די קאשמארן ערב תשעה באב, אן נר מצוה'ס אש...

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
פארשפארט
[NAMELESS]

די קאשמארן ערב תשעה באב, אן נר מצוה'ס אש...

שליחה דורך [NAMELESS] »

אדאנק [tag]מאטי[/tag]'ס אשכול, איבער וואס נר מצוה קען נאך מתקן זיין אויף דער וועלט, האב איך מחליט געווען צו עפענען דעם אשכול:

ווי ס'שטייט אין שו"ע פירן מיר זיך אלע ערב תשעה באב צו עסן אייער מיט אש, אלס זכר לחורבן. יעדער מוטשעט זיך אפ צו אפירקומען מיט א רעכט שטיקל אש. די מחמירים זענען מחמיר עד כביצ"ה... אפילו די מקילים עסן דאס אויך מיט עפעס אן אומפארשטענדליכן אפעטיט, זעט אויס כדי צו געפעלן גאט ב"ה אז זיי וויינען אויך מיט מיטן חורבן.

אבער דאס ארגסטע איז, דאס עצם באשאפן די גרויסע מאס אש וואס ס'פעלט זיך אויס פארן גאנצן משפחה. קודם כל, די פייער כאפט זיך נישט גוט צו, אייביג הייבט עס אן ברענען און שטעלט זיך אפ אינדערמיט. דאס איז שוין נאכן זיך אפמוטשענען צו כאפן וועלכע מאטריאל איז דאס בעסטע געאייגנט צו האקן שטיקער פון דעם, צו פעיפער טאועל, סתם פאפיר, צייטונג פאפיר, אדער טישא'ס.

ענדליך ברענט שוין דאס פייער, און פארלענדט מיט אירע צינגען די פאפיר, איז מען זוכה צו א גאר בא'טעמ'טער שמעק אין הויז, וואס וועט אייך דערמאנען פון די פייער שמעק ביים חורבן בית המקדש. די שמעק זיצט און לאזט נישט נאך, ס'דאך ערב תשעה באב, מעג מען אביסל שפירן דעם שמעק פון פייער. אבער דאס אלס איז נאר א הכנה צום העכסט אינטרעסאנטן 'קאץ און מויז' שפיל, ווען מ'פרובירט צו האלטן די אש אין איין פלאץ, אז ס'זאל זיך נישט אוועקבלאזן ווי אש מיטן ווינט...

אשר על כן, אפעליר איך דא צו נר מצוה, אז אפשר זאלן זיי פארקויפן אזעלכע קליינע אש סקיטס פאר א דאלער א שטיקל, אזויווי די צען ברעקלעך וואס ווערט פארקויפט... כ'בין זיכער אז יתרבו עליו הקופצים ובזכות זה נזכה להיגאל בביאת משיח צדקינו. אופס, דעמאלס איז די ביזנעס דערנאך...

כדי צו כאפן גאר אסאך קונים, וואס זאלן קויפן מערערע פעקלעך, וועל איך צושטעלן עפעס א חיד"א וואס שרייבט אז ס'דא א מנהג צו לייגן אש אויפן שטערן בשעת'ן זאגן די קינות, אלס 'אם לא אעלה את ירושלים על ראש' [איי ס'שטייט שמחתי, איז צוויי תשובות בדבר, א' - אויב על ראש שמחתי, איז דאך כל שכן ביום החורבן. ב' - תשעה באב איז דאך אויך יום שמחתי, ס'דאך 'קרא עלי מועד']. כ'וועל אויפזוכן עפעס אן אדמו"ר זצוקללה"ה וואס שרייבט אז ס'איז א מנהג הקדמונים זיך מתפולש צו זיין אין אש בשעת'ן זאגן איכה. און ליתר שאת וועט מען צולייגן, אז רבי חיים פלאג'י ברענגט אין איינע פון זיינע ספרים א תפילה נוראה וואס מ'האט זיך געפירט צו זאגן בשעת'ן לייגן די אש אויפן שטערן, פארשטייט זיך מיטן אויספיר פון א ספר ישן ונושן וואס ברענגט א הבטחה פון רבי שמשון מאסטראפאלע: 'והוא מסוגל לרחמים גדולים, ויזכה להיות בין מקבלי פני משיח צדקינו'.

און היידא, ס'וועט זיך יאווען אש קויפער'ס לרחצה, און אינעם נעקסטן מהדורה פון ספר נטעי גבריאל אויף הלכות תשעה באב וועט אראפגעברענגט ווערן דעם מנהג וואס איז 'יסודתו בהררי קודש', וכן מנהג עדת טורקמעניסטאן ויהדות קורדיסטאן, וכן נהג מו"ר מ'פאפא, וכן הוא במנהגי חב"ד. און האבמיר שוין א באוואוסטע הלכה ומנהג שאין לזוז ממנו כמלוא נימה ח"ו.

צום לעצט וועלן מיר זוכה זיין צו א בירור פון רבי ישראל דוד הארפענעס, צו דער ענין איז צו לייגן א שיעור כזית אש אויפן שטערן, אדער נאר ס'זאל זיין ניכר. לאחר בירור עמוק וועט ארויסקומען אז מ'קען מקיל זיין, אבער 'המחמיר תבוא עליו ברכה'. א צווייטע דיון וועט זיין, צו מ'איז מתפולש אין אש ביז די קניען, לענדן, אדער נאר שמוציג צו מאכן די קליידער זיינע. בקיצור, נר מצוה וועט האבן אסאך מקורות פאר זייער סוקסעספולע מערכה איבער פארקויפן אש לרבים, בבחינת 'שק ואפר' [=א זעקעלע אש] יוצע לרבים.

נו, רבותי, כ'בין שוין הונגעריג פאר א שטיקל אש!!!...
באניצער אוואטאר
ציבעלע-קיגל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1120
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 29, 2012 8:24 am
האט שוין געלייקט: 539 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 899 מאל

שליחה דורך ציבעלע-קיגל »

דאס יאהר גייט זיין צובאקומען פאר די לפנים משורת הדין די ישמאלים בני נטורי חרתא אש פון די פארברענטע פאן פון ארץ ישראל
אויב דו ווילסט אז מען זאהל אלעמאהל זאגען אז דו ביזט א ליגנער...
זאלסטו אלעמאהל זאגען נאר דער אמת...

דער אמת שטעכט!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ציבעלע-קיגל האט געשריבן:דאס יאהר גייט זיין צובאקומען פאר די לפנים משורת הדין די ישמאלים בני נטורי חרתא אש פון די פארברענטע פאן פון ארץ ישראל

האס והאלילע, דאס וועט זיי דעך מאכן פרייליך, פאר זיי דארף מען פערשאפן אש פון א הייליגע פאלעסטינע פאן וואס ציונים האבן ליידער ליידער פארברענט, און אויב ווילסטע זיי מאכן א עכט טרויעריגע תשעה באב, דאן געב זיי אש פון א דגל וואס די אזוי געריפענע פרומע ציונים האבן פארברענט.
נאטירליך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 163
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 05, 2015 9:04 pm
האט שוין געלייקט: 649 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 118 מאל

שליחה דורך נאטירליך »

אדנירם האט געשריבן:צום לעצט וועלן מיר זוכה זיין צו א בירור פון רבי ישראל דוד הארפענעס, צו דער ענין איז צו לייגן א שיעור כזית אש אויפן שטערן, אדער נאר ס'זאל זיין ניכר. לאחר בירור עמוק וועט ארויסקומען אז מ'קען מקיל זיין, אבער 'המחמיר תבוא עליו ברכה'

:like
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אגב, בנוגע די צען ברעקלעך וואס נר מצוה פארקויפט היינט צו טאגס, און ס'איז א 'גוד גאואינג אייטעם', וויל איך אייך דערציילן דברים כהוויתן:

פאר צוואנציג יאר צוריק, האט מיין פעטער געשמועסט מיט מיין טאטן, און בין השיחים האט ער געזאגט בנימה של בדיחה, אז די וועלט ווערט אזוי פויל אז ס'וועט נאך קומען א טאג וואס מ'וועט 'פארקויפן' צען ברעקלעך חמץ, און יתרבו עליו הקופצים.

מיין טאטע האט געלאכט פון דעם ווארט זיינעם, כלומר 'דו מיינסט טאקע אז די וועלט וועט גיין אזוי ווייט?'... אבער למעשה, קוקטס וואו דער מצב האלט היינט!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

בדומה צום אויבנדערמאנטן מאמר, איבער פארקויפן אש פאר מקיימי המנהג צו עסן אש מיט די אייער ערב תשעה באב. האב איך שוין פונלאנג אן אנדערע געדאנק, וואס קען נאך ווערן אקצעפטירט אין אונזער פארריקטע געמיינדע:

ווי באקאנט, איז דא אן ערנסטער פראבלעם מיט בעל בית'שע מענטשן וואס מאכן חתונה, אז זיי לויפן אויס פון 'איידיעס'. דאס הייסט, אז זיי מוזן קויפן טשאטשקעלעך פאר חתן און כלה מער פון די נארמע. א מנורה איז דאך א must פארן ארימער אויך, אן אתרוג פושקע איז דאך א דבר פשוט אז 'יעדער' מוז דאס קויפן פארן חתן, אפילו א מגילה געבן דאך מענטשן וואס קענען זיך דאס ערלויבן, א טאבאק פושקעלע איז היינט שוין נישט אין סטייל - ווער שמעקט נאך טאבאק יעדן שבת מיט אן ערנסטקייט?

און ער הייסט דאך א פיינער בעל הבית וואס 'קען זיך ערלויבן'.

איז דא א גאלאפ ווי אויף א מאראטאן, צו אויפקומען מיט נייע שמאנטשקעס וואס מ'קען קויפן. איינער וועט אויפקומען מיט א זילבערנע אינוועטעישן, א צווייטער וועט אפירקומען מיט א צוויי טויזנט דאלער'דיגע פען מיט וואס צו חתמ'ענען די מערידזש לייסענס, א דריטער וועט טון ביידע...

אלזא מיין איידיע איז, צו קויפן פארן חתן א זילבערנעם 'אש פושקעלע'. און קוקטס מיר נישט אן מיט בייז וואונדער, כ'רעד טאקע פון אן אש פושקעלע [נישט אן אש טעצל פאר צוגארעטלעך]. נוצן וועט מען דאס איינמאל אין לעבן (חוץ פון ערב תשעה באב הנ"ל), ביום החופה, ווען מ'לייגט אש אויפן קאפ פונעם חתן. דעמאלס וועט מען ארויסנעמען די אש פונעם זילבערנעם 'אש פושקע', כראוי וכיאות פארן חתן הדומה למלך...


נו, נר מצוה האט שוין נאך א זאך צו פארקויפן...
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

כאטש דאס יאר דארף מען נישט קיין אש פאר די אייער ערב תשעה באב, האב איך נאכאלס ארויפגעברענגט דעם אשכול, צוליב די אנדערע געדאנקען ווען נאך צו נוצן די אש...

ליינט מיט הנאה.
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

אדנירם האט געשריבן:כ'וועל אויפזוכן עפעס אן אדמו"ר זצוקללה"ה וואס שרייבט אז ס'איז א מנהג הקדמונים זיך מתפולש צו זיין אין אש בשעת'ן זאגן איכה.

דער ריבניצער זצ"ל פלעגט זאגן איכה ווען ער איז געווען באגאסן מיט אש.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

זע איך יעצט, אז שוין א שטיק צייט צוריק האט איינער געטון אויף למעשה, און פארקויפט אש...

די בילד איז פון דא [קרעדיט, [tag]סאשי פיש[/tag]]:
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

היי יאר וועט אדנירם נישט דארפן דורך מאכן די קאשמאר
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

העי!

ווער פארדרייט דא דא די עסק? איינער מעניפולעיט די סיסטעם.

דע פריערדיגע פאסט האב איך געשריבען א חודש צירוק. פארוואס קומט עס יעצט נאכאמאל ארויף מיט א נייע דעיט?
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
פארשפארט