אינטרעסאנטס פון מיין קאלעקשאן

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
באניצער אוואטאר
יוסף שרייבער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 52
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 06, 2013 4:41 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 155 מאל

אינטרעסאנטס פון מיין קאלעקשאן

שליחה דורך יוסף שרייבער »

אזוי ווי איך זעה אסאך, און צומאל קויף איך איין אינטרעסאנטע אדער היסטארישע זאכען קלער איך עס איז כדאי צו עפענען א אשכול ווי מען קען שערען אזעלכעס.

איך בין זיכער אז אנדערע האבען אויך פארשידענע קאלעקטיבעלס, איז אדרבה עפענטס ענקער אוצרות און לאמיר אלע הנאה האבען.

בעבר האב איך געהאט א אשכול אויף אייוועלט פאר אינטרעסאנטע אידישע דרוקען דהיינו עס קען אמאל זיין סתם א ספר'ל אדער חוברת'ל אבעס עס איז אינטרעסאנט מצד די מקום הדפוס, ווייל אידען האבען געדרוקט און מייצר געווען א היסטארישע טרעיל כמעט בכל מקומות מושבותיהם און כמעט אין יעדע שפראך אויף די וועלט. אויב עס איז דא אינטערעסע קען איך דא ממשיך זיין. אבער דאס איז נאר איין הצעה פון די ים פון מעגליכע נושאים.

לכתחילה וואלט געווען בעסער אז די אשכול זאל בלייבען פאר יהדות און דזשודעיקע ווי ספרים, בריווען, פאמפלעטען, צייטונגען, הגדות, פאראדיע, קבלות, קול קורא, פולמוס,אוטוגראפען, הקדשות, פאלעסטינע, עץ זית, אפעמערא וכדומה. און אויב איינער איז אינטרעסירט קען מען עפענען א עקסטערע אשכול אויף מטבעות, סטעמפס, נישט אידישע אוטוגראפען, זילבערווארג וכו. וכו. די אלע צאללאזע קאלעקטיבעל קאטאגאריעס.


וזה החלי בעזרת ה.

#1

בכורים קבץ הסיום של 'תלמידי תלמיד התורה ''שארית ישראל דלובביץ'' אשר בקנסס העיר של מיזורי', תרפ''ו. עם תמונות מעניינות של הצוות והתלמידים (מעורב בנים ובנות גם בכיתות הגבוהות לתשומת לב הרב אבטולמוס).

עברית ואנגלית, י''ל בקנזס אבל למעשה נדפס בסט. לואיס. בקנסס סיטי י''ל רק עוד שתי ספרים.
בייגעלייגטע פיילס
kan.jpg
kan1.jpg
kan2.jpg
באניצער אוואטאר
יוסף שרייבער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 52
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 06, 2013 4:41 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 155 מאל

שליחה דורך יוסף שרייבער »

א שיינע מחזה אפגעהאלטען דורעך די בני ובנות הת''ת.

ואגב, ביי די תוכנית הלמודים שטייט אז מען לערענט תורה ''מן המקור'' אבער ''בהשמטות''.

kan3.jpg
באניצער אוואטאר
גדעון
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 513
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:55 am
האט שוין געלייקט: 284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 232 מאל

Re: אינטרעסאנטס פון מיין קאלעקשאן

שליחה דורך גדעון »

פשיהא איז דאס א אויפגעקלערטע פלאץ, מ׳האמיר שוין אפילו אידן אנגעטון מיט א שתי וערב

אההה
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[tag]אבטולמוס[/tag], וואו ביזט ווען מ'דארף דיך?...


[tag]יוסף שרייבער[/tag], ב"ה אז דו ביזט צוריקגעקומען.
פאק דא אויס דיינע סחורה אז ס'זאל גיין א רויעך [כמובן אז אזעלכע זאכן קען מען נישט ארויפלייגן אויף א"וו...].

א שאד אז דו האסט עס נישט ארויפגעלייגט בעפאר פסח, אבטולמוס וואלט זיך מחיה געווען דאס צוצולייגן צו זיין ריזן מחקר ווערק איבער די צענזורירטע פרויען פון היימישע אויסגאבעס, וואס איז אריין אינעם לעצטן פה-סח.
מפוזרי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 1566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל

Re: אינטרעסאנטס פון מיין קאלעקשאן

שליחה דורך מפוזרי »

וואס שטייט נאך אינעם העפט? אויבנאויף זעט אויס אז ס'נישט ווי קיין רעליגיעזער מוסד. דער לערער שיינט אפילו צו גיין אן א קאַפּל. תלמוד תורה קען מיינען א טראַדיציאָנעלער נאמען פאר שולע.
אפשר קומען זיי פון ליובאַװיטשען אומגעגנט, עכ"פ בנשיאות האדמורי"ם איז עס זיכער נישט געווען, און נישט קיין שום מקור פאר אבטולמוס'ן.

איז דא עפעס מער באקאנט איבער דעם מוסד?
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

גדעון האט געשריבן:פשיהא איז דאס א אויפגעקלערטע פלאץ, מ׳האמיר שוין אפילו אידן אנגעטון מיט א שתי וערב

אההה

גדעון: אוואו זעהסטו דא א שתי וערב...?! דיין אימעדזשינעישן האט אראויפגעלייגט א שתי וערב מיט די פאטא שאפ עפפ... אדער, אפשר האסטו דעם עפל, מעק פאטא שאפ פראגראם...?!
גראף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1034
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
האט שוין געלייקט: 714 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 512 מאל

Re: אינטרעסאנטס פון מיין קאלעקשאן

שליחה דורך גראף »

@berel
דער גלח אינדערמיט טראגט עס.
באניצער אוואטאר
יוסף שרייבער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 52
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 06, 2013 4:41 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 155 מאל

שליחה דורך יוסף שרייבער »

הרב שש, פארשטיייסט דאך אז איך האב נישט דייקא ארויסגענומען דעם חוברת ווייל עס האט בילדער פון אפאר מיידלעך. נאר איך האב אריינגעשטעלט מיין האנט אינעם באקס און ארויסדערווישט אפאר אייטעמס, איינס איז אין איטאליעניש און גיי שפענד 3 שעה עס איבערצוטייטשען און מסביר זיין, דאס אנדערע איז צו גרויס פאר מיין סקענער, די דריטע ווייס איך נישט אויב עס אינטרסאנט פארען עולם דא. ביז מיין בליק איז געפאלען אויף דעם אינטרעסאנטען און זעלטענעם קונטרס און איך האב מיך דערמאנט אז עס דארף צו האבען אינטרעסאנטע בילדער.


במאמר המוסגר: איך האב בשעתו געפלאנט צו רעאגירען אין אייער אשכול איבער מציאות ביי פינטערס. איך ווי נאר זאלסט וויסען אז אלעס וואס איר האט אויסגערעכענט זענען טאקע נישט ווערט קיין סאך מער ווי דעם טאלער. איך האב באמת נישט ליעב אוועקצומאכען יענעם'ס געפונסען אבער איך וויל איר זאלט זיין באוויסענדיג צום פאקט אז דער עיקר איז די הנאה וואס איר שעפט פון די ספרים אבער אלס 'אינוועסטמענט' זענען זיי ווערט א דאלער אדער קרוב צו דעם (און איך זאג דאס אלס איינער וואס האט שוין אויסגעגעבען שווערע טויזענטער דאלערען ביי אים, און ווערט יעדעם מאל עקסטער דערווייטערט דורעך די צוויי סערטיפייד אבסעלוט משוגעים).
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

יוסף שרייבער האט געשריבן:אבער איך וויל איר זאלט זיין באוויסענדיג צום פאקט אז דער עיקר איז די הנאה וואס איר שעפט פון די ספרים אבער אלס 'אינוועסטמענט' זענען זיי ווערט א דאלער אדער קרוב צו דעם (און איך זאג דאס אלס איינער וואס האט שוין אויסגעגעבען שווערע טויזענטער דאלערען ביי אים, און ווערט יעדעם מאל עקסטער דערווייטערט דורעך די צוויי סערטיפייד אבסעלוט משוגעים).

והרשות ניתנה ל'זיך דינגען'...
כ'האב ביי מיר אן אוצר פון ארום 2,500 ספרים! א שיין חלק געקויפט אין פינטער'ס. צווישן זיי, ספרים וואס כ'האב געטראפן אין ספרים געשעפטן פאר איבער פופציג דאלער מער. אנדערע ספרים, זענען יקרי מציאות וואס מ'קען ניטאמאל באקומען אין קיין ספרים געשעפטן. איר זענט העפליך געלאדענט צו קומען באזוכן מיין ספריה...


-------
וואס זאגט איר כלפי דעם אויפגעברענגטן טענה פון [tag]מפוזרי[/tag] אז עס איז מעגליך א פרייע מוסד?! כ'האב מתחילה אויך אזוי געקלערט, אבער די נאמען 'תלמוד תורה' האט מיך געמאכט טראכטן אז מ'רעדט יא פארט פון א פרומע מוסד [אפשר רעפארמיסטיש? קאנסערוואטיוון?]. אבער מפוזרי טענה'ט אז די נאמען ת"ת פאסט זיך אויך אויף א פרייע מוסד.

וואס נאך שטייט אין דעם בוך?
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: אינטרעסאנטס פון מיין קאלעקשאן

שליחה דורך קל וחומר »

פאר דעי געלט וואלסטע שוין געקענט קויפן די אוצר החכמה...
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

כ'האב דאס אויך ב"ה...
וליתר שאת, האב איך אויך בר אילן, און די. בי. עס. [תקליטור תורני].

און פארט, עס קומט נישט צו צום ספר וואס האט ריכטיגע - נישט ווירטואלע - בלעטער.
באניצער אוואטאר
אחד העם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 697
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 594 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 796 מאל

שליחה דורך אחד העם »

אדנירם האט געשריבן:
יוסף שרייבער האט געשריבן:אבער איך וויל איר זאלט זיין באוויסענדיג צום פאקט אז דער עיקר איז די הנאה וואס איר שעפט פון די ספרים אבער אלס 'אינוועסטמענט' זענען זיי ווערט א דאלער אדער קרוב צו דעם (און איך זאג דאס אלס איינער וואס האט שוין אויסגעגעבען שווערע טויזענטער דאלערען ביי אים, און ווערט יעדעם מאל עקסטער דערווייטערט דורעך די צוויי סערטיפייד אבסעלוט משוגעים).

והרשות ניתנה ל'זיך דינגען'...
כ'האב ביי מיר אן אוצר פון ארום 2,500 ספרים! א שיין חלק געקויפט אין פינטער'ס. צווישן זיי, ספרים וואס כ'האב געטראפן אין ספרים געשעפטן פאר איבער פופציג דאלער מער. אנדערע ספרים, זענען יקרי מציאות וואס מ'קען ניטאמאל באקומען אין קיין ספרים געשעפטן. איר זענט העפליך געלאדענט צו קומען באזוכן מיין ספריה...


-------
וואס זאגט איר כלפי דעם אויפגעברענגטן טענה פון [tag]מפוזרי[/tag] אז עס איז מעגליך א פרייע מוסד?! כ'האב מתחילה אויך אזוי געקלערט, אבער די נאמען 'תלמוד תורה' האט מיך געמאכט טראכטן אז מ'רעדט יא פארט פון א פרומע מוסד [אפשר רעפארמיסטיש? קאנסערוואטיוון?]. אבער מפוזרי טענה'ט אז די נאמען ת"ת פאסט זיך אויך אויף א פרייע מוסד.

וואס נאך שטייט אין דעם בוך?

איך קען קומען צו דיין "ספריה"?
פאר די ביסט מסכים, גיב מיר אויף א ניסל-שאלעכס, בערך וועלכע סארט קאלעקשין די האסט.
זיי מרחיב.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

נישט ברבים...

כ'האב ביי מיר כל מיני סוגים ספרים, קודש וחול.
באניצער אוואטאר
יוסף שרייבער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 52
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 06, 2013 4:41 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 155 מאל

שליחה דורך יוסף שרייבער »

איך וועל זיך אי''ה צוריקערען צו אלע שאלות אבער דערווייל וויל איך גיין ווייטער.

#2

א זעלטענער קונטרס דרשות מנחם ציון מאת הרב מנחם מענדל בן הרב יצחק קליין, נדפס בסאטמאר בשנת תרפ''ג. אינאיינוועגענס ווערען מיר געוואויר אז עס איז געווען א מזרחי ביהמ''ד בסאטמאר גופא.

דייטש געמישט מיט אביסעל עברית. אינו בסיה''ל ואינו בבית עקד או ביבליו.

נולד בשנת תרנ''ט ונפטר בטאראנטא בשנת תשמ''ג. פאר מער איבער דעם רב זעהט דא, זיין מצבה איז דא.

kl.jpg



kl1.jpg
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

בילד
איז דאס דער רב קליין?
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

דאס איז די טאטע פון דעברעצינער רב
באניצער אוואטאר
יוסף שרייבער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 52
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 06, 2013 4:41 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 155 מאל

שליחה דורך יוסף שרייבער »

מעגליך, אבער אזוי ווי ער איז געבוירען בשנת תרנ''ט און איז געווען רב אין נאווי-זאמקי בין השנים תרפ''ט-תש''ד דארף מען קלערען אויב דאס איז א בילד פון לכל היותר א בן ארבעים וחמש.
מפוזרי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 1566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל

Re: אינטרעסאנטס פון מיין קאלעקשאן

שליחה דורך מפוזרי »

להעיר, ביים ארויסגעבן דעם ספר, האט ער שוין געהאט א דאָקטאָראַט, עכ״ז האט ער נישט געשפירט, כנראה, אז ס'איז ס'וועט אים מוסיף זיין כבוד, און ער איז עס נישט מציין.

עכ״פ דער רב אין דער בילד שיינט נישט צו זיין א דאקטאר.
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
באניצער אוואטאר
יוסף שרייבער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 52
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 06, 2013 4:41 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 155 מאל

שליחה דורך יוסף שרייבער »

#3

א זעלטענער דרשה לזכר דעם קעניג עדוארד דאס זיבעטען געהאלטען אינעם ווייטען Whitwatersand שבסאוט אפריקע בשנת תר''ע דורעך דער ארטיגער רב הרב הערץ, דער שפעטער באקאנטער רב הראשי לבריטניה. כיהן שם בין השנים תרנ''ח-תרע''א.

לכאורה זה נדפס שם במקום.

Scan0016.jpg
באניצער אוואטאר
יוסף שרייבער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 52
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 06, 2013 4:41 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 155 מאל

שליחה דורך יוסף שרייבער »

אני מתעתד אי''ה להיות בדרכים בימים הקרובים. הבמה כולו שלכם, תפתחו את אוצריכם הטוב להנאת כולנו.
באניצער אוואטאר
יוסף שרייבער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 52
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 06, 2013 4:41 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 155 מאל

שליחה דורך יוסף שרייבער »

#4

תוכנית פון די חגיגה לרגל די '25סטע יאר פונעם התייסדות המזרחי געפייערט אין בעלוויו (לכאורה א ביעטש אינדרויסען פון קאפענהאגען) בשנת תרפ''ז.

מערקט די גאר אינטרעסאנטע תפילה שנתחבר לרגל המאורע.

עס ווערען עקסטער דערמאנט הרב ריינעס מייסד המזרחי, הרב יוסף צבי בן ר' אליעזר הלוי דוננער און ר' אברהם בן ר' אליעזר (לא זיהיתי מי זה).
בייגעלייגטע פיילס
Scan0020.jpg
Scan0021.jpg
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

יאסעלע דיינע ערפינדונגען זענען א ברכה צו מאכן.
#יאסעלע פליעט
באניצער אוואטאר
קאמענטירער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 768
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 5:06 am
געפינט זיך: אין די ווירטואלע וועלט
האט שוין געלייקט: 306 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 672 מאל

שליחה דורך קאמענטירער »

יוסף שרייבער האט געשריבן:#4

תוכנית פון די חגיגה לרגל די '25סטע יאר פונעם התייסדות המזרחי געפייערט אין בעלוויו (לכאורה א ביעטש אינדרויסען פון קאפענהאגען) בשנת תרפ''ז.

מערקט די גאר אינטרעסאנטע תפילה שנתחבר לרגל המאורע.
.

@יוסף שרייבער סאיז אונז זייער אינטערסאנט דיינע אוצרות און געפינסען, אגב אינטערסאנט אנצומערקען ווי ביי די מזרחי איז אלעמאל געווען סאך גרינגער צו פארפאסען תפילות וכדו' זאל עס זיין פאר די חיילים אדער פאר די מדינה
...
פארשפארט