה דורך סאשי פיש »

די וואלוטע ביי זיי הייסט פונט
באניצער אוואטאר
קאמענטירער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 768
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 5:06 am
געפינט זיך: אין די ווירטואלע וועלט
האט שוין געלייקט: 306 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 672 מאל

שליחה דורך קאמענטירער »

31. אויב דו פארעכסט איינעמס גאראמאטיק אדער אויסלייג טעותים, האסטו לכאורה גענוג קלאר פארשטאנען וואס יענער וויל אז דו זאלסט דארפען פארעכטן די טעותים אז דו זאלסט פארשטיין..

32. אַ פּרָאגרֶעמער פּרָאגרֶעמירט אַ פּרָאגרֶעם וואָס פּראָגרֶעמֶערס נִוצֶען צִו פּרָאגרֶעמֶען פּרָאגרֶעמס

33. סאיז דא ארום KM780000 נערווען אין אונזער גוף, און יאפס איין נערוו אין די ציינער איז גענוג דיר צושטערן די גאנצע וואך.

34. די מענטשליכע מח איז פונקט ווי א קאמפיוטער וואס אונז האבמיר נישט די אדמין רייטס מיר האבען בלויז א יוזער אקאונט מיט געצוימטע צוטריט.

35. אדאנק קאמפיוטערס איז מיין האנטשריפט די זעלבע ווי מיט יארען צוריק, כאטש אויסלייגען ווערטער אוון גרעמער איז בעסער לכבוד דעם.

36. ווען איך קרויז אויס אר קאר וואס עס שטייט ''סטודענט דרייווער'' וואונדער איך מיך צו איך ווער גענוצט אלטס א משל פאר א שלעכטע דרייווער ?

37. אין סיי וואסערע טאג אין שפיטאל, קענטו טרעפן מענטשען וואס האבען די בעסטע טאג אין זייער לעבן, די ערגסטע טאג אין זייער לעבן, די ערשטע טאג אין זייער לעבן, און די לעצטע טאג אין זייער לעבן, אלעס אונטער איין דאך.

38. ווען איך טעקסט נישט גלייך צוריק פאר א טעקסט, איז עס ווייל איך ארבעט פארנומען יעצט, אדער פשוט ווייל סקומט מיר נישט צו ענטפערן יעצט אויף די רגע, אבער ווען מען ענטפערט נישט ''מיך'' גלייך צוריק, טראכט איך אז מנהסתם זענען זיי אויפגערעגט אויף מיך.

39. איך בין מער סופרייזט ווען איך זע א 15 יעריגע קאר וואס איז אין א גוטע פארעם, מער ווי איך זא זען א 40 יעריגע קאר וואס איז אין א גוטע פארעם.

40. די קאר אלארעם וואלט ווען געדארפט זיין א קול וואס זאל אויסשרייען די נאמען פון די קאר אעונער
...
פעינטער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 79
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 24, 2016 9:21 am
האט שוין געלייקט: 75 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 55 מאל

שליחה דורך פעינטער »

לאמיר דיר העלפן

*איך ווינדער מיך אויב איך האב אמאל געקויפט מילך פין די זעלבע קי צוויי מאל.

*פאר בלויז איין דאלער קענסטי איבער לאזן א דאלער ערגעץ ווי, אין מאכן איינעמ'ס טאג בעסער.

*רוב טינעזדער'ס (נישט ביי אינז) נעמען ארויס די סעלפוין צי קיקען די זייגער זיך צידערמאנען פין אינזער זיידעס מיט די טאשען זייגערס.

*עס וואלט געדארפט זיין א סמויק דיטעקטער וואס מען קען ציריק שרייען "איך האלט אינמיטען קאכען" אין סזאלזיך אויסלעשען.
לאמיר זינגען ציזאמען.

אוי אין
אין גדולה כגדולתך
אין גדולה כגדולתך
אין רחמים רחמים רחמים
כרחמנותך.

זאג נישט פארן באשעפער ווי גרויס דיינע צרות איז
ווי גרויס ווי גרויס דיינע צרות איז,
זאג פאר דיינע צרות ווי גרויס דער באשעפער איז
ווי גרויס ווי גרויס דער באשעפער איז.

שקויח פארן מיט זינגען
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

זאג ,ווען נעמסטו אזויפיל שאוערס? און וואס גייסטו טוהן די ניין טעג.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
קאמענטירער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 768
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 5:06 am
געפינט זיך: אין די ווירטואלע וועלט
האט שוין געלייקט: 306 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 672 מאל

שליחה דורך קאמענטירער »

41. שטייטע ווייפיי רעגט מענטשען מער אויף ווי בכלל נישט ווייפיי.

42. ''מיינע צוויי צענט'' ווערט שוין גענוצט פאר יארן אבער מהאט עס קיינמאל נישט אויסגעמאסטען לגבי אינפאלאציע, היינט איז דא אזא שפע פון מיינונגען אז זיי זענען ווערטלאז.

43. די וועלט איז נישט געווארען אזויפיל נארישער, נאר סאיז פשוט געווארען גרינגער פאר נארישע מענטשען זיך צו קענען אויסדרוקען זייערע מיינונגען.

44. זשאן סמיט הייסט צו זיין די באקאנטסטע נאמען אין יו. עס. האט איר שוין אמאל געטראפען איינער וואס הייסט זשאן סמיט?

45. האט איר שוין אמאל אריינגעטראכט ווי שטארק מען באקרידעוועט איינער וואס לינק האנטיג? אויב זענט איר א רעכטער וועט איר עס קוים באמערקען אז כמעט אלעס וואס דארף נעמען א צד, איז אויסגעשטעלט פאר איינער וואס איז א רעכטער, למשל א קען אפענער, שערל, פידעל, קאטינג באורד, אפילו די מייזעל ביים קאמפיוטער איז אויסגעשטעלט פאר א רעכטען, גראדע דא פארדינען די וואס זענען לינק האנטיג ווייל זיי קענען בשעתן עסן אדער טרינקען ווייטער סקראולען די פעיזש..

46. א לעפל איז סך הכל נאר א שיסעל וואס פיט אריין אין די מויל.

47. אויב ליכט גייט שנעלער ווי די קול דאן פארוואס הער איך אלעמאל מיין ווייב שרייען אויף מיר נאך פאר איך זעה וואס כהאב געטון שלעכט?

48. אויב ''סאיז קיינמאל נישטי צו שפעט'' צו אנהייבען עפעס, דא פארוואס זאל איך היינט אנהייבען?

49. אויב איך גיי זאגען פאר מיין קאר אונשורענס אז איך גיי חתונה האבען אין ארומפארען מיט מיין ווייב אין מיין קאר, גייען מיינע אונשורענס רעיטס אראפגיין?

50. די ערשטע מענטש וואס האט געפענט די שארק טענק עֶפִּיסאָדס האט געדארפט פארלייגען זיין איידיע פאר אינוועסטארס, אז מענטשען זאלען קומען פארלייגען זייערע איידיעס אין פראנט פון אינוועסטארס.
...
באניצער אוואטאר
קאמענטירער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 768
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 5:06 am
געפינט זיך: אין די ווירטואלע וועלט
האט שוין געלייקט: 306 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 672 מאל

שליחה דורך קאמענטירער »

אזויווי כהאב געטראפען די געדאנקען פון דא עמטליך אויף טעלעגראם וועל איך ארויף לייגען אין די פארעם
...
באניצער אוואטאר
קאמענטירער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 768
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 5:06 am
געפינט זיך: אין די ווירטואלע וועלט
האט שוין געלייקט: 306 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 672 מאל

שליחה דורך קאמענטירער »

.
...
סמבטיון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1358
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 915 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1562 מאל

שליחה דורך סמבטיון »

ווער איז דער פארפאסער פון די געוואלדיגע זאצן? סיז עפעס שרעקליך גוט
באניצער אוואטאר
קאמענטירער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 768
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 5:06 am
געפינט זיך: אין די ווירטואלע וועלט
האט שוין געלייקט: 306 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 672 מאל

שליחה דורך קאמענטירער »

לייג אריין שאוער טאוטס אין טוויטער אזוי אויך איז דא א טשענעל אויף טעלעגראם אלעס איז אין ענגליש אזוי אויך ווען איך ברענג עס אריבער לייג איך אמאל אמאל צו אביסעל ספייסעס, אבער די אידישע טשענעל ''געדאנקען און מחשבות'' איז סתם געקאפיט פון דא
...
באניצער אוואטאר
קאמענטירער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 768
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 5:06 am
געפינט זיך: אין די ווירטואלע וועלט
האט שוין געלייקט: 306 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 672 מאל

שליחה דורך קאמענטירער »

נאך א נקודה איז אז איינער וואס זעט די ווערטליך באמערקט אז אלעס איז אויף אן אייגענארטיגע שניט פאר זיך , מאדנע און הומאראסטיש און אזוי אויך טיילמאל ערנסטע נקדות להתבונן כמיין אז דאס געבט צו אביסעל צי די אינטערסאנטקייט שבו
...
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

[tag]קעמענטירער[/tag] איך באלעק זיך מיינע (ווירוטאלע) פינגער, כמעשך בפיקטשערס כך מעשך במחשבות.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
קאמענטירער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 768
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 5:06 am
געפינט זיך: אין די ווירטואלע וועלט
האט שוין געלייקט: 306 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 672 מאל

שליחה דורך קאמענטירער »

67. ווי פשוטער די קאנווערט קוקט אויס אלטס מער וויכטיגער איז עס.

68. די חילוק צווישען 0$ און M1$ קוקט מיר אויס צו זיין סאך גרעסער ווי די חילוק צווישען M1$ און M2$.

69. איך גלייך נישט צו הערן מענטשען זאגען ''טונא פיש סענדוויטש'', פונקט ווי מזאגט נישט איך האב ''טשיקען פייגעל'' אדער ''טאמעיטא וועזשטעיבל''.

70. אויב איך וועל פארלירען איין זאָק, וועט עס מיר מער שטערן ווי ווען איך זאל פארלירען צוויי זאָקען אויפאמאל און איך וועל עס ניטאמאל באמערקען.

71. הינטן פארשטייען זוין מער די מענטשליכע שפראך ווי מיר פארשטייען די הינט שפראך.

72. דער זעלבער מלמד וואס האט געזאגט ''רעספעקטיר די עלטערע'' האט אויך געהאט געזאגט ''רעספעקט דארף מען פארדינען-און נישט נעמען''.

73. איר דארפט נישט האבן א פארושאט צו אראפטאנצען פון אן העליקאפטער, נאר אויב איר ווילט טאנצען מער ווי איין מאל.

74. וואס סגייט מיר נישט אריין אין קאפ איז דאס אז פאר NASA איז מעגליך צו קאמיוניקעטן פאר 4.67 ביליאן מייל אוועק פון אונז, אבער איך פארליר מיין WI-FI איינמאל איך גיי אריין אין קיך.

75. די קול אין מיין מוח איז וואנשיירליך די שענסטע זינגער אין די וועלט
...
באניצער אוואטאר
קאמענטירער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 768
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 5:06 am
געפינט זיך: אין די ווירטואלע וועלט
האט שוין געלייקט: 306 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 672 מאל

שליחה דורך קאמענטירער »

76. מאדנע אז קיינער וועט נישט אויפנעמען אן ארבעטער וואס איז געווען אינטער א FBI אויספארשונג, אבער אונז גייען מיר לכאורה אריינוועלן אזא איינער.

77. אויב איך וועל זעהן איך אסאך פאליצייאישע קארס אין איין געגענט, מאכט עס מיר מער דעשראקען ווי פארזיכערט.

78. מען איז קיינמאל נישט דאנקבאר אז מען קען אטעמען דורך די נאז ביז מען באקומט א קאלד.

79. אלץ א טאטע פון א קינד האב איך אנגעפאנגען צו באמערקען אז די טעג זענען לאנג און די יארען זענען קורץ.

80. ''דו האסט א גרויסע הארץ'' איז א שיינע קאמפלימענט צו הערן פון יעדעם, אחוץ פון דיין דאקטער.

81. ווען מרעדט פון די ים, פוקטשערט מען זיך אויס א בילד פון א ביטש אדער פון די פארט, און מטראכט נישט פון די מיילען אויף מיילען וואס סאיז גארנישט דא דארט אחוץ א גרויע טונקעלקייט.

82. נאר איינער וואס ארבעט ביי די מינט איז נארמאל צו אים פרעגן וויפיל געלט ער מאכט..

83. אויב ליין איך ארטיקלען אדער ביכער אויף מיין פאון וועלן מענטשען טראכטען אז איך שטופ די צייט מיטען טון גארנישט, אבער אויב איך וועל ליינען א נארישע נאוועל בוך וועט מען טראכטען אז איך בין א קלוגע געלערנטע מענטש (ווי האט שמעון געזאגט ''פארוואס זאל 'ליינען ביכער' קלוג מאכען, ווען די שרייבערס אליין זענען נישט קלוג? והא ראיה אז זיי זענען נישט קלוג ווייל זיי האבען דאך ארויסגעגעבן א בוך...)

84. איך קען נישט קוקען אויף א ווארט אן עס צו ליינען

85. נישט רעדן צו קינדער איבער קדושה ענינים מיטן אויסרייד אז מען וויל נישט אז זיי זאלען זיך אויסלערנען צו טון מעשים תותעים, איז פונקט ווי מזאל נישט לערנען מיט די קינדער וועגן פייער סעפטי ווייל מדארף מורא האבען אז זיי זאלן נישט מאכען קיין פייערס
...
באניצער אוואטאר
שלום על ישראל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1042
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 5:45 pm
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

שליחה דורך שלום על ישראל »

קאמענטירער האט געשריבן:נישט רעדן צו קינדער איבער קדושה ענינים מיטן אויסרייד אז מען וויל נישט אז זיי זאלען זיך אויסלערנען צו טון מעשים תותעים, איז פונקט ווי מזאל נישט לערנען מיט די קינדער וועגן פייער סעפטי ווייל מדארף מורא האבען אז זיי זאלן נישט מאכען קיין פייערס

:דאבללייק:
(אויב האט איר נישט קיין הנאה און עס האט אייך נישט געקאסט קיין שמייכל, לייק נישט, וחילופיהם בחכם.)
באניצער אוואטאר
ליפא
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2159
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 2314 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1740 מאל

שליחה דורך ליפא »

מנהלים דארפן פארשפארן דע אשכול ביז נאך דע 9 טעג. טאר נישט גיין אין שאוער
טראמפ 2020! טראמפ 2024! טראמפ 2028!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ליפא האט געשריבן:מנהלים דארפן פארשפארן דע אשכול ביז נאך דע 9 טעג. טאר נישט גיין אין שאוער

ליפא: אויף קאווע שטיבל דערקענט זיך נישט אויב מ'איז געווען אין שאוער אדער נישט. דאס שפירט מען נאר אין ביהמ"ד. אדער אין אפיס... :lol: :roll:
באניצער אוואטאר
קאמענטירער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 768
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 5:06 am
געפינט זיך: אין די ווירטואלע וועלט
האט שוין געלייקט: 306 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 672 מאל

שליחה דורך קאמענטירער »

86. בעביס וויינען אסאך צוליב יעדע קליינע אומבאקוועמליכקייט, ווייל סאיז ממש די ערגסטע זאך וואס זיי האבען נאר אמאל געשפירט אין זייער לעבן

87. אויב דו ביזט איינס און א מיליאן דאן איז נאך דא זיבען טויזענט מענטשען וואס זענען אזויווי דיר

88. רויכערערס צאלען פאר קענסער אין פולען זיהן פון ווארט

89. סשפירט זיך ווי איעדער אויף די סייט איז א מאן חוץ אויב מווייזט אויף אז מאיז נישט

90. ווען איך הער ן קאר אלארעם זיך צופייפען האב איך נאך קיינמאל נישט געטראכט '' אוי איינעמס קאר ווערט געגנב'עט'' איך וועל ענדערש טראכטען ''ווען וועט שוין דער אידיאט פארלעשן זיין נערווירענדע קאר אלארעם''

91. פייערפליי איז דאס פונקט פארקערטע ווי וואטערפאל

92. מערסטענטס קינדער (פון 2-5) קענען זיך אליין באגיין מיט אינטעלגענט דעווייסעס ווי אייפעדס, לעפטאפס, שמארטפאונס, באט עפעס קענען זיי נישט פארשטיין וויאזוי צו נוצען א ביה''כ

93. זאגען אז דו קענסט נישט רעדן א שפראך אין יענע שפראך, איז די מערסט נוצבארע זאך זיך צו לערנען

94. די אמעריקאנע פאלק צאלען וואנשיירליך היינט צוטאגס מער שטייער ווי זיי פלעגן דארפען באצאלען בעפאר זיי האבען רעוואלטירט קעגן די בריטין פארן צווינגען צו צאלען אסאך שטייער

95. קאמפיוטער איז די איינציגעסטע זאך וואס ווערט פארפרוירען ווען סווערט אנגעהיצט

96. מער ווייניגער איז שוין דרייסיג פראצענט ערלעדיגט פונעם טאג ווען סאיז אכט אזייגער אינדערפרי
...
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

קאמענטירער האט געשריבן:86. בעביס וויינען אסאך צוליב יעדע קליינע אומבאקוועמליכקייט, ווייל סאיז ממש די ערגסטע זאך וואס זיי האבען נאר אמאל געשפירט אין זייער לעבן


viewtopic.php?p=124900#p124900
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
פארשפארט