הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
פארשפארט
טייערע ברודער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 68
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 01, 2016 4:46 am
האט שוין געלייקט: 37 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 58 מאל

Re: הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע

שליחה דורך טייערע ברודער »

ביזט זיכער אז ס׳איז דא א בילד? איך מיין אז נישט. ווער האט גענומען בילדער אין באכניא גטו?

Sent from my LG-H525n using Tapatalk
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

פון ווען ער איז אנגעקומען אין א"י האט איינער גענומען א בילד. ס'איז דא א בריוו פון דער רבי ר' מרדכי בילגורייא'ער זי"ע וואס ער בעט די דזשורנאליסטען נישט צו דרוקען די בילדער נאר די אפיציעלע בילד פון בעלז בע"מ.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
מודיעין
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 39
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 19, 2016 12:22 pm
האט שוין געלייקט: 32 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 28 מאל

שליחה דורך מודיעין »

מור וקציעה האט געשריבן:ווייסט איינער צו בעלזא רב ז''ל האט זיך אמאל געטראפען מיטן אמרי אמת אין די דריי יאר וואס זיי האבען ביידע געוואוינט אין א''י


ר' שלומקה ?

מיטן אמרי אמת האט ער זיך געטראפן, וויפיל מאל ווייס איך נישט. ר' שלומקה לא שמעתי כמדומה אז נישט, און בכלל זענען זיי געווען אין אר"י צוזאמען בלויז עפעס מער פון א יאר.
התם ומתמם עם תמימים
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 565
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 11:20 am
האט שוין געלייקט: 91 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 160 מאל

שליחה דורך התם ומתמם עם תמימים »

יא ער האט זיך איינמאל זיכער זיך געטראפן מיט רבי שלמהקע זוויהלער זי''ע
מודיעין
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 39
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 19, 2016 12:22 pm
האט שוין געלייקט: 32 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 28 מאל

שליחה דורך מודיעין »

מקור אויב מעגליך.
התם ומתמם עם תמימים
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 565
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 11:20 am
האט שוין געלייקט: 91 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 160 מאל

שליחה דורך התם ומתמם עם תמימים »

איז א דבר מפורסם
איך האב שוין געזעהן אין עטליכע פלעצער
כרגע געדענק איך נישט
אז כ'וועל טרעפן וועל איך דא בלי''נ ארויף לייגן
באניצער אוואטאר
איש חזון
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 528
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 2:02 pm
האט שוין געלייקט: 612 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 388 מאל

שליחה דורך איש חזון »

המשב"ק ר' יצחק לנדא: עס איז צום האפן אז דער צווייטע חלק פון "בקודש פנימה" וועט ארויסקומען אין צוויי חדשים. (איך שאץ אז ער וויל עס ארויסגעבן אויף תשרי ווען א סאך בעלזער חסידים קומען קיין ארץ ישראל).
וקרב פזורינו מבין הגויים
מור וקציעה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 442
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 01, 2015 10:07 pm
האט שוין געלייקט: 470 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 585 מאל

שליחה דורך מור וקציעה »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:מ'האט דיר אויך איינגערעדט אז דער בעלזער רב איז נישט געווען קיין מענטש מיט מענטשליכע געברויכען און געפיהלען? איך האב נישט קיין אינטערעס אזוי צו גלייבען.


ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
איש חזון האט געשריבן: זאג נאר, טעארעטיש האלטסטו אז ס'איז מעגליך אזא זאך?


דער גאנצע ענין איז דאך נאר טע'ארעטיש. קיינער ווייסט נישט וואס דער בעלזער רב האט געטראכט ביי זיך. נאר מענטשען קוקען איהם אן אלס א ריזיגע צדיק, און זיי מיינען אז א ריזיגע צדיק האט נישט קיין געפיהלען צו געברויכען ... האט עס איהם געמעגט וויי טוהן אן צו רירען זיין צדקות. די תנאים און אמוראים האבען באקלאגט זייער קינדער וואס זענען געשטארבען, דוד המלך האט באקלאגען זיין קינד'ס יארען ביז ער איז אוועק. און זיין ערוואקסענע קינד אפילו נאכ'ן שטארבען.
מענטשליכע געפיהלען זענען נישט קיין סתירה צו שפיץ צדקות.


רבינו הגדול הרדב''ז בסימן תתקפה
שאלה: על אחד מגדולי הדור שמת לו בן ולא הוריד עליו דמעה אחת אם זו מדה טובה או לא ?


תשובה: זו מדה רעה מורה על קושי הלב ועל רוע חכונת הנפש והיא מדת אכזריות והוא דרך הפיליסופים האומרים כי זה העולם הכל הוא מעשה תעתועים, והמה מהבל ימעטו וזכרונם משלי אפר תועבה יבחר בהם
ולכן אל יפתוך חטאת שלהם ומשליהם כי כולם בנויים על ההקדמה הזו אבל אנחנו מקבלי התורה יש לנו להאמין ולדעת כי העולם הזה ענין נכבד מאוד למסתפקים ממנו כראוי ולמתנהגיס בו כשורה ובו ישיג האדם חיי העוה״ב והשארות הנפש כי הוא נקרא עולם המעשה ולכן אין ראוי לההביל ענייניו ולתלות צרותיו ברוע הנהגתו ולהתאונן על הזמן כאשר עשו רוב המשוררים הראשונים .
אלא ראוי לההאונן ולהתאבל ולקונן על מעשיו דכתיב מה יתאונן אדם חי גבר על חטאיו,

והבוכה ומתאבל ומוריד דמעות על קרובים וכ״ש על אדם כשר מדת חסידים ונביאים ואנשי מעשה היא ומורה על טהרת נפשו והכנעת לבו לפני קונו ויתאונן על חטאיו ויתאבל על עוונותיו אשר היו לזה סבה,
ולא לחנם ארז״ל שלשה לבכי ז׳ להספד שלשים לגיהוץ ותספורת ואם היה הדבר בלתי נאות לא היו מתקנין לו ג' ימים וכן אברהם אבינו ע״ה כתיב ביה לספוד לשרה ולבכותה וכן יעקב וכן דוד המלך ורבים כאלה אין מספר ועיין בהקדמת ספר תורת האדם להרמב״ן ז״ל ותמצא מה שיש בו די לשאלה זו.

ומ״מ אין ראוי להתקשות על המת יותר מדאי והכי איתא בהדיא בגמ׳.
והנראה לע״ד כתבתי

http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... 04&hilite=
אמר לה ינאי מלכא לדביתהו [=לאשתו], אל תתיראי מן הפרושים ולא ממי שאינם פרושים, אלא מן הצבועים, הדומין לפרושים ואינם פרושים, שמעשיהם כזמרי ומבקשים שכר כפינחס.
תלמוד בבלי סוטה כב ע''ב
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

די רדב"ז זאגט נאר אז די וועלט איז די עיקר ווייל דורך די וועלט קומט מען צו צו עוה"ב. און אויך אז מ'דארף וויינען ווייל ס'איז א סימן אז מ'דארף תשובה טון. איך ווייס נישט פון וואס א צדיק ס'האט זיך געהאנדלט אין יענע תשובה, אבער דער וואס פארשטייט אביסל צו די דרך החסידות ווייסט אז די סיבה פארוואס געוויסע צדיקים האבן נישט באוויינט זייערע קינדער איז נישט ווייל זיי האבן געהאלטן אז די וועלט איז גארנישט וכו' נאר זיי האבן פשוט געהאלטן אז ס'איז באשערט. און אדרבה, זיי האבן געהאלטן אז ס'קומט זיך זיי די יסורים און ס'קען יא זיין וועגן זייערע עבירות און די נישט וויינען איז כדי מצדיק זיין דעם דין און עס אנצונעמען באהבה. ויסכר פי מבקשי שקר.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

ברוך דיין אמת. היינט איז אוועקאין בני ברק הירש וואלף פריעדמאן ע"ה, איינער וואס איז א פאר מאל דערמאנט געווארען אין די בלעטער, בעיקר פאר זיין אינטרעסאנטע ספר וואס מ'קען ליינען דא.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
מור וקציעה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 442
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 01, 2015 10:07 pm
האט שוין געלייקט: 470 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 585 מאל

שליחה דורך מור וקציעה »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ברוך דיין אמת. היינט איז אוועקאין בני ברק הירש וואלף פריעדמאן ע"ה, איינער וואס איז א פאר מאל דערמאנט געווארען אין די בלעטער, בעיקר פאר זיין אינטרעסאנטע ספר וואס מ'קען ליינען דא.

בילד
אמר לה ינאי מלכא לדביתהו [=לאשתו], אל תתיראי מן הפרושים ולא ממי שאינם פרושים, אלא מן הצבועים, הדומין לפרושים ואינם פרושים, שמעשיהם כזמרי ומבקשים שכר כפינחס.
תלמוד בבלי סוטה כב ע''ב
יהושע חיים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 917
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 26, 2012 8:56 pm
האט שוין געלייקט: 45 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 423 מאל

Re: הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע

שליחה דורך יהושע חיים »

בילד
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך זאג אלס, אז די בעסטע צייטונג צו ליינען איז 'די צייטונג', שטייצעך די תורה רובריק, און די בעסטע וועכנטליכע ארטיקל איז די אינטערוויו וואס אברהם פרידמאן האלט אפ מיט עלטערע אידן. דארט קומען ארויס אוצרות זהב וכסף - פארשטייט זיך נאר פאר דער וואס פארשטייט וויאזוי צו ליינען צווישן די שורות. די אלטע אידן דערציילן א וועלט פון אמאל, און אברהם פרידמאן צענזורירט נישט גענצליך ווי די אנדערע, אזוי שמעקט מען אביסל וויאזוי עס האט אמאל אויסגעזען.

אלזא, לענינינו. עטליכע וואכן צוריק האב איך געליינט אן אינטערוויו מיט א איד, א מלחמה איבערלעבער, וואס זיין טאטע האט אסאך גע'עסקנ'ט פאר ר' אהר'לע בעלזער ביים קריג. איך האב דארט געליינט א מעשה, וואס איז - פאר מיר עכ"פ - שטארק נוגע צו די אויבנדערמאנטע שמועסן איבער בעלזער רב'ס מהות ותכונות הנפש והמסתעף.

עס איז אן אינטערוויו מיט ר' אברהם קליין, בן ר' יואל, יליד מאטעסדארף - עסטרייך. מדור 'לעצטע עדות', פרשת ראה תשע"ה [#2 פון די אינטערוויו]. ליינט און ליינט איבער:


איינמאל אינמיטן די נאכט, האט מען געהערט קלאפן אויפ'ן טיר פון אונזער הויז. ביים טיר איז געשטאנען א בחור וועלכער איז געשיקט געווארן פונעם רב'ס שטוב, און ער האט געזאגט פאר מיין טאטן אז דער רב בעט ער זאל שנעל אריבערקומען.

ווען מיין טאטע איז געקומען צום רב, האט דער רב אים אריינגערופן אין צימער און פארשלאסן די טיר. דער רב האט זיך פערזענליך אומגעקוקט אז קיינער געפינט זיך נישט אין צימער, און ער האט זיך אפילו אונטערגעבויגן בודק צו זיין אונטער די בעט... ווען ער איז שוין געווען זיכער אז קיינער איז נישט דארט סיידן זיי צוויי, האט ער זיך צו אים געוואנדן און געבעטן, ער זאל זען צי ס'איז שייך צו ראטעווען זיין רביצין, וועלכע איז געבליבן אין פוילן!

פאר מיין טאטע האט באטראכט אזא מעגליכקייט, האט ער געפארשט צי די רביצין לעבט נאך, און ס'האט זיך ארויסגעשטעלט אז זי איז שוין ליידער נישט בין החיים.



דאס איז א זאפטיגע שטיקל, ווען יעדע פאראגראף זינגט פאר זיך [[tag]נהורא נפישא[/tag], [tag]מור וקציעה[/tag], וכו']. איך וועל נאר איבער'חזר'ן בקצרה וואס איך האט געכאפט בשעת מעשה:
1. גערופן אינמיטן די נאכט - ס'האט עפעס נישט געקענט ווארטן אויף אינדערפרי.
2. ער זאל 'שנעל אריבערקומען', ווי ס'האנדלט זיך פון א פרישע סומאטוכע וואס פאדערט באלדיגע הילף.
3. פארשלאסן די טיר, אומגעקוקט קיינער איז נישט דארט, זיך אונטערגעבויגן די בעט...
4. געבעטן א פריוואטע פארשטענדליכע טובה, וואס קיינער האט משום מה געמעגט הערן.
5. די גאנצע טובה איז בכלל נישט געווען מעגליך, פון א רוח הקודש שטאנדפונקט.


כ'מיין אז דאס בארירט אלע סארט נקודות וואס זענען אויסגעשמועסט געווארן אויבן, און כ'וויל ווייטער נישט אריינרעדן - נאר דאקומענטירן.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

פונקט יעצט געהערט א מעשה.
שלמה לורנץ פלעגט אריינשמוגלען קיין א"י א מאראקאנער אתרוג פאר'ן בריסקער רב, וואס האט עס געשעצט מעל כל הון. ער פלעגט אויך ברענגען פאר'ן בעלזער רב. דער איזרעלישע געזעץ האט דאס נישט ערלויבט. איין מאל האט מען איהם אפגעשטעלט ביים גרעניץ און דער וועכטער האט גענומען דער בעלזער רב'ס אתרוג און צושניטען. צום בריסקער רב'ס אתרוג האט ער נישט צוגערירט, ויהי לפלא.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

דאכט זיך כ'האב שוין אמאל באצייכנט: איבער גאנץ ק''ש שלאגן זיך ארום ביים גענאק דער מלך האראגאנץ מיטן מלך הדרייקאפס אבער פונקט דא אויף בעלזער רב זל'ס פיקל אגריען ביידע אז מען האט אונז סתם איינגערעדט א קינד און בויך און בעלזער רב איז גארנישט געועען אזוי איי יי איי.

זעהט אויס אז עפעס א כח האט דאך דער בעלזער רב געהאט.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ווי געזאגט, פסק'ן איך גארנישט טאקע דערפאר - ס'שווער צו רעדן מיט א בליק אויף צוריק בפרט ווען ס'האנדלט זיך איבער מיסטיקע. את דברי כתבתי לעיל, ועיי"ש.

וואס איז יא א חידוש איז, אז אויב לדבריך האבן דער מלך האראגאנץ און מלך הדרייקאפ פארשטאנען אז בעלזער רב ז"ל איז גארנישט אזוי איי איי איי, איז אינטרעסאנט אז דער מלך האיגנאראנץ פארשטייט עפעס יא אז דער בעלזער רב ז"ל איז א מלאך אלקים.

ווי פירט יענער אויס? "זעהט אויס אז עפעס א כח האט דאך דער בעלזער רב געהאט".
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איך ווייס נישט פון וועלכע מדינה, אבער באקרוינט אלס קעניג בין איך געווארען.
מ'גייט באלד ליינען כי מבית הסורים יצא למלוך
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
מודיעין
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 39
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 19, 2016 12:22 pm
האט שוין געלייקט: 32 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 28 מאל

שליחה דורך מודיעין »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:פונקט יעצט געהערט א מעשה.
שלמה לורנץ פלעגט אריינשמוגלען קיין א"י א מאראקאנער אתרוג פאר'ן בריסקער רב, וואס האט עס געשעצט מעל כל הון. ער פלעגט אויך ברענגען פאר'ן בעלזער רב. דער איזרעלישע געזעץ האט דאס נישט ערלויבט. איין מאל האט מען איהם אפגעשטעלט ביים גרעניץ און דער וועכטער האט גענומען דער בעלזער רב'ס אתרוג און צושניטען. צום בריסקער רב'ס אתרוג האט ער נישט צוגערירט, ויהי לפלא.



די מעשה איז אביסל אינטערעסאנט, ווייל לפי ידיעתי האט מען אין בעלז נישט גענוצט א מאראקא אתרוג בכלל, נאר א אר"י און יאנאווע.

אבער א אנדערע מעשה ווייס איך יא, וואס איין יאר האט מען געשיקט א מאראקא אתרוג צום בריסקער רב, און מען האט עס ביים גרעניץ בשום אופן נישט געוואלט דורכלאזן, און בריסקער רב איז געווען בייז און האט געטון שתדלנות גאנץ סוכות כדי צו האבן דעם אתרוג, און הר' שלמה לורנץ איז געווען פארמישט אין די שתדלנות, און הושענה רבה האט מען עס בפניו פון ר' רפאל דאס צושניטן. ויהי לפלא.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

דאס קען אויך זיין. די מדינה האט מען אויפגעשטעלט אין תש"ח, דער בעלזער רב איז אוועק אין תשט"ז און דער בריסקער רב אין תש"כ. גענוג צייט פאר אלע מעשה"ס
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

יא יא דאס איז א באקאנטע מעשה מיט ר' רפאל און אפילו דער צובראכענעם טעלערל האט שוין אפאר מאל געבאקן דערפון א אתרוג קאמפאט.

אבער ווי גייט דער שפריכווארט 'אל תבלבל אותם עם העובדות', עס איז דא א מעשה נאך עטליכע יאר פארען קריג מיט א דייטשע דאקטער וואס האט געמוטשעט פאר א ענטפער וואס וועט זיין מיט עם און זיין משמחה און בעלזער רב האט געזאגט בלשון קודשו 'איך מיט דיר וועלן איבערלעבן ,מער ווי דעם קען איך נישט זאגן' ,איבעריג צו באצייכענען אז כך הווה.

אזוי אויך איז דא הונדערטער ,אויב נישט טויזענטער עדות פין אידן וואס האבען מזכיר געווען זייערע קרובים אינמיטן קריג און אין די ערשטע יארן נאכן קריג (אין היפש פעלער האט מען ערשט אין תש''ח באשטעטיגט אויף זיכער די ביטערע נייעס און אין געוויסע פעלער אפילו תש''י) ,אויב בעלזער רב ז''ל האט אנגעווינטשן בפרטיות איז מען געווען א געהאלפענער אבער אויב ער האט געווינטשען 'דער אייבעשטער זאל העלפן אלע אידן' האט מען געוויסט אז עס איז דערנאך. ולמותר להוסיף אז מדבריו לא נפל צרור ארצה.

ואגב ,אויך ביי חולים האט מען געוויסט דעם כלל אבער דארט האט מען צומאל זיך געקענט איינבעטן/אויסבעטן (ספעציעל הרב מבילגוריי האט געקענט פועלן ביים ברידער.)
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך אויך האט געשריבן:אבער ווי גייט דער שפריכווארט 'אל תבלבל אותם עם העובדות', עס איז דא א מעשה...

מור וקציעה האט געשריבן:איין מופת וואס איך האב גראדע יא מברר געווען איז פון מיין באבע ע''ה בעלת העובדא

וגופא דעובדא הכי הוה, מיין עלטער זיידע איז געווען א פארברענטע בעלזע חסיד און אפילו געהאט 2 זון יושבים, בצוק העיתים אין 1942 האט ער פאר גאר גרויס געלט און מיט אומגעהויערע שוועריגקייטן באוויזען צו פארשאפען סערטיפיקאטען און וויזעס קיין א''י פאר זיך אין זיינע קינדער אויך די חתונה געהאטע ,
ער האט זיך תיכף ארויסגעלאזט אויפן וועיג און געשיקט א טעלעגראם פאר א ברכה,
ווען ער איז שוין געווען אין טערקיי האט ער ערהאלטען א טעלעגראם אז א''י איז מסוכן ברוחניות ובגשמיות, און ער זאל נישט פארען, מיין באבע האט געזאגט פאר איר טאטע אז זי פארט ווייטער קיין א''י, זי איז די איינציגסטע וואס איז איבערגעבליבען פון די גאנצע משפחה, אלע אנדערע 27 נפשות זענען נעבעך צוריקגעפארען און פארברענט געווארען

ועיין עוד כאן וכאן ומזה תקיש אל השאר

http://www.haaretz.com/jewish/this-day- ... m-1.632664


viewtopic.php?p=344328#p344328
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

איך וויל זעהן דעם טעלעגראם און איך בין גרייט איינצולייגן 10 אלפים ביי א שליש אויב דו ברענגסט מיר אזא טעלעגראם פון תשב-תשג דאס הייסט אז מען האט געשיקט אזא טעלעגרם פון פרעמישלאן אדער באכניע געטא קיין טערקיי ,יע יע שונא יאמין לכל דבר. ווייסטו וואס איך געב צוואנציג אלפים פאר צדקה אויב דו ברעגסט מיר אזא טעלעגראם,

וואס זאל איך טוהן אז עס איז דא אומצאליגע עדות א בעלזער רב ז''ל האט מעודד געווען צו אנטלויפן בכל הדרכים ובלשון קודשו 'פונעם רשע מוז מען אנטלויפן' אדער לשון קודשו פאר ר' שמואל פארגעס אין בודאפעסט 'דער רשע האט אונז פר'מסרט פאר אלע שבעים אומות ,פונעם רשע מוז מען אנטלויפן ,אז מען אנטלויפט העלפט דער אייבערשטער'.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
פארשפארט