הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1358
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 5:43 pm
- האט שוין געלייקט: 915 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1562 מאל
אז מען רעד פון סאקמער רב און פון בעלזער רב זי"ע, איז כדי נאכצוזאגן א ממרא וואס איך האב געהערט פון מיין פעטער וואס האט עס געהערט פון ר' איציקעל פשעווארסקער אליין, (ענק מיזן נישט גלייבן) סע געוועהן ביי א מלוה מלכה וואס ר' איציקעל האט געהאלטן אינמיטן צו דערציילן סיפורי צדיקים פונעם הייליגן בעלזער רב ז"ל, האט זיך איינער אנגעריפן מיט עפעס א מעשה פון ר' יואל, האט זיך ר' איציקעל געגעבן א ריף אן, אונז רעד מיר דא יעצט פון מלאכים נישט פון צדיקים!, ודפ"חח.
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 442
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 01, 2015 10:07 pm
- האט שוין געלייקט: 470 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 585 מאל
תורה ומדע האט געשריבן:שלשה תשובות בדבר
ר' איסר זלמן מלצר זצ"ל האט שטארק געהאלטען פועם בעלזער רב ז"ל כידוע.
איך ווייס נישט, נו לאמיר הערן
לויט די יודעי דבר איז דער בילגרייער רב, א גרויסער חכם און נבון אין זיין אייגענער רעכט, געווען בהתבטלות פאר'ן ברודער. אויב עס איז אמת ווי איהר זאגט וואלט ער געקענט פארמאכען די ברודער'ס געשעפט און עפענען אן אייגענער ביזנעס מיטן נאמען בילגוריי.
יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס ר' אהרן גרינוואלד איז געבליבען אין פאפא ביי זיין עלטערע ברודער ר' חזקי' און האט נישט גע'עפענט אן אייגענע שול אזוי ווי דער בארא פארקער ברודער, וואס האט זיך גראדע נישט ווייניג אנגעליטען צוליב דעם חוצפה פון עפענען א שול
הרב ר' מרדכי הי''ד האט זיך אפילו אזוי צאמגעליטען יסורי איוב פון די טעראריסטען
די מופתים פונעם בעלזער רב ז"ל און די אפענע רוח הקודש זענען פעסטגעשטעלט פון הונדערטער מקורות און זענען אום-פארעלעלד בימינו. דאס פארשטייט זיך טרעפט זיך נישט ביי חולי נפש ל"ע
איך האלט נאך אינמיטען ליינען די טויזענטער מופתים פון צדיקי דורינו אין ''משה היה רועה'' פון מרן קוה''ק בעל ברך משה זצוקללה''ה און אזוי אויך די מיליאנען מופתים פון הרה''ק מהרנ''צ מבאבוב זיעוכי''א אין שלומה של מלכות, ואי''ה עוד חזון
אנדערע דא אין שטיבעל האבען שוין באהאנדעלט פארשידענע אנדערע בעלזא מופתים, ווי למשל דאס קינד וואס האט געקענט ש''ס ופוסקים אויפן לשון,
איין מופת וואס איך האב גראדע יא מברר געווען איז פון מיין באבע ע''ה בעלת העובדא
וגופא דעובדא הכי הוה, מיין עלטער זיידע איז געווען א פארברענטע בעלזע חסיד און אפילו געהאט 2 זון יושבים, בצוק העיתים אין 1942 האט ער פאר גאר גרויס געלט און מיט אומגעהויערע שוועריגקייטן באוויזען צו פארשאפען סערטיפיקאטען און וויזעס קיין א''י פאר זיך אין זיינע קינדער אויך די חתונה געהאטע ,
ער האט זיך תיכף ארויסגעלאזט אויפן וועיג און געשיקט א טעלעגראם פאר א ברכה,
ווען ער איז שוין געווען אין טערקיי האט ער ערהאלטען א טעלעגראם אז א''י איז מסוכן ברוחניות ובגשמיות, און ער זאל נישט פארען, מיין באבע האט געזאגט פאר איר טאטע אז זי פארט ווייטער קיין א''י, זי איז די איינציגסטע וואס איז איבערגעבליבען פון די גאנצע משפחה, אלע אנדערע 27 נפשות זענען נעבעך צוריקגעפארען און פארברענט געווארען
ועיין עוד כאן וכאן ומזה תקיש אל השאר
http://www.haaretz.com/jewish/this-day- ... m-1.632664
אמר לה ינאי מלכא לדביתהו [=לאשתו], אל תתיראי מן הפרושים ולא ממי שאינם פרושים, אלא מן הצבועים, הדומין לפרושים ואינם פרושים, שמעשיהם כזמרי ומבקשים שכר כפינחס.
תלמוד בבלי סוטה כב ע''ב
תלמוד בבלי סוטה כב ע''ב
- געוואלדיג
- חבר ותיק
- הודעות: 3930
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
- געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
- האט שוין געלייקט: 6582 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל
קלוג וואלט געווען ווען אנשטאט צו אנהייבן מיט א זינלאזע סטעיטמענט וואלסטו גלייך אנגעהויסבן מיט דיינע הערות און מען וואלט דאבס אויסגעשמועסט אחת לאחת, און ניין איך קען נישט מסביר זיין אלע זיינע הנהגות, ווייל איינער וואס איז אינדערהיים געווען א רב אין א שטאט, און איינער וואס די צדיקים פון זיין דור האבן נאכגעזגט מקודש מקודש קען איך נישט מסביר זיין און איך האב נישט קיין קשיות כאטש איך ווייס אז איך טאר נישט נאכמאכן דעם אפטער רב'ס אכילה, דעם קאצקער'ס הסתגרות, דעם ר"ר ברוך'לס דיבורים און דעם בעלזא'רס דאווענען. וכדו'
מקוה איז נישט אמת, ער איז טאקע זעלטן געגאנגען אבער יא געגאנגען מפעם לפעם, וועגן די נעגל איז מעגליך אזוי ווי ביי אסאך עלטערע אידן אז עס האט כמעט נישט געוואקסן.
עס ווענד זיך, עס האט געווענליך געדויערט ווי א געהעריגע דאווענען, צומאל האט דאס געקענט דויערן זייער זייער שנעל.
לפי ידיעתי האט שוין זיין טאטע געגאנגען אזוי און עס איז דא א מעשה וועגן דעם מיטן שינאווער.
ווייס איך נישט וואס דו רעדסט
סתם שטותים, עס שטאמט פון וואו עס שטאמט דיין נעקסטע זאך, עס איז געווען איינמאל ביי מלחמת סיני ווען ער איז געווען בדבקות באלד דריי טעג אין א ציה אז ער האט זיך נישט געוואשן, אבער צוזאמען מיט דעם פארצייל די גאנצע מעשה אז יענע דריי טעג איז ער גלעגן מיט די קאפ אויפגעהויבן ווייל ער האט אנגעהאט די שטריימל און אזוי האט ער געלעגן, און גראדע האבן די גבאים אריינגעשיקט איינע פוון די גרויסע תלמידים צו רעדן צו איהם, איך וועל נאכקוקן די מעשה.
פאר די געלט קענסטו שוין זאגן יארן...., איינמאל געווען אפאר טעג, און יענע מין ליגן וואלט איך געוואונטשן פאר מיינע שונאים.
יעדע ריר האט געהאט א ענין און א סיבה און פאר זיך האט ער געהאט א געוואלד מיט קפידות, כאטש וואס פאר אנדערע פלעגט ער היבש מקיל זיין.
צו קלארער שטעלן, און צו ענטפערן די אנדערע דברי שטות פון מור וקציעה לאמיר ענטפערן אין קורצן, איך קעןו פערזענליך כמה וכמה תלמידים פון הרב דושינסקיא וואס זענען געפארן כסדר צום בעלזער רב און געווען חסידים און ער האט זיי מעודד געווען צו טוהן דאס און געהאלטן פון איהם זייער חשוב עס איז נישט ווייניגער פון שקר דאס וואס דו זאגסט נאך בשמו, די זעלבע איז מיט די שדים וחורות וואס דו האסט ממציא געווען אין דיין מוח, יא ער איז געגע=אנגען אין זיין הויז נאר וואו ער האט געדארפט אזוי אז עס איז אויסגעקומען אז אין רוב שטוב האט ער קיינמאל אריינגטראטן, אבער שדים ורוחות האסטו אליין מחדש געווען ווי דער סטאלינער שרף, ער האט געלאזט וואקן אין זיין הויז אין יעדע ווינקל נישט עפענען די פענסטערס האט ער שוין אין בעלזא אינדערבהיים געטוהן און האט אויך גארנישט געהאט מיט שדים דו מאכסט א ערנסטע קוגל נאר מיט א נישט גוטן טעם, מישן זופ פאר שעות איז אויך א חידוש פון דיין געלונגע מוח, און דיין סיום איז אזוי חשוב ווי דין פתיחה.
נהורא נפישא האט געשריבן:איז דאס וואס זיי שרייבן אליין די מאדנע סדר החיים פון רב אויסגעזויגן פון פינגער ?
לויט ווי איך געדענק, ואדרבה זייט מיר מעורר אויף מיינע טעותים, האט דער רב זיך געפירט מיט זייער א מאדנעם סדר החיים, לאמיר אראפברענגן טייל דערפין.
דער רב איז אין ארץ ישראל קיינמאל נישט געגאנגן אין מקוה אדער אין מרחץ, ווי אויך קיינמאל נישט געשניטן זיינע נעגל.
מקוה איז נישט אמת, ער איז טאקע זעלטן געגאנגען אבער יא געגאנגען מפעם לפעם, וועגן די נעגל איז מעגליך אזוי ווי ביי אסאך עלטערע אידן אז עס האט כמעט נישט געוואקסן.
נהורא נפישא האט געשריבן:דאס דאווענען איז מפורסם אז ס'האט גענומען כמה רגעים
עס ווענד זיך, עס האט געווענליך געדויערט ווי א געהעריגע דאווענען, צומאל האט דאס געקענט דויערן זייער זייער שנעל.
נהורא נפישא האט געשריבן:ער האט נישט מקפיד געווען אז די תפילין של ראש זאל ליגן במקום השערות
לפי ידיעתי האט שוין זיין טאטע געגאנגען אזוי און עס איז דא א מעשה וועגן דעם מיטן שינאווער.
נהורא נפישא האט געשריבן:די תקיעת שופר איז נישט נאכגעקומען קיין ארטאדאקסישן סטאנדארט
ער האט נישט געמאכט קיין נענועים ביי נטילת לולב
ווייס איך נישט וואס דו רעדסט
נהורא נפישא האט געשריבן:ער האט נישט מקפיד געווען צו עסן שבת ג' סעודות
סתם שטותים, עס שטאמט פון וואו עס שטאמט דיין נעקסטע זאך, עס איז געווען איינמאל ביי מלחמת סיני ווען ער איז געווען בדבקות באלד דריי טעג אין א ציה אז ער האט זיך נישט געוואשן, אבער צוזאמען מיט דעם פארצייל די גאנצע מעשה אז יענע דריי טעג איז ער גלעגן מיט די קאפ אויפגעהויבן ווייל ער האט אנגעהאט די שטריימל און אזוי האט ער געלעגן, און גראדע האבן די גבאים אריינגעשיקט איינע פוון די גרויסע תלמידים צו רעדן צו איהם, איך וועל נאכקוקן די מעשה.
נהורא נפישא האט געשריבן:ער האט געקענט אפליגן אין בעט פאר גאנצעטע טעג און וואכן
פאר די געלט קענסטו שוין זאגן יארן...., איינמאל געווען אפאר טעג, און יענע מין ליגן וואלט איך געוואונטשן פאר מיינע שונאים.
נהורא נפישא האט געשריבן:ער האט געהאט מאדנע קפידות אויף יעדן ריר.
יעדע ריר האט געהאט א ענין און א סיבה און פאר זיך האט ער געהאט א געוואלד מיט קפידות, כאטש וואס פאר אנדערע פלעגט ער היבש מקיל זיין.
נהורא נפישא האט געשריבן:פארשטייט זיך אז די אקוראטקייט פון די דערמאנטע פאקטן דארף זיין מער באגרינדעט, אבער טאמער איך זאל למשל שרייבן אז די רב איז געווען א גאון הגאונים, געשריבן לומדישע הערות אויפן קצות, חכם מחוכם, איש השלם, מדקדק בהלכה, א כעריזמאטישער מענטש וכו' ברויך איך צו דעם נישט קיין שום ראיה, הלא דבר הוא.
דאס אז טשעבינער רב איז געווען א אויסטערלישער מעריץ פון רב איז א גוטע הערה (ולהעיר אז טשיבינער רב איז נישט געווארן א בעלזער חסיד ביי מהר"א) אבער ווייט פון גענוג צו פארענטפערן דעם מאדנעם סדר החיים פון רב.
צו קלארער שטעלן, און צו ענטפערן די אנדערע דברי שטות פון מור וקציעה לאמיר ענטפערן אין קורצן, איך קעןו פערזענליך כמה וכמה תלמידים פון הרב דושינסקיא וואס זענען געפארן כסדר צום בעלזער רב און געווען חסידים און ער האט זיי מעודד געווען צו טוהן דאס און געהאלטן פון איהם זייער חשוב עס איז נישט ווייניגער פון שקר דאס וואס דו זאגסט נאך בשמו, די זעלבע איז מיט די שדים וחורות וואס דו האסט ממציא געווען אין דיין מוח, יא ער איז געגע=אנגען אין זיין הויז נאר וואו ער האט געדארפט אזוי אז עס איז אויסגעקומען אז אין רוב שטוב האט ער קיינמאל אריינגטראטן, אבער שדים ורוחות האסטו אליין מחדש געווען ווי דער סטאלינער שרף, ער האט געלאזט וואקן אין זיין הויז אין יעדע ווינקל נישט עפענען די פענסטערס האט ער שוין אין בעלזא אינדערבהיים געטוהן און האט אויך גארנישט געהאט מיט שדים דו מאכסט א ערנסטע קוגל נאר מיט א נישט גוטן טעם, מישן זופ פאר שעות איז אויך א חידוש פון דיין געלונגע מוח, און דיין סיום איז אזוי חשוב ווי דין פתיחה.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...
-יין שרף-
-יין שרף-
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע
ביסט א געוואלדיגע לץ. האסט באשטעטיגט יעדעס ווארט פון נהורא נפישא, מיט אן אנשטעל כאילו דו האלטסט אנדעריש פון איהם!
Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk

The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 442
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 01, 2015 10:07 pm
- האט שוין געלייקט: 470 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 585 מאל
הער אויס ס'איז מיר נישט נוגע למעשה, איך טענה זיך נאר מיט מענטשען וואס נעמען נישט זאכען פערזענליך און איך זעה אז טייל חברים נעמען עס אביסעל צו ערענסט איז שטעל איך מיך אפ דא, וכאן עמד הקנה
אמר לה ינאי מלכא לדביתהו [=לאשתו], אל תתיראי מן הפרושים ולא ממי שאינם פרושים, אלא מן הצבועים, הדומין לפרושים ואינם פרושים, שמעשיהם כזמרי ומבקשים שכר כפינחס.
תלמוד בבלי סוטה כב ע''ב
תלמוד בבלי סוטה כב ע''ב
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1717
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 1778 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל
רבותי, כ'האב געוויסט אז ס'איז א סענסעטיווער נושא, כ'האב אבער נישט געוויסט ווי ווייט ס'טוט אפעקטירן אנדערע מענטשן'ס געוויסן אז ממש מ'גייט ארויס פון די כלים, כ'האב געברענגט קושיות, טייל זענען מודה אז ס'איז קושיות, נאר מ'טאר נישט פרעגן.
אהוביי וידידיי איך האב נישט קיין שום נגיעות אדער א תאוה פון נצחון, פון מיר אויס בין איך אייניג באקוועם אויב ס'וועט ווערן נארמעלאזירט זיין געשטאלט אין מיינע אויגן, אזוי צו אזוי טוט דאס נישט אפעקטירן כן כי הוא זה אין מיין פערזענליכן לעבן, פון די אנדערע זייט זע איך אז אנדערע האבן שוין אפגעמאכט זייער מיינונג בכל אופן, און ס'עסט זיי אויב איינער קלערט פון האלטן אנדרעש, מיין איך אז איך וועל זיך דא אפשטעלן.
איך בעט נאר אז קיינער זאל נישט צענזורירן, איך האב נישט געשריבן קיין שום פרעכע ליגענטס, כ'האב געהאלטן די דיסקוסיע ציוויל, ויראה הקהל וישפוט.

למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
- ירח בן יומו
- ידיד ותיק
- הודעות: 792
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 11:15 pm
- האט שוין געלייקט: 834 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 700 מאל
מיר ווארטן מיט שפאנונג אויף די קלארשטלונג פון מורינו [tag]שש[/tag] שליט"א
דא האט ער שוין אנגערירט די נושא אויף שפיץ גאפל, אבער די עולם האט עם נישט פארשריגן וויי ס'דארף צו זיין.
ווי האט מען געזאגט אין בעלז? אז א יוד (שש) שרייבט אזוי אין בעלז, שמד'ט זיך א יוד (נהורא) אין ק"ש.

- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
די גאנצע שקלא וטריא דא איז נישט פאר מיר. מיין מוח דערהייבט עס נישט. איך לאז עס איבער פאר די גרויסע קארפן קעפ און פילאזאפן.(
איך וויל נאר דא מאכן א זייטיגע הערה איבער דעם באוואוסטן מופת וואס האטציך געטראפן ביי הרה"ק מהר"א מ'בעלזא זי"ע מיט דעם יונגל וועלכער האט געקענט כל התורה כולה. און זיינע עלטערן זענען געגאנגען מיט איהם צום בעלזער רב. און דער רב האט איהם אריינגענומען אין א צימער. און ווען די יונגל איז ארויסגעקומען האט ער אלעס פארגעסן. און איז געווען א פשוט'ע יונגל.
דער עולם האט גערעדט פארשידענע זאכן און געטרייט צו געבן א הסבר וויאזוי ס'קומט אז דער יונגל האט געקענט די גאנצע תורה. א טייל האבן געזאגט אז דער מלאך האט איהם פארגעסן צו געבן א שנעלקע אז ער זאלל פארגעסן.(דאס האבן מסתמא א פאר לצים אויפגעמאכט.). אבער קיינער האט נישט געוואוסט די אמת'ע סיבה. און וואס דער בעלזער רב האט געטון...!
האביך לעצטנס געזעהן אז ס'איז דא אזא מין זאך וואס הייסט אויף עברית...אישיות מפוצלת...
אויף ענגליש הייסט עס...Multiple personalities.
אין ארץ ישראל איז דא א מיידל וועלכע האט 20 פערסאנאליטעטן און כאראקטערס. און איינס פון אירע כאראקטערן איז פון א פיאנא שפילערין. און ווען די פערסאנאליטי איז שולט אויף איהר, קען זי זייער שיין שפילן אויף א פיאנא. כאטש זי האט זיך קיינמאל נישט געלערנט אויף דעם. פרעגט זיך די שאלה. פון ווי האטצי זיך אויסגעלערנט...?!
נאר לפענ"ד מיין איך אז דאס האט עפעס צו טון מיט א גילגול/דיבוק. אין פשוט אידיש. א צוטשעפעניש. און ווען דער גילגול פון די נשמה איז שולט אויף דעם מענטש נעמט ער איבער די גאנצע שליטה אויף איהם.
די זעלבע איז געווען דא ביי דעם יונגל.דאס איז געווען א מין דיבוק פון א גרויסן תלמיד חכם. וואס איז מכח איזה סיבה שהוא (איך בין נישט קיין בעל מקובל. ס'דא איינער, לעצטנס דאהי אין ברוקלין. פאר מער פרטים קענמען איהם אנפרעגן...) אריין אין דעם יונגל. און דער בעלזער רב האט עס ארויסגעצויגן פון איהם...כנ"ל

- הודעות: 565
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 11:20 am
- האט שוין געלייקט: 91 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 160 מאל

קיין וואונדער פארוואס איך האב געשוויגן דארט, און פארוואס איך וועל שווייגן דא.
שתי סיבות יש בדבר:
1. די שחצנות פון קליינקעפיגע גלויביגע אין זייער חסידות, וואס לאזט זיי ניטאמאל טראכטן אביעקטיוו. ולפלא [או שלא] אז די שחצנים זענען דייקא די וואס האבן זיך אויסגעצייכנט לאורך די היסטאריע זייערע אויף ק"ש, מיטן ווייזן ווי ווייניג ידיעות זיי האבן אין כמעט יעדן נושא.
2. די מופלא ממך, די סתירה'דיגע עדות'שאפטן, די סתירה'דיגע מעסעדזשעס וואס קומען ארויס דערפון, די שוועריגקייט ארויסצובאקומען ידיעות פון עפעס וואס מיר קענען שוין נישט מיטלעבן, די שוועריגקייט מברר צו זיין אמת פון א פאבריק וואס האט פראדוצירט באלד אזויפיל ליגנטס ווי ליובאוויטש, און די שוועריגקייט פון פארשטיין מיסטיקע צו וואס גדולים וטובים זענען געפאלן צוליב אט דאס - מיסטיקע.
אויב נאר צוליב די צווייטע סיבה, וואלט איך עס אדורכגעטון בדיבוק חברים. אויב נאר צוליב די ערשטע סיבה, וואלט איך זיי געלאכט אין פנים. אבער ווען די צוויי סיבות קומען זיך צאם, מיינט עס אז בדיבוק חברים קען מען עס נישט אדורכטון, און שיסן מסקנות וויל איך נישט. אלזא, שווייג איך [דאס איז שוין געשוויגן...].

בנוגע מהרי"ץ דושינסקיא, האב איך געהערט פון א תלמיד אז ער האט טאקע נישט געלאזט גיין צום בעלזער רב, אבער נישט ווייל ער האט עפעס געהאט ספעציעל קעגן איהם, נאר דאס איז געווען א טיפישער אויבערלאנדער התנגדות, אויסער געציילטע בחורים וואס ער האט יא געלאזט גיין זאגענדיג אז לערנען סייווי נישט זאלן זיי זיך כאטש דרייען ביי גוטע אידן...
צו אנדערע אדמור"ים האט ער יא געלאזט גיין ווייל זיי זאגן כאטש מוסר פאר די בחורים.
צו אנדערע אדמור"ים האט ער יא געלאזט גיין ווייל זיי זאגן כאטש מוסר פאר די בחורים.
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע
הייסט'ס יעצט ווען איינער וועט זאגען 'מיין זיידע האט הרב דושינסקי געשיקט קיין בעלז', איז דער תשובה אז דיין זיידע האט נישט געהאלטען ביים לערנען א אידיש ווארט.
Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk
Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 68
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 01, 2016 4:46 am
- האט שוין געלייקט: 37 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 58 מאל
Re: הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע
א פלא פון א צוגאנג. כדי צו זאגען א מיינונג אויף׳ן מלאך א-להים קען מען נישט זיין א בעלזער ווייל א בעלזער האט נגיעות. כדי צו זאגען א מיינונג אויף רב שך (אז ער האט פיינט געהאט חסידים וכדו׳) טאר מען נישט זיין א חסיד ווייל נאר א ליטוואק קען זאגען א מיינונג אויף א ליטווישער גדול.
בקיצור, דער מיינונג פון חסידים איז גארנישט ווערט.
Sent from my LG-H525n using Tapatalk
בקיצור, דער מיינונג פון חסידים איז גארנישט ווערט.
Sent from my LG-H525n using Tapatalk
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 68
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 01, 2016 4:46 am
- האט שוין געלייקט: 37 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 58 מאל
Re: הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע
אבער איך וועל זאגען מיין (חסידישער) מיינונג נאך א מאהל.
דאס איז זיכער אז דער קלוז"ב רב און דער טשעבינער רב זענען געווען ענקי עולם אין תורה ועבודה לכל הדעות. און אז זיי האבען זיך מבטל געווען מכל וכל פאר דער צדיק, מה נענה אנן אבתרייהו.
עובדא ידענא, אז דער קלוז"ב רב האט אמאל געשמועסט סיפורי צדיקים, און בתוך הדברים האט ר׳ בנימין וויליגער זיך אנגערופען מיט א עובדא פונעם בעלזער רב זצ"ל. זאגט דער קלוז"ב רב, אונז רעדען וועגען צדיקים - ווי קומט אריין רעדען וועגען א מלאך א-להים. (ידוע מה אמר החתם סופר זי"ע על רבו הקדוש.)